יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:16 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אמעריקא ציעט זיך ארויס פון דעם פאריז אפמאך

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

אמעריקא ציעט זיך ארויס פון דעם פאריז אפמאך

הודעהדורך בוקי בן יגלי » פרייטאג יוני 02, 2017 2:43 pm

איך וויל דא גראטולירן דעם פרעזידענט אונזערן, מר. דאנעלד טראמפ, פאר'ן טון די ריכטיגע זאך.

איך זאג אייך דעם אמת אז איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פונקטליך די דעטאלן פון דעם אפמאך, אבער די סארט אפמאכן האבן מיר קיינמאל נישט געשמעקט, בדרך כלל זענן די אפמאכן נישט לטובת אמעריקא, און טראמפ, טראץ זיין שגעון - אדער אפשר גאר טאקע דערפאר - האט גענומען די קוראזש צו טון וואס איז ריכטיג און געזאגט אז ער וועט נישט צושטיין צו אן אפמאך וואס איז נישט קיין טובה פאר זיין לאנד און אירע איינוואוינער און געזאגט ביי ביי.

ער האט זיך נישט דערשראקן פון די אנדערע וויכטיגע קנאקערס פון יוראפ נאר געטון וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג (ששש, זאג נישט אויס פאר קיינעם, אבער אויף ענגליש רופט זיך דאס: לידערשיפ...)

בראווא מר. טראמפ. גיי ווייטער אויף דעם וועג, אויף דעם וועג וועט איר מצליח זיין גאר שטארק. די אמעריקאנער בירגער וועלן עס אייך נישט פארגעסן און קומענדיגע מאל וועט איר האבן א ריכטיגע לענדסלייד.
בוקי בן יגלי
 
הודעות: 13
הצטרף: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:11 pm
האט שוין געדאנקט: 5 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 30 מאל

Re: אמעריקא ציעט זיך ארויס פון דעם פאריז אפמאך

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יוני 02, 2017 4:20 pm

עס גייט לויט אלע ערווארטונגען העלפן די עקענאמיע, אין פאקט איז וואל סטריט געווען זייער פרייליך מיט די נייעס און מ'האט עס געזעהן אין די רעקארד הויכע פארדינסטן אין די מארקעט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: אמעריקא ציעט זיך ארויס פון דעם פאריז אפמאך

הודעהדורך בוקי בן יגלי » זונטאג יוני 04, 2017 1:12 pm

זייער אן אינטערעסאנטער פענאמען זעהט מען יעצט אין אמעריקא.

צענדליגער מעיארס - ליבעראלן פארשטייט זיך - קומען ארויס און זענען מודיע אז זיי גייען זיך האלטן צו דעם אפמאך (כאילו ווי א מעיאר קען האלטן אדער צושטערן אן אפמאך וואס האט דירעקט מיט די פעדעראל גאווערנמענט), וואס בעצם מיינט דאס אז זיי גייען מאכן לאקאלע געזעצן איינצוצוימען ביזנעס ביי זיך אין שטאט, אין גייסט פון די פאריזער אפמאך, וואס מיינט, אין אנדערע ווערטער, אז זיי גייען פארטרייבן ביזנעסער צו אנדערע שטעט וועלכע גייען נישט האבן די סארט צוימונגען.

אבער דער קאמישער טייל פון דעם פענאמען איז, אז די ליבעראלן שרייען פלוצלינג "מיר דארפן נישט אז וואשינגטאן זאל אונז זאגן וואס צו טאן, מיר ווייסן אליינס וויאזוי צו טאן וואס איז ריכטיג". כאכאכא. איך קען נישט גענוג לאכן. די ליבעראלן, וועלכע זענען די גרעסטע אדוואקאטן פאר ביג גאווערנמענט און זיי ווילן דוקא נוצן די פעדעראל רעגירונג איינצוטיילן יעדן איינעם וואס צו טאן, און זיי ווילן כסדר צונעמען וואס מער כח פון די סטעיטס און לאקאלע רעגירונגען און עס איבערגעבן פאר וואשינגטאן, די זענען פלוצלינג יעצט די וועלכע שרייען אז די לאקאלע רעגירונגען קענען אליינס און וואשינגטאן איז נישט בעה"ב.

אוי, וואט עי דשאוק...
בוקי בן יגלי
 
הודעות: 13
הצטרף: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:11 pm
האט שוין געדאנקט: 5 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 30 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: Majestic-12 [Bot] און 0 געסט

cron