יעצט איז: מוצ"ש יוני 24, 2017 4:35 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד

סיפורים און עובדות איבער גדולי תורה וחסידות

רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:53 pm

ד' שבט געפאלט אויס די יארצייט פון דעם איש קדוש ומלאך אלוקי מרן רבי ישראל אבוחצירא, וואס ווערט אנגערופן דער ''באבא סאלי'' זי''ע. עס לאזט שווער גלויבן אין אז מיט 30 יאר צוריק האט געלעבט אזא הייליגער מאן צווישן אונז וואס זיינע אויגן האבן געזען פון איין עק וועלט ביז צום אנדערן. אויסער זיין גרויס קדושה איז ער אויך געווען א גאון מופלג בתורה ובקי נפלא בכל מכמני התורה. דער באבא סאלי איז געבוירן אין מאראקא, און נאכן פטירה פון זיין פאטער רבי מסעוד האט ער איבערגעונמען דאס רבנות אין שטאט ריסאני.

ער איז ארויף קיין ארץ ישראל אין יאר תשכ''ב לפ''ק און זיך באזעצט אין שטאט נתיבות. עס ווערט דערציילט אז זייענדיג אויפן שיף קיין ארץ ישראל האבן די וואסערן אנגעהויבן שטורעמען און עס האט געדראעט אומצואווארפן דעם שיף. א טומל האט אויסגעבראכן צווישן די פאסענדזשירן און זעענדיג דעם הייליגען מאן וואס געפינט זיך צווישן זיי האבן זיי אים געבעטן ער זאל עפעס טון כדי צו ראטעווען דעם מצב. דער הייליגער באבא סאלי האט ארויסגענומען פון זיין באגאדזש א בעכער וואס ער האט געהאט בירושה פון זיין זיידער דער אביר יעקב, ער האט דערין אריינגעגאסן וויין און געזיפט אביסל דערפון, דאן האט ער אריינגעגאסן דאס איבעריגע אין וואסער אריין, און וואונדער איבער וואונדער די וואסערן האבן זיך אפגעשטילט, און מען האט פארגעזעצט די רייזע אומגעשטערט.

נאך זיין פטירה ד' שבט תשמ''ד לפ''ק האט זיין זון ברא כרעיה דאבוהא רבי מאיר זי''ע איבערגענומען די מנהיגות. זיין קבר איז אין שטאט נתיבות און עס איז באקאנט אלס א תל תלפיות שהכל פונים שם. זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל

בילד
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:55 pm

א היימישע איד פון ניו יארק וואס איז געווען נאנט ביי באבא סאלי זי"ע פארציילט אז עטליכע טאג פאר באבא סאלי איז נפטר געווארן איז דער איד געווען באזוכן ביי אים, און באבא סאלי איז געווען זייער צוטראגן און געוויינט אן אויפהער, פארפירענדיג אז ס'איז דא א שרעקליכע גזר דין, ער האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס ער מיינט און וואס ער זאגט, אבער מען האט געהאלטן אין איין הערן פון אים די ווערטער אז ער בעט אז "נאר 4 זאלן גיין און נישט מער".

נאך עטליכע טעג אויפן וועג אהיים פון זיין לוי' איז געשעהן די שרעקליכע עקסידענט וואס האט יעדן אויפגעשוידערט, אין וועלכע 4 מענטשן זענען טראגיש אומגעקומען רח"ל, אבער עטליכע זענען יא געראטעוועט געווארן, האט ער דעמאלטס פארשטאנען אויף וואס דער צדיק האט איינגעריסען, ויהי לפלא.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:56 pm

חתימת יד קודשו
בייגעלייגטע פיילס
Baba Sali signature kedem 14 auction 397small.jpg
Baba Sali signature kedem 14 auction 397small.jpg (81.25 KiB) געזעהן געווארן 574 מאל
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: רבי ישראל אבוחצירא ''באבא סאלי" זי"ע - ד' שבט תשמ''ד

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג יאנואר 29, 2017 10:09 am

זיין ר' מאיר איז נאך נפטר געווארן בחייו.

די 'מנהיגות' האט ער נישט איבערגעלאזט פאר קיינעם. ער האט עס אליין אויך נישט געהאט.

אויף די באבא'ריי האט ער ממשיכים לרוב.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל


צוריק צו ארזי הלבנון

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron