יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 3:29 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

דברי תורה על פרשת השבוע

תורה וחסידות, והמסתעף.

דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך מגיד » דינסטאג דעצעמבער 15, 2015 12:57 pm

פרשת ויגש

היינט ג' טבת איז די יארצייט פון ר' נח בן ר' אברהם ליפשיץ זצוק"ל (המכונה ר' נח מינדעס) פון די שטאט ווילנא. קיין סאך איבער די תולדות פון דעם הייליגען צדיק, וואס נאר פון בליקן אין זיינע ספרים זעהט מען אז ער איז געווען א אדם הגדול בענקים א בקי בכל מכמני התורה, איז נישט באקאנט. איין זאך איז אבער א אומפארלייקענבארע פאקט, ער ליגט ממש נעבן דעם הייליגען ווילנער גאון זי"ע (מיט וועם ער איז געווען א מחותן), און מען האט געלייגט "איין" מציבה פאר די צוויי צדיקים! ווען מען זעהט וויאזוי די הייליגע תלמידים פונעם גר"א שרייבן פון זייער רבי'ן איז לא יאומן צו פארשטיין וויאזוי עס איז מעגליך אז זיי האבן געמאכט איין מציבה פאר צוויי, נאר וויבאלד מען רעדט דא פון נאך א איש גדול וקדוש.
זכותו יגן עלינו.

ער האט מחבר געווען די ספרים "פרפראות לחכמה - נפלאות חדשות", וכשמם כן הם פרפראות לחכמה און נפלאות חדשות, צוויי הייליגע ספרים מיט אומבאשרייבליכע תוכן.
ווען מען נעמט אריין די ספרים אין די האנט זעהט מען בעיקר נאר רמזים, רמזים מיט רמזים. די רמזים אליינס זענען "נפלאות חדשות", ער איז מרמז לויט ראשי תיבות און גימטריאות פלאים'דיגע טייטשן און פשטים, על פי פשט, על פי דרוש ועל פי דרך הקבלה. אבער דאך איז דא אין כמעט יעדע סדרה א ווארט אדער צוויי על פי דרך הדרוש, אן רמזים. און עס איז א ווייטאג אז זיי זענען אומבאקאנט (לפי מיעוט ידיעתי, איך זע קיינמאל נישט נאכברענגען פון זיי, והלואי טעיתי), איך קלער אז עס איז טאקע כדאי אז יעדע וואך וואס עס איז דא פון עם א דרוש זאל איך עס אראפברענגען, לעשות נייחא לנשמתו של אותו צדיק, ושיהיו שפתותיו דובבות בקבר.
די וואך ברענגט ער צוויי דרושים, אבער נישט קיין אייגענע, איינס פון זיין טאטע און א צווייטע בשם חכם א'.



עס איז דא א מדרש אז יהודה האט געזאגט צו יוסף "בנימוסינו נאמר ואם אין לו ונמכר בגניבתו, וזה יש לו", און דאס איז א פלא, ווייל יהודה האט דאך געמיינט אז דער מצרי'שער משנה למלך צו וועם ער רעדט איז א פאלנער גוי, טא וואס פרעגט ער עם אפ פון 'בנימוסינו' כתיב, וואס האט ער מיט דיינע געזעצן?
http://kretchme.org/viewtopic.php?p=6279#p6279

ובשם חכם א' שמעתי, שרייבט דער נפלאות חדשות, אז באמת מוז מען פארשטיין דעם 'נימוסינו' זעלבסט, ואם אין לו ונמכר בגניבתו, ווער וועט ארייננעמען א גנב ביי זיך און שטוב, און נאך צאלן געלט עם צו האבען? נאר, עס שטייט אין פסוק (משלי ו ל) "לא יבוזו לגנב, כי יגנוב למלא נפשו כי ירעב" מען זאל נישט סתם פארשעמען א גנב, ווייל ער גנב'ט צוליב זיין הונגער, קומט אויס אז ווען מען וועט עם פארקויפען אלס קנעכט און ער וועט האבען אלעס גוטס, עסן פון זיין האר'ס ברויט און באקומען פון עם אלע באקוועמליכקייטען (ווי חז"ל זאגן אז הקונה עבד איז כקונה אדון לעצמו, צוליב די אלע התחייבות'ער וואס ער האט צו צושטעלן פארן עבד) וועט ער שוין מער נישט גנב'נען, אויב אזוי איז דאך 'נימוסינו' גערעכט מיט 'ונמכר בגניבתו', און טאקע נאר ביי 'ואם אין לו', ווייל אויב האט ער יא און דאך גנב'ט ער, קען מען עם נישט פארקויפן, ווייל ער וועט ביים אדון אויך גנב'נען.
דאס האט יהודה געזאגט צו יוסף, בנימוסינו שטייט אז 'ואם אין לו, ונמכר בגניבתו', ווייל אויב האט ער יא לוינט עס נישט פאר דער וואס קויפט עם, אויב אזוי, אויב ווילסטו עם נאך נעמען פאר דיינס א עבד קען נישט זיין אז דו האלטסט באמת אז ער איז א גנב, אלא מאי עלילות דברים אתה מעביר עלינו.
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

הודעהדורך מגיד » מיטוואך דעצעמבער 16, 2015 1:39 pm

ואל יחר אפך בעבדך כי כמוך כפרעה

רש"י שטעלט זיך שוין אויף די פשט פון פסוק, און ספעציעל אויף די ווערטער כי כמוך כפרעה.
ר' שלמה גאנצפריעד זצ"ל (דער מחבר פון קיצור שו"ע) אין זיין הערליכן דרוש ספר אפריון זאגט א פשט אין דעם פסוק, בהקדם פשט אין די פסוק (מלכים א יג ד) ויהי כשמוע המלך את דבר איש האלקים אשר קרא על המזבח בבית אל, וישלח ירבעם את ידו מעל המזבח, לאמר תִּפְשֻׂהוּ, ותיבש ידו אשר שלח עליו ולא יכול להשיבה אליו. http://kretchme.org/viewtopic.php?p=6281#p6281
[די פסוק רעדט דארט פון דאס אז נאך וואס מלכות בית דוד איז פארקלענערט געווארן ווען בית ישראל האט אויפגענומען ירבעם פאר מלך, האט ירבעם מורא געהאט אז ווען די אידן וועלן יו"ט עולה זיין צום ביהמ"ק וועלן זיי זיך צוריק אונטערווארפן אונטער רחבעם'ס מלוכה, און האט דערפאר אויפגעשטעלט אין בית-אל זיינע עגלי זהב און א מזבח צו מקריב זיין קרבנות פאר זיי, כדי די אידן זאלן זיך צוריקהאלטען פון גיין קיין ירושלים. דערציילט די פסוק אז אין איינע פון די טעג יו"ט וואס ירבעם האט געפראוועט "בחודש אשר בדה מלבו" ווען ירבעם איז געשטאנען ביים מזבח און מקריב געווען קרבנות, איז אנגעקומען א נביא, איש האלקים, און האט געזאגט מזבח מזבח (כאילו ער רעדט צום מזבח) כה אמר ה', הנה בן נולד לבית דוד, יאשיהו שמו, וזבח עליך את כהני הבמות המקטירים עליך, ועצמות אדם ישרפו עליך (דער מצודות זאגט אז דער נביא האט געמיינט צו זאגן, יעצט פארברענט מען אויף דיר עצמות פון בהמות, אבער דעמאלטס וועט מען פארברענען עצמות אדם. און רש"י זאגט אז אדם מיינט ירבעם, נאר ער האט עם חולק געווען כבוד און נישט ארויסגעזאגט זיין נאמען). און דער איש האלקים האט געגעבען ביום ההוא א צייכן, הנה המזבח נקרע, ונשפך הדשן אשר עליו. ויהי כשמוע המלך את דבר איש האלקים אשר קרא על המזבח בבית אל, וישלח ירבעם את ידו מעל המזבח, לאמר תפשהו, ותיבש ידו אשר שלח עליו ולא יכול להשיבה אליו.]
פרעגט דער אפריון, די פסוק פאנגט זיך אן ויהי כשמוע המלך, און אויף דעם דערציילט די פסוק ווייטער וישלח את ידו מעל המזבח, ווי ער וויל עם כאפן, פארוואס פעלט אויס דער ווארט ירבעם, וישלח ירבעם, מען רעדט דאך פון עם, המלך. נאך מער איז אינטערעסאנט, אז איין מאל רופט עם די פסוק המלך און איין מאל ביים נאמען, ירבעם.
זאגט דער אפריון, ווען א מענטש רעגט אויף זיין חבר, איז זייער מעגליך אז דער חבר וועט זיך תיכף נוקם זיין אין עם, בעוד חמתו באפו. אבער אז איינער וועט אויפרעגן א קעניג וועט דער קעניג זיך נישט אליינס נוקם זיין אין עם אויפ'ן ארט, נאר עס איז געווענליך דא א סיסטעם וויאזוי מען באשטראפט עם, מיט א רוהיגקייט, איבערגעטראכט, מיט שופטים און געזעץ געבער. יעצט איז הערליך די פשט אין פסוק, ירבעם האט זייער גוט פארשטאנען וואס "עצמות אדם" מיינט, און דאס דערציילט אונז די פסוק, ויהי כשמוע המלך, ווען דער קעניג האט דערהערט וואס דער איש האלקים האט געזאגט, איז ער געווארן אויפגערעגט ווי א פשוט'ער מענטש! וישלח ירבעם את ידו צו כאפן דעם נביא, און דורך א נס איז זיין האנט געווארן שטייף.
דאס האט יהודה געזאגט, ידבר נא עבדך דבר באזני אדוני, איך גיי רעדן צו דיר קשות, אבער ואל יחר אפך בעבדך, געב נישט דיין צארן אין מיר, כי כמוך כפרעה, און א מלך שטראפט נישט אויפ'ן ארט.
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך בולעטין » מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 2:46 pm

ייישר כח הרב מגיד האלט אן די חשובע ארבעט
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

פרשת בלק

הודעהדורך מגיד » זונטאג יולי 17, 2016 9:39 pm

ועתה לכה ארה לי את העם הזה, אולי אוכל נכה בו ואגרשנו מן הארץ, כי ידעתי את אשר תברך מבורך ואת אשר תאור יואר.

אז מען טראכט אריין אין בלק'ס ווערטער זעט מען אז זיי זענען זייער מאדנע, ער זאגט פאר בלעם: "קום שעלט מיר די אידען, אזוי וועל איך זיי אפשר קענען שלאגען". און ער איז מסביר פארוואס ער טראכט אז זיין שעלטען וועט עם העלפען: "ווייל איך ווייס אז וועם דו בענטשסט איז געבענטשט און וועם דו שעלטסט איז פארשאלטען". אויב "ווייסט" ער אז וועם בלעם שעלט איז פארשאלטען דאן פארוואס זאגט ער אז "אפשר" וועל איך זיי קענען שלאגען? זיכער וועט ער זיי קענען שלאגען, ווייל וועם בלעם שעלט איז פארשאלטען.
נאך איז אינטערעסאנט, ער וויל ער זאל קומען שעלטען, זאגט ער פאר בלעם: וואס וועל איך האבן פון דיין שעלטען? "ווייל איך ווייס אז וועם דו בענטשסט איז געבענטשט און וועם דו שעלטסט איז פארשאלטען". וואו קומט דא אריין אז בלעם האט א כח צו בענטשען? http://kretchme.org/viewtopic.php?p=7198#p7198

ונראה לתרץ, זאגט ר' שמחה הכהן ראפאפורט זי"ע, בספרו שכל טוב. רש"י (אין ד"ה כי ידעתי וכו') זאגט אז בלק האט געוואוסט בלעם'ס כח, על ידי מלחמת סיחון, שעזרתו להכות את מואב. ווייל ווען סיחון האט מלחמה געהאלטען מיט מואב האט בלעם געהאלפען סיחון צו געווינען מואב.
לאזט זיך אריינקלערען, וויאזוי האט בלעם געהאלפען סיחון? איין צד איז, אז ער האט געבענטשט סיחון, און מיט דעם כח האט סיחון געווינען די מלחמה אנטקעגען מואב. אבער א צווייטע צד איז, אז ער האט פארשאלטען מואב, און ווייל מואב איז געווען פארשאלטען האט סיחון זיי געקענט בייקומען.
זאגט ר' שמחה אז עס איז מוכרח אז ער האט געשאלטען מואב, ווייל אויב האט ער געבענטש סיחון וויאזוי האבען די אידען געקענט נאכדעם בייקומען סיחון, ער איז דאך שוין א "געבענטשטער". נאר אודאי אז ער האט פארשאלטען מואב, און אז מואב איז געווען פארשאלטען האט סיחון זיי געקענט בייקומען אבער דאך האבען די אידען געקענט בייקומען סיחון, ווייל ער האט נישט באקומען א ברכה.

יעצט אז מיר ווייסען אז בלעם האט געהאט פארשאלטען מואב, איז דאך שווער, וואס וועט בלק אויפטון מיט דעם אז בלעם וועט שעלטען די אידען, דו ביסט דאך אויך א פארשאלטענער? פארדעם טאקע האט בלק געזאגט: לכה ארה לי את העם הזה, "אולי" אוכל נכה בו". ווייל אין די מצב וואס איך [בלק] בין יעצט, פארשאלטען פון בלעם, וועל איך אויף קיין פאל געווינען די אידען, אבער אז דו וועסט קומען שעלטען די אידען וועלן מיר זיין גלייך אויף גלייך, וועט זיין א "מעגליכקייט" איך זאל קענען שלאגען די אידען. "אולי" אוכל נכה בו.
איי וועסטו [בלעם] פרעגן, וויאזוי ווייס איך אז דו האסט געשאלטען מואב און נישט געבענטשט מדין-סיחון? כי ידעתי אז את אשר תברך "מבורך", וועם דו בענטשסט איז א געבענטשטער, איז אויב האסטו געבענטשט סיחון וויאזוי האבען די אידען עם בייגעקומען, נאר אודאי אז דו האסט פארשאלטען מואב. און את אשר תאור "יואר", איז פארשאלטען, פארדעם האב איך זייער מורא פון די אידען און בעט דיר לכה ארה לי את העם הזה, כדי "אולי" אוכל נכה בו, איך זאל האבען א "מעגליכקייט" זיי בייצוקומען, ווייל אין מיין יעצטיגע מצב איז "ויגר מואב מפני בני ישראל", האבען מיר שטארק פארוואס מורא צו האבען.
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יולי 17, 2016 10:31 pm

א הערליך ווארט!
בולעטין האט געשריבן:ייישר כח הרב מגיד האלט אן די חשובע ארבעט
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

כי תצא

הודעהדורך מגיד » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 10:15 pm

מען געדענקט נאך די ווארט אויף פרשת בלק? איך האב מיך דערמאנט פון קרעטשמע און אריינגעקוקט אין ספרים שאנק פאר א ווארט, מיינע אויגן זענען געפאלען אויף א ענליכע ווארט.


לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה' וגו', על דבר אשר וגו' ואשר שכר עליך את בלעם בן בעור מפתור וגו' לקללך.

הגאון ר' שלמה קלוגער זי"ע אין זיין ספר אמרי שפר פרעגט אז לכאורה איז דער עליך איבעריג, עס וואלט געווען גענוג אויב עס שטייט ואשר שכר את בלעם בן בעור וגו' לקללך.

ער ענטפערט אז בלעם האט דאך געהאט די כח סיי צו בענטשען און סיי צו שעלטען, איז אז בלק האט מורא געהאט פון די אידען האט ער געקענט רופען בלעם זאל בענטשען מואב און אזוי געווינען די אידען, פארוואס האט ער גערופען בלעם צו שעלטען די אידען?
נאר ווייל בלק איז געווען א רשע, און עס איז עם נישט געווען גענוג אז ער וועט געווינען די אידען, ווייל זיי וועלען נאך קענען שעדיגען אנדערע פעלקער, פארדעם האט ער גערופען בלעם זאל שעלטען די אידען אזוי אז זיי זאלען מער נישט קענען שעדיגען קיין איין לאנד.

דאס איז די פשט אין פסוק, ואשר שכר עליך את בלעם, אויף דיר און נישט אויף צו בענטשען מואב.



איך האב זיך דערמאנט אז עס איז דא א שיין ווארט אויף די נעקסטע פסוק אין תכלת מרדכי פון ברעזאנע רב, איך וועל עס אפשר מארגען שרייבען.
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 15, 2016 11:02 pm

שיין! ש'כח.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

שבת הגדול

הודעהדורך מגיד » מוצ"ש אפריל 01, 2017 10:53 pm

שוין לאנג נישט געשריבן א גוט ווארט... מען געדענקט נאך פון ר׳ נח?

״נלע״ד ליתן טעם יפה שקורין זה השבת שקודם פסח שבת הגדול״, זאגט ר׳ נח.

מיר געפונען אין חז״ל אז מען טוט אסאך זאכן להוציא מלבן של צדוקים.
די גמרא דערציילט אז די צדוקים האבען זיך געקריגט מיט די חכמים אויף די פשט אינעם פסוק וספרתם לכם ממחרת השבת, די חכמים האבען געזאגט אז עס מיינט א טאג נאך די ערשטע טאג פון פסח, וואס הייסט אויך שבת נאר שבת איז גרעסער שבת שבתון, און די צדוקים האבען געזאגט אז עס מיינט א טאג נאך שבת.

פארדעם רופט מען די שבת וואס איז פאר פסח שבת ״הגדול״, צו ווייזן אז די טאג איז די ״גרויסע״ שבת, אבער עס איז אויך דא א קלענערע שבת, יום טוב.

דער זעלבער ווארט ברענגט אויך דער בני יששכר אין מאמרי שבת הגדול אות ב׳ בשם א ספרדי׳שן גדול, און פירט אויס: לדעתי הטעם הזה הוא חשוב ודבר נחמד!
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אפריל 02, 2017 12:26 am

הרב המגיד, יהא בואך לברכה! מיר לעכצן נאך די שיינע תורות! שרייבזשע אפטער... (קען זיין פון ר' נח, ער זאגט גוט...)
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: דברי תורה על פרשת השבוע

הודעהדורך מגיד » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 6:08 pm

איך האב געזען א שיינע ווארט אין חת"ם סופר די וואך, עס איז נישט עכט אויף די סדרה איז שרייב איך עס כאטש די ליינער וועלען אויס שוין נישט זען פאר שבת.

די גמרא אין מסכת תענית דף ד׳ ע"א דרשן׳ט פון די פסוק ארץ אשר אבניה ברזל וואס שטיייט די וואך אין חומש אז כל ת"ח שאינו קשה כברזל אינו ת"ח ווייל אל תקרי אבניה אלא בוניה (דער חת"ם סופר איז עס מעתיק אזוי ת"ח צריך שיהי׳ קשה כברזל), און רש"י איז מסביר אז קשה כברזל מיינט "קפדנים". תיכף נאכדעם זאגט די גמרא אמר רבינא אפילו הכי מיבעי ליה לאינש למילף נפשיה בניחותא, אז מען דארף דאך זיין מיט א רוהיגקייט, שנאמר הסר כעסך מלבך והעבר רעה מנגד עיניך. פרעגט דער הייליגער חת"ם סופר, וצ"ע, מען דרשן׳ט פון פסוק אז מען דארף זיין א קפדן און רבינא קריגט זיך נישט אויפן דרש און ער זאגט נאך אפילו הכי דארף מען זיין מיט א רוהיגקייט.http://kretchme.org/viewtopic.php?p=9990#p9990

ברענגט דער הייליגער חת"ם סופר אז די גמרא אין גיטין זאגט לעולם לא יהא אדם קפדן בתוך ביתו, שהרי אדם גדול הקפיד בתוך ביתו, והאכילוהו דבר גדול די גמרא זאגט נאך דעם אז דער אדם גדול איז געווען ר׳ חנינא בן גמליאל, און די דבר גדול וואס מען האט עם געגעבן צי עסן איז אבר מן החי (רש"י איז מסביר וויאזוי דאס איז געשען, אז איינמאל איז פארלוירען געווארען די חלק פלייש וואס מען האט עם געדארפט געבען און ווייל ער איז געווען א קפדן האבען זיי שנעל אראפגעשניטען די חלק פון א לעבעדיגע בהמה, כדי ער זאל נישט באמערקען). פרעגט די גמרא השתא בהמתן של צדיקים אין הקב"ה מביא תקלה על ידם [רש"י צייכענט צי די באקאנטע מעשה פון חמורו של ר׳ פנחס בן יאיר וואס האט נישט געוואלט עסן גערשטען וואס איז געווען טבל, חולין דף ז], צדיקים עצמן לא כל שכן? ווי קען זיין אז ער איז צוגעקומען צו עסן אבר מן החי ענטפערט די גמרא אז ער האט טאקע נישט געגעסן נאר בקשו להאכילו, אבער דאס אליינס איז גענוג ביטער אז מען זאל זיך אפלערנען נישט צו זיין א קפדן בתוך ביתו.

תוספות אין חולין ברענגט אויף דעם וואס די גמרא השתא בהמתן של צדיקים וכו׳ פון מס׳ שקלים אז אם הראשונים כמלאכים אנו כבר אינש, ואם הראשונים כבני אינש אנו כחמורים אבער ולא כחמורו דר' פנחס בן יאיר ווייל אפילו די כח פון נישט צוקומען לידי תקלה האבען אונז נישט.

והשתא אתי שפיר, שרייבט דער הייליגער חת"ם סופר, די פסוק די וואך רעדט דאך בשבחה של ארץ ישראל, זאגט די פסוק ארץ אשר אבניה ברזל, אירע תלמידי חכמים וועלן זיין קשה כברזל, קפדנים, אבער מיט דעם אלעם ואכלת ושבעת וברכת, זיי וועלן נישט מוזן חושש זיין אויף אכילת איסור, ווייל זיי וועלן זיין גאר גרויס. זאגט אבער רבינא, אפ"ה מיר וואס זענען אין חוץ לארץ און די פון די דורות האחרונים וואס האבען נישט די מדריגות מוזען זיך אויפירען מיט א רוהיגקייט כדי נישט נכשל ווערען אין אזעלכע תקלות. והסר כעס מלבך וועט מאכען אז והעבר רעה מבשרך.
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

פרשת ראה

הודעהדורך מגיד » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:10 pm

כי יהיה בך אביון מאחד אחיך, באחד שעריך בארצך אשר ה׳ אלקיך נותן לך, לא תאמץ את לבבך ולא תקפוץ את ידך מאחיך האביון.

ויש לדקדק, שרייבט ר׳ שלמה קלוגער בספרו אמרי שפר, א עני אין חוץ לארץ איז דען נישט א מצוה צי מפרנס זיין? פארוואס שרייבט די פסוק באחד שעריך וגו׳?http://kretchme.org/viewtopic.php?f=15&p=9991#p9991

די גמרא זאגט אין מס׳ שבת דף קי"ט ע"א, עשירים שבארץ ישראל במה הם זוכים [צי זייער עשירות], בשביל המעשר. ושבחוץ לארץ, בשביל שמענגין את השבת. קומט אויס אז ווען אונז זעיען א עני אין חוץ לארץ ווייסען אונז אז עס איז ווייל ער האט נישט מענג געווען דעם שבת כהלכתו, האט ער נישט זוכה געווען צי עשירות. אבער נאכאלס וואלט מען מסברא עם געגעבען צדקה, ווייל כאטש ער האט נישט מכבד געווען דעם שבת איז ער נאכאלס א וואוילע איד. אבער אז מיר זעיען א עני אין ארץ ישראל קומט אונז ארויף אין געדאנק אז ער איז א עני ווייל ער האט נישט געגעבען קיין מעשר פארן לוי און עני, וואלט דאך דער סברא געשטיפט עם דוקא נישט צו געבען, און מען וואלט עס נאך געמאכט פאר רצון ה׳ אלס מדה כנגד מדה.

זאגט דער פסוק, כי יהיה בך אביון, אפילו ער איז באחד שעריך בארצך, וואס דעמאלטס מיינט עס דאך אז ער האט קופץ יד געווען פאר עניים, דאך דו לא תאמץ את לבבך, גיי נישט נאך דיינע געפילען, ולא תקפוץ את ידך!
מגיד
 
הודעות: 15
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron