יאהאן האט געשריבן:פעדעראלע רעגירונג ווארנט איבער ״געלעקסי נאוט 7״ סכנה צו אויפרייסן יעדע ליאדע מנוט!
וואשינגטאן - די פעדעראלע קאנסומער סעיפטי פראטעקשאן אגענטור האט ארויסגעגעבן א ווארענונג פאר אמעריקאנער בירגער, אז די וועלכע פארמאגן דעם געלעקסי נאוט-7 סמארטפאון, זאלן דאס בכלל נישט אנצינדן אפילו פאר א סעקונדע, וויבאלד עס איז דא א געפאר אז דער פאון קען עקספלאדירן - ווי סעמסאנג האט שוין אנערקענט און פאררופן א ריקאל. אין די זעלבע צייט האט מען געהערט פון גרויסע אמעריקאנער עירליינס אז זיי וועלן מער נישט לאזן פאסאזשירן בכלל אנצינדן די נאוט-7 פאונס ווילאנג מען געפונט זיך אויפן פליגער. אינדוסטריע עקספערטן שאצן אז דער גאנצער סקאנדאל מיט די עקספלאדירנדע נאוט-7 פאונס וועט אפקאסטן פאר סעמסאנג 5 ביליאן דאלער.
היינט האט א פאסאנזשיר אויף א סאוטוועסט פליגער אויסגעפאלגט די באפעל פון די פליגער מאנשאפט צו פארלעשן די עלעקראנישע אפאראטן, און הארט פארן זיך הייבן פון לואיסוויל, קענטאקי האט ער פארלאשן זיין "סעמסאנג נאוט 7", תיכף דערנאך האט ער געהערט מאדנע קולות ארויסקומען דערפון. ביז וואו-וואס-ווען האט די כלי זיך גענומען רייכערן און ער האט עס אראפגעווארפן. קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, אבער די רויעך האט פארלאנגט אז מען זאל עוואקואירן די פליגער.
מרת גרין, אשת בעל העובדא, דערציילט אז דאס איז שוין א "ריפלעיסמענט" כלי, ער האט שוין צוריקגעשיקט זיין דעפעקטיווע כלי און באקומען פון סעמסאנג א נייע, און די נייע איז וואס האט איצט אויפגעריסן. אויב שטעלט זיך דאס ארויס אלס ריכטיג, קומט ר׳ מיכאל אריין אין בילד: "ס׳גרויסע בושות!..." סעמסאנג וויל נישט גלייבן אז דאס איז געווען א "נייע" נאוט 7 און ווארט צו באקומען די אויפגעריסענע כלי קלארצושטעלן וואס, און מיט וואס, עס האט פאסירט.