בורך השם לעצטנס ווירבלט 'דער קרעטשמע' (רעלאטיוו..) מיט אביסל מער טרעפיק, און ווי פארשטענדליך איז דאס בלויז צו פארדאנקען די ניקס וואס קומען אריין און לאזן איבער איינס צוויי תגובות להנאתם און איינוועגס איז עס לטובת הקרעטשמע ולתועלת גדול אז די קרעטשמע זאל ווערן אקטיוו צוביסלעך און אויסשטיייגן פאר א געשמאקע היימישע פארום לשם ולתפארת.
מיר אידן ווייסן אז הכרת הטוב איז א שטארקע יסוד פון א איד און פון א מענטש בכלל צו אנערקענען ווען איינער טוט אים א טובה אדער ער באשטייערט עפעס פארן כלל פון וואס מיר האבן הנאה, גיבט מען אפ א הכרת הטוב.
אט דאס ווילן מיר ערייכן מיטן גרינדונג פון דיזע אשכול, נעמליך צו גיבן חיזוק און אנערקענונג פאר די ניקס וואס גיבן צושטייער אינהאלטרייכע תגובות פאר די געבוי פונעם קרעטשמע.
ואם נפשך לומר 'פאר דעם איז דאך די "באדאנק" קנעפל אינסטאלירט געווארן אין קרעטשמע עס דינט גענוי די צוועק', זאג איך דיר אז ניין בעוד כברת... כ'מיין... די באדאנק קנעפל איז געמאכט צו באדאנקען א ספעציפישער תגובה פון וואס דער באדאנקער האט ספעציעל הנאה געהאט, ווידער די אשכול איז א אלגעמיינע הכרת הטוב אשכול פאר די וואס שרייבן עטוואס מער ווי 'אמאל אמאל' אין קרעטשמע... און באשיינען די קרעטשמע מיט תוכן'דיגע תגובות.
האפנטליך וועט דאס גיבן מוט און חיזוק פאר די "בוני הקרעטשמע".
וכאן המקום צו בעטן (ספעציעל פון די ניקס וואס האבן געשטימט "איך טו וואס איך קען אז עס זאל אנגיין"...) אז יעדע ניק וואס האט הנאה פון ס'פלאץ זאל זעהן צו אריינקומען ווייניגסטנס "צוויי מאל א וואך" און שרייבן איינס צוויי תוכנ'דיגע תגובות, ואין שיעור למעלה, און מיט די כוח הרבים נעשה ונצליח בעזהשי"ת להעמיד הקרעטשמע על תילה עס זאל אויסשטייגן פאר א גאר געשמאקע און עקטיווע פלאץ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...