יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 23, 2017 1:43 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:07 pm

מיר א חידוש אז עס נישט פארהאן א טעמע איבער די נושא און די נייעסן איבער דעם זענען פשוט צעשפרייט און צעפלויגן. פון היינט און ווייטער באריכטס אלע איבער דעם אין די טעמע, פליז.

- - -

שוין א לאנגע צייט וואס דער סירישע פרעזידענט באשאר אל אסאד שטייט אויס א רעוואלוציע פון געוויסע פארטייען אינערהאלב סיריע. פונקטליך ווער די זייטן זענען און וואס זיי ווילן ווייסט מען נישט, אויסער אייסיס וואס וויל ווערן אינגאנצן באלעבאס און אויסהארגענען די גאנצע וועלט.

ווען די רעוואלוציע האט זיך אנגעהויבן דעמאלטס אין די אראבישע פרילינג ווען אסאך אנדערע דיקטאטורן זענען געפלויגן האט יעדער געהאלטן אז דער אסאד וועט אויך פליען אין גיכן. די גאנצע וועלט האט פארלאנגט זיין רעזיגנאציע און אמעריקע האט אפי׳ געשיקט געווער פאר געוויסע רעבעלן גרופעס. אסאד האט זיך אבער נישט דערשראקן אין געהאלטן פעסט קריג קעגן די רודערער ביי אים אין לאנד, ווערנדיג געהאלפן דורך זיינע שאיאטישע פריינט איראן און איר ידה אריכתא חיזבאלא.

נעמענדיג די שלאכטן צו א נייע שטאפל האט אסאד זיך איין שיינעם טאג באנוצט מיט כעמישע וואפן קעגן זיינע בירגער. דאס האט פאראורזאכט א וועלטליכע טומל און ספיעציעל געלייגט פרעשור אויפן אבאמא אדמיניסטראציע וועלכע האט געהאט געווארענט אז כעמישע וואפן באנוץ איז א ״רויטע ליין״ פאר איר. אין די ענדע איז אבער די וועלט שטיל געבליבן און גארנישט געטאן אויסער דאס געבן רשות פאר רוסלאנד צו זיין דער אבאכגעבער אז אסאד שיקט ארויס אלע זיינע כעמישע וואפן זאפאסן פון סיריע. דאן, און ווי אויך נאך אבאמא׳ס לויזע און פאסיווע צוגאנג צו אייסיס׳ מאסיווע טעריטאריע אויסברייטערונג, האט זיך אבער ארויסגעשטעלט אז רוסלאנד האט גאר גענומען אן אקטיווע זייט מיט אסאד, ארויסהעפלנדיג זיינע קרעפטן מיט באמבאדירונגען אויף רעבעלן גרופעס אפי׳ די נישט אפיליאירט מיט אייסיס.

דאס האט ווארשיינליך געפירט דערצו אז לעצטע וואך האט די אדמיניסטראציע גענומען די פאזיציע אז אסאד מעג פארבלייבן אין מאכט אין א שליכטונג צו די סירישע בירגער קריג. פרעזידענט טראמפ האט געהאט געזאגט אינמיטן די קאמפיין אז ער זעהט נישט פארוואס עס לוינט זיך צו שלאגן דארט אין סיריע ווען עס קען גאר אויפרעגן רוסלאנד אין פירן צו א ברייטערע קריג.

אנהייב די וואך זענען אבער ערשינען שוידערליכע ווידיאוס פון א פרישע כעמישע אטאקע דורכגעפירט פליגער פון די סירישע מיליטער. די בארבארישע סצענעס פון מאסן טויטע קינדער און עלטערע אויסגעשורהט איבער די גאסן האט בארירט די גאנצע וועלט. ספעציעל אפקלינגענד איז געווען די בילד אין ווידיאו פון א טאטע וואס האט פארלוירן זיין פאר צווילינג און אייגענע ווייב און צוגאב צו אנדערע פאמיליע מיטגלידער; אמעריקע - אונטער די טראמפ אדמיניסטראציע - האט באשלאסן אז דאס קען מער נישט פארשווייגן.

ניקי העלי, די אמעריקאנע יו ען אמבאסאדער, האט ביי א יו ען זיצונג שארף געטאדלט דעם רוסישע אמבאסאדאר און צייגנדיג בילדער פון אומגעברענגטע קינדער בייסיג געפרעגט ״וויפיל נאך אזעלכע בילדער דארף די וועלט זעהן ביז רוסלאנד וועט אנהייבן צו קערן?!״ זי האט דאן געסטראשעט אז אמעריקע וועט ניצן אייגענע שריט זאל די יו ען גארנישט טוען דערצו. סעקרעטערי אוו סטעיט טילערסאן האט דאן אויך געלאזט פאלן שארפע ווערטער און פרעזידענט טראמפ האט אויך צוגעלייגט אז אזאנע זאכן גייען אריבער אלע גרעניצן.

פריערט, ארום צעהן נאך ניין, איז באריכטעט געווארן א צוויי מיליטערישע שיפן האבן אויסגעשאסן פופציג קרוז מיסילס קעגן א סירישע לופטפעלד עס איבערלאזנדיג א הויפן ברענעדיגע ברוכווארג. א גענעראל האט שפעטער געזאגט אז דאס איז געווען א מעסעדזש צו סיריע אז אמעריקע קען ארויסנעמען אירע פארבליבענע לופטפעלדער אן קיין שום פראבלעם זאל אסאד אנגיין מיט זיין שריט.

געוויסע פרומע געזעץ געבער דרייען שוין איבער אז דער פרעזידענט דארף האבן אויטאריטעט פון קאנגעדס צו קענען שיסן אויף א צווייטע לאנד, אבער די זאכן פאלן געווענליך אויף טויבע אויערן.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אפריל 09, 2017 12:36 am

שיינע באריכט לייבעלע!
--

די אסאד רעזשים אין א פריוו צו ווייזן אז די אטאקע האט נישט געהאט קיין גרויסע אפעקט אויף די אפעראציעס האט שוין געניצט די לופטפעלד צו הייבן עראפלאנען און באמבאדירט די זעלבע פראווינס "כאמס" וואס איז געווארן אטאקירט מיט די 'סארין' טויטליכע גאז.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג אפריל 09, 2017 10:01 am

רייכע באריכט, שכח לייבעלע
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 5:02 pm

אמעריקע אגט אז זיי האבן געוויסע באווייזן וואס דייטעט אן אז רוסלאנד האט געוויסט פון די כעמישע אטאקע נאך פאר עס איז פארגעקומען.

א רעזעלוציע וואס איז געווארן ארויפגעברענג אין די UN סעקיורעטי קאנסיל צו פארדאמען סיריע פאר די כעמישע אטאקע וואס איז געווארן געשטיצט ביי אלע UN מיטגלידער חוץ צוויי, איז געווארן אנידערגעשטימט און גע'וויטאוד' דורך רוסלאנד וואס האט א "וויטאו מאכט" אין די קאנסיל.

די אנדערע לאנד וואס האט עס נישט געשטיצט איז באליוויע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך שעפעלע » פרייטאג אפריל 14, 2017 5:32 pm

Wow wow

זייער א שיינע באריכט, שכוח לייבעלע.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך שעפעלע » מיטוואך מאי 10, 2017 1:39 pm

דער אמעריקאנער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, האט אונטערגעשריבן אן אויטאריזאציע וואס שענקט ערלויבעניש פאר'ן פענטאגאן צו שיקן פרישע וואפנס פאר די קורדישע קעמפער אין סיריע, זיי צו העלפן באקעמפן אייסיס.
די מעלדונג איבער באוואפענען די קורדישע קעמפער איז געקומען נאכדעם וואס סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט זיך געטראפן מיט טערקישע רעגירונג באאמטע,
און טערקיי האט אויסגעדריקט שטארקע אויפברויז איבער אמעריקע'ס נייע פלאן צו באוואפענען די קורדן, וועלכע טערקיי באטראכט אלס טעראריסטן.
דאס באוואפענען די קורדישע קעמפער קומט אין א צייט וואס דער קאמף פאר קאנטראל אויף דער סירישער שטאט ראקא ווערט שטארקער יעדן טאג, און די אמעריקאנער רעגירונג האט געזאגט אז די וואפנס פאר די קורדן וועט העלפן פארטרייבן אייסיס פון ראקא, די שטאט וואס זי נוצט אלס צענטער-פונקט פון וואו צו פלאנירן פרישע אטאקעס אויף דער מערב וועלט.

ד''א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 11:14 am

די אמעריקאנער רעגירונג איז נעכטן ארויסגעקומען מיט א שאקירנדע אויפדעקונג, זאגנדיג אז די רעזשים פון באשאר אסאד אין סיריע, פארמאגט קרימעטאריומס וועלכע זי נוצט צו פארברענען די קערפער פון סירישע בירגער וועלכע שטארבן פון די ברוטאלע באדינגונגען אין ארטיגע טורמעס.
דער אויפדעקונג איז געמאלדן געווארן דורכ'ן אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט, וועלכע האט פובליצירט סאטעליט בילדער פון א טורמע קאמפלעקס נעבן דעם הויפטשטאט דמשק, און דערנעבן א סטרוקטור וועלכע זעהט קלאר אויס ווי א קרימעטאריום.

דער סטעיט דעפארטמענט זאגט אז די טורמע איז די סעדנאיא טורמע, וואו די רעזשים האלט שוין ארעסטירט טויזנטער און טויזנטער סירישע בירגער וועלכע ווערן באשולדיגט אז זיי האבן געשפילט א ראלע אין די רעוואלוציע און בירגער קריג וואס האט אויפגעפלאמט מיט 4 יאר צוריק, און דער שאצונג פון אינטערנאציאנאלע אבזערווירער איז אז צווישן 20 ביז 50 ארעסטאנטן ווערן אומגעברענגט אין דער טורמע יעדן טאג, און די קרימעטאריום ווערט גענוצט פטור צו ווערן פון די קערפער.
פון איבער דער וועלט האט מען געהערט שאק און פארדאמונג איבער די פרישע אויפדעקונג, מיט א קלארן פאראלעל געצויגן צווישן אסאד און היטלער ימ"ש.
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג יוני 05, 2017 12:14 pm

אמעריקאנער-געשטיצטע רעבעלן אין סיריע האבן נעכטן געמאלדן, אז ס'איז זיי געלונגען צו פארכאפן קאנטראל פון א קריטיש-וויכטיגער וואסער דאמבע אויף דער יופערעיטיס טייך (נהר פּרת), וואס איז ביז יעצט געווען אונטער די הענט פון אייסיס טעראריסטן.
עס איז געווען אן ערנסטער זארג אז די "באאט וואסער דאמבע", וועלכע ליגט ארום פופצן מייל ווייט פון ראקא, די הויפטשטאט פון אייסיס אין סיריע, וועט גענוצט ווערן דורך אייסיס אלס א סטראשע פאר טאטאלן כאאס אין סיריע, וואס אויב רייסן זיי ווען אויף די דאמבע, וואלטן הונדערטער טויזנטער אומגעקומען פון שווערע פארפלייצונגען.
נאורי מאכמוד, א ווארטזאגער פון די רעבעלן, האט דערקלערט אז די דאמבע איז אצינד אונטער זייער פולקאמען קאנטראל און אייסיס האט געהויבן פיס און אנטלאפן פון דארטן.
די רעבעלן האבן סימבאליש געטוישט דעם נאמען פון דער דאמבע, און זיי רופן עס יעצט "די פרייהייט דאמבע".
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: די רעוואלוציאנערישע קריג אין סיריע

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג יוני 13, 2017 11:50 am

די "רויטערס" נייעס אגענטור האט נעכטן פארעפנטליכט פרישע אינטערעסאנטע און דראמאטישע דעטאלן ארום דעם צושטאנד פונעם אייסיס פירער, אבו באקאר על באגדאדי – אין ליכט פון די אומבאשטעטיגטע באריכטן אז ער איז אומגעברענגט געווארן.
לויט רויטערס, געפינט זיך שוין נישט באגדאדי נישט אין איראק און נישט אין סיריע, נאר ער האלט זיך אויף אין די טויזנטער מיילן מדבריות אין די גרעניצן צווישן די צוויי לענדער, וואו ער האט גאר א קליינע גרופע מענטשן וועמען ער פארטרויט, ווייל ער ציטערט אז איינער וועט אים פארראטן און ארויסגעבן פאר אמעריקע וואו ער געפינט זיך, ווייל אמעריקע האט א 25 מיליאן דאלער באלוין אויף זיין קאפ.
לויטן באריכט, נוצט נישט על באגדאדי קיין סעלפאונס און האט בלויז געציילטע שלוחים וועלכע טראגן און ברענגען מעסעדזשעס צווישן אים און זיינע 2 נאענטע ראטגעבער, איאד אל אבעידי און איאד אל דזשומאלי.
על באגדאדי פארט ארום אין די מדבריות מיט א פשוט'ן פארמער טרעקל, מיט בלויז א דרייווער און 2 לייב-וועכטער.
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron