יעצט איז: מוצ"ש יוני 24, 2017 4:34 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 01, 2016 1:19 pm

וואשינגטאן – דאנעלד טראמפ האט זיך ווידעראמאל געטראפן אין הייס-וואסער נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן באליידיגנדע קאמענטארן קעגן א מוסולמענער פארפאלק וועלכע האט אויפגעטרעטן מיט א רעדע ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן פאריגע וואך. טראמפ איז אויסגעשטאנען קריטיק איבער זיינע קאמענטארן, אפילו פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער פאליטישאנס, און פילע פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ס'איז מעגליך אז טראמפ וועט זיך מוזן ברעכן און זיך אנטשולדיגן און צוריקציען – א זאך וואס ער האט ביז היינט נאכנישט געטאן...

די רעדע איז פון קיזאהר קאהאן און זיין פרוי, וועמענס זוהן הומאיאן קאהאן האט געדינט אלס זעלנער אין די אמעריקאנער ארמיי און איז אומגעקומען אין יוני 8 2004, ווען זיין מיליטערישע טראק האט אויפגעריסן פון אן אונטערגעשטעלטע על קאידא שאסיי-זייט באמבע. קיזאהר האט אויפגעטרעטן ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן, ווען צו זיין זייט איז געשטאנען זיין פרוי, הומאיאן'ס מוטער, און קיזאהר האט געפאכעט מיט א קאפיע פון די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, זאגנדיג אז טראמפ פארלעצט די אמעריקאנער קאנסטיטוציע מיט'ן זאגן אז ער וויל איינשטעלן א פארבאט אויף מוסולמענער אין אמעריקע.

קיזאהר האט ווייטער געזאגט ביי זיין רעדע אז ער און זיין פרוי האבן מקריב געווען פאר אמעריקע זייער זוהן הומאיאן, און אז טראמפ ווייסט נישט גארנישט וואס עס מיינט מקריב צו זיין עפעס פאר'ן לאנד. "ביזטו שוין אמאל געווען אין ארלינגטאן סעמעטערי?" – האט קיזאהר געדונערט ביי זיין קאנווענשאן רעדע קעגן טראמפ. טראמפ האט זייער נישט גוט אויפגענומען די קריטיק פון קיזאהר, און האט רעאגירט שבת אין אן אינטערוויו, אפלאכנדיג אז קיזאהר'ס פרוי איז געשטאנען צו דער זייט ביי זיין רעדע און גארנישט גערעדט, ווייל ביי די מוסולמענער זענען פרויען אונטערדרוקט.

קיזאהר האט נעכטן געגעבן אן אינטערוויו ביי וועלכע ער האט פארדאמט טראמפ, זאגנדיג אז ער איז "א שווארצע נשמה". קיזאהר האט געזאגט אז זיין פרוי האט גארנישט גערעדט ווייל זי איז נאך אלץ צובראכן פון פארלירן איר זוהן ביים איראקער קריג, אבער האט געזאגט אז ער האט געוואלט זיין פרוי זאל זיין אויפן פאדיום ביי די רעדע, ווייל אזוי האט ער אליינס זיך געשפירט מער קאנפידענט מיט זיין רעדע. נעכטן זונטאג האט מען געהערט פארדאמונגען אפילו פון הויכראנגיקע רעפובליקאנער איבער טראמפ'ס ווערטער קעגן די קאהאן פאמיליע.

אין אן אינטערעסאנטע אנטוויקלונג האט די אייסיס טעראר גרופע ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן – ענליך צו טראמפ – אטאקירט הומאיאן קאהאן. אייסיס זאגט אז הומאיאן איז געווען א "כופר" אין איסלאם און דעריבער איז זיך אים געקומען צו שטארבן. באזונדער האט מען נעכטן געהערט אז דער קאפיע פון די קאנסטיטוציע וואס קיזאהר האט געהאלטן אין די הענט ביי זיין קאנווענשאן רעדע, וואס קאסט איין דאלער אין די געשעפטן – איז געווארן אין די לעצטע 2 טעג די בעסט-פארקויפטע בוך אויף "עמעזאן".



ניו יארק – דאנעלד טראמפ האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז ער האלט אז אמעריקע דארף אנערקענען דעם פאקט אז רוסלאנד האט אנעקסירט קרימיע און אז קרימיע איז מער נישט א טייל פון אוקריינע. דאס איז אין קעגנזאץ צו די יעצטיגע אמעריקאנער פאליסי, וועלכע באטראכט רוסלאנד׳ס אנעקסירונג פון קרימיע אלס א פארברעכן, און די אבאמא אדמיניסטראציע האט צוליב די אנעקסירונג ארויפגעשטעלט סאנקציעס אויף רוסלאנד.



פענסילוועניע – דעמאקראטישע פרעזידענט קאנדידאט הילערי קלינטאן זאגט אז עס איז קלאר אז די רוסישע רעגירונג איז געשטאנען אונטער דעם וואס די קאמפיוטערס פון די נאציאנאלע דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן זענען געהעקט געווארן. קלינטאן זאגט אז עס איז זייער פארדעכטיגט צוצוקוקן וויאזוי דאנעלד טראמפ פארטיידיגט דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און וויאזוי ער האלט זיך צוריק פון פארדאמען פוטין פאר פארלעצונגען קעגן מענטשן רעכטן אין רוסלאנד.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 03, 2016 12:34 am

וואשינגטאן – א גרופע פון 11 אמעריקאנער פאמיליעס וועמענס קינדער זענען אומגעקומען אויפן אמעריקאנער מלחמה פראנט, האבן ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי פארדאמען גאר שארף דאנעלד טראמפ׳ס אטאקעס קעגן די מוסולמענער קאהאן פאמיליע וועמענס קינד איז געשטארבן אלס זעלנער אין איראק און די פאמיליע האט געגעבן א רעדע ביים דעמאקראטישן קאנווענשאן. די גרופע ״גאלד סטאר פאמיליעס״ פארלאנגט אז טראמפ זאל זיך אנטשולדיגן צו אלע אמעריקאנער פאמיליעס.


ניו יארק – צוויי באזונדערע אנקעטעס זענען נעכטן ארויסגעקומען און ביידע צייגן אז הילערי קלינטאן האט באוויזן אפצומעקן די קאנווענשאן באמפ וואס דאנעלד טראמפ האט באקומען נאך די רעפובליקאנער קאנווענשאן. א "סי בי עס" אנקעטע געבט פאר קלינטאן א 7 פראצענט אויבערהאנט, 46 פראצענט פאר קלינטאן און 39 פראצענט פאר טראמפ. א "פובליק פאליסי" אנקעטע, וועלכע איז גענויגט אייביג צו די דעמאקראטן, געבט פאר הילערי א 5 פראצענט אויבערהאנט, 46 פראצענט פאר הילערי און 41 פראצענט פאר טראמפ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 04, 2016 1:46 pm

ניו יארק – שפעקולאציעס האבן נעכטן אנגעהויבן צירקולירן אין די אמעריקאנער מידיא, נאכדעם וואס געוויסע הויכראנגיקע פיגורן אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי, האבן אנגעהויבן שטילערהייט צו וועבן פלענער וויאזוי צו צווינגען דאנעלד טראמפ אז ער זאל זיך ארויסציען פונעם פארמעסט און מען וועט ערזעצן טראמפ מיט א נייעם קאנדידאט וועלכער וועט לויפן קעגן הילערי קלינטאן. דאס קומט נאכדעם וואס די לעצטע צוויי-דריי טעג זענען געווען זייער נישט גוטע פאר'ן טראמפ קאמפיין, מיט די פארשידענע פליפ-פלאפס און קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס וואס טראמפ האט געלאזט פאלן.

איין באריכט, אין עי-בי-סי ניוז, צייגט אז דער פארטיי פארזיצער רעינס פריבוס האט זיך אין די לעצטערע טעג עטליכע מאל אראפגעזעצט מיט טראמפ און פרובירט אים צו באאיינפלוסן אז ער זאל טוישן זיין רעטאריק און אנהייבן פירן א נארמאלן ציוויליזירטן קאמפיין, אבער טראמפ אנטזאגט זיך פון קאאפערירן. א באזונדערע "סי ען ען" באריכט צייגט אז די אנטוישונג אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין גייט גאר ביז'ן העכסטן איינגעשטעלטן, דעם קאמפיין מענעדזשער פאול מענעפארט, וועמען טראמפ האט אויפגענומען מיט'ן ציהל צו סטאביליזירן זיין קאמפיין עטליכע מאנאטן צוריק. דער באריכט צייגט אז מענעפארט איז אזוי אנטוישט אז טראמפ הערט אים נישט אויס און נעמט נישט אן וואס ער געבט אים עצות און ראט, אז מענעפארט און אנדערע קאמפיין שטאב פרובירן שוין ניטאמאל אריינצולייגן צופיל כוחות אינעם קאמפיין.

עס איז נעכטן אנגעצייגט געווארן אז דער פראצעדור אויב טראמפ וועט זיך ארויסציען, וועט ארבעטן אז עס וועלן זיך צוזאמזעצן די 168 מיטגלידער פון די "רעפובליקאנער נאציאנאלע קאמיטע" אויסצואוועלן אן ערזעצער פאר טראמפ, אבער עס וועט נישט גיין אזוי פשוט. ערשטנס וועט זיך טראמפ מוזן ארויסציען נאך בעפאר סעפטעמבער, וויבאלד די פארטיי זאל האבן גענוג און נאך צייט ארויפצושטעלן דעם נייעם קאנדידאט'ס נאמען אויף די שטים צעטלעך אין אלע סטעיטס, און דאן וועט מען דארפן האנדלען מיט די קאפ-ווייטאג אויב אנדערע רעפובליקאנער קאנדידאטן ווילן אז זיי זאלן זיין דער ערזאץ. פילע פון די וויכטיגע סטעיטס וואו די רעפובליקאנער מוזן געווינען, איז שוין אריבער דעם דעדליין פון ווען מען קען ארויפלייגן א פרעזידענט קאנדידאט'ס נאמען אויפן שטים צעטל.

-
וואשינגטאן – אינעם זעלבן טאג וואס עס זענען ערשינען עטליכע באריכטן איבער אנגעצויגנקייט אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי און די מעגליכקייט אז די רעפובליקאנער פירערשאפט וועט ערזעצן טראמפ מיט א נייעם קאנדידאט, האבן טראמפ און זיין וויצע פרעזידענט קאנדידאט מייק פּענס זיך סותר געווען. נעכטן האט טראמפ געזאגט אז ער וועט נישט אינדארסירן קאנגרעסמאן פאול רייען פאר ווידערוויילונג, און היינט האט פּענס געזאגט אז ער אינדארסירט יא רייען פאר ווידערוויילונג.

-
ניו יארק – א נייע ״פאקס ניוז״ אנקעטע צייגט אז קלינטאן האט א 10 פראצענט אויבערהאנט העכער טראמפ. קלינטאן באקומט 49 פראצענט און טראמפ 39 פראצענט. א מערהייט וויילער האלטן אבער אז טראמפ וועט טאן א בעסערע דזשאב מיט די עקאנאמיע און מיט פארניכטן אייסיס.
-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:57 am

קול העולם:

דאנעלד טראמפ האט אנגעהויבן א פרישע קאמפיין צו פאראייניגן די רעפובליקאנער פארטיי אונטער זיך, נאכדעם וואס ער האט פרייטאג צונאכטס אינדארסירט רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער פאול רייען און רעפובליקאנער סענאטאר דזשאן מעקעין אין זייערע ווידערוויילונג פארמעסטן – א זאך וואס ער האט זיך אנטזאגט צו טאן אין די לעצטערע טעג, שטיצנדיג זייערע קעגנער.

טראמפ האט אויפגעטרעטן פרייטאג ביינאכט ביי א ראלי אין גרין בעי, וויסקאנסין, די היימסטעיט פון קאנגרעס ספיקער רייען, וואו ער האט געזאגט אז ער אנערקענט אז עס וועלן זיין מיינונגס פארשידנהייטן, אבער פון יעצט און ווייטער וועלן די מיינונגס פארשידנהייטן זיין צווישן גוטע פריינט, און ער און רייען און די איבריגע רעפובליקאנער פארטיי פירערשאפט וועלן נישט אויפהערן ארבעטן אינאיינעם צו פארזיכערן א קאלעקטיווע רעפובליקאנער זיג אינעם וואל טאג אין נאוועמבער.

טראמפ האט אויך אנגעהויבן זיך מער קאנצענטרירן מיט זיינע אטאקעס קעגן הילערי קלינטאן אנשטאט קעגן זיין אייגענע רעפובליקאנער פארטיי. נעכטן ביי א ראלי אין ניו העמפשיר האט טראמפ אויספרובירט עטליכע נייע לאזונגען און שפּעט-נעמען פאר הילערי קלינטאן, אפלאכנדיג פון דעם וואס קלינטאן האט געזאגט אז זי האט "פשוט פארגעסן" ווען זי האט געזאגט לעצטנס ביי אן אינטערוויו אז זי האט נישט געזאגט קיין שום ליגנטס איבער איר אימעיל סקאנדאל. טראמפ האט געזאגט אז "איך בין נישט זיכער אז זי איז דאהי", "זי איז אומסטאביל", און "הילערי איז א מאנסטער".
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 12:03 pm

דאנאלד טראמפ געט וויכטיגע עקאנאמישע רעדע אין דעטרויט

דעטרויט - דאנאלד טראמפ זוכט צו ארויסהייבן זיין עקאנאמישע פלאן אלס אזאנס וואס וועט ברענגען מער דשאבס, דורך שניידן ביזנעס טעקס צו צוציען פירמעס קיין אמעריקע, אנולירן רעגולאציעס און הייבן די דעמאסטיק אויל פראדוקציע. אין זיין רעדע צו די פרעסטידשפולע עקענאמישע קלאב אין דעטרויט זוכט דאנאלד טראמפ נישט בלויז צו אדרעסירן די עקאנאמיסטן אנוועזנד אין זאל נאר ער האפט אז מיט'ן רעדן פון די אישו'ס וועט ער קענען צוריק ברענגען זיין וואקלדיגע קאמפיין אויף די רעלסן. און די עקאנאמישע אספעקט איז די בעסטע פאר אים צו רעדן וויבאלד ער געניסט פון א אויבערהאנט אין די אנקעטעס אויף די פראגע ווער עס וועט בעסער באהאנדלען די עקאנאמיע. און מיט'ן אדרעסירן עקאנאמישע אנלעגנהייטן האפט ער אז ער וועט צוריקבאקומען זיין "אימעדש" אלס א ערנסטע קאנדידאט מיט א נארמאלע פלאן פאר אמעריקע.

דאס קומט נאך גאר שווערע צוויי וואכן פאר די טראמפ קאמפיין וואס האט זיך אנגעהויבן מיט די געפעכט צווישן דאנאלד טראמפ און די קהאן פאמיליע. און דאן מיט זיין עקשנות נישט צו אינדארסירן ספיקער פאול רייען און דשאן מקעין, און עס האט זיך אנגעזען אין די אנקעטעס וואס האבן געצייגט קאטאסטראפישע ציפערן פאר די טראמפ קאמפיין. אצינד האפט ער צוריקצוקומען צו די אישו'ס און אזוי ארום צוריקברענגען די רעפאבליקאנער וואס גלייבן אין קאנסערוואטיווע עקאנאמישע פרינציפן אבער זענען באזארגט פון זיין נישט-ערנסטע כאראקטער.

אין די רעדע האט ער אראפגעמאלן א שווארצע בילד פון די אמעריקאנער עקאנאמיע, ער האט אנגערופן די ארבעטסלאזיגקייט ראטע א "שווינדל" וויבאלד עס רעכנט נישט קיין מענטשן וואס זענען אינדרויסן פון די דשאב מארקעט, און 94 מיליאן אמעריקאנער זענען אינדרויסן פון די דשאב מארקעט. און אנגערופן די עקאנאמישע ערהוילונג די ארגסטע ערהוילונג זינט די "גרעיט דעפרעשאן" און אנגעצייגט אויף זיין רעקארד אין ניו יארק אלס באווייז אז ער קען ברענגען א עקאנאמישע אויפוואכונג.

ער האט דערקלערט אז דאס וועט זיין א "טעקס רעוואלוציע" די גרעסטע זינט ראנאלד רעיגען, ער וועט עס אראפברענגען פון 34% פראצענט צו 15% און באלוינען פירמעס וואס ברענגען צוריק פראדוקציע קיין אמעריקע. און אז אונטער הילערי קלינטאן וועט עס זיין דריי מאל העכער.
-JP-

דעטרויט – דאנעלד טראמפ האט נעכטן פרובירט צוריקצושטעלן זיין וואקלדיגן קאנדידאטור אויף די רעלסן, ווען ער האט געגעבן א וויכטיגע פאליסי רעדע איבער די עקאנאמיע, וואו ער האט ארויסגעשטעלט פארשידענע זאכן וואס ער וועט טאן אלס פרעזידענט צו העלפן די עקאנאמיע. ער האט פארשפראכן א פולקאמע פארבאט אויף סיי וועלכע נייע פעדעראלע רעגולאציעס אין זיינע ערשטע יארן אלס פרעזידענט; ער וועט מאכן אנשטאט זיבן שטאפלען פון פעדעראלע אינקאם שטייערצאלער, וועלן זיין בלויז 3 שטאפלען.

צווישן די אנדערע זאכן וואס ער האט פארשפראכן איז געווען אז די רייכסטע פארדינער וועלן צאלן בלויז 33 פראצענט פעדעראלע אינקאם שטייער, אנדערש ווי די ביז היינטיגע 39 פראצענט; קארפארעיט שטייער ראטע וועט גענידערט ווערן צו 15 פראצענט פון די יעצטיגע 35 פראצענט; ער וועט אויפקומען מיט א "טשיילדקעיר" פראגראם צו העלפן פאמיליעס, וואס זיין טאכטער איוואנקא וועט אים העלפן צוזאמשטעלן; מען וועט צוריקברענגען מאנופעקטשורינג קיין אמעריקע.

טראמפ האט געגעבן זיין רעדע פון א "טעלעפראמפטער", מיט פארגעשריבענע זאכן – א פארמאט וואס ער איז נישט צוגעוואוינט דערצו. זיין רעדע איז איבערגעהאקט געווארן זיבעצן מאל דורך פראטעסטירער, אבער טראמפ האט זיך נישט פארלוירן און האט נישט רעאגירט צו זיי גארנישט, בלויז זאגנדיג איין מאל "טענק יו, טענק יו", און צולייגנדיג "בערני סענדערס'ס שטיצער פלעגן זיין אסאך מער ענערגיש און לעבעדיג"...
-קה"א-

אנטי-טראמפ רעפובליקאנער קריגן קאנדידאט

שוין חדשים וואס פאליטישע אנאליסטן רעדן דערפון. וואס פילע רעפאבליקאנער חלומ'ן דערפון. אז עס זאל אפירקומען א רעפאבליקאנער אלטערנאטיוו צו דאנאלד טראמפ, מען האט שפעקולירט אז דאס וועט פאסירן ביי די קאנווענשאן, אז דאס וועט זיין פאול רייען, מיט ראמני אדער אפילו מייקעל בלומבערג. אבער אצינד איז עס אנגעקומען, אבער טייל וועלן זאגן אז אביסל צו שפעט, און אביסל צו א שוואכער קאנדידאט צו שטעלן א ריכטיגע קאנקורענץ צו דאנאלד טראמפ.

עווען מעקמולין איז א געוועזענער סי. איי. עי. אגענט און ארבעט אלס א פאליסי דירעקטאר אין קאנגרעס. און ער האט היינט אינדערפרי געמאלדן אז ער וועט לויפן אלס אינדיפענדענט און טוט אנטשפרעכן צו זיין די קאנדידאט פון די רעפאבליקאנער וואס זענען אומצופרידן מיט טראמפ.

"ווען אמעריקע האט נישט קיין צוטרוי אין די קאנדידאטן פון ביידע פארטייען איז צייט פאר די נייע גענעראציע צו ארויסטרעטן און נעמען די איניציאטיוו און עס איז קיינמאל נישט צו שפעט צו טון די ריכטיגע זאך" האט מעקמולין געזאגט אין זיין סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געמאלדן זיין קאנדידאטור. לויט דשאו סקארבארא, א בארימטער פאליטישע אנאליסט פון די MSNBC פארמאגט מעקמולין די שטיצע פון גאר פראמינענטע פיגורן און פילאנטראפן פון די פארטיי, און עס איז מעגליך אז זיין קאנדידאטור וועט באקומען ברייטע שטיצע ביי רעפאבליקאנער וועלכע זוכן א אלטערנאטיוו צו טראמפ און קלינטאן.
-JP-

וואשינגטאן – דער וואונטש פון די אנטי-טראמפ רעפובליקאנער איז נעכטן ערפולט געווארן ווען דער רעפובליקאנער עוואן מעקמולין האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט, קעגן טראמפ און קלינטאן, אלס אינדעפענדענט קאנדידאט און האט אפעלירט צו אלע רעפובליקאנער וועלכע זענען נישט צעפרידן מיט טראמפ, אז זיי זאלן שטימען פאר אים אין נאוועמבער. מעקמולין איז א געוועזענער סי-איי-עי אגענט און א לאנגיעריגער שטאב מיטגליד פאר די רעפובליקאנער פירערשאפט אין קאנגרעס. זיין נאמען וועט נישט קענען ערשיינען אויף שטים צעטלעך אין פילע סטעיטס, וויבאלד דער דעדליין אריינצוגעבן דעם נאמען פאר די פרעזידענטליכע וואלן איז שוין פאראיבער אין רוב סטעיטס.
-קה"א-


געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר פאר הילערי

מישיגען – וויליאם מיליקען, דער 94 יעריגער געוועזענער רעפובליקאנער גאווערנאר פון מישיגען, האט זיך אפגעבראכן פון זיין פארטיי און איז ארויסגעקומען און אינדארסירט הילערי קלינטאן פאר פרעזידענט. מישיגען ווערט באטראכט אלס א קריטישע סווינג סטעיט צו געווינען די פרעזידענטשאפט. עס איז אבער נישט דאס ערשטע מאל וואס מיליקען אינדארסירט דעמאקראטן. אין 2004 האט ער אינדארסירט דזשאן קערי קעגן פרעזידענט בוש און אין 2008 האט ער קודם געהאט אינדארסירט דזשאן מעקעין אבער האט שפעטער צוריקגעצויגן.
-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 10:15 pm

פאטער פונעם ארלאנדא טעראריסט באטייליגט זיך ביי קלינטאן ראלי

די קלינטאן קאמפיין האט יעצט אויסצושטיין קאפ-ווייטאג נאכדעם וואס עס איז פארעפנטליכט געווארן א בילד פון א קאמפיין ראלי וואס קלינטאן האט אפגעהאלטן אין פלארידע ווי מען זעט אונטער איר סאדיק מאטין, דער פאטער פון דעם אייסיס-אפיליאירטער טעראריסט וואס האט דורכגעפירט די מאסן שיסעריי אין ארלאנדא מיט צוויי חדשים צוריק. דער פאטער איז אויך א ראדיקאלער מוסלעמענער און נאך די אטאקע האבן טייל פאליטיקאנטן געזאגט אז וואלט נישט געטארט אריינגעלאזט ווערן קיין אמעריקע.

אויף די בילדער זעט מען אים אויך האלטן א שילד אין וועלכע ער עקלערט פארוואס ער האלט מיט הילערי קלינטאן און איראניש אז צווישן אנדערע רעכנט ער אויס אז זי איז גוט פאר היימלאנד זיכערהייט און גאן קאנטראל. די קאמפיין האט רעאגירט אז די ראלי איז געווען אפן פאר די פאבליק און קיינער האט אים נישט איינגעלאדנט און ער איז געקומען פון זיך אליין.

שטארקע מעגליכקייט פאר דריי-שפיציגע פרעזידענליכע דעבאטעס

אין ליכט פון די וואקסנדע פאפולאריטעט פון די דריטע-פארטיי קאנדידאטן האט די פרעזידענטליכע דעמאטע קאמיטע – וועלכע פארפיגט אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס – פארארדנט די אינסטיטוציעס וועלכע וועלן אפהאלטן די פרעזידענטליכע דעבאטעס צו זיין גרייט צו צולייגן א דריטער פלאץ אויפ'ן פאדיום פאר א דריטע קאנדידאט. די אנגענומענע רעגולאציע איז אז א קאנדידאט וואס געניסט פון 15 פראצענט שטיצע אין די אנקעטעס ווערט געזען ווי א ערנסטע קאנדידאט און באקומט א פלאץ אין די פרעזידענטליכע דעבאטעס, און די ליבערטעריען קאנדידאט גערי דשאנסאן האלט שוין כמעט דארט לויט טייל אנקעטעס. אזוי אויך איז נישט אויסגעשלאסן אז דער פרישער קאנדידאט עווען מעקמולען וועט באווייזן צו געניסן פון ברייטע שטיצע צווישן די רעפובליקאנער.

די טראמפ קאמפיין האט נישט אויסגעגעבן קיין איין דאלער אין טעלעוויזיע עד'ס קעגן קלינטאנ'ס 100 מיליאן דאלער

שטייענדיג ווייניגער ווי 100 טעג פאר די אלגעמיינע וואלן אין נאוועמבער, און טראדיציאנאל לייגן קאמפיינ'ס אריין מיליאנען אין טעלעוויזיע קאמפיין פראפאגאנדע. אבער די טראמפ קאמפיין האט א אנדערע סטראטעגיע, דערווייל האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין איין איינציגע טעלעוויזיע עד. טראץ די צענדליגע מיליאנען דאלארן אין טעלעוויזיע עד'ס וואס די קלינטאן קאמפיין לייגט ארויס.

לויט געוויסע שאצונגען האט די קלינטאן קאמפיין און סופער פעקס שוין אויסגעגעבן קרוב צו 100$ מיליאן דאלער, און אפילו די גרינע פארטיי האט שוין אויסגעגעבן 189,000$ אין עדווערטייזמענט פאר זייער קאנדידאט דזשיל סטיין, און די ליבערטעריאנער פארטיי אזויפיל ווי 15,000$. אבער פארט האבן פרא-טראמפ סופער-פעק'ס שוין יא אריינגעלייגט ארום 8 מיליאן דאלער אין עדס. דאס שטימט מיט די סטראטעגיע וואס טראמפ האט אויך געהאט אין די פריימעריס צו נוצן דאס געלט צו מאכן גרויסע ראלי'ס און באקומען פובליסיטי דורך מאכן קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס.

זעלבסטשטענדיגער קאנדידאט עווען מעקמולין האט שטודירט אין מדינת ישראל

נעכטן איז די פאליטישע וועלט איבעראשט געווארן מיט די פלוצלונג'דיגע מעלדונג איבער די פרישע קאנדידאט פאר פרעזידענט, דער געוועזענער סי-איי-עי אגענט, עווען מעקמולין. ער איז ביז נעכטן געווען אומבאקאנט, אבער אצינד קומט ארויס פרישע דעטאלן איבער אים און זיין קאנדידאטור. ווי עס שטעלט זיך ארויס איז זיין הויפט ראטגעבער פאר די קאמפיין ריק ווילסאן, א געוועזענער הויכראנגיקער איינגעשטעלטער אין מארקא רוביא'ס פרעזידענטליכע קאמפיין. אזוי אויך זענען זיינע שפיץ פינאנציעלע שטיצער געוועזענע מיט ראמני און דשאן מקעין ביישטיירער און איז אפיליאירט מיט א גרופע וואס רופט זיך "בעסער פאר אמעריקע" וואס ארבעט שוין עטליכע מאנאטן צו אוועקלייגן א פלאץ אויף די שטים-צעטל אין פילע שטאטן. צווישן אנדערע איז באריכטעט געווארן אז ער האט שטודירט אין מדינת ישראל אין די ראמען פון א פראגראם פון די פארטיידיגונגס מיניסטעריום פראגראם אים אנצוגרייטן פאר זיין דינסט אלס סי. איי. עי. אגענט.

צו זוכט דאנאלד טראמפ זיך צו ארויסדרייען פון די דעבאטעס?

דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט שוין איינמאל פארפאסט א וויכטיגע נאציאנאלע דעבאטע ביי די פריימעריס ווייל עס איז נישט געווען וויאזוי ער האט געוואלט. ווי עס קוקט אויס זוכט ער צו קאנטראלירן די קומענדיגע פרעזידענטליכע דעבאטעס אויך. קודם האט ער געהאט טענות אויף די דאטומען, און אצינד טוט ער אנדייטן אז ער האט נאך פאדערונגען. אין א אינטערוויו מיט די "טיים" מאגאזין האט ער געזאגט אז ער פלאנט צו אפהאלטן דריי דעבאטעס אבער ער וועט נאך פארהאנדלען איבער די טערמינען און נישט אננעמען פונקטליך די רעגולאציעס וואס ווערן ארויסגעלייגט דורך די דעבאטע קאמיטע. צווישן די זאכן איבער וועלכער ער וועט זיך שטעלן וועט זיין ווער עס זאל זיין דער מאדארעיטאר פון די דעבאטעס, און אויך איבער די פארמאט אז עס זאל אים זיין באקוועם. נעמנדיג אין באטראכט דאנאלד טראמפ'ס צוגאנג פון "אדער אלעס אדער שפאציר איך אוועק" איז גאנץ מעגליך אז ער וועט טון א פרעצעדענטלאזע אקט און זיך אפהאלטן פון די דעבאטעס.

-JP-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:27 pm

נארט קעראליינע – דאנעלד טראמפ האט נעכטן ווידער ארויסגערופן א שטורעם ווען ער האט פריער ביי א ראלי זיך אויסגעדרוקט אז מ׳וועט גארנישט קענען טאן אויב הילערי קלינטאן וועט זיין פרעזידענט און אויסוועלן סופרים קאורט ריכטער, זאגנדיג ״מ׳קען גארנישט טאן דערצו, אבער אפשר די צווייטע אמענדמענט חברה קענען עפעס טאן״, וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אז טראמפ זאגט אז מ׳קען נאר פטור ווערן פון הילערי דורכ׳ן איר שיסן.

דאס איז געקומען איין טאג נאכדעם וואס טראמפ האט געגעבן זיין עקאנאמישע פאליסי רעדע וואס האט געווינען לויב ווערטער ביי פילע עקאנאמיסטן און אפילו פילע דעמאקראטישע וויילער. אין די זעלבע צייט האט מען אויך געהערט אז אזויפיל ווי פופציג רעפובליקאנער פיגורן איבער'ן לאנד האבן געשריבן א לאנגן בריוו וואו זיי ערקלערן פארוואס זיי וועלן נישט שטיצן דאנעלד טראמפ אין נאוועמבער.

באזונדער האט א הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטארשע, סוזען קאלינס פון די סטעיט מעין, געמאלדן אז זי וועט נישט שטימען פאר דאנעלד טראמפ. זי האט אפגעשריבן א שארפן עדיטאריעל אין וועלכע זי ברענגט ארויס אז טראמפ שטעלט נישט פאר די ווירדן וואס זי וויל זעהן אין די רעפובליקאנער פארטיי. קאלינס איז די ערשטע הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטאר ארויסצוקומען און אפיציעל זאגן אז זי וועט נישט שטימען פאר טראמפ.

-

וואשינגטאן – די ספעציעלע קאמיסיע וועלכע פארפיגט אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס וואס וועלן פארקומען צווישן הילערי קלינטאן און דאנעלד טראמפ, האבן געשיקט א ספעציעלע מעמא פאר די מענעדזשערס פון די 3 ערטער וואו די 3 דעבאטעס וועלן פארקומען צווישן קלינטאן און טראמפ, אז זיי זאלן אויסשטעלן דעם סטעידזש אויף אזא פארנעם אז ס'זאל אין די לעצטע מינוט קענען צוגעלייגט ווערן א דריטע פּאדיום. דאס צייגט אז מען רישט זיך ערנסט אויף די מעגליכקייט אז א דריטע-פארטיי קאנדידאט - מעגליך ליבערטעריען גערי דזשאנסאן אדער גרין פארטיי'ס דזשיל סטיין - וועלן באווייזן צו קריגן 15 פראצענט אין די אנקעטעס, און אויטאמאטיש וועלן זיי זיין בארעכטיגט אנטיילצונעמען ביי די דעבאטעס.

-

וואשינגטאן – די עלטערן פון טייראן וואודס און שאן סמיט, 2 זעלנער וועלכע זענען אומגעקומען אין די 2012 אטאקע אויפן אמעריקאנער קאנסולאט אין בענגאזיע, ליביע, האבן אריינגעגעבן אן אנקלאגע קעגן הילערי קלינטאן. די עלטערן זאגן אז קלינטאן'ס באנוץ פון א פריוואטן אומבאשיצטן אימעיל סערווער האט צוגעהאלפן די טעראריסטן צו פלאנירן די אטאקעס, און אויך זאגן די עלטערן אז קלינטאן האט זיי פארשעמט אין אראפגעריסן אין פארשידענע פובליק סטעיטמענטס אין די יארן נאך די 2012 אטאקע.
טעראריסט'ס פאטער ביי הילערי ראלי.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 11:57 am

יאהאן, איך מוז דיר זאגן אז דו מאכסט א אייזערנע גוטע דזשאב מיטן ברענגן אזעלכע גוטע געשמאקע קלארע באריכטן.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 4:29 pm

יאהאן האט געשריבן:דאנעלד טראמפ האט נעכטן ווידער ארויסגערופן א שטורעם ווען ער האט פריער ביי א ראלי זיך אויסגעדרוקט אז מ׳וועט גארנישט קענען טאן אויב הילערי קלינטאן וועט זיין פרעזידענט און אויסוועלן סופרים קאורט ריכטער, זאגנדיג ״מ׳קען גארנישט טאן דערצו, אבער אפשר די צווייטע אמענדמענט חברה קענען עפעס טאן״, וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אז טראמפ זאגט אז מ׳קען נאר פטור ווערן פון הילערי דורכ׳ן איר שיסן.

איך זע נישט וויאזוי עס איז מעגליך צו פארטייטשן אנדערש די ווערטער.
By the way, and if she gets to pick --if she gets to pick her judges, nothing you can do, folks.
Although the Second Amendment people, maybe there is, I don't know.
ער זאגט נישט אז דורך שיסן הילערי, אבער ער זאגט אז "[מיט] די צווייטע אמענדמענט חברה, איז אפשר דא [א מעגליכקייט צו פטור ווערן פון אירע דזשאדזשעס]. איך ווייס נישט." דהיינו אפשר דורך זיי וועט קומען א ישועה, דאס קען זיין דורך סתם אנדרייען טעראר און כאאס, עס מוז נישט מיינען שיסן הילערי.

ער און זיין קופה של שרצים ווילן זאגן אז ער האט געמיינט צו זאגן דורך קומען שטימען. אפשר ווייזט מיר איינער וואו אין די ווערטער מען קען דאס מאכן קלעבן??? 1 ווען ער רעדט פון קומען שטימען זאגט ער עס ווען בלשון גסה, אזעלכע וויכטיגע ווערטער זאגט מען נישט ברמיזה. 2 ער רעדט נאך וואס זי איז עלעקטעד און זי נעמט דזשאדזשעס, מאי ענין וואוטס לכאן? 3 "אפשר דא א מעגליכקייט"? הייסט דערווייל איז די קאמף א פארלוירענער? איך האב געמיינט "ווי וויל ווין סוי ביגלי"? 4 וואס ענדיגט ער מיט "איך ווייס נישט"?

דאס וואס זיי דרייען מיטן צינג אז די מידיע נעטווארקס פארדרייען די הבנה אין זיינע ווערטער. קוק [נישט] די קליפ, זע די רעאקציעס פון זיינע ארומיגע אויף די ווערטער. איינער עפנט די אויגן גרויס ווי א וואסער מעלאנע, א צווייטער ווייזט צייכענס פון שאק און שוידער א.א.וו., און מען לאאאאכט. וואסי די געלעכטער? ער זאגט מען זאל קומען שטימען, ניין?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:19 pm

מיינונג, אט דאס איז באדייט פון פאליטיק, "פעיק, פאוני, פראוד" דאס אז הילערי איז נאכנישט אין א מאקסימום סעקיורעטי טורמע פארשטייסטו שוין?
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:26 pm

טראמפ רופט אבאמא און קלינטאן "גרינדערס פון אייסיס"

דאנאלד טראמפ האט שוין א גלעצענדע רעקארד פון צוקלעבן טיטלען צו זיינע קעגנער, אנגעהויבן פון קליינער מארקא, ליגנער טעד, און קרוקעד הילערי, אבער אצינד האט ער א פרישע טיטל פאר פרעזידענט אבאמא, ער האט נעכטן ביי א קאמפיין ראלי אים אנגערופן "די גרינדער פון אייסיס" און הילערי קלינטאן די "קא-פאונדער", און היינט ביי א רעדע אין פלארידע האט ער שוין ארויפגעברענגט קלינטאן א שטאפל און איר אויך אנגערופן גרינדערין פון אייסיס.
"אייסיס געט אפ כבוד פאר אבאמא, זיי שעצן אים ווייל ער האט געגרינדעט אייסיס" האט ער פראקלאמירט ביי די ראלי, ער האט דערביי אנגערופן פרעזידענט אבאמא ביי זיין פולע נאמער באראק "כוסעין" אבמא, דערמיט ווארשיינליך צו אנדייטן אויף זיין מוסולמענער פארבינדונג. ער האט דאן ערקלערט אז טראץ זיין קעגנערשאפט צו די עיראקער קריג איז אבער די שנעלע ריקצוג וואס אבאמא האט פארארדענט די סיבה פארוואס אייסיס איז אנשטאנען.
ביי א אינטערוויו שפעטער באנאכט איז ער געפרעגט געווארן אויב ער טוט זיך נאך אלץ האלטן ביי די מיינונג אז אבאמא איז דער גרינדער פון אייסיס, אויף וועלכע ער האט געענטפערט אבסעלוט יא! און ווען דער רעפארטער האט אים געזאגט אז ער וואלט גענוצט א מילדערע שפראך, האט ער געזאגט, יא אבער וועגן דעם הערט דיך קיינער נישט אויס און מיך יא, מיט דעם האט דאנאלד טראמפ ערקלערט זיין סטראטעגיע, מאכן דראמאטישע ערקלערונגען, מאכ'ן קאנטראווערסיעס, און מיט דעם זיין אין שפיץ פון די נייעס און באקומען דעקונג אן צאלן א דאלער.

(אפשר קומט דאס אין "שמייכלדיגע נייעס?...)

-

געהילף פאר טראמפ געט איין א קלאגע קעגן די קאמפיין צוליב א גאן אטאקע אויף אים

א געהילף פאר די דאנאלד טראמפ קאמפיין קלאגט אן די קאמפיין און באשולדיגט אז די סטעיט מענדעדשער פון די נארט קאראליינע קאמפיין אירל פיליפ האט אויסגעשטרעקט צו אים א אנגעלאדנטע ביקס.
דער געהילף וינסענט בורדיני וואס זיין אדוואקאט מאלט אים אראפ אלס "איבערגעגעבן און געטריי" און אז דער מענעדשער האט אים פיזיש אטאקירט און אויסגעשטרעקט א ביקס קעגן אים, ער זאגט אז ער ווייסט נישט פארוואס דער מענעדשער האט עס געטון, ער פארציילט אז ער איז געגאנגען זיך אפרעדן פאר א העכערער באאמטע דער רעגיאנאלער דירעקטאר און יענער האט אים געזאגט אז אירל האט געטון דאס זעלביגע צום אים, אזוי אויך האט ער זיך אפגערעדט צו עטליכע הויכראנגיקע באאמטע אין די קאמפיין אבער לויט זיין ווערסיע איז ער איגנארירט געווארן, דערווייל האט זיך אירל פיליפ אפגעזאגט פון זיין פאזיציע אלס דעפיוטי טשעיר פון די קאמיטע אויף דיווערסיטי פאר די טראמפ קאמפיין, און עס ווערט ערווארטעט א געריכט.

-

טאכטער פון פרעזידענט רעיגען טרעט ארויס קעגן דאנאלד טראמפ

נאכדעם וואס די קאמענטארן וואס דאנאלד טראמפ האט געמאכט וועלכע איז אויסגעטייטשט געווארן דורך פילע אלס א אנדייטונג אז מען זאל שיסן הילערי קלינטאן איז געקומען א רייע שארפע פארדאמונגען פון פארשידענע פערזענליקייטן פון ביידע פארטייען.
אצינד איז א פרישע פראמינענטע רעפאבליקאנער ארויסגעקומען זייער שארף קעגן די באמערקונגען, דאס מאל פעטי דעיוויס די טאכטער פון פרעזידענט ראנאלד רעיגען, זי האט ארויסגעלייגט א סטעיטמענט אין וועלכע זי שרייבט: צו דאנאלד טראמפ, איך בין די טאכטער פון א מענטש וועלכער איז געווארן געשאסן דורך איינער וואס איז אינספירירט געווארן פון א פילם און געוואלט מיט דעם ציען די אויפמערקזאמקייט פון א אקטיאר, דיין שרעקליכע קאמענטאר איבער די צווייטע אמענדמענט איז געהערט געווארן דורך מענטשן איבער די גאנצע וועלט, אסאך וועלכע האבן ליב דיין וועטערליכע ווילדקייט, אזעלכע וואס שרייען ביי דיינע ראלי'ס גערעגטערהייט "שפאר איר איין" עס איז געהערט געווארן דורך א מענטש וואס זיצט אליין אין זיין צימער, פארטון אין זיינע טונקעלע פאנטאזיעס, און ער כאפט זיך ארויף אויף די געלעגנהייט וואס ער קען מאכן א דיפערענץ אין די וועלט. יא מר. טראמפ ווערטער האבן א השפעה, און דאס ארגסטע איז נאך אז די באגרייפסט עס אפילו נישט. די סטעיטמענט איז ברייט פארשפרייט געווארן דורך די מידיע.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 10:35 pm

טראמפ פארפּאסט געלעגנהייטן צו אטאקירן קלינטאן

וואשינגטאן – פאליטישע עקספערטן האבן אנגעצייגט נעכטן אז דאנעלד טראמפ האט אין די לעצטערע טעג פארפּאסט עטליכע געלעגנהייטן צו אטאקירן הילערי קלינטאן מיט אטאקעס וואס וואלטן געהאט א שטארקן נעגאטיוון אימפאקט אויף איר – אבער אנשטאט צו אטאקירן קלינטאן אויף די פארשידענע ערנסטע זאכן, האט טראמפ זיך פריש געטראפן אין הייס וואסער, וואו ער האט זיך אליינס אריינגעזעצט, מיט זיינע קאמענטארן וואס זענען אויסגעטייטשט געווארן אז ער רופט אז מענטשן מיט רעוואלווערס זאלן שיסן און אומברענגען קלינטאן.

די ערשטע סקאנדאל וואס טראמפ וואלט געקענט אויסנוצן, איז דאס וואס עס זענען ארויסגעגעבן געווארן א סעריע אימעילס פון אינערהאלב די "קלינטאן פאונדעישאן", וועלכע איז א וואוילטעטיגע גלאבאלע ארגאניזאציע וואס ווערט געפירט דורך ביל און הילערי קלינטאן. אין די אימעילס ווערט אויפגעדעקט אז בשעת קלינטאן האט געדינט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט, האבן איינגעשטעלטע אינערהאלב די קלינטאן פאונדעישאן געבעטן אז די סטעיט דעפארטמענט זאל ערלעדיגן אז א רייכער ביישטייערער צום פאונדעישאן זאל זיך קענען טרעפן פערזענליך מיטן לעבאנעזער אמבאסאדאר. אין אנדערע ווערטער הייסט עס אז קלינטאן האט "אביוזט" איר מאכט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט און עס אויסגענוצט פאר איר פריוואטע קלינטאן פאונדעישאן געברויכן.

די צווייטע סקאנדאל וואס טראמפ וואלט געקענט אויסנוצן איז דער פאקט אז סאדיק מאטין, דער פאטער פונעם ארלענדא טעראר אטאקע טעראריסט אומאר מאטין, האט אנטיילגענומען ביי א קלינטאן ראלי אין פלארידע. דער קלינטאן קאמפיין האט קלאר געזאגט אז זיי ווארפן אפ און זענען נישט אינטערעסירט צו באקומען סאדיק'ס שטיצע, אבער טראמפ וואלט געקענט נוצן די געשיכטע אנצוצייגן אז נישט ער איז דער געפארפולער קאנדידאט פון וועמען מען דארף מורא האבן, נאר קלינטאן איז גאר די געפארפולע, וויבאלד טעראר-פארבינדעטע פיגורן שטיצן איר.


סיקרעט סערוויס גערעדט צו טראמפ קאמפיין

ניו יארק – סי-ען-ען באריכטעט אז די סיקרעט סערוויס האט געהאט עטליכע געשפרעכן מיטן טראמפ קאמפיין אין לויף פון נעכטן נאכט און היינט, איבער טראמפ׳ס קאמענטארן אז ״די צווייטע אמענדמענט חברה קענען קעיר נעמען פון הילערי קלינטאן״ וואס איז אויסגעטייטשט געווארן אלס אן אטענטאט סטראשע אויף קלינטאן.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 5:40 pm

עס ווערט באריכטעט אין פארשידענע נייעס קוועלער אז ראדזשער עליס וועלכער איז ביז לעצטנס געווען דער אנפירער פון פאקס ניוז - און האט געמוזט רעזיגנירן צוליב סקאנדאלן איבער זיין שאנדפולע באנעמונג – וועט זיין דער וואס וועט אנגרייטן דאנאלד טראמפ אויף די פרעזידענטליכע דעבאטעס. די טראמפ קאמפיין לייקנט די באריכטן און זאגט אז עליס איז א לאנגיעריגע פריינט פון טראמפ און ער האט נישט קיין שום ראלע אין די קאמפיין.
י"נ
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 5:08 pm

עפעס א אויפשאקלונג איז היינט געווען אין טראמפ'ס קאמפיין איז טאקע די פריערדיגע נייעס אמת ?
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 6:53 pm

יא יא האט געשריבן:עפעס א אויפשאקלונג איז היינט געווען אין טראמפ'ס קאמפיין איז טאקע די פריערדיגע נייעס אמת ?


פרישע מאסיווע אויפשאקלונג אין די טראמפ קאמפיין

מיט עטליכע חדשים צוריק האט דאנאלד טראמפ אפגעזאגט זיין געטרייער קאמפיין מענעדשער קארי לעוואנדאווסקי נאכדעם וואס ער איז געווען פארמישט אין סקאנדאלן, און אצינד צום צווייטן מאל טוט ער האלב-וועגס באזייטיגן דעם יעצטיגן מאכטפולער קאמפיין מענעדשער פאול מאנאפארט וואס זיין נאמען איז אין די לעצטע טעג אין די נייעס צוליב אנגעבליכע באשולדיגונגען אין קארופציע אין די צייט וואס ער האט געדינט אלס ראטגעבער פאר דער געוועזענער דיקטאטור פון אוקראינע וויקטאר יאנוקאוויטש, און עס קומען ארויס פארשידענע באווייזן אז ער איז געווען נאנט פארבינדען צו קארופטירטע אקטיוויטעטן וואס זענען פארבינדען צו מאסקווע און פוטין. אצינד קוקט אויס אז טראמפ גרייט זיך אויף די מעגליכקייט אז ער וועט אים דארפן באזייטיגן אויב די באשולדיגונגען שטעלן זיך ארויס צו זיין ריכטיג, און האט געשטעלט מאנאפארט אלס קאמפיין טשעירמאן און ערפולט די פאזיציע פון קאמפיין מענעדשער מיט קאליאנא קאנוועי א פראפעסיאנעלע פאולסטער און פאליטישע אנאליסט.

אזוי אויך האט ער אריינגענומען אין די קאמפיין דער עקזעקיוטיוו דירעקטאר פון די קאנסערוואטיווער נייעס קוואל "ברייטבארד" סטעפאן בענאן, וואס וועט זיך אפזאגן פון זיין ראלע אין די נייעס אגענטור און ארבעטן פול טיים פאר די טראמפ קאמפיין ווי ער וועט זיך קאנצעטירירן צו פארבעסערן טראמפ'ס אנזען אין די מידיע, און ארבעטן מיט אים אויף פאליסי.

אין די זעלבע צייט קוקט אויס אז אויך פון א סטראטעגישע שטאנדפונקט קומט פאר א "אויפשאקלונג" און די קאמפיין וועט אפנויגן פון די ביז יעצטיגע סטראטעגיע פון נישט אויסגעבן געלט אויף טעלעוויזיע רעקלאמעס, און וועט אידן קומענדיגע טעג ארויסקומען מיט א עד בליץ אין די סווינג-שטאטן פענסילוועניע, אהייא, פלארידע און נארט קאראליינע. דאס קומט נאכדעם וואס איז די לעצטע וואכן האט די קלינטאן קאמפיין אויסגענוצט די הויכע ראטעס פון מענטשן וואס זענען צוגעבינדען צו די טעלעוויזיעס צוליב די אלימפישע שפילן, און אריינגעלייגט ארום 80 מיליאן דאלער אין עדס.

JP
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:58 pm

-ק"ה-
די סטעיט דעפארטמענט זאגט אז אין לויף פונעם עף-בי-איי אויספארשונג איבער הילערי קלינטאן'ס אימעיל מיסברויכן, האט די עף-בי-איי געטראפן פופצן טויזנט אימעילס וואס קלינטאן האט נישט געהאט איבערגעגעבן פאר די סטעיט דעפארטמענט. אלעס אינאיינעם האט זי האט שוין געגעבן 55 טויזנט בלעטער פון אימעילס, וואס באדייט אז א גאר גרויסע פראצענט האט זי באהאלטן ביז יעצט.

די אימעילס וועלן פארעפנטליכט ווערן פאר'ן פובליק נאך בעפאר די וואלן, וואס איז ערווארטעט צו שאפן א פרישע קאפווייטאג פאר קלינטאן. דער "וואל סטריט דזשורנאל" באריכטעט אז צווישן די נייע אימעילס ווערן אויפגעדעקט אז איינגעשטעלטע אינערהאלב די פריוואטע "קלינטאן פאונדעישאן" ארגאניזאציע האבן געזוכט צו באקומען טובות פונעם סטעיט דעפארטמענט בשעת הילערי קלינטאן האט געפירט דעם סטעיט דעפארטמענט אלס סעקרעטערי אוו סטעיט.

באזונדער איז פארהאן די אישו אז עס שטעלט זיך נאכאמאל ארויס אז קלינטאן האט ליגנט געזאגט ווען זי האט געזאגט פאר די אויספארשער אז זי האט שוין אהינדערלאנגט אלע אימעילס וואס זי האט נאר געהאט, ווען יעצט זעהט מען אז זי האט געהאט באהאלטן פופצן טויזנט אימעילס. סטעיט דעפארטמענט באאמטע זאגן אבער אז עס איז שטארק מעגליך אז רוב פון די 15 טויזנט אימעילס זענען פריוואטע אנגעלעגנהייטן וואס הילערי האט נישט לעגאל געדארפט איבערגעבן פאר די אויספארשער


clinton.jpg
clinton.jpg (57.47 KiB) געזעהן געווארן 1746 מאל
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:29 pm

ניו יארק – די טעגליכע "ען בי סי" טרעקינג אנקעטע האט נעכטן געצייגט אז איבער'ן לאנד קריג הילערי קלינטאן 50 פראצענט און דאנעלד טראמפ 42 פראצענט - א דיפערענץ פון 8 פראצענט, וואס איז כמעט נישט גערירט פון איר 9 פראצענט אויבערהאנט וואס זי האט געהאט אין די אנקעטע פאריגע וואך. אין די אנקעטע קריגט זי 87 פראצענט פון שווארצע שטימען און 73 פראצענט פון ספאנישע שטימען.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 1:29 pm

פרישע קלינטאן קארופציע אינפארמאציע

וואשינגטאן – די ״אסאשיעטעד פּרעס״ האט דורכגעפירט א גרונטליכע אויספארשונג איבער וויפיל רייכע פערזענליכקייטן האבן געהאט פריוואטע זיצונגען מיט הילערי קלינטאן בשעת זי איז געווען סעקרעטערי אוו סטעיט און וויפיל פון די זעלבע פערזענליכקייטן האבן געגעבן געלט פאר די ״קלינטאן פאונדעישאן״, און עס שטעלט זיך ארויס אז מער ווי האלב פון די וועלכע האבן געהאט פריוואטע זיצונגען מיט איר, האבן געגעבן גרויסע געלטער פאר׳ן פאונדעישאן - א פרישע באווייז אז זי האט מעגליך אביוזט איר פאזיציע אלס סעקרעטערי אוו סטעיט פאר׳ן בענעפיט פון די ״קלינטאן פאונדעישאן".
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:31 pm

רעכטער סטיוו קינג אטאקירט טראמפ'ס פליפ פלאפ איבער אימיגראציע

דער פראמינענטער קאנגרעסמאן פון אייאווע סטיוו קינג, א ליבלינג ביי די עקסטרעם רעכטע און א געוועזנער שטיצער פון טעד קרוז, טוט שטארק בעדויערן די באנייטע רעטאריק פון טראמפ איבער אימיגראציע, ווען ער האט געטוישט פון זיין שטייפע ליניע אז מען דארף דעפארטירן אלע אומלעגאלע אימיגראנטן, און ער זינגט נייע זמירות, איבער א "מער הומאנישע און יושר'דיגע פראצעס" טראמפ האט אין עטליכע אינטערוויוס מיט גרויסע מידיע קאנאלן געגעבן דעם אנדייטונג אז ער האלט ביים מאכן א דראמאטישע טויש אין זיין ביז יעצטיגע פאזיציע איבער אימיגראציע, און ארויסשטעלן א פאליסי וואס זאל זיין מער אקצעפטירבאר ביי מינאריטעטן און זאל אים העלפן מיט די זעלבסשטענדיגע וויילער.

טראמפ האט געגעבן עטליכע אנדייטונגען אז ער פלאנט בכלל נישט צו אויפשטעלן א "דעפארטאציע קראפט" און אריינברענגען נייע געזעצן אין ראפט, אין א אינטערוויו מיט שאן הענעטי האט ער גענוצט זיין טראמפ-שפראך צו דרייען מיט די צינג, און געזאגט "מיר האבן זייער גוטע געזעצן, מענטשן כאפן עס נישט, די לאקאלע פאליציי קענען די מענטשן מיר דארפן ארבעטן מיט זיי" און ער האט געזאגט אז ער גייט ווערן "ווייעכער" אויף דעם פראבלעם, סטיוו קינג האט אין זיין אינטערוויו אין סי. ען. ען. געזאגט אז טראמפ טוט מיט דעם פארראטן זיינע שטיצער און דרייט אוועק זיין פריימערי צוזאג צו נעמען א שטרענגע און שטייפע שטעלונג אויף אומלעגאלע אימיגראציע.


טראמפ קאמפיין האמערט מיט נעגאטיווע דעקונג איבער די אימעיל סקאנדאל

נאכדעם וואס די אסאשיעטעד פרעס האט אויפגעדעקט נעכטן אז לויט זייער דעטע האט זיך קלינטאן דורכאויס אירע יארן אין די סטעיט דעפארטמענט געטראפן מיט איבער 50 ביישטייערער פון די קלינטאן ארגאניזאציע, ארבעטן די רעפאבליקאנער און די טראמפ קאמפיין צו באקומען ווי מער דעקונג איבער די אימעיל פארבינדונגען צווישן די ביישטייערער פון די קלינטאן ארגאניזאציע דורכאויס איר טערמין אלס סעקערטערי אף סטעיט, די קאסערוואטיווע גרופע דשודישיעל וואטש געט אויס אסאך געלט אויף צו באשמירן די קלינטאנ'ס און זיי אראפמאלן אלס קארופטירטע פליטיקאנטן, אבער די קלינטאן קאמפיין האט גענומען א סטראטעגיע פון נישט אקטיוו פארטיידיגן נאר ענדערש לאזן די שטורעם זיך אליין בארואיגן, "קלינטאן האלט אז דאס איז נישט קיין עכטע סקאנדאל און דער אמעריקאנער פאלק קויפט דאס נישט, דעריבער וועט זי זיך נישט באציען צו די אנגייענדיגע אנטוויקלונגען" די קלינטאן שטיצער זאגן אז דאס מאכן פרישע העדליינס יעדע פאר טעג איז א סטראטעיגע פון די רעפאבליקאנער, אבער עס איז נישטא קיין עכטע נייעס, און דאס וואס איז אויפגעדעקט געווארן איבער די פארבינדונגען צווישן די קלינטאן שטציער און די סטעיט דעפארטמענט איז אייגנטליך סתם לופטיגע רעטאריק ווייל עס רעדט זיך פון עטליכע צענדליגע אוידענצן וואס פילאנראפן האבן באקומען אין די לענג פון 4 יאר ווען זי האט זיך געטראפן מיט טויזענטער מענטשן, און דאס ארויסקלויבן די עטליכע צענדליגע נעמען און אראפמאלן א בילד כאילו זי האט געארבעט פאר אירע שטיצער איז פאלש און פארפירעריש, זאגט די קאמפיין.

פארטיידיגונג אינדוסטריע שטיצט קלינטאן איבער טראמפ

די אמעריקאנער וואפן אינדוסטריע אריינגערעכנט די גרויסע אוויאציע פירעמס ווי לאקהיד מארטין זענען טראדיציאנאל שטארקע ביישטייערער פאר די רעפאבליקאנער פארטיי, זייענדיג די פארטיי וואס שטיצט גרעסערע ספענדינג פאר די מיליטער און א פארברייטערטע מיליטערישע קראפט. אבער אזוי ווי פילע טראדיציעס איז אויך דאס געבראכן געווארן אין די יעצטיגע וואל סעזאן און די שווערע געלטער פון די איינגעשטעלטע און אנפירער פון די פירמעס וואס זענען פארבינדען צו די מיליטער טוט פליסן פילפאכיג מער צו די קלינטאן קאמפיין, דאס קומט צוליב דעם וואס זיי האבן נישט קיין צוטרוי אין טראמפ'ס באמבאסטישע צוזאגן אז ער וועט איבערמאכן די מיליטער, און זיי האלטן אז ער וועט ווארשיינליך ברעכן לאנג-יעריגע קאנטראקטן צווישן די פירמעס אין די אמעריקאנער מיליטער. קלינטאן איז פאראויסגעלאפן טראמפ מיט ביישטייערונגען צווישן אנפירער און עקזעקיוטיוון פון פארטיידיגונגס-פארבינדענע קאפאראטיוון. לויט א אפשאצונג פון פאליטיקא האבן איינגעשטעלטע אין די 25 גרעסטע טעכנאלאגיע און וואפן פירמעס געגעבן אין די לעצטע חדשים אזויפיל ווי 93,000 פאר קלינטאן קעגן בלויז 46,000 פאר די טראמפ קאמפיין.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:47 pm

טעד קרוז: איך האב ענק געזאגט אז טראמפ איז נישט ערנסט וועגן אימיגראציע

טראמפ דרייט צוריק זיין פריערדיגע אימיגראציע שטעלונג, א זאך וואס ברענגט ארויף צארן ביי פילע אין דעם רעכטן לאגער וואס האלטן אז ער טוט מיט דעם אפנויגן פון די צענטעראלע פאליסי וואס האט אים געהאלפן געווינען די פריימעריס. עס איז כמעט אומגלויבליך אז דער זעלבער טראמפ וואס האט שארף אטאקירט טעד קרוז און מארקא רוביא ביי די דעבאטעס איבער אמנעסטי זינגט פלוצלינג אנדערע זמירות, נעכטן ביי א טאונהאל מיטינג מיט שאן העניטי האט ער אפיציעל גענוצט די אלע טערמינען וואס ער אליין האט ארפאגעריסן ער האט געזאגט אז ער וועט פארשלאגן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן א "וועג צו בירגערשאפט" און אז "גרייט צו ארבעטן מיט אומלעגאלע אימיגראנטן" און גלייכצייטיג געשאסן די לופטיגע רעטאריק איבער א גרויס הערליכע וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, און אז עס וועט זיין ארום 45 פוס הויך. און ווי נאר טראמפ קען אפעלירט אין די זעלבע צייט צו די עקסטרעם רעכט מיט זיין רעטאריק זאגנדיג אז מען וועט ארויסווארפן "די שלעכטע" אזוי שנעל אז ענקערע קעפ וועלן זיך דרייען...

און צו פילע קומט דאס אלס א שאק, אבער נישט פאר טעד קרוז, וועלכער נוצט אויס די געלעגנהייט צו צוריקבאקומען זיין פארלוירענע רעפוטאציע, און האמערט אריין אין דאנאלד טראמפ זאגנדיגט אז ער האט פאראויסגעזאגט אז דאנאלד טראמפ איז נישט א קאנדידאט וואס מען קען געטרויען וויבאלד ער איז נישט קיין קאנסערוואטיווער, "אלעס וואס טראמפ זאגט צו קומט מין א קעספייערעישען דעיט" האט קרוז געזאגט ביי די דעבאטעס דערמאנען יעצט זיינע שטיצער, און זיי האפן אז יעצט וועלן מער קאנסערוואטיוון פארשטיין פארוואס טעד קרוז האט זיך אנטזאגט צו אינדארסירן דאנאלד טראמפ, און עווענטועל וועט אים עס העלפן ווען ער פלאנט נאכאמאל צו אריינטאנצן אין די פרעזידענטליכע פארמעסט אין 2020.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:48 pm

פאליטישע אנאליסטן: טראמפ האט א שטארקע שאנס צו געווינען נעוואדע.

טראץ וואס נאציאנאל איז טראמפ היבש אונטערשטעליג אין אנקעטעס, איז אבער דא עטליכע סטעיטס וואס אבאמא האט געווינען אין די לעצטע וואלן, און קלינטאן שטייט דארט גאר שמאל און כמעט אייניג אין די אנקעטעס, דאס צייגט ווי שטארק צומישט די פאליטישע מאפע איז אין די יעצטיגע וואל סעזאן. א ביישפיל איז נעוואדע, א סטעיט וואס האט געהאלפן טראמפ געווינען די פריימעריס, דארטן שטייט טראמפ גאר נאנט צו הילערי קלינטאן טראץ וואס אבאמא האט שטארק געווינען דארט אין 2012, דאס קומט צוליב דעם וואס די דארטיגע איינאוינער זענען שטארקע גאן-ליבהאבער און קוקן מיט פארדאכט אויף הילערי קלינטאן ווען עס קומט צו די צווייטע אמענדמענט רעכט פון האלטן ביקסן. נאך מער אינטרעסאנט איז אז טראץ וואס די סטעיט איז זייער שטארק באוואוינט מיט אימיגראנטן און א גרויסע לאטינא געמיינדע איז נישט געלונגען פאר קלינטאן צו זאמלען שטארקע שטיצער אין די סטעיט וועלכע אבאמא האט געווינען אין 2012, טראץ וואס אנקעטעס צייגן אז יעצט איז הילערי קלינטאן ביי 44% קעגן טראמפ'ס 42% זאגן אבער אנאליסטן אז קלינטאן איז שטארק אומפאפולער אין די סטעיט און אויב וועט טראמפ אביסל נידערן זיין רעטאריק און רעדן מער איבער פאליסי האט ער א שטארקע שאנס צו געווינען נעוואדע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:29 pm

הילערי קלינטאן האט געגעבן נעכטן א רעדע וואס די דעמאקראטן האבן שוין לאנג געווארט זי זאל געבן, זי האט זיך אויסגעטון די הענטשוך און אריינגעשניטן אין דאנאלד טראמפ. די רעדע איז פארגעקומען אין רינא נעוואדע, ביי די רעדע האט זי אים אראפגעמאלן ווי א "דאס איז נישט קאנסערוואטיזם, נישט רעפבליקאניזם, נאר ווילדע ווייסע ראסיזם" האט זי דערקלערט, און אז זיין קאמפיין איז א חלק פון די "אלט-רייט" רעכטע עקסטרעמיסטן גרופע און איז געבויט אויף האס און צוטיילונג, זי האט דאן דערקלערט אז זי זוכט די רעפאבליקאנער זיך צו אנשליסן אין איר קאמפיין. די רעדע קומט נאך א שווערע וואך פאר די קלינטאן קאמפיין ווען זי איז אטאקירט געווארן דורך די רעכטע אלס קארופטירט, און דאס איז א פראבע פון קלינטאן צו טוישן די הויפט טעמע פון די וואלן, צוריק צו די פראגע אויב דאנאלד טראמפ איז געאייגנט צו זיין פרעזידענט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:36 pm

ניו יארק - סטיוו בענאן, דער פערזאן וועמען דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט אויפגענומען עטליכע וואכן צוריק אלס טייל פון א נייע קאמפיין סטראטעגיע, איז אונטער ערנסטע פייער, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט קרימינאלע קלאגעס אין זיין פארגאנגענהייט, און באזונדער אז ער האט געלאזט פאלן אנטיסעמיטישע קאמענטארן.

די ביידע באשולדיגונגען קומען פון דעם וואס ער איז מיט יארן צוריק אנגעקלאגט געווארן אויף דאמעסטישע ״אביוז״ קלאגעס, און לויט די פאליציי און געריכטליכע רעקארדס, האט בענאן אויך נישט געלאזט אלארמירן די פאליציי בשעת׳ן אינצידענט. די קלאגעס זענען עווענטועל ארויסגעווארפן געווארן. בענאן׳ס געוועזענע פרוי דערציילט אויך אז ווען עס איז געווען א רעדע וואו זיי זאלן שיקן זייערע קינדער לערנען, האט בענאן געזאגט אז ער וויל זיי נישט שיקן אין א שולע וואו עס לערנען אידן, אויסדרוקנדיג זיך אז ער האט פיינט וויאזוי די אידן ערציען זייערע קינדער אלס ״געספּוילטע״.

דער טראמפ קאמפיין האט צוערשט געלייקנט די אלע אויפדעקונגען, אבער ווען עס איז אפירגעקומען די פאליצייאישע רעקארדס פונעם אביוז אינצידענט, האט דער קאמפיין מער נישט געקענט לייקענען, נאר האט אנשטאט ארויסגעהויבן דעם פאקט אז די קלאגעס זענען גלייך ארויסגעווארפן געווארן. איבער די אנטיסעמיטישע קאמענטארן האט דער טראמפ קאמפיין אינגאנצן געלייקנט.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

מיליטער באצייכנט קלינטאן אלס ״אינעווייניגסטע געפאר״

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:37 pm

וואשינגטאן - א פרעזענטאציע וואס די אמעריקאנער מיליטער האט מיט א יאר צוריק געצייגט פאר זעלנער, האט באצייכנט הילערי קלינטאן אלס אן ״אינעווייניגסטע געפאר״ פאר׳ן לאנד. די פרעזענטאציע איז געווען צו צייגן פאר זעלנער די באדייט פון אן אינעווייניגסטע געפאר, און עס האט אנטהאלטן די נעמען פון הילערי קלינטאן, גענעראל דעיוויד פּעטרעאוס און עדווארד סנאודען, וואס די אלע האבן געלאזט ארויסרינען האקעלע קלאסיפייד אינפארמאציע. אויך האט די פרעזענטאציע געהאט די נעמען פונעם אמעריקאנער זעלנער נידאל כאסאן (וועלכער האט דורכגעפירט די פארט הוד באזע שיסעריי אטאקע אין 2009) און פונעם אמעריקאנער זעלנער עראן דעיוויס (וועלכער האט דורכגעפירט א שיסעריי אין א נעווי באזע עטליכע יאר צוריק), באצייכענענדיג די אלע אלס ביישפילן פון אן ״אינעווייניגסטע געפאר״. די מיליטער זאגט אז די פרעזענטאציע איז נישט געווען פאליטיש מאטיווירט קעגן קלינטאן און איז צוזאמגעשטעלט געווארן נאך איידער קלינטאן האט אפיציעל געמאלדן איר קאנדידאטור.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

טראמפ׳ס מאפיא פארבינדונגען

הודעהדורך יאהאן » זונטאג אוגוסט 28, 2016 7:37 pm

ניו יארק - דאנעלד טראמפ איז פריש געקומען אונטער אטאקע נאכדעם וואס א הויכראנגיקער מאפיא פארבינדעטער פיגור, וועלכער האט שוין א לאנגע היסטאריע פון פריינטשאפט און ביזנעס מיט טראמפ, איז ארויסגעקומען און געמאלדן אז ער האט בייגעשטייערט געלט פאר׳ן טראמפ קאמפיין קאסע. פעליקס סאטאר, א פריינט פון וולאדימיר פוטין און א מאפיא-פארבינדעטער, זאגט אז מיט עטליכע וואכן צוריק האט ער באזוכט טראמפ טאוער אין מאנהעטן פאר געהיימע ביזנעס, און ער האט אויך בייגעשטייערט פאר׳ן טראמפ קאמפיין. סאטאר זאגט אז ער האט געגעבן 5,400 דאלער פאר׳ן קאמפיין, וואס איז די מאקסימום לעגאלע ביישטייערונג וואס אן אינדיווידועל קען געבן פאר א פרעזידענט קאמפיין.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron