יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 6:57 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך לייבעלע לאוב » פרייטאג מערץ 24, 2017 2:16 pm

די וואך זענען פארגעקומען הירינגען מיט דעם ריכטער וועמ פרעזידענט טראמפ האט נאמינירט פארן אפענעם זיץ אויפן געריכט.

דער ריכטער, דזשאדזש ניעל גארסיטש, זיצט יעצט אויפן צענטן פעדעראלע סירקוט (עס זענען דא 12) און איז שטארק באליבט אין די לעגאלע רייען. ער הייסט צו זיין א טויגליכע שרייבער און גאר א קלוגער מאן. די זיץ וועלכער ער נעמט איבער איז באקאנט מיטן האבן גוטע שרייבער פאר ריכטער א ביישפיל ווי ריכטערס האלמס, דזשעקסאן און, דער לעצטער, ריכטער סקאלי-יע.

די הירינגען זענען אדורך גרינג און אן א צימעס, הגם די דעמאקראטן האבן פראבירט צו מאכן אישוס פון געוויסע זאכן, אבער עס איז זיי נישט געגאנגען און דער ריכטער האט געלאסן געענטפערט אויף אלעם. אסאך רעכטע מיינונג זאגער זענען נישט געווען צופרידן ווען ער האט אנגערופן ״ראו ווערסוס וועיד״ אנגענומענע געזעץ, און האבן אויסגעדריקט זארג אז ער קען ענדיגן ווי ריכטער ראבערטס אדער גאר סוטער, ביידע רעפובליקאנע געשטעלטע ריכטער וועלכע האבן שטארק אנטוישט די רעכטע לאגער און זייער צוגאנג צו געריכטן.

דערווייל איז נישט קלאר צו די דעמאקראטן וועלן לאזן זיין נאמינאציע גיין פאר אן אפשטימונג. עס איז דא ביי די לינקע וואס ווילן א פיליבאסטער און צווינגען מעקאנעל צו אראפברענגען די נויטיגע שטימען פאר א ריכטער צו 51. וואס פונקטליך דאס וועט זיי אויפטוען ווייס איך נישט, אבער עס לאזט זיך גלייבן אז טשאק שומער האלט אז מעקאנעל וויל סייווי טוישן די רולס אינעם סענאט, טא פארוואס נישט שטעלן א קריג.

סענאטאר דזשאו מענשין, א דעמאקראט, האט געלאזט וויסן אז ער האלט אז עס לוינט נישט צו פיליבאסטערן און אז גארסיטש קומט אן ״ארויף אדער אראפ״ אפשטימונג.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג מערץ 28, 2017 3:49 pm

רעפובליקאנער סענאט פירער האבן נעכטן געזאגט, אז מען וועט ווארשיינליך דארפן "גיין נוקלעאר" ד.ה. טוישן צייטווייליג די סענאט רולס צו מאכן די צאל פארלאנגטע שטימען ווייניגער (עס ווערט אנגערופן נאקלעאר ווייל עס איז די לעצטע אפציע ווי זיך צו באניצן מיט נאקעארע וואפן אין א מלחמה וואס איז בלויז ווען מען האט מער נישט קיין אנדערע ברירה) צו באשטעטיגן ניעל גורסאטש אלס נייער סופרים קאורט ריכטער.

דאס קומט נאכדעם וואס די דעמאקראטן אינעם סענאט האבן שוין קלארגעשטעלט אז זיי וועלן דורכפירן א פיליבאסטער צו בלאקירן גורסאטש'ס באשטעטיגונג, וואס באדייט אז גורסאטש וועט נישט באקומען די נויטיגע צאל פון זעכציג סענאט שטימען צו ווערן באשטעטיגט. די רעפובליקאנער וועלן דעריבער נוצן די נוקלעארע אפציע וואס הייסט אז מען טוישט צייטווייליג די סענאט רעגולאציעס, און עס פעלט זיך אויס בלויז 51 סענאטארן צו באשטעטיגן גורסאטש, און די רעפובליקאנער האבן 52 סענאט זיצן, וואס דעריבער וועט גורסאטש באשטעטיגט ווערן מיט דער נוקלעארער אפציע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דינסטאג מערץ 28, 2017 7:02 pm

טאקע יעצט געוואלט באריכטן דערוועגן. ווי איך פארשטיי, אויב טוישט מען די רולס ווערט עס געטוישט פערמאנאנט ביז מען טוישט צוריק.

די נוקלעארע אפציע איז א פראצעדורישע אקט און גייט צו בערך אזוי: א סענאטאר, אין די פעלער געווענליך דער מאיאריטעט פירער, זאגט פארן סענאט פרעזידענט וויפיל שטימען מען דארף האבן פאר א געוויסע אפשטימונג. פארשטייצעך אז ער זאגט די נומבער וואס ער וויל עס זאל זיין, אפי׳ די אפיציעלע רולס זאגן אנדערש און דאס ברענגט דעם סענאט פרעזידענט צו זאגן אז ער איז נישט גערעכט. גייט דער סענאטאר און אפעלירט ׳די רולינג אוו די טשעיר׳, דאס מיינט ער פארלאנגט אן אפשטימונג אויף דעם סענאט פרעזידענט׳ס אורטייל אז ער איז נישט גערעכט. אויב איז א בלויזע רוב פון 51 סענאטארן מסכים מיט זיין אפיעל דאן איז די אורטייל פונעם סענאט פרעזידענט אנולירט און די נייע נומער איז די אפיציעלע רול פונעם סענאט.

די פראצעדור האט דער געוועזענער סענאט מאיאריטעט פירער הערי ריעד אדורכגעפירט אין 2013 (דאכצעך) פאר אלע אנדערע עקסעקיוטיווע פאזיציעס, אראפברענגענדיג די נויטיגע צאל שטימען פון 60 צו 51 פערמאנאנט ביז איינער וועט עס צוריקדרייען.

למעשה, ווען עס קומט צו סופרים קאורט ריכטער איז נאך קיינמאל נישט געווען אז א ריכטער זאל ווערן פיליבאסטערט. עס איז שוין יא געווען אז דער הויפט ריכטער זאל ווערן פיליבאסטערט, ווען פרעזידענט דזשאנסאן׳ס אויסוואל פאר הויפט ריכטער האט פארפעלט צו באקומען די נויטיגע צאל שטימען פאר קלאוטשער. יענער האט דאן געבעטן דזשאנסאן זאל ארויסציען זיין נאמען פון די נאמינאציע. אבער פאר איינע פון די פשוטע ריכטער איז נאך קיינמאל נישט געווען אז די סענאט זאל נישט לאזן אן ״ארויף אדער אראפ״ וואוט. קיינמאל ביז, ווי עס קוקט אויס, יעצט.

מעקאנעל האט היינט אינדערפרי געלאזט וויסן אז סענאט ועעט שטימען אויף די נאמינאציע פון פרייטאג א וואך. די דזשודישיערי קאמיטי וועט שטימען אויף זיין נאמינאציע קומענדיגע מאנטאג.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יהודי » דינסטאג מערץ 28, 2017 7:58 pm

יאהאן מען ברויכט געדענקן אז די רטפאבליקאנער האבן א מעקעין או א גרעהם
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג מערץ 28, 2017 8:39 pm

געדענקען? זארג זיך נישט, זיי העלן זיכער מאכן אז מען פארגעסט נישט אזוי שנעל פון זיי...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 5:42 pm

צוויי דעמאקראטישע סענעטארן האבן היינט געמאלדן אז זיי גייען שטיצן די סאפרים קארט נאמעני 'ניעל גארסוטש'!

פארמיידנדיג א נוקליארע קאטעסטראפע....
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יהודי » דאנערשטאג מערץ 30, 2017 11:15 pm

זיי דארפן נאך האבן 6 דעמעקראטן דאס צו פארמיידן
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך לייבעלע לאוב » מאנטאג אפריל 03, 2017 1:13 pm

די זאך איז דערנאך. פרייטאג וועלן די רעפובליקאנער דארפן צוקנאקן די פיליבאסטער רולס פאר סופרים קאורט ריכטער אויב ווילן זיי שטעלן גארסיטש אויפן געריכט.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דאנערשטאג אפריל 06, 2017 11:11 pm

נוקלער איז עס געווען און גוד ביי טשארלי: אלע סופרים קאורט נאמינאציעס דארפן היינט א בלויזע מאיאריטעט פון 51 שטימען.

מארגן 11:45 איז געפלאנט פארצעקומען די וואוט צו באשטעטיגן ניעל גארסיטש פארן געריכט.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: אלעס ארום די אמעריקאנע סופרים קאורט

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אפריל 09, 2017 12:38 am

ניעל גארסיטש איז געווארן באשטעטיגט צו ווערן די נייע סופרים קארט ריכטער! מיט א וואוט פון 54 צו 45.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron