יעצט איז: מוצ"ש יוני 24, 2017 11:42 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך יולי 29, 2015 3:30 am

אויף פארק לעין איז היינט א הויז ארויף אין פלאמען.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג אוגוסט 02, 2015 4:00 am

כ"ק אדמו"ר מ'תולדות אברהם יצחק איז געווען דעם שבת אין מאנסי לרגל דאס אויפרוף פון אן אייניקל, א זון פון זיין איידעם הרב משה יעקב הורוויץ, דער ספינקא עירמאנט רבי. די חתונה וועט פארקומען די וואך אין טאהש.

מוצאי שבת איז פארגעקומען א גרויסער פארשפיל אין דעם ספעציעלן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן בחצר בית המדרש ספינקא עירמאנט.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך טהור עיניים » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 4:59 am

יוניאן ראוד איז די טעג פארשפארט צווישן מאריס און סטאונהאוז (שוין צום וויפילטן מאל), איך מיין אז דאס מאל גייט מען שוין עכט איבערבויען יענעם בריקל דארט. איך בין זייער נייגעריג ווילאנג דאס גייעט געדויערן, האט איינער א השגה?
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך מסודר » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:41 pm

א פרישע קלאגע א אנטקעגן די מאנסי מוסדות איבער די שוואכע סעקולערע עדיוקעשאן וואס די קינדער באקומען אין געוויסע מוסדות, פאר מער ליינט דא:
http://www.lohud.com/story/news/educati ... /75893324/

נישט אז איך שטיץ די גרופע, אבער ס'איז שוין צייט פאר א תיקון גדול אין דעם הינזיכט, די מנהלים זאל אנטשידן אויב מען מעג מאריך זיין.
מסודר
 
הודעות: 15
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:38 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יוני 27, 2016 3:42 pm

ראקלענד קאונטי לעגיסלאטור ר׳ אהרן בנציון ווידער הי״ו האט געמאלדן אז ער וועט לויפן פאר׳ן ניו יארק סטעיט אסעמבלי. ער וועט לויפן פאר׳ן 98׳סטן אסעמבלי דיסטריקט וועלכע נעמט אריין ראקלענד קאונטי און אראנדזש קאונטי.

אין א טעלעפאנישע געשפרעך מיט ר׳ אהרן בנציון, זאגט ער פאר ״קול העולם אידיש״ אז זיין באשלוס נאכאמאל צו לויפן פאר׳ן סטעיט אסעמבלי (טראץ וואס ער האט שוין 2 מאל פארלוירן) קומט וויבאלד מען שטייט אין א וואקלדיגע וואל-יאר און די דעמאקראטישע פארטיי איז באזונדער שטארק געווארן לאקאל אין אראנדזש און ראקלענד קאונטיס, וואס געבט אים א שטארקן שאנס צו געווינען.

״א איד געבט קיינמאל נישט אויף״ - זאגט ר׳ אהרן בנציון, צולייגנדיג די דעטאלן אז די ספעציעלע דעמאקראטישע פריימערי פאר׳ן אסעמבלי זיץ פונעם 89סטן דיסטריקט וועט פארקומען סעפטעמבער 13, און דער אלגעמיינער פארמעסט וועט פארקומען אין נאוועמבער, און ער איז קאנפידענט אז ער וועט געווינען מיט א שטארקע מערהייט.

-קה"א-

כלל ישראל ווינטשט אים הצלחה בכל עניניו ויצליח בכל אשר יפנה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יוני 27, 2016 5:07 pm

א פייער האט אויסגעבראכן אין די בוידעם פון א געביידע אויף 29 דשעפארסען אין ניו סקווער בערך 2:25, ערשטע הילף מיט הצלה האבן אוועקאאירט די בנין,
5 פייער קאמפעניס פון די ארימיגע געגנטער האבן געארבעט צו פארלעשן די פייער, נאך בערך א 3/4 שעה איז די פייער פארלאשן געווארן מיט שאדנ'ס פאר די געביידע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג מאי 21, 2017 11:55 am

דער ארטאדאקסישער יונגערמאן ר׳ יצחק אולמאן הי״ו איז געשטעלט געווארן צו דינען צייטווייליג אלס דער נייער ראמאפא טאון סופערווייזער אין מאנסי, נאכדעם וואס דער ביז יעצטיגער סופערווייזער, קריסטאפער סענט לאורענס, האט פרייטאג רעזיגנירט פון אמט נאכדעם וואס א דזשורי האט אים דערקלערט שולדיג אויף שווינדל קלאגעס.
סענט לאורענס, באקאנט לאנגע יארן אלס שטארקער אוהב ישראל וועלכער האט נאכאנאנד געטאן טובות פאר׳ן לאקאלן אידנטום און איז געווען א זעלטנהייט אין די פארפּעסטיגטע אנטי-אידישע פאליטישע ענווייראמענט אינעם ראיאן, איז דערקלערט געווארן שולדיג אויף 20 פון די 22 פעדעראלע קלאגעס וואס זענען געווארן ארויסגעשטעלט קעגן אים, אז ער האט געפעלשט די טאון ביכער צו קענען בויען א לאקאלן סטאדיום.
ער האט גלייך נאכ'ן דזשורי אורטייל רעזיגנירט און ר׳ יצחק אולמאן וועט איבערנעמען אלס נייער צייטווייליגער טאון סופערווייזער.
ד'א
בייגעלייגטע פיילס
די ק.jpg
די ק.jpg (59.04 KiB) געזעהן געווארן 206 מאל
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: נייעס און פאסירונגען אין מאנסי

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 29, 2017 11:05 am

דער פאטער פונעם ישיבה בחור וועלכער איז שווער פארוואונדעט געווארן פון א קאר עקסידענט פאראיאר זומער נעבן מאנסי, האט אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן די לאקאלע פאליציי, זאגנדיג אז זיי האבן פארנאכלעסיגט די אויספארשונג ארום דעם עקסידענט.
דער עקסידענט האט פאסירט ווען דער פאליציי אפיציר, דזשאנאטאן מאסקערא, האט ווילד געדרייווט און אראפגעקלאפט 2 בחורים, פון וועלכן דער בחור מרדכי טאוויל איז אומגעקומען און דער בחור דוד מאלדענאדא האט געליטן שווערע וואונדן.
דער אפיציר מאסקערא איז בלויז מילד באשטראפט געווארן, טראץ וואס ס'איז קלאר געווען פון דער אויספארשונג אז ער האט צוגעברענגט די טראגעדיע. דער טאטע פונעם פארוואונדעטן בחור דוד מאלדענאדא קלאגט דעריבער די פאליציי, פארלאנגענדיג גרוטליכערע אויספארשונגען און שטראפן אויפ'ן פאליציי אפיציר.
ד'א
בייגעלייגטע פיילס
די ק.jpg
די ק.jpg (56.13 KiB) געזעהן געווארן 159 מאל
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט