יעצט איז: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 6:48 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג מאי 28, 2017 12:53 pm

פרעזידענט טראמפ האט זיך נעכטן צוריקגעקערט פון זיין סוקסעספולע אויסלענדישע רייזע, ווען אין וואשינגטאן האט אים אפגעווארט אן אדמיניסטראציע פארוויקלט אין כאאס, צעמישעניש און סקאנדאל.
בייצוקומען דעם כאאס, וואס קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון די אנגייענדיגע אויפדעקונגען ארום זיין קאמפיין׳ס מעגליכע קאאפעראציע מיט רוסלאנד, האט טראמפ און זיינע נאענטע ראטגעבער באשלאסן אוועקצושטעלן א ״מלחמה צימער״ אין ווייסן הויז, וועמענ'ס ציל ס'וועט זיין צו באקעמפן די נאכאנאנדע נעגאטיווע מידיא באריכטן און אטאקעס, און אין דער זעלבער צייט זיך קאנצענטרירן אויף פאראויסשטופן דעם פרעזידענט׳ס אגענדע פון העלט-קעיר, שטייער רעפארם און אינפראסטרוקטור שפענדונג.

דאס אוועקשטעלן דעם ״מלחמה צימער״, דערמאנט פון דער פרעזידענטשאפט פון ביל קלינטאן, וועלכער איז אויך געווען אונטער שטענדיגע אטאקע פון פארשידענע סקאנדאלן, און זיינע ראטגעבער, אין שפיץ פון דזשארדזש סטעפאנאפּאליס און דזשעימס קארוויל, האבן דאן אוועקגעשטעלט א ״מלחמה צימער״ עס צו באקעמפן.
לויט באריכטן וועט טראמפ׳ס מלחמה צימער זיין אויסגעשטאט מיט גענצליך נייע שטאב מיטגלידער, וועלכע ארבעטן יעצט נישט אין דער אדמיניסטראציע, און צווישן די נעמען וואס מ'הערט, איז קאורי לאוואנדאוסקי, טראמפ׳ס געוועזענער קאמפיין מענעדזשער, וואס וועט - לויט א ווייסן הויז קוואל - נאך מעגליך די וואך שוין אריינגעברענגט ווערן.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג יוני 04, 2017 11:59 am

אן ערנסטע שרעק איז אנטשטאנען אינעם ״טראמפ האטעל״ אין וואשינגטאן די-סי, נישט ווייט פון ווייסן הויז, נאכדעם וואס די סיקרעט סערוויס האט באקומען אינפארמאציע אז דארט געפינט זיך א באוואפנטער פארשוין וועלכער איז געקומען קיין וואשינגטאן מיט'ן ציל זיך צו ״טרעפן מיט פרעזידענט טראמפ״.
דער פארשוין, ברייען מאולס, איז געקומען פון פענסילוועניע, און די ארטיגע פאליציי האבן אלארמירט די סיקרעט סערוויס, אז מאולס האט מיט זיך עטליכע וואפנס, און ער צילט צו גיין צום ווייסן הויז צו קריגן אן אוידיענץ ביים פרעזידענט, כדי צו רעדן איבער אונטערברענגען די גרויסע פארמאסוטיקל פירמעס. מאולס איז ארעסטירט געווארן דורך די סיקרעט סערוויס אינעם טראמפ האטעל אן קיין שום אינצידענט, און א ריכטער האט אים פרייטאג פרייגעלאזט ביז זיין פראצעס, אבער האט פארארדענט אז מאולס מוז אוועקשטיין פון ווייסן הויז, פונעם טראמפ האטעל און בכלל פון וואשינגטאן די-סי, אויסער אויב ס׳איז עפעס פארבינדן מיט זיין פראצעס.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג יוני 04, 2017 12:00 pm

דאס ווייסע הויז זאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט אין די קומענדיגע טעג לאזן אין גאנג א נייעם קאמפיין, אויפצוטרייבן שטיצע פאר א טריליאן דאלערדיגן פלאן איבערצומאכן אמעריקע׳ס אינפראסטרוקטור, אנגעהויבן ביי שאסייען, בריקן און טונעלן, און געענדיגט ביי וואסער רערן, אפלויף סיסטעמען און עלעקטערישע דראטן.
דער קאמפיין וועט זוכן צו פארפולן א פארשפרעכונג וואס טראמפ האט געמאכט בשעת ער איז געלאפן פאר פרעזידענט, זאגנדיג אז ער וועט אויסגעבן א טריליאן דאלער, וואס וועט ברענגען א כוואליע פון דזשאבס און וועט העלפן פאראויסרוקן אמעריקע׳ס אינפראסטרוקטור מיט נייערע טעכנאלאגיע און מער פארגעשריטנקייט.
אלס טייל פונעם קאמפיין, וועט טראמפ ארומפארן איבער׳ן לאנד צו געבן רעדעס, און וועט באזונדער באזוכן אזעלכע סטעיטס ווי אהייא און וויסקאנסין, וואו אן אינפראסטרוקטור ביל וועט צוברענגען די מערסטע דזשאבס.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג יוני 06, 2017 11:59 am

אין א פרישן מעסעדזש אויף טוויטער, האט טראמפ אראפגעריסן זיין אייגענע פעדעראלע יוסטיץ דעפארטמענט, זאגנדיג אז ער פארשטייט נישט פארוואס די יוסטיץ דעפארטמענט האט געדארפט פארדרייען פון זיין אריגינעלן עקזעקוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און פליטים.
טראמפ שרייבט אז זיין עקזעקוטיוו ארדער איז קלאר געווען א "טראוועל פארבאט", און נישט קיין חילוק וויאזוי די געריכטן אדער די יוסטיץ דעפארטמענט אדער די מידיא ווילן עס באצייכענען, איז עס א טראוועל פארבאט.
עקספערטן זאגן אז דאס קען שעדיגן טראמפ'ס שאנסן אינעם סופרים קאורט, וויבאלד די טראמפ אדמיניסטראציע לויערס פרובירן העפטיג צו זאגן אין געריכט אז דער עקזעקוטיוו ארדער איז נישט געווען קיין פולקאמער טראוועל פארבאט און וועגן דעם איז עס יא לעגאל, און דא האט טראמפ אפן געזאגט אז ס'איז יא א טראוועל פארבאט.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » זונטאג אוגוסט 06, 2017 8:50 pm

טראמפ האלט אהן זיין שטארקייט אין עקאנאמיע
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:06 pm

טראמפ (1).png
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג אוגוסט 06, 2017 11:01 pm

סאיז א שרעקליכע עוולה די ליעקס
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 12:06 am

שעפי, קום אין אישי פאר א גוטע הענדימען.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:53 am

טרמפ.jpg
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron