יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 4:15 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

נייעס פון ניו יארק און ארום

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג מאי 28, 2017 3:13 pm

זיי ווייסן די קאנטענט פון יעדע פעקל?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 29, 2017 11:01 am

פונקטלעך ווייס איך נישט אבער עפעס אזוי
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך שעפעלע אום מאנטאג מאי 29, 2017 1:54 pm, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג מאי 29, 2017 1:05 pm

ניין זיי ווייסט נישט די פונקטליכע קאנטענט פון אלע פעקלעך, אבער טאבעקא און אנדערע באשטאנדטיילן קענען זיי אויפכאפן דורך מאשינען.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 30, 2017 10:19 am

א ניו יארק סיטי פייער העלד איז געשטארבן נאך א לאנג-יאריגן קאמף מיט דער ביטערער מחלה ל"ע אין עלטער פון 59 יאר.
רעי פייפער האט פארברענגט אכט מאנאטן ביי גראונד זערא נאך די 9/11 טעראר אטאקעס און שפעטער האט ער א סאך גע'שתדל'ט פאר די רעכטן פון ערשטע רעאגירער ביי גראונד זערא.
ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט דער מחלה אין 07', פארלירנדיג שפעטער א ניר און פיס ל"ע, וואס איז אלעס צוגעשריבן געווארן צו די שעדליכע לופט וואס ער האט אריינגעאטעמט ביי גראונד זערא, און ווען ער האט רעטייערט אין יאר 14', האט ער אבער ווייטער געקעמפט פאר די ספעציעלע פעדעראלע קאמפענסאציע געלטער פאר די גראונד זערא העלדן, וואס איז טאקע עווענטועל באשטעטיגט געווארן.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג יוני 04, 2017 12:19 pm

ניו יארק סיטי מעיאר ביל דעבלאזיא האט דערגרייכט אן אפמאך מיט׳ן ניו יארק סיטי קאונסיל, אויף א בודזשעט פאר יאר 18׳.
דער בודזשעט באשטייט פון 85.2 ביליאן דאלער, א 3.7 פראצענט העכערונג פון א יאר בעפאר, און סיטי באאמטע גרויסן זיך אז ס'איז די פריעסטע וואס דער מעיאר און סיטי קאונסיל גרייכן א פארשטענדעניש איבער א בודזשעט, זינט 992׳.
עס אנטהאלט, צווישן אנדערן, 30 מיליאן דאלער צו שטיצן וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס וועלכע שטעלן צו פובליק סערוויסעס, 10.4 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״אומזיסטע לאנטשעס״ פראגראם אין שולעס, און באזונדער 6 מיליאן דאלער אויסצוברייטערן די ״פליי קארס״ - א פראיעקט וואס די שטאטישע פאליציי און פייער באאמטע פרובירן יעצט אויס אין דער בראנקס, דורכ'ן אראפשטעלן עמורדזשענסי אויטאס אין געגנטער וואו ס'זענען דא אסאך עמורדזשענסיס, צו פארקורצערן די רעאקציע-צייט.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: נייעס פון ניו יארק און ארום

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג יוני 12, 2017 1:57 pm

א גרופע ציווילע-רעכטן אקטיוויסטן באקלאגן זיך איבער דעם וואס א מערהייט פאליציי דעפארטמענטס איבער'ן לאנד, די וועלכע האבן שוין איינגעפירט קערפער-קאמערעס אויף אלע אפיצירן, האבן גאר לויזע רעגולאציעס ווען עס קומט צו פארלאנגען פון די אפיצירן ווען זיי מוזן יא און מוזן נישט גיין אנגעטאן מיט די קערפער קאמערעס.
א באריכט אינעם "אסאשיעטעד פּרעס" נעכטן האט געצייגט אז א מערהייט פאליציי אפיצירן זענען ערלויבט צו פארלעשן אדער אויסטאן די קערפער-קאמערעס בשעת זיי זענען נישט "אין אמט" (דאס ווערט גערופן "אָף דוטי" אין ענגליש).
די אקטיוויסטן זאגן אז עס איז זייער וויכטיג אז אפיצירן זאלן יא האלטן אנגעצונדן די קערפער-קאמערעס אפילו סתם אזוי ביים זיך דרייען אין גאס, וויבאלד מען קען קיינמאל נישט וויסן אז עפעס אן אינצידענט וועט זיי אונטערקומען, און זיי וועלן דארפן רעאגירן, און שפעטער וועט מען דארפן האבן די רעקארדירונגען פונעם אינצידענט.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron