יעצט איז: מוצ"ש יוני 24, 2017 4:39 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:10 pm

הילערי קלינטאן האט פריער גע'חלש'ט ביי די 9/11 מעמאריעל, מ'האט איר ארויסגעפירט אין איילעניש אויפן וועג צום שפיטאל.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 1:20 pm

קלינטאן'ס געזונט: פון קאנספיראציע צו א לעגיטימע אישו

ניו יארק – דער געזונט צושטאנד פון די דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט הילערי קלינטאן איז נעכטן טראנספארמירט געווארן פון עפעס וואס בלויז קאנספיראציע ליבהאבער פלעגן רעדן, צו א געהעריגע לעגיטימע קאמפיין אישו, נאכדעם וואס זי איז אין איילעניש אוועקגעפירט געווארן פון די סעפטעמבער עלעווען געדענקמאל צערעמאניע אין מאנהעטן וויבאלד זי האט זיך נישט גוט געשפירט. סעלפאון ווידעא פונעם אינצידענט צייגט קלאר וויאזוי קלינטאן איז געווארן אוועקגעפירט, און ווען איר מאטארקאדע איז אנגעקומען און זי האט זיך געגרייט אריינצוגיין אינעם קאר, איז זי שיער אומגעפאלן אויף דער ערד און סיקרעט סערוויס האט איר געדארפט העלפן אריינגיין.

הילערי איז אפגעפירט געווארן פונעם ארט צום היים פון איר טאכטער טשעלסי קלינטאן וועלכע פארמאגט אן אפארטמענט אין מאנהעטן. א שעה שפעטער איז הילערי ווידער ערשינען אין פובליק, און האט געזאגט פאר די פארזאמלטע זשורנאליסטן פארנט פון טשעלסי'ס היים אז זי שפירט זיך זייער גוט. "פאליטיקא" האט נאכגעברענגט פון עטליכע גאר נאנטע ראטגעבער צו קלינטאן וועלכע זענען ערנסט באזארגט אז קלינטאן'ס געזונט צושטאנד וועט דאמינירן די נייעס ארום דעם פרעזידענט קאמפיין און וועט ברענגען אז זי זאל נאכמער פאלן אין די אנקעטעס, שטייענדיג בלויז 1 טאג נאכדעם וואס זי האט פארשעמט און געטשעפעט טראמפ שטיצער, זאגנדיג אז זיי זענען פארדאמטע ראסיסטן.

טראמפ׳ס נישט-רעאקציע איבער קלינטאן׳ס צושטאנד

ניו יארק – דער טראמפ קאמפיין האט נישט אפיציעל קאמענטירט איבער הילערי קלינטאן'ס עפנטליכע "מעדיצינישע עפיזאד", אבער רעפובליקאנער ניו יארק קאנגרעסמאן פיטער קינג זאגט אז ער איז געשטאנען אינאיינעם מיט טראמפ בשעת די צערעמאניע, ווען טראמפ האט אים דערציילט אז ער האט געהערט פון זיינע געהילפן אז הילערי שפירט זיך נישט גוט. טראמפ, ביים פארלאזן די צערעמאניע, האט געזאגט פאר עטליכע זשורנאליסטן אז ער ווייסט נישט גארנישט קיין דעטאלן איבער וואס עס האט פאסירט מיט הילערי. א טראמפ קאמפיין קוואל האט געזאגט אז טראמפ וועט זיך צוריקהאלטן פון קאמענטירן אויף קלינטאן׳ס געזונט צושטאנד.

קלינטאן קענסלט קאמפיין אויפטריטן

קאליפארניע - שפעט נעכטן נאכט האט מען געהערט פונעם קלינטאן קאמפיין א באשטעטיגונג אז זי וועט נישט היינט פארן קיין קאליפארניע, וואו זי האט געזאלט געבן א קאמפיין רעדע. איר קאמפיין האט אויך געקענסלט אלע אירע קאמפיין אויפטריטן פאר היינט מאנטאג און מארגן דינסטאג. איר קאמפיין האט באשטעטיגט אז זי איז פרייטאג דיאגנאזירט געווארן דורך איר דאקטער מיט נומאניע און טראץ וואס זי שפירט זיך שוין בעסער, וויל מען אבער זי זאל זיך אפרוען.

אויב קלינטאן ציהט זיך ארויס פונעם פארמעסט?

וואשינגטאן - מען האט אנגעהויבן ערנסט דיסקוסירן וואס עס וועט פאסירן אין פאל הילערי ווערט אזוי קראנק אז זי איז געצווינגען זיך ארויסצוציען פונעם פרעזידענט פארמעסט. די אפיציעלע רעגולאציעס צייגן אז די דעמאקראטישע פארטיי פירער וועלן זיך צוזאמזעצן און אליינס נאמינירן א נייעם קאנדידאט, וואס וועט זיין עמיצער א שטייגער ווי וויצע פרעזידענט דזשאו ביידען. דאן וועט זיין א פראבלעם, וויבאלד הילערי׳ס נאמען איז שוין אויפן שטים צעטל אין אלע סטעיטס און מען קען דאס נישט טוישן. די דעמאקראטישע פארטיי וועט אבער האבן די אפציע פון גיין אין געריכט צו צווינגען די סטעיטס צו לאזן טוישן הילערי׳ס נאמען צום נאמען פונעם נייעם קאנדידאט.

שקרעלי טשעפעט הילערי קלינטאן

ניו יארק – מארטין שקרעלי, דער יוגענטליכער ווילדער געוועזענער הויפט עקזעקיוטיוו פון "טורלינג פארמאסוטיקלס" וועלכער איז געווען אין נאציאנאלע העדליינס א האלב יאר צוריק פאר'ן אומ'יושר'דיג ארויפשרויפן די פרייזן פון א לעבנסוויכטיגע מעדיצין, האט געטשעפעט הילערי קלינטאן פערזענליך נעכטן. שקרעלי איז געקומען צו לויפן פארנט פון טשעלסי קלינטאן'ס היים אין מאנהעטן, וואו הילערי האט זיך אפגערוהט נאכ'ן האלבוועגס צוזאמפאלן, און ווען הילערי איז ארויסגעקומען האט שקרעלי געשריגן צו הילערי "דארפסט מעדיצינישע הילף? גיי דיר אהיים!", שרייענדיג אז הילערי זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט.
קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 4:57 pm

קלינטאן וועט ארויסגעבן מעדיקעל רעקארדס נאך צוזאמענפאל

נאך די דראמע וואס האט זיך נעכטן אפגעשפילט ביי די 911 מעמאריעל ווען הילערי קלינטאן איז צוזאמענגעפאלן אין פאבליק האט די קלינטאן קאמפיין געהאט א גאר צומישטע רעאקציע, קודם געזאגט אז זי איז געווארן איבערגעהיצט, און הערשט נאך פילע שעות ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט פון א דאקטאר איבער א לונגען אנטצינדונג, אבער עס האט איבערגעלאזט פילע אומפארענטפערטע פראגעס און א טיפע אומצוטרוי אין די קלינטאן קאמפיין צוליב די פילע ליגנטס. אצינד האט די קאמפיין געמאלדן אז קלינטאן וועט ארויסגעבן אירע מעדיקעל רעקארדס צו צייגן אז זי ליידט נישט פון נאך פראבלעמען חוץ פון איר לונגען אנטצינדונג, און אז איר געזונט צושטאנד איז אין ארדענונג. דאס קומט נאכדעם וואס דאנאלד טראמפ האט היינט אין א אינטערוויו געזאגט אז ער וועט ארויסגעבן פרישע העלט רעקארדס פון זיין לעצטע באזוך ביים דאקטאר.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:02 pm

טים קעין זאגט אז קלינטאן איז פול מיט ענערגיע - טים קעין, דער מיטלויפער פון הילערי קלינטאן אלס וויצע פרעזידענט, האט היינט פארטיידיגט איר געזונט צושטאנד, זאגנדיג אז נעכטן האט ער באקומען א טעלעפאן רוף פון איר עטליכע מינוט נאכדעם וואס זי איז אוועקגעפירט געווארן צו איר טאכטערס אפארטעמענט, און זי האט זיך שוין געווערטלט מיט אים, און ער האט געזאגט אז ער באוואונדערט איר ענערגיע, זאגנדיג אז עס איז אים שווער צו נאכיאגען איר שנעלקייט און ענערגיע.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 11:54 am

טראמפ שפילט "נייס" איבער קלינטאן'ס געזונטהייט אישו

ניו יארק – דאנעלד טראמפ האט יעדן שאקירט נעכטן ווען ער האט באשלאסן נישט אויסצונוצן קלינטאן'ס געזונטהייט אישו אלס א מיטל איר צו אטאקירן. אין אן אינטערוויו נעכטן אינדערפרי האט ער געזאגט אז ער וועט אין די קומענדיגע טעג פארעפנטליכן די רעזולטאט פון א "פיזיקעל עקזעם" וואס ער איז אריבער אפאר טעג צוריק און עס האט געצייגט אז ער שפירט זייער גוט. טראמפ איז געווען איינגעהאלטן ביים קאמענטירן איבער הילערי קלינטאן'ס געזונט צושטאנד, זאגנדיג אז יעצט אז זי איז דיאגנאזירט געווארן מיט נומאניע, האט זי זיך מסתמא וועגן דעם צוהיסט אינמיטן א רעדע פאריגע וואך. טראמפ האט געזאגט אז ער האפט אז זי קומט צוריק צו די כוחות אמשנעלסטן און גייט צוריק קאמפיינען. "מיר וועלן איר זעהן ביי די דעבאטעס" - האט טראמפ געענדיגט.

אין די זעלבע צייט האט דער קלינטאן קאמפיין מודה געווען אז זיי האבן נישט גוט באהאנדלט הילערי'ס צוזאמפאלן אינמיטן דעם סעפטעמבער עלעווען געדענקמאל צערעמאניע, אריינגערעכנט דער פאקט אז די סיקרעט סערוויס האט געלאזט קלינטאן שטיין ביים סיידוואלק און ווארטן אויף איר מאטארקאדע – א זאך וואס פילע סיקרעט סערוויס עקספערטן האבן קריטיקירט. דער קלינטאן קאמפיין זאגט אז זי אנערקענט אז זיי זענען נישט געווען אזוי אפן מיט'ן פובליק איבער איר געזונט צושטאנד און האבן פארשפראכן אז אין די קומענדיגע טעג וועלן זיי ארויסגעבן מער געזונטהייט רעקארדס פון קלינטאן.

דעמאקראטישע שישקעס אין א פאניק

אהייא – דאון פאולער, געוועזענער פארזיצער פון די דעמאקראטישע פארטיי אונטער פרעזידענט ביל קלינטאן, האט נעכטן געזאגט אז פרעזידענט אבאמא און די דעמאקראטישע קאנגרעסיאנאלע פירער מוזן ארויסקומען און צוזאמשטעלן א פלאן וואס מען וועט טאן אין פאל הילערי קלינטאן קען נישט פארזעצן צו לויפן פאר פרעזידענט און די פארטיי איז געצווינגען אויסצואוועלן א נייעם פרעזידענט קאנדידאט. פאולער זאגט אז ער זאגט דאס פאר די טובה פון זיין אייגענע פארטיי. אויך האט מען נעכטן געהערט פונעם אהייא דעמאקראטישער סענאט קאנדידאט (געוועזענער גאווערנאר פון די סטעיט) טעד סטריקלענד, וועלכער האט זיך אויסגעדרוקט אז טים קעין, הילערי קלינטאן'ס וויצע פרעזידענט קאנדידאט, איז "פולקאם גרייט" צו דינען אלס פרעזידענט, אויב וועט זיך עס אויספעלן.

מער דעטאלן איבער קלינטאן׳ס צושטאנד

ניו יארק - דער ניו יארק פאוסט האט אויפגעדעקט נעכטן מער דעטאלן איבערן אינצידענט וואס האט זיך אפגעשפילט זונטאג ווען הילערי קלינטאן האט גע׳חלש׳ט אינמיטן די סעפטעמבער עלעווען מעמאריעל צערעמאניע. דער פאוסט באריכטעט אז די סיקרעט סערוויס האט געוואלט אפפירן קלינטאן צו א שפיטאל, ווי עס איז די פראטאקאל ווען דער פרעזידענט אדער פרעזידענט קאנדידאט שפירן זיך נישט גוט, אבער דער קלינטאן קאמפיין האט זיך געזארגט אז עס וועט נישט אויסזען גוט פאר די מידיא, האבן זיי באשלאסן אז קלינטאן זאל בלויז געפירט ווערן צו איר טאכטער׳ס היים. דער קלינטאן קאמפיין האט אויך געמאלדן אז קלינטאן וועט מארגן מיטוואך נישט קאמפיינען, צוליב איר שוואכקייט.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 4:46 pm

קריטיק אינערהאלב די פארטיי איבער קלינטאנ'ס האנדלונג מיט איר געזונט אישו

די וועג וויאזוי הילערי קלינטאן און איר קאמפיין האבן באהאנדלט די אינפארמאציע איבער איר געזונט צושטאנד איז געקומען אונטער אסאך קריטיק, אפילו אינערהאלב די דעמאקראטן, דער הויפט פון אבאמא'ס 2008 קאמפיין און שטאב מיטגליד דעיוויד אקסעלראד האט אין א טוויט געשריבען "איר לונגען אנטצינדונג וועט זיך אויסהיילן אבער די צוטרוי פון די פאבליק נישט" און אזוי אויך אנדערע דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען מיט ענליכע קאמענטארן. דאס איז געקומען נאכדעם וואס די ערשטע רעאקציע איז געווען אז זי איז "אויסגעטרינקט" און נאכדעם הערשט זענען זיי ארויסגעקומען אז זי האט א לונגן אנטצינדונג, און הילערי קלינטאן אליין האט זיך געשטעלט פאר די קאמערעס און געזאגט אז "זי שפירט זייער גוט"

אין א פרואוו צו פאררעכטן די שאדן וואס איז אנגעמאכט געווארן דורך די אינצידענט האט הילערי קלינטאן געזאגט אז זי וועט ארויסגעבן אירע העלט רעקארדס, און איר מאן דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן איז ארויפגעקומען אויף די נייעס קאנאלן צו רעדן אפן איבער אירע געזונט פראבלעמען. ביל קלינטאן האט אבער מעגליך געמאכט די מצב מער קאמפליצירט ווען ער האט געזאגט אז "עטליכע מאל" איבער די לעצטע יארן האט פאסירט די זעלבע זאך אז זי איז געווארן "דיהיידרעיטעד" נאכדעם וואס הילערי קלינטאן אליין האט געזאגט אז עס איז געשען "בלויז צוויי מאל" עס איז נישט קיין דירעקטע סתירה אבער די פאקט אז ביל האט געזאגט אז עס האט פאסירט עטליכע מאל ברענגט אויף די פראגע אויב עס איז טאקע געווען עטליכע מאל.

צו קען קלינטאן ערזעצט ווערן? און וויאזוי?

א אינטרעסאנטע עפיזאד האט זיך אפגעשפילט נעכטן אין אהייא ווען ביי א ראלי האט דער געוועזענער דעמאקראטישע גאווערנער טעד סטריקלער אויסגעלויבט קלינטאן'ס מיטלויפער טים קעין אלס א "וואונדערליכע מענטש צו זיין וויצע פרעזידענט, און אויב עס פעלט אויס אויך פרעזידענט" דאס ברענגט אויף שפעקולאציעס אויב עס קאכט זיך א פלאן אין די דעמאקראטישע פארטיי צו ערזעצן זייער קאנדידאט.

עס מאנגלט נישט קיין בעסערע קאנדידאטן ווי קלינטאן, דשאו ביידען טוט לויט אלע אנקעטעס גאר גרינג באזיגן טראמפ, און אפילו בערני סאנדערס אדער עליזאבעט ווארען וועלן גרינגער באזיגן טראמפ ווי קלינטאן. און עס איז גאר מעגליך אז פילע הויכראנגיקע שישקעס אין די פארטיי טראכטן פון א מעגליכקייט צו ערזעצן קלינטאן מיט א בעסערע קאנדידאט וואס וועט באזיגן טראמפ, און אזוי אויך אויב איר געזונט צושטאנד איז טאקע נישט אין ארדענונג אזוי ווי פילע מענטשן שפעקולירן, דאן וועט די פארטיי מוזן אויפקומען מיט א פרישע קאנדידאט. די פראגע איז נאר וואס איז די לעגאלע פראצעדור? און צו קען מען עס נאך בכלל טוהן יעצט ווען מען הייבט שוין כמעט אן די פריהצייטיגע שטימען?

לויט די קאנסטיטוציע פון די דעמאקראטישע פארטיי קען די "נאציאנאלע דעמאקראטישע קאמיטע" ערזעצן דעם קאנדידאט ביי א קאמיטע מיטינג פאררופן דורך די טשעירמאן, און אריינשטעלן דער וואס באקומט די רוב פון די שטימען פון די וואס באטייליגן זיך ביי די זיצונג, אבער דאס איז נאר מעגליך אויב הילערי אליין זאגט זיך אפ, און דאן קען די פארטיי אריינשטעלן וועמען זיי ווילן, און עס וועט ווארשיינליך נישט זיין טים קעין, נאר אזא פיגור ווי דשאו ביידען וואס איז גאר פאפולער אינערהאלב די פארטיי און בכלל. דערווייל איז דאס אלעס בלויז שפעקולאציעס, אבער אין אזא מאדנע וואל סעזאן איז אלעס מעגליך.

ביל קלינטאן און אבמא קאמפיינען פאר קלינטאן מיט איר אפוועזנהייט

נאכדעם וואס עס זענען ארויסגעקומען פרישע אנקעטעס וואס צייגט אז קלינטאנ'ס אויבערהאנט אין פענסילוועניע האט זיך שטארק פארשמעלערט האט די קלינטאן קאמפיין אהינגעברענגט זייער שטערקסטע וואפן, פרעזידענט אבאמא וועלכע איז באקאנט מיט זיין אראטארישע קראפט און גוטע קאמפיין טאלאנטן, מיט די האפענונג אז ער וועט צוריק אריינבלאזן א פייער אין די פארשלאפענע און קריזיס-געפלאגטע קלינטאן קאמפיין, עס קומט אין א צייט וואס היינט איז ארויסגעקומען פרישע גאר פאזיטיווע נייעס איבער די עקאנאמישע צושטאנד אין אמעריקע, און אבאמא האט אויסגענוצט דעם פאדיום צו אונטערשטרייכן די גוטע נייעס און צוגעלייגט "איך ווייס רעפאבליקאנער האבן נישט ליב צו הערן קיין גוטע נייעס, אבער די עקאנאמיע האלט ביי א רעקארד, א דאנק אבאמא" האט ער צוגעלייגט מיט א שמייכל. ער האט דאן געזאגט אז קלינטאן וועט קענען אנהאלטן די פראגרעס און געווארנט איבער די קאנסעקווענצן פון א טראמפ פרעזידענטשאפט זאגנדיג אז "טראמפ זאגט יעדן טאג זאכן וואס מאכט אים אומפעיג צו זיין פרעזידענט".


JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך נייעס » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:04 pm

קען עס העלפן טראמפ געווינען?
וואס איז פשט אז א געזינטהייט אישו זאל טוישן מענטשן איבער וועם צו נעמען פאר פרעזידענט
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 12:52 pm

אוודאי קען אים עס 'העלפן', ביז צום געווינען ווייס איך נישט אבער עלפן העלפט עס אים. בפרט ווען מענטשן זעהן די וועג ווי אזוי ער האנדלט עס ווי א ערוואקסענע מענטש, וואס גיבט אים א אנזעהן ווי א נארמאלע (ראלאטיוו...) מענטש.

וואס איז פשט אז א געזינטהייט אישו זאל טוישן מענטשן איבער וועם צו נעמען פאר פרעזידענט?
גאר פשוט, איינער וואס גייט צו צו די וואלן מיט א בליק אז מען גייט אויסוועלן דער מענטש וואס איז באמת דאס בעסטע צו פירן די לאנד, וועט טראכטן צוויי מאל אריינפלן אויפן בעלאט די נאמען פון א מענטש וואס איז נישט געזונט און קען צוזאמפאלן אינמיטן אדרעסירן די פאלק נאך א שרעקליכע טעראר אטאקע אדער 'חלש'ן אינמיטן א קריטישע זיצונג מיט וועלט פירער א.ד.ג.

משא"כ איינער וואס קוקט אויף די וואלן פארמעסט גענוי ווי ער האלט מיט די מעטס און די יענקיס ספארטס פארמעסט... אזא איינעם גייט עס טאקע נישט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 1:20 pm

פילאדעלפיע – אינדערצייט וואס הילערי קלינטאן נעמט וואקאציע פונעם קאמפיינען צוליב וואס זי ליידט פון נומאניע, האט פרעזידענט אבאמא נעכטן געגעבן א פייערדיגן קאמפיין רעדע פאר קלינטאן אין פילאדעלפיע, וואו ער האט גאר שארף אטאקירט דאנעלד טראמפ. אבאמא האט געזאגט אז טראמפ האט אין די ערשטע זיבעציג יאר פון זיין לעבן קיינמאל נישט געטראכט פון אנדערע מענטשן און זיך גארנישט געקימערט מיט מענטשן וועלכע ארבעטן שווער. אבאמא האט אויסגענוצט די רעדע צו אטאקירן די מידיא, זאגנדיג אז די מידיא איז נישט גענוג קריטיקירנד קעגן טראמפ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 11:07 am

ווען מ'זוכט יעצט אין גוגל פאר 911 collapse footage קומט ארויף די נייעס איבער קלינטאן'ס 911 צוזאמפאל.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:25 pm

נישט ביי מיר, איך באקום א ליסטע פון קליפס ווי די ווארלד טרעיד סענטער צופאטשקעט זיך...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: הילערי קלינטאן גע'חלש'ט ביי 9/11 מעמאריעל

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:54 pm

קלינטאן צוריק אויפן קאמפיין ראוד

נארט קעראליינע – נעכטן איז הילערי קלינטאן צוריקגעקומען אויפן קאמפיין ראוד, נאכ'ן זיין אפוועזנד דריי טעג צוליב'ן ליידן פון נומאניע. קלינטאן קערט זיך צוריק צו קאמפיינען אלס א גאר שטארק אפגעשוואכטע קאנדידאט, וואס אלע אנקעטעס צייגן יעצט אז דאנעלד טראמפ האט גאר ערנסטע שאנסן איר צו באזיגן אין נאוועמבער. א נייע אנקעטע פון די "ניו יארק טיימס" נעכטן האט געצייגט אז קלינטאן באקומט 46 פראצענט שטיצע נאציאנאל און טראמפ באקומט 44 פראצענט, וואס איז בלויז א צוויי פראצענט אויבערהאנט פאר קלינטאן און באדייט אז זיי שטייען אייניג. די זעלבע אנקעטע האט אויך געצייגט אז א מערהייט וויילער זאגן אז טראמפ וועט מער טראנספארמירן אמעריקע און וועט נעמען ריזיקעס וואס וועט זיך מעגליך גוט אויסצאלן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron