יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 11:17 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

מיין הספד אויפן אלטן שול...

מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך האסטו געהערט אזאנס? » דינסטאג מאי 23, 2017 10:03 pm

איך האב לאנג לאנג געקלערט וואו אריינצולייגן דעם ארטיקל, אין וועלכע פארום דאס באלאנגט, אבער איך האב באשלאסן אז ס'קומט אין קונסט, ווייל לדעתי איז קיין גרעסערע קונץ ווי שילדערן דעם ארט נישט פארהאנען...

איך וויל שרייבן איבער א מקום וואס נאר איינער וואס איז דארט געווען וועט עס פארשטיין, ווער נישט וועט מיר אנקוקן וואו דער הינדל ארויס פון טשיקן באקס ערב יו"כ, און ער זאל בעסער צום ארטיקל נישט צורירן...

נאך איין זאך, דער ארטיקל איז עקסלוסיוו פאר קרעטשמע, נישט ק"פ און נישט גע'גנב'עט, איך האב עס נישט געשריבן נישט אין אייוועלט און נישט אין קאווע שטיבל, בלויז ווייל איך וויל ארויפארבעטן דעם קרעטשמע. אויב וועט די אפקלאנג פאר מיינע שווערע שעות נישט זיין גענוג שטארק אוואו איך קוק ארויס, איז עס בלי נדר מיין לעצטע ארטיקל דאהי. (איך ווייס די מצב פון קרעטשמע און איך רעכן זיך מיט דעם).

און אצינד, צום נושא: דער געוועזענער שול אין מחזיקי הדת, בעטלעהעם ניו העמפשיר...

אזוי ווי מיר הערן אז מען וועט איבער מאכן דעם שוהלכ'ל, שפירן מיר א פליכט אראפצושרייבן געציילטע פאראגראפן איבערן מקום קודש, למען ידעו דורותיכם צו וועלכע פלעצער זענען אונזערע רבי'ס געגאנגען אויף אביסל ארלויב, און וואס נפלאות הבורא מיינט.

אריינקומענדיג אין ביהמ"ד, האט דער אויג נישט געוויסט וואו ער זאל קודם לאנדן, נאכדעם וואס דער ראסטיג'ער קאלירפולער דעקאראציע – ווענט האבן זיך פארמאסטן צווישן זיך ווער עס וועט געווינען אונעם פארמעסט אלס מערסט-קאמישע וואנט אינעם אמעריקאנעם שטעטעל.

פון גרויס פארלוירנקייט הייבן מיר אויף די אויגן צום דאך, און אה... מיר באגעגענען זעקס ווענטעלעטער'ס ( fan בלע"ז ) יעדע איינע דרייט זיך אויף א צווייטער שנעלקייט, אבער מיט איין זאך זענען זיי גראדע יא פאראייניגט, אז אלע דרייען זיך פארקערט, ווי די שטודיעס האבן באשלאסן אז דאס איז א פאטענט הייסער צו מאכן די לופט און לאזן א קאכעדיגע שוויציגע אטמאספערע אויפן ארט.

עפעס האבן מיינע אויגן אויפגעכאפט נוי סוכה אויפן דאך... אבער אנשטאט עפלעך און אתרוגים, האבן דארט געהאנגען סטארעדזש-זעקלעך האלב-פול מיט פארשימעלטע וואסער –לכאורה מים אחרונים נאך פונעם זיידן תרח- אלעס צוזאמען קרוב צו צוויי מנינים, פאר אביסעלע געווירצן האבן אויך געהאנגען רייעס מיט פליגן און פלאטערלעך, לכאורה, לויטן חשבון, איז דא אונטער זיי א פליגן כאפער.

אלס באלייכטער האבן געדינט א רייע פון בלאסע פלארעסנט-לעמפלעך, וואס האבן געווארפן שאטענעס אויף אלע זייטן, ביים צפון-מזרח וואנט, האבן געהאנגען אין די ליפטן צוויי מולטי-לאנגע בעזעם שטעקענע'ס, אויף זיי איז געווען ארויפגעדרייט פארפירענע שמאטעס וואס ווען מ'לאזט דאס אראפ, ווערט דאס פלאץ פארוואנדלט צו אן עזרת נשים פאר הרבנית הצדיקת תליט"א, און אירע נאנטע.

פון דארט איז אונזער בליק געפארן צום מזרח-וואנט אין צענטער פונעם כותל איז מייאסטעטיש פלאצירט א רעלאטיוו-נייע ארון קודש ( ניי רעדט מען לגבי דעם ביהמ"ד ) אויפן רעכטן זייט ביים ווינקל-הארט נעבן דעם הענגער סטאנציע אויף וואס מ'הענגט אויף דעם רבין'ס שטריימל און רעזשוואלקע- איז דא אן עמוד און בענקל, ווי אויך א טיש פאר כ"ק מרן רבינו שליט"א.

דערנעבן ליגט דעם בעל תפלה'ס עמוד, וואס איז צוזאמגעקלאפט פון עטליכע ברעטער, העכער דעם ליגט א פיר-קאנטיגער מנורה, וואס בלויז צוויי פון די ניין לעמפלעך האבן נאך געוויזן עפעס צייכענעס פון לעבן, פאר א נויט איז ארויפגעהאנגען א שיפן שטיקל פאפן-דעקל, אויף וואס עס שטייט אויפגעשריבן מיט א מעדזשיק-מארקער די צוויי ווערטער "יעלה ויבא".

אופן לינקען זייט פון דעם ארון קודש האבן געהאנגען צוויי פלאקאטען, אויף איינס איז געשטאנען מיט עוג-מלך-הבשן אותיות דעם "מודים דרבנן", וואו די ווארט 'ותקימינו' איז געווען געשריבן אויף א גרויסן שטיקל "ווייט-אוט", אויפן צווייטן איז געשטאנען בריך שמיה מיט קרומע אותיות.

ביים ווינקל פונעם וואנט איז געווען א טיר, וואס מיר וועלן באלד געוואר ווערן צו וואספארא אומנאטירליכע פלאות'דיגער מקום דאס פירט, עפעס יחיד במינו, ווייט פון א גוזמא.

אז מיר האלטן שוין לינק'ס, לאמיר זיך אומקוקען אויף יענעם וואנט, די ערשטע זאך איז געלעגן א – ווי כ'פארשטיי איז דאס דער ספרים שראנק, דערין זענען געלעגן בעיקר הויפענעס שמות, אפאר חומשים אין איין ש"ס פון דפוס ווענעציע (די ארגינעלע...) וואס זענען געשטאנען האלב אין די ליפטן – האלב אויף א אמאל צוגענאגעלטע שטיקל האלץ, דערנעבן האט זיך דארט אנגעלאנט א טיר וואס פירט צום צענטראלן קאך (דער ד' על ד' קאמער), עס ליגט דארט א רייע פון העקעלעך, דעראויף ליגן אוצרות קרח, אנגעהויבן ביי אלע ערליי סטייל'ס און קאלירן האנטוכער, בעקיטשעס, היטן, זעקלעך וואס זענען נישט גערירט געווארן זינט בדיקת חמץ, און נאך א שלל פון גוטע זאכן.

אויבן העכער ווי ידינו מגעת הענגט א גרויסער צעטל, וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורכ'ן "וועד לאהבת חברים" אויף וואס עס שטייט אויפגעשריבן אין הימל-שרייענדע ווערטער "שנראה כל אחד מעלת חברינו ולא חסרונם" פון דארט און אראפ, איז געווען אנגעשטאפט מיט איין צעטל –מינימום זיבעציג קאפי'עס דערפון- אויפן דרוקסארט ( לעדערהעט ) זעט מען דעם לאגא פון 'קרן שמואל ישעיה' אבער ס'שטייט אויף דעם די ווערטער מחזיקי הדת בעטלעהעם, מען זעט א בילד פונעם ביהמ"ד, און דער צעטל בעט זיך מיט קראקעדיל טרערן אז מ'זאל געבן געלט פארן גבאי ר' פנחס אלימלך שליט"א, כדי מען זאל קענעם איבערבויען דעם ביהמ"ד.

אין צענטער פונעם וואנט איז דא צוויי קליינע פענסטערלעך וואס פירן צום חדר הפנימי פון ר' פנחס אלימלך, מיר האבן ליידער נישט עספיעט אריינצוקוקען וואס עס געפינט זיך דארט, ווייל היות דער שטיבל איז א "פריוואטע אונטערנעמונג", האבן די חברה געווארנט אז דארט אריינצוטרעטן אפילו בטעות, איז א סכנה שיש בו כדי להמות, רחמנא יצילינו, סוף פונעם וואנט איז געווען א טיר וואס פירט צום לאבי, ביה"כ, אפעטייזינג, סטארעדזש, און וואס נישט.

ווייטער אויפן רעכטן וואנט, איז געווען א דאפלטער דאזע מיט הענגער'ס, וואס דאס באדייט כפול שמונה אינטערעסאנטע ארטיקלען פלאצירט אויף די תליות, צוויי פארהויכטע ברייטע אין טיפע פענסטער באדעקט מיט אמאל-געוועזענע ווייסע ווינדאו-שעיד'ס אין וועלכע עס האבן זיך באקוועם געמאכט קרוב צו אכציג סארטן קריכעדיגע, האבן פארנומען א חלק ניכר פונעם דופן עקומה.

פלאקאטן האבן אויך נישט געפעלט דארטן, צוויי גרויסע פלאקאטן, איינס אין אידיש און איינס אין ענגליש, האבן געבעטן דעם ציבור מיט פייכטע אויגן, מ'זאל ביטע זיך דערבארעמען אויף הרב פנחס אלימלך, און אים געבן אפאר רייניש כדי דער "הערליכער" ביהמ"ד זאל שענער ווערן, מינימום פופציג דאלער דארף מען זיך משתתף זיין.

אויך איז דארט געווען א צעטל מיט א לאנגע דרשה, א משל ונמשל, איבער די הארבקייט פון פלוידערן ביי שאלעשידע"ס, נעבן דעם טעלער (צדיקים גלגול) פיש, ס'איז געווען זייער שרעקעדיג, דערפאר האבן מיר דאס אויפגעהערט צו ליינען, נאך א אינטערעסאנטע פאסטע'ר האט באצירט די ווענט, אויף וועלכע עס איז געשטאנען אז 'בשעת התפילה וקריאת התורה, וגוערין בו וגדול עוונו מנשוא'- די צווי גרויסע ווערטער "אסור לדבר" זענען שוין פונלאנג געווען אפגעקראצט, וחבל על דאבדין.

יעצט גייען מיר צוריק צום מעריב וואנט, דארט פון ווי מיר זענען אריין געקומען צוויי טירן ביי ביידע זייטן, יעדער טיר האט געהאט צוויי חלקים, איין האלב איז געווען א שטיקל עץ וואס הענגט אויף ראסטיגע אנגלען, און זינגט שירת האזינו יעדע'ס מאל וואס איינער געניצט אין זיינע ד' אמות, און דער צווייטער חלק איז געווען מער-ווייניגער א גרויסער נעץ, וואס האט זיכער געמאכט אז יעדער פליג וואס בלאנדזשעט דארט אריין, האט נישט קיין וועג ארויס.

ספרים-שרענק (מלפנים) איז אויך דארט געווען לרחצה, דערינען איז געלעגן א שפע פון חומשים, און סידורים-אדער אין ענגליש אדער וואכעדיגע, אויפן וואנט האט געהאנגען א ריזיגער גרויסער גיגאנטישער צוויי-שטאקערדיגע סיין, וואס רופט אז מ'זאל... יא, גוט צוגעטראפן, געבן געלט פאר די פריוואטע אינטערנעמונגען וואס ווערט אזוי גוט געפירט דורכ'ן חשובע'ר גבאי ר' פנחס מיילך ווייס, אפאר געהיילייטע צעטלעך האבן ארויסגעשטארט, וועלכע האבן געהאט א ארגינעלע מאנסקריפט פונעם רבי'ן זכרונו לברכה (הדברי יואל) וואס ער שרייבט אין א בריוו (אדער מעגליך טעלעגראם) פאר אנשי שלומינו, מ'זאל געבן געלט פארן מקוה אין ניו העמפשעיר.

פארנט פון דעם מאסיוון סיין, איז געווען ר' פנחס מיילעך'ס קרעמל ביים וואנט צוגעטשעפעט, תיכף נאכן דאפעלטע פענסטער –וואס האט נישט אויפגעהערט קוויטשען-האט ער געהאט א ברוינע קעסטל, פון וואס עס האט ארויסגעשטעקט דראנטן, אפאראטן, צושניטענע פאפירעלעך, רעסיט-ביכלעך, און אפאר סינגלס, עס איז הערעמאטיש פארמאכט מיט א שלאס, און ס'האט דארט געהאנגען ארום זעקס טעלעפאנ'ס רוב פין זיי מיט אנטענעס וכדומה.

נאכדעם האט זיך ערשט אנגעהויבן, ער האט געהאט א פיר-פיסיגע טיש, דאס איז געווען דער קאנטין\מקוה איד שטיבל פון ר' פנחס מיילך, עס איז דעראויף געווען אנגעווארפן בערך די פאלגענדיגע בנינים: דריי שטיק פון עקספייערטע 'דער בלאט', און 'קינדליין' פון פר' קרח, א קרעדיט-קארטל מאשין, א 'חק לישראל' פון די אנדערע דרוק, א ליסטע מיט אלע וואס עסן ביי אים אין ביהמ"ד, די צייטונג (יא פון יענע וואך, ווייל ס'קימט ארויס דינסטאג נאכט) און א שטויס פון דאקומענטן און ביל'ס פון וואסער (פאר די ריזיגע מקוה) לעקטער, רויטע און גרינע, עטליכע געניצטע קאצא צוקער'ס ועוד...

אויפן פענסטער אונטערן טיש האט געקלעפט צוויי גרויסע צעטלעך, ארויסגעפליקט געווארן פון 'דער בלאט' בערך טויזנט יאר צוריק, אויף וואס ס'געשטאנען א ליסטע מיט דיינים פון אפסטעיט און די קעטסקעילס, (ר' מאיר יעקב מוזקאף'ס נאמען איז געווען אויסגעמעקט), אויף די אנדערע זייט –פון די פארטש- האט מען געזען בילדער פון בערן, פליגן, פייגלעך, ועוד, און אויף אן אומפארשטענדליכן (?) וועג, איז דאס אנגעקומען קיין ניו העמפשעיר.

***

גענדיגט מיט די פיר ווענט, פאנגען מיר אן אריינציגיין ביהמ"ד עס האט זיך געהערט סקריפן ביי יעדע טריט עקסטער, תיכף ביים אנהייבן שפאצירן, האבן מיר באמערקט אז ס'איז פארהאנען אין דעם שוהל נאך ספעיס, דער ביהמ"ד ווי קליין עס איז פארמאגט ער אין זיך בענק און טישן אויך, ס'איז נישט געווען קיין איין קעסטל פון די טייל'ס אויפן פאדלאגע, וואס איז נוגע במלכות חברתה אפילו במלוא נימא.

ס'איז געווען אויסגעלייגט טישן, באדעקט מיט דיקע גלאנציגע בלויע געקעסטעלטע פלאסטיק-טישטוכער, וואסהאבן מיר דערמאנט פונעם העמעד וואס כ'האב געהאט און חדר, ארום די טישן זענען געווען אויסגעלייגט א ריזן אויסוואל פון אלע סארטן בענקלעך, רוב פון זיי קאך בענקלעך, פון אלע מינים פארבריקן, דעזיינ'ס, סטייל'ס, און קאלירן, נאר ארום צוויי דריי בענקלעך האבן געהאט א פאר.

צוויי גרויסע ברייטביינערדיגע זוילן האלטן אונטער דעם דאך-וואס האט איבערוואג פונעם גרויסן לאסט נוי סיכה- צו די זוילן איז מחובר אזא שטיקל אויף וועלכע עס איז געווען פלאצירט בשמים, אינעווייניג פונעם שאנק האבן מיר געטראפן זמירות, וואס אויפן אינטערשטן זייטל האט עס נאך א ישר כח פאר א 25 יעריגער אינגערמאן.

אונעם אמצע פון ביהמ"ד זענען דא די צוויי עיקר זאכן פונעם מקום, די באלעמער, וואס דעראויף איז ארויפגעקלעפט צוויי מאפע'ס מיטן תחום שבת און געוועזענער עירוב, און די פרינדזשעס איז שוין לאנג נישטא, אויף דעם באלעמער פארן דורך וועכענטליך גרעסערע סכומים, אויסצוהאלטן די צענדליגע פריוואטע אונטערנעמונגען פון ר' פנחס מיילך.

אויף לינק'ס ממש צווישן די צוויי זוילן, ליגט א טיש מיט א עמוד, און דעם עמוד ליגן ר' מאיר בעל הנס פושקעס אונטער אלע סארטן ארגענעזאציעס און מוסדות'ער, דריי פאר ברילן קעגן די שלשה אבות, א צוקנייטשטע טלית בייטל, און א אלטער מונקאטשער סידור, אזוי אויך עטליכע ליסטעס פון אלטע שנדר'ס וואס זענען נישט באצאלט געווארן אין די לעצטע צוויי שמיטות.

א שיינע רביש'ע בענקל איז צוגעריקט צו דעם טיש, דאס איז ר' פנחס מיילך'ס כסא מלוכה, ווען ער זיצט דערויף און זיינע צוויי חשוב'ע אייניקלעך שטייען דערנעבן, זעט ער אויס ווי א קעניג פון צוויי הונדערט יאר צוריק, וואס זיצט אויפן שטוהל, מיט צוויי לייבן אויף די זייט...

מיר האבן זיך אריבערגעשטופט די טישן און בענקלעך, און אנגעהויבן צו גיין בארג-ארויף צום טיר אויפן מזרח וואנט,וואס דאס פירט צום וועלט בארימטע לעגענדארער-קאסטענדע זעלטענע.....

מקוה פון ניו העמפשעיר !!!!

***

צוערשט איז געווען א קליינע לאבי בעפארן אריינגיין צום מקוה, עפעס גרעסער פון וויפל איין מענטש קען אריינגיין, עס ליגן דארטן דריי קעסטלעך: א שווארצע פאר גענוצטע האנטוכער, די גרינע פאר 'פרישע' האנטוכער, און די זילבערנע מיט אביסל זייף און שעמפאו, גאר שטרענגע ווארענונגען הענגען אויף אלע זייטן, אז השמר והזהר, היות דער מקוה איז א פריוואטע אינטערנעמונג, און די הוצאות פון די אכצן גאלאן וואסער וואס מ'גיסט אריין יעדן ערב ראש חודש אינעם בור איז מער פון וויפל מ'קען זיך ערלויבן, אשע"כ מוז יעדער אויסדריקלעך באצאלן די סכום פין 'אכצן' דאלער (ח"י דאלער –לזכר אז מ'איז ארוס לעבעדיג פון דארט), און אינאיינוועגס וועט מען אין דעם שוין אריינרעכענען דעם האנטוך אויך, כאטש וואס האלב דערפון בלייבט אופן קערפער ביים זיך אפטרוקענען.

עפענענדיג דעם טיר האט אונז א געדעכטער פארע אריינגעפראסקעט אין פרצוף אריין, אזש דער ברילן איז אונטער א מיל-סעקונדע געווארן שטארק פארנעפלט, מימין ומשמאל ליגן אויסגעצויגן קורצע שמאלע בענק, איין באנק אויף די רעכטע זייט פונעם טיר, די צווייטע אויפן לינקע.

אריינטרעטענדיג איז די שיך געווארן דורך געווייקט פון די מקוה וואסער וואס האט נישט אויפגעהערט צו פארפלייצן דעם גאנצען ארום, ביים ווינקל איז זיך געשטאנען, שעמעדיגערהייט א כלים מקוה בור, וועלכע האט גאר געדרייטע און שפיציגע שטיגן פון ביידע זייטן,און נעמט אויף האלב פון די פלאץ אין מקוה, מ'קען נישט גיין ווי געהעריג אויף די שטיגן, אדער בלייבן די פינגער פון די פיס שטעקן, אדער גליטשט מען זיך אויס, אויב גייען דארט אריין מער פון צוויי אהאלב אידן, דאן רינט די וואסער תיכף אריבער...

אויבן איז דא נאך א שורה שטיגן, וואס פירן נישט אין ערגעץ, אונטער דעם איז געווען באהאלטן מיט א גאנצע הויפן האנטיכער דער 'מי גשמים' בור, די נפלאות הבורה האבן ארויסגעשטארט, אנכאפנדיג דעם צוים פונעם מקוה, נאכן כאפן א געזונטער בריה, האט מען געזעהן אז דער צוים איז גאר געמאכט פון קופערנע וואסער רערן, נאכדעם ליגט א ראדיעטער וואס חוץ פון קולות טיט דאס גארנישט.

די וואסער איז געווען בריעדיג הייס, אזוי אז מ'האט זיך געגעבן א טובל, און ארויס צום נעסע ערד.

א קליין ווענטל טיילט אפ צו די שויערס עריע, דארט איז אויך דא ביי דריי ווענט אזעלעכע שמאלע בענק מלא ספלינטער'ס, און ביים פערדן וואנט זענען דא דריי שויערס וואס טראפן אראפ אביסעלע לוילעך וואסער, איינס פון זיי האט א פירהאנג, די צווייטע האלט שוין ביים אראפ פאלן, און דאס לעצטע האט שוין בכלל נישט.
א חוצפה און א עזות!
האסטו מיר געהערט אזאנס???
ניק אוואטאר
האסטו געהערט אזאנס?
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 56
הצטרף: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:37 pm
האט שוין געדאנקט: 68 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 44 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך נייעס » מיטוואך מאי 24, 2017 2:23 pm

WOW
WOW
געוואלדיג אין די וועלט
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך מאי 24, 2017 9:41 pm

א ריזיגע דזשאב!!!

איך בין אין ניו העמפשיר נישט געווען און די ביהמ״ד נישט געזען, ביז יעצט.... איך האב מיר געדארפט צושטאפן די אויערן פון די פארטייבענדע גרידזשעס וואס דיינע לעבהאפטיגע זאצן האבן אויפגעשפילט, זיך ארונטערגעבויגן ביים לאבי, און זיך געטראפן קלאצן אין די מאפעס אויפן באלעמער. זיי אזוי גוט און קום מיר אפווישן מיינע פארהויכטע ברילן....

קונסט!
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך שעפעלע » דאנערשטאג מאי 25, 2017 10:32 am

wow wow
איך בין נאך קיינמאל נישט דארט געווען, אבער איך האב עס הנאה געהאט צי ליינען...
א געלונגענע שריפט !!!!!
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך יהודי » פרייטאג מאי 26, 2017 12:27 am

הערליך שיין!
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך היטל » פרייטאג מאי 26, 2017 3:55 pm

וואס איז נייעס,
זאג די שיך האט זיך שוין אפגעטריקנט טאמער נישט קען איך דיר בארגן מיינ'ס (פארשטייט זיך פאר אפאר טאלער)
א הערליכע שיינע זיסע שריפט מלא חן !!!!
היטל
 
הודעות: 3
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:33 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג מאי 28, 2017 1:11 pm

הערליך!

דער ווענעציער ש"ס איז טאקע ארגינעל? אויב יא, קען דאס דעקן אלע קאסטן.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » זונטאג מאי 28, 2017 1:46 pm

עמעזינג ! ! !
! ! ! !
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך יאהאן » זונטאג מאי 28, 2017 11:25 pm

דער שרייבט פיין, וואס פיין? גאר פיין! מיט אזאנע פארביגע קאלירן...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך בוקי בן יגלי » זונטאג יוני 04, 2017 2:05 pm

האסטו געהערט אזאנס? אריינגעקומען, אפגעשריבן און פערטיג. נישטא מער.

האלא, געהערט אדער נישט געהערט, קיין נפק"מ. לאמיך דיר זאגן, איך בין נאך קיינמאל נישט געווען דארט, און איך וויל נישט גיין מער ווייל איך האב מורא אז איך וועל זיך נישט קענען באהערשן און אזוי לאכן ביים זעהן די זאכן לעבעדיג אז איך וועל חלילה פארלירן דעם אטעם.

אבער דו האסט געמאכט א מעסיוו דזשאב, און יא, איך זאג דיר קלאר אז איך ערווארט פון דיר נאך אזאנע, און נאר אזוי וועט פון דעם קרעטשמע עפעס ווערן.
בוקי בן יגלי
 
הודעות: 13
הצטרף: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:11 pm
האט שוין געדאנקט: 5 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 30 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך האסטו געהערט אזאנס? » זונטאג יוני 04, 2017 10:30 pm

דאנקע בן יגלי, די שול שטייט מער נישט, עס איז געווען אזא זכרון להולכים...
א חוצפה און א עזות!
האסטו מיר געהערט אזאנס???
ניק אוואטאר
האסטו געהערט אזאנס?
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 56
הצטרף: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:37 pm
האט שוין געדאנקט: 68 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 44 מאל

Re: מיין הספד אויפן אלטן שול...

הודעהדורך בוקי בן יגלי » מאנטאג יוני 05, 2017 1:47 am

נו, אויב אזוי האב איך נישט מורא אהין צו גיין מער...
בוקי בן יגלי
 
הודעות: 13
הצטרף: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 12:11 pm
האט שוין געדאנקט: 5 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 30 מאל


צוריק צו קונסט און פאעזיע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron