יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:42 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א

הודעהדורך וויליאמסבורג » מיטוואך מאי 17, 2017 11:23 am

כ"ק מרן אדמור מסאטמאר שליט"א האט זיך דעם מאנטאג בהר בחקותי ארויסגעלאזט אויף א מסע הקודש קיין איירופע מיטן ציל לחדש אורה פון עיר האבות סיגוט יצ"ו
פאלגט נאך ווייטערדיגע באריכטען מיט דעטאלן
וויליאמסבורג
 
הודעות: 8
הצטרף: פרייטאג מאי 12, 2017 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

הודעהדורך וויליאמסבורג » מיטוואך מאי 17, 2017 11:27 am

אום מאנטאג 3:20 נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א פארלאזט ביתו נאוה קודש, ווערענדיג באגלייט דורך פילצאליגע אברכים ובחורי חמד וועלכע האבן געזינגן ניגוני כי מלאכיו א.א.וו.
דער רבי שליט"א איז אנגעקומען צום נוארק לופטפעלד, וואו דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה אין א פריוואטן צימער, און דערנאך ארויף אויפן פליגער וועלכע האט בשטומ"צ זיך געהויבן אום 6:20 נ. מ. אויפן פליגער האט דער רבי שליט"א מנחם אבל געווען מוה"ר אברהם וואלף שטויבער הי"ו וועלכער געפונט זיך בתוך ימי האבל נאך די פטירה פון אמו הישישה ע"ה און איז געפארן קיין אנטווערפן דארט משלים צו זיין די ימי השבעה צוזאמען מיט די געשוויסטער.

מסע הקודש – ערשטער טאג – דינסטאג בהר בחוקתי

דינסטאג אום 7:25 אינדערפרי (בעלגישער זייגער) האט דער פליגער פונעם רבי'ן שליט"א געלאדענט אין בריסל לופטפעלד, און איז אפגעווארט געווארן דורך די ראשי ופני קהלתינו הק' פון אנטווערפן. אויף דער אינטערווענץ פון די חשוב'ע עסקנים, האט מען שנעל מסדר געווען אלע פארמאליטעטן, און דער רבי שליט"א האט גלייך פארלאזט דעם לופטפעלד, אויפן וועג קיין אנטווערפן.
אין אנטווערפן איז דער רבי שליט"א צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ליפא בערקאוויטש הי"ו מראשי קהלתינו הק', און נאך א קורצע אפרוה איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צום ביהמ"ד הגדול דקהלתינו הק', וואו דער רבי שליט"א האט געדאווענט שחרית צוזאמען מיט די בחורי חמד און ילדי תשב"ר פון מוסדותינו הק' אין אנטווערפן.
נאכ'ן דאווענען האט דער רבי שליט"א געפראוועט א מסיבת לחיים צוזאמען מיט די בחורים און תשב"ר וועלכע האבן געזינגן ניגוני התעוררות ודביקות. דערנאך האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אם בחוקתי תלכו, געבויט אויף די ווערטער פונעם אור החיים הק' אז דאס גייט ארויף אויף די מצוה פון תפילין, וואס ביי תפילין זעט מען אז עס דארף זיין קודם יראת שמים און נאכדעם לימוד התורה, וואס נאר אזוי קען די תורה האבן א קיום. דער רבי שליט"א האט מאריך געווען מיט דברי מוסר איבער יראת שמים און מדות טובות.
נאכדעם האבן די קינדער ווייטער געזינגן און מ'איז אריבער שלום נעמען.
דער רבי שליט"א איז דערנאך אריבער לבית האכסניא, וואו ער האט אום 3:00 אנגעהויבן אויפצונעמען די נדיבים בעם וואס האבן זיך באשטייערט מיט גרעסערע סכומים לטובת בנין בית מדרשינו החדש אין אנטווערפן.
אום 6:30 איז דער רבי שליט"א ערשינען אויף א באזוך בבית הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א וואו עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס בדברי תורה וחסידות, און דערנאך איז דער רבי שליט"א ערשינען אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל פאגעל הי"ו רוח החיים פון קהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואו עס איז פארגעקומען א מסיבה פאר נגידים בעם לטובת הקהלה, וועלכע זענען דערנאך אריין בקודש פנימה.
פון דארט איז דער רבי שליט"א ערשינען אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל ישכר בן הרה"ג רבי שמעי' לעוו שליט"א, וואו עס איז דא קבלת קהל פאר'ן גאנצן ציבור אויף א מוסטערהאפטן סדר.

קרעדיט: מערכת בחצרות
וויליאמסבורג
 
הודעות: 8
הצטרף: פרייטאג מאי 12, 2017 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך מאי 17, 2017 6:45 pm

עיר האבות סיגוט? :?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך וויליאמסבורג » מיטוואך מאי 17, 2017 7:46 pm

ווער איז דער ר' אברהם זאב שטויבער?
וויליאמסבורג
 
הודעות: 8
הצטרף: פרייטאג מאי 12, 2017 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך מאי 17, 2017 9:11 pm

פון מאנסי, א ברודער פון ר׳ חיים משה און ר׳ ישעי׳ יעקב
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך וויליאמסבורג » פרייטאג מאי 19, 2017 12:40 pm

מסע הקודש – ערשטער טאג – דינסטאג בהר בחוקתי (המשך)

דינסטאג נאכמיטאג האט דער רבי שליט"א באשיינט די מסיבה פאר נגידים וועלכע האבן זיך משתתף געווען מיט גרעסערע סכומים לטובת דעם קרן הבנין פון קהלתינו הק' אין אנטווערפן, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין שטוב פון הרה"ג רבי ישראל ישכר לעוו שליט"א ראה"כ חושן-משפט אין אנטווערפן, ביי וועלכן עס האט זיך אויך משתתף געווען זיין פאטער הגה"צ דומ"ץ וראה"כ דקהלתינו הק' בלאנדאן שליט"א און נאך, אין שפיץ פון הגה"צ גאב"ד אנטווערפן שליט"א.
נאך די מסיבה האט מען געדאווענט מנחה דארט אין שטוב, און פון דארט איז דער רבי שליט"א אריבער צום בנין בית מדרשינו הגדול וואו עס האט זיך פארזאמעלט דער גאנצער ציבור אנ"ש און נאך אידן מתושבי העיר, וועלכע זענען מקבל פנים זיין דעם רבי'ן שליט"א. דער אויבן-אן איז געווען באשיינט מיט דאס השתתפות פון פילצאליגע רבנים גאונים וצדיקים, רבני העיר שליט"א, צווישן זיי דער אנטווערפענער רב שליט"א, כ"ק אדמו"ר מספינקא-אנטווערפן שליט"א און נאך.
ווי נאר דער רבי שליט"א האט זיך באוויזן ביים טיר, האט דער ציבור ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגן געזאנג מיט גרויס התרגשות. דאן האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות במשך א שיינע וויילע, בעת דער ציבור איז געווען שטארק מרוגש נאכאמאל צו האבן די זכי' מקבל פנים צו זיין פני קדשו פון רבי'ן שליט"א, נאכדעם וואס שוין צוויי יאר צוריק האט דער רבי שליט"א אפגעשטאט א באזוך אין די שטאט, אין א צייט ווען דער ביהמ"ד איז נאך געווען היבש רוי. אצינד איז דער היכל הביהמ"ד הערליך פארענדיגט, ומעלין בקודש בויט מען ווייטער די אנדערע שטיבלעך לתורה ותפלה לפאר ולרומם את בית ה'.
בשם די קהלה האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי בעריש קאהן שליט"א ראה"כ וועלכער האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשם כל הקהל הקודש, און ארויסגעברענגט ווי שטארק דער ציבור לעכצט צו הערן דברי הדרכה וחיזוק. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער אנטווערפענער רב שליט"א, וועלכער האט בשם די תושבי העיר מקבל פנים געווען דעם רבי'ן שליט"א, ובין הדברים האט ער ארויסגעברעגט ווי דער ביהמ"ד פון קהלתינו הק' איז א ליכטיג ווינקל פאר די גאנצע שטאט, אידן וואס זוכן א געהעריגן רחבות'דיגן מקום וואו עוסק צו זיין בתורה, ווייסן אז דאס פלאץ דערצו איז אין דעם ביהמ"ד, און עס איז א מגדול אור פאר אלע בני העיר.
דאן האט דער רבי שליט"א געוואונטשן לחיים, און משמיע געווען דברות קודש, שטעלענדיג זיך אויפן פסוק "אם בחקותי תלכו" וואס דער רבי שליט"א האט אויסגעטייטשט בדרך מוסר וחיזוק, זייענדיג ממשיך מיט דברי הדרכה פאר'ן ציבור, איבער קביעת עתים לתורה אינדערפרי און אויפדערנאכט. דער רבי שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'איז טאקע א כבוד אז אידן פון איבער די גאנצע שטאט קומען לערנען אין דעם ביהמ"ד, מ'נעמט יעדן אויף בסבר פנים יפות, אבער אנ"ש דארפן וויסן אז דער ביהמ"ד איז געבויט געווארן פאר אונזער ציבור, און מ'דארף כסדר קומען אין ביהמ"ד אריין, לערנען און דאווענען. דער רבי שליט"א האט אויך ארומגערעדט איבער קדושת ביהמ"ד, אכט צו געבן נישט צו רעדן ביים דאווענען און לערנען, און בעניני חסד, עוסק צו זיין בגמילות חסדים איינער מיטן צווייטן.
בסיום דבריו האט דער רבי שליט"א ארויסגעברעגט רגשי לבבו צו טרעפן דעם ביהמ"ד אזוי שיין אהערגעשטעלט, כליל בהדרו ויפיו, ובפרט פון דעם גרויסן היכל התורה וואס ווערט גערופן לשם ולזכר אביו מרן רביה"ק הברך משה זי"ע, וואס איז א געוואלדיגער כבוד און זכות, און דער רבי שליט"א האט מסיים געווען מיט ברכת קדשו פאר'ן גאנצן ציבור.
גלייך נאך די מסיבה האט מען געדאווענט מעריב וספירת העומר. פון דארט איז דער רבי שליט"א צוגעפארן קיין ווילרייק, אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וועלכער געפונט זיך דארט אויף אפרוה. עס איז פארפירט געווארן א הערליכער שמועס איבער הרה"ק רבי מאטעלע טשערנאבלער זי"ע וועמענס יומדה"ל עס איז אויסגעפאלן א טאג פריער, און איבער אנדערע צדיקים. דער שיינער שמועס האט זיך פארצויגן נאנט צו א האלבע שטונדע, ווען אינצווישן האט מען אריינגעברענגט כיבוד, און מ'האט זיך ווארעם אנגעוואונטשן. נאכ'ן באזוך האט דער פשעווארסקער רבי שליט"א ארויסבאגלייט דעם רבי'ן שליט"א ביז צו די אויטא.
אנקומענדיג צוריק קיין אנטווערפן איז דער רבי שליט"א צוגעפארן צו די אכסניא, וואו עס איז געווען קבלת קהל במשך עטליכע שעות נאכאנאנד.

מסע הקודש – צווייטער טאג – מיטוואך בהר בחוקתי

מיטוואך גאנץ פרי, אום 6:20 פארטאגס איז דער רבי שליט"א ערשינען אין היכל ביהמ"ד דקהלתינו, וואו דער רבי האט געדאווענט שחרית צוזאמען מיט א שיינעם ציבור אנ"ש.
א קורצע צייט נאכ'ן דאווענען, אום 8:30 האט דער רבי שליט"א פארלאזט אנטווערפן, איבערלאזענדיג הויפענס מיט השפעות פאר'ן ציבור אנ"ש ביי וועמען דער קורצער אבער רייכער באזוך, וועט אויף לאנג געדענקט ווערן.
דער רבי שליט"א איז צוגעפארן צום "דורנע לופטפעלד" אין באגלייטונג פון די ראשי קהלתינו ואנ"ש וועלכע האבן זיך געזעגענט מיטן רבי'ן שליט"א מיט גרויס התרגשות.
דער רבי שליט"א איז ארויסגעפארן מיט א פריוואטע פליגער אויפן וועג קיין לעמבערג, אנהייבנדיג דעם מסע "ימי אורה" פוקד צו זיין מקום מנוחתם פון די צדיקים קדושי עליון זי"ע.
אומגעפער 11:00 איז דער ציבור אנגעקומען קיין לעמבערג, וואו עס איז געווען פת שחרית אין א זייטיגן צימער. אינצווישן איז דער רבי שליט"א אנגעקומען צום לופטפעלד, און דער גאנצער ציבור איז דורך שלום נעמען.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג פוקד צו זיין די ציונים הקדושים, וואו מ'האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. אויף יעדעס פלאץ עקסטער איז דאס התעוררות געווען גאר גרויס, און ס'איז נישט מעגליך צו שילדערן מיט ווערטער. ווי אונזער שטייגער ברענגן מיר נאר די טרוקענע באריכטן, זייענדיג פארשטענדליך אז מ'פארשטייט אליינס אז התרגשות'דיגע מאמענטן איז שווער צו שילדערן מיטן שריפט.
די ערשטע סטאנציע איז געווען אין זידיטשוב, וואו מ'איז קודם אריין אין אוהל פון הרה"ק רבי צבי הירש מזידיטשוב זי"ע בעל עטרת צבי, וואו מ'האט געצינדן ליכט, און דערנאך אנגעהויבן תהלים. דער רבי שליט"א האט מכבד געווען נכדו הרה"ג רבי דוד אלימלך הלברשטאם שליט"א פארצוזאגן תהלים. מ'האט געזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז. דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך, ווען דערביי האט מען געזינגען ניגוני התעוררות. פון דארט איז מען אריבער צום אוהל פון הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשובער זי"ע וואו מ'האט ממשיך געווען מיט אמירת תהלים פון קאפיטל ק"ח ביז קאפיטל קי"ט פאר'ן עמוד האט געזאגט הגה"צ ר' יואל שליט"א רב ביהמ"ד בית ברוך דקיט"ל קרית יואל, דערנאך האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך, און מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות.
פון דארט האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בעלזא, א וועג פון א שעה צייט. עס איז געווען צוגעשטעלט טועם צו זיין אינעם בנין הכנסת אורחים הארט נעבן דעם ביה"ח. דאן איז מען ארויס צום ציון, מקום מנוחתם פון די צדיקי בית בעלזא, הרה"ק השר שלום זי"ע, בניו הרה"ק רבי יהושע זי"ע והרה"ק רבי אלעזר זי"ע און נכדו הרה"ק מהרי"ד זי"ע. ביים טויער פונעם ביה"ח האט דער רבי שליט"א געזאגט די ברכה און געגעבן צדקה פאר "צדקת רבי מאיר בעל הנס כולל עצי חיים" אין די פושקע וואס איז געהאלטן געווארן דורך אחיו הגה"צ רבי שלום אליעזר שליט"א נשיא הכולל. דער רבי שליט"א האט געצינדן ליכט, און דערנאך האט מען געזאגט תהלים פון קאפיטל ק"כ ביז סוף תהלים פארגעזאגט דורך החתן חיים הלברשטאם נ"י נכד צדיקי בית בעלזא. דאן האט דער רבי שליט"א געליינט קוויטלעך און מ'האט געזינגן ניגוני התעוררות.
נאכ'ן פוקד זיין דעם ציון, איז דער רבי שליט"א ערשינען אין ביהמ"ד פונעם בנין הכנסת אורחים, וואו מ'האט געדאווענט מנחה, און עס האט זיך אנטוויקעלט א שיינער שמועס איבער די צדיקי בית בעלזא זי"ע און נאך.
פון דארט איז מען צוריקגעפארן קיין לעמבערג אויף א לינת לילה.

דער באריכט פון נעכטיגן טאג אין פרימישלאן, סאסוב, און האניפאלי וועט אי"ה נאכפאלגן.

אצינד - 12:00 אזייגער מיטאג (לאקאלע צייט אין אוקריינא) - האט מען בס"ד פארענדיגט א התעוררות'דיגער מעמד בקשת רחמים אין בארדיטשוב ווי מען האט פוקד געווען דעם ציון הק' פונעם סנגורן של ישראל דער הייליגער קדושת לוי זי"ע.

ווייטער'דיגע באריכט פון די געהויבענע מסע הקודש
וועט אי"ה נאכפאלגן (קרעדיט:בחצרות)
וויליאמסבורג
 
הודעות: 8
הצטרף: פרייטאג מאי 12, 2017 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך שעפעלע » פרייטאג מאי 19, 2017 12:47 pm

אפשר ביסטו משפיע עפעס בילדער ?
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: מסע הקודש "ימי אורה" מיט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"

הודעהדורך וויליאמסבורג » מאנטאג מאי 22, 2017 8:33 pm

JDN האט שוין ארויפגעלייגט בילדער אויף זייער וועב זייטעל
וויליאמסבורג
 
הודעות: 8
הצטרף: פרייטאג מאי 12, 2017 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron