יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 9:46 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!

שמועסן און פארברענגען

וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 10:19 am

איז וואס עס איז געשטאנען אויף די פלאקאטן ביי די פראטעסטן מדי יום ביומו פארנט פון די מהדרין-J&J הויפט קווארטיר, "א געהעריגער דעקל פאר די קאפאוטשינאוס!״ האבן די געשרייען זיך געהערטפון די ציושעטע המון פראטעסטירער. טאג נאך טאג, וואך נאך וואך און יאר נאך יאר גייען שוין אן די פראטעסטן, אבער זענען געפאלן אויף טויבע אויערן, די הארטנעקיגע בעלי בתים האבן זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן, און האבן דווקא ווייטער פאבריצירט די צוקערדיגע ברוינע געטראנק מיט א אלומיניום-פּלאסטישע עפענונג אז דער קונה זאל דאס מוזן אויסזויפן אין איינמאל, און חס מלהזכיר נישט קענען אוועקלייגן א האלבע פאר מארגן. ״מארגן העסטו קויפן נאך איינס!״

נאך פילע יארן פון איבערמידליכע השתדליות פון אלע פראנטן, נאך צענדליגע מיטינגען פון די גרעסטע עסקנים אויף די ראט פון גדולי ישראל וואס האבן מסכים געווען אז דא ליגט דער לאָך הפרנסה ביים היימישן ציבור באגראבן, און די נאכאנאנדע ווידערשטאנד פון די בעלים, ווערט דער מיסיע ענדליך געקרוינט מיט א טיטל פון ״סוקסעספול״.

אלע אידישע משפחות זענען געכאפט געווארן אין שאק נאכן זען אומערווארטעט די מעלדונג פון די חשובע מהדרין-J&J פירמע אז זיי האבן זיך געבראכן און פון היינט און ווייטער וועלן די קאפאוטשינאוס, בלי נדר, פארמאגן א דערל וואס מען קען עפענען און צומאכן.
jj.jpg


דאס איז אומצוויידייטליך א דירעקטע געווינס פאר פרעזידענט עלעקט דאנאלד טראמפ ירום קרנו וועלכע האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו באקעמפען ״וועיסט״ און ״אביוז״, און טוט אומאויפהערליך מאכן מיטינגען מיט אלע גרעסערע קאמפאניס כדי צו פארבעסערן פאר יעדעם אמעריקאנער בירגער.

דער ציבור וואס האט מורא אז זיי וועלן חס וחלילה עס אוועקלייגן איבערנאכט און עס וועט ווערן ווערעמיג זאלן שנעל אריינכאפן און קויפן גרויסע קוואנטומען פון די אלטע אזוי פארפיינטע פלעשלעך, איידער עס לויפט אויס, און וועט נישט געזען ווערן נאר ווען גאלדען פלאו וועט אנהייבן לייגן די כּשר לפּסח קאווערס. קלוגע אינגעלייט לייגן יעצט אוועק עטליכענע פלעשלעך און וועלן עס פארקויפן אויף איבעי ווען די נאכפראגע וועט ווערן אומדערטרעגליך.


בילדער פון די פראטעסטן וועט יאהאן צוברענגען
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 19, 2017 11:50 pm

אוי ליגט מיר אין די ביינער ווען האדמו"ר "מ'תולדות נח נח" האט מיט געשריגן בעת נעילת הסנדל מיט מיט א קול חוצב עצים און התלהבות דוקדישע די פסוק וואס ער האט מקובל איש מפי אשה ביז זיין עלטער מומע "וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!" און די עולם האט געענפערט מיט potus@ "טמא הוא"!!! "מעיק קאפעטשינא גרעיט אגעין!!!"

און דאן האט עס פאסירט!! אזא מיכעם אימיבאכעם'ניק איז געגאנגען צום ריסטריקטעד עריע (ווי איי פי בלע"ז) געכאפט א באטל פון די פארבאטענע קאפעטשינא אן קיין דעקלעך און געשפריצט די גע'בויקאט'ע קאפעטשינא אויפן עולם! (זעה בילד)

jj.JPG


22.JPG


העמשעך יאבוי...

___
מיינונג, איי מאסט טעל יו, דו בוזט גאר גאר גוט! אזוי מיר צו נעמען אויף א רייד....?!

איין הערה נאר, אין פסוק שטייט וכל כלי פתוח אויב געדענק איך גוט... (די אדמו"ר קען נישט לערנען, סא'אלטע זאך...)
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג יאנואר 20, 2017 2:36 pm

געדענקסט גוט. און דערפאר?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: וכל כלי אשר אין צמיד פסול עליו טמא הוא!!!

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 20, 2017 3:15 pm

יא, טאקע דערפאר
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו עולם התענוג

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron