יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:47 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פאעזיע

פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 3:35 pm

מיינע געפילן באשרייבן,
איך זיך אָן אָרט,
איך פרעג אוואו קען מען,
און ס'ווערט באשאפן זאפארט!

שקויעך פארן קרעטשמער,
א דאנק אייך פאר אקאמאדירן,
איך האף דער פארום וועט פילע מוחות,
און פילע הערצער בארירן!
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:04 pm

צו גראַמען זעט מען אז דו ווייסט,
אבער טוסט דו אויך פארשטיין
פאעזיע וואס עס הייסט?
ס'טוט נישט נאר פון גראַמען באשטיין .
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:12 pm

דא האט איר א לינק,
פון מיינע ניגונים אפאר,
האטס הנאה, געבטס א לייק,
וועל איך שרייבן נאך פאַרשאָר!
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 16, 2016 4:17 pm

אויב פאעזיע ערקלערן
ביטע, נישט נאר די קאנצעפט
אויך די נקודות לאזן הערן
ס'זאל זיין א גאנצע רעצעפט
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג יוני 16, 2016 7:19 pm

דעם פאזיע
ברענג אהער פון די קאווע
צוטריט מיר טוען נישט פארמאגען
צו די אומגעווינטשענע באלאגאנען
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יוני 16, 2016 10:00 pm

פאזיע איז א גאר גאר טיפע חכמה וואס האט שוין א איבער צוויי טויזענט יאר היסטאריע.

עס איז 'נשמה שפראך', א "שיר" וואס ברענגט ארויס א געוויסע געפיל און מצב אין וואס די שרייבער געפינט זיך און דער ליינער בשעת'ן ליינען באקומט אט די געפיל וואס די שרייבער האט געהאט ביים שרייבן.

אין קורצן קענט איר דא ליינען מער איבער די חכמה פון פאזיע איז און וויאזוי דאס ווערט געמאכט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » מאנטאג יוני 20, 2016 3:55 pm

עלו זה בנגב
אויפן דרום בארג
פון ארץ כנען
עליתם את ההר
אויפן בארג ארויפגיין
זעהן הארץ ועם
די מרגלים געשיקט
איז דאס א שטארקער פאלק
זעהן אויב דאס לאנד איז גוט

ויבא עד חברון
אנגעקומען שוין
די מרגלים
כלב געבליבן שטיין
צו די אבות אריין
מתפלל זיין
ביי די קברים געבעטן א זכות
נאר אנערקענען די גוטס
אהיים קומען צו כלל ישראל
מיט גוטע גריסן פון ארץ ישראל

און אט
ויבאו
אנגעקומען מיטאמאל
ארץ ישראל
אוי ווי שיין
איז דארט צו זיין
ווען טוט פארשטיין
ס'איז א מתנה פאר כלל ישראל

געפון
דערין
די גוטס באהאלטן
עס איז טוב אלעמאל
ווייל דער באשעפער
האט אזוי באשטימט
איז עס גוט
פאר כלל ישראל

די מרגלים זיי קוקן
און ריזן זיי זעהן
אזוי גרויס אין הויעך
כחגבים נעבן דעם
איין שטרענגל טרויבן
זיי האלטן צוזאם
א תאנה
און א רימון

כלב און יהושע
טוהן פארשטיין
און נעמען נישט פירות
צוריק צו די אידן אינדערהיים
נאר שלעכטס צו דערציילן
איבערגעבן נאר שאנד
אויף א מתנה
אונזער הייליג לאנד

ווייל ווען
ויבאו
אנגעקומען מיטאמאל
ארץ ישראל
אוי ווי שיין
איז דארט צו זיין
ווען טוהט פארשטיין
ס'איז א מתנה פאר כלל ישראל

געפון
דערין
די גוטס באהאלטן
עס איז טוב אלעמאל
ווייל דער באשעפער
האט אזוי באשטימט
איז עס גוט
פאר כלל ישראל

צוריק צו די אידן אהיים
זיי הייבן אן גיין
די מרגלים
איבערגעבן וואס געזעהן
ווען אין כנען געווען
די אידן זיי ווארטן קוים
ענדליך זיי הערן שוין
א גריס פון הייליג ארט
מיט שפאנונג זיי קוקן צו
ווילן הערן א גוט ווארט

(מרגלים:)
עס רינט חלב ודבש
פון די פירות דארט
אין ארץ כנען
אבער ריזן גרויס
גאר קליין מיר זעהן אויס
עס וועט זיין א שטער
איבערנעמען איז שווער
קיין האפענונג נישט דא
קריגן לוינט זיל נישט
בעסער בלייבן דא

(כלב יהושע:)
אידן הערט נישט צו
עס לוינט די פלאג
עס לוינט די מיה
מיר זאגן צו
פיל געשעהן
ניסים געווען
איר וועט זעהן
מיר וועלן זיי בייקומען

די אידן זיי ווילן נישט
הערן די טרייסט
זיי בלייבן דרייסט
מיט די געפיל
עס איז נישט מעגליך
מיר קענען נישט
דערגרייכן אט דער ציל

(כלב, יהושע)
א הבטחה באקומען
פון באשעפער אליין
מיר וועלן געווינען
מיר וועלן זיי ביישטיין
א ירושה לדורות
באקומען בזכות
אונזער הייליגע אבות

(מרגלים:)
נישט געווינען
מיר זענען קליין
נישט געווינען
מיר קענען זיי נישט ביישטיין
זיי האבן די כוחות
וועלן בייקומען אונז
און נעמען צוריק
אין גלות

ויצאו דבת הארץ
אשר תרו אתה
ארץ אוכלת
יושבה היא
וכל העם
אשר ראינו בתוכם
אנשי מדות
ונהי
בעינינו
כחגבים
וכן ראיני בעיניהם

ותשא כל העדה ויתנו את קולם ויבכו העם בלילה ההוא

די אידן זיי שרייען
פארפירן און וויינען
פארוואס זענען מיר ארויס פון מצרים
זאגט זיי הקדוש ברוך הוא
היינט נאכט אומזיסט וויינט איר
איר וועט שוין האבן אויף וואס צו וויינען

ט' אב וועט עס זיין
ווען די שכינה וועט בלייבן אליין
כלל ישראל
וועט אין גלות ווערן פארטריבן
די בית המקדש וועט חרוב ווערן
ווייל איר טוט נישט צוהערן
איר זענט
מיט גארנישט געבליבן

(משה רבינו:)
רבונו של עולם
וואס וועלן זאגן
די עמות העולם
ווען זיי הערן דערפון
זיי וועלן אויסרופן
אז טוסט נישט פארמאגן
די יכולות
אויסצופירן

השם ארך אפים
ורב חסד נושא עון
ופשע ונקה
לא ינקה פוקד עון
אבות על בנים

סלח נא
לעון העם הזה
כגדל חסדיך
וכאשר נשאת
לעם הזה
ממצקים ועד הנה

פארגעב די זינד
פון דיין פאלק ישראל
אזויווי די צייט
ווען זיי זענען ארויס
פון לאנד מצרים אמאל

ויאמר השם
סלחתי כדבריך
השי"ת האט געזאגט
איך האב פארגעבן
סלחתי כדבריך
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג יוני 20, 2016 5:11 pm

דאס איז א פלעי? ס'גייט אויף א ניגון?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » מאנטאג יוני 20, 2016 6:16 pm

יא, און יא.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג יוני 20, 2016 6:16 pm

אין די לינק פריער,
איז קלאר מבואר,
די גראמען'ס ציל,
צו זינגען ביי א שפיל.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יוני 20, 2016 8:33 pm

מייסטער מייסטער

קען מען זיך עס לערנען? אדער מען דארף זיין געמאכט דערפאר
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דינסטאג יוני 21, 2016 11:25 am

מ'דארף זיין געמאכט דערפאר...
חוץ מזה- קול באשה, איז א בושה...
;)
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דינסטאג יוני 21, 2016 11:30 am

געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין.
----
א גוט מארגן,
ס'איז א נייע טאג,
מיר טרעפן זיך צוזאם
נאכאמאל,
פארברענגען און שמועסן,
די לעצטע נייעס,
וואס האב איך פארפאסט,
ווען נישט געווען אין שול?

האסטו געהערט?
האסטו געזעהן?
וואו בוסטו געווען-
ווען ס'איז געשעהן?
ער האט עס מיר געזאגט,
איך ווייס עס קלאר,
גלייב מיר נאר,
ס'איז אמת און וואר.

-האסטו געהערט?
א שידוך ווערט!
-ס'איז באשערט.
-כ'וואלט נישט געקלערט!

-פון בני ברק,
זיי הייבן פעק!
-מאפן אוועק?
-אזא שרעק!

ווייל...
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין...

-געהערט האב איך א שמועה,
משי רעדט נישט צו יהושיע!
-זיך צוקריגט איבער א שטות.
-קום מאכן שלום, ריגעלע רוגז!

-עס הערשט אן איבערקערעניש,
אלעס דארטן פליט!
-באפארן זיך פשוט נישט
- ווער? משפחת פריעד?

יא!
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז זיין עס איז א פאקט,
אנדערש קען נישט זיין,
איז עס נישט א ראי'?
רעכן עס אליין.

עס איז נישט ריכטיג מיטצוטיילן,
געשעהנישן, פלענער, וואס טוהן פאסירן,
זיי ווערן אלע אויפגעבלאזן,
שנעלער ווי מען קען זיי אויספירן.
טראכט אריין איין מינוט,
זענען דיינע מחשבות גוט?
איך קען א לעבן גרינג צושטערן,
איך וועל היטן מיין צינג ווייל אנדערע הערן!

איז כאטש-
געצל האט דערציילט,
אז ברוך האט געהערט,
ווי שעפסל האט געזעהן,
אז זרוך האט געקלערט!
מוז נישט זיין ס'איז א פאקט,
אנדערש קען יא זיין,
עס איז נישט א ראי!'
רעכן עס אריין.

נצור לשונך מרע ושפתיך מדבר מרמה!
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג יוני 21, 2016 11:37 am

ווא וואא
קיפיראפ ביטי!
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך יולי 13, 2016 3:40 pm

אויף די נעט געוואנדערט
נישט געטראפן דאס פלאץ
אין קרעטשמע געלאנדעט
געפילט נאנט צום הארץ

קוים איינגעגלידערט
געזוכט א ווינקל
ניטאמאל גערודערט
געווארן אויס טונקל

פאעזיע מיין טאלאנט
געלאזט יעדעם וויסן
נישט מארגן נאר היינט
באקומען צו געניסן

א פאר טאג דורך
נישט דא פאר קיין געלט
מען הערט נישט קיין שארך
ווי אוועק פון דער וועלט

ביטי ביטי ביטי
אל תלך בדרך אתם
אל תמנע רגלך, רגלך מנתיבתי
ועפרון יושב בתוך בני חם (האסט א בעסערע גראם?...)
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג יולי 14, 2016 3:23 pm

געכאפט זיך דעם אטעם,
אריינגעטרויטן גיך,
זעהן וואסי נייעס
וואס אין קרעטשמע טוט זיך...

איך בין היפש פארנומען,
אבער כ'פרוביר צו מאכן טיים
פאר א פלאץ וואו יעדעס מיטגלידער
איז אן אוצר פאר זיך אליין!

צום ווידערזעהן, ווען איך האב א מינוט!
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יא יא » מאנטאג יולי 18, 2016 1:03 pm

בי טי
ווי ביסטו
דער עולם
לאזטו ווארטן ווי א גולם
יעדער לעכצט
און יעדער קרעכצט
בי טי פון דיין זיס שפראך
געב אונז נאך או נאך
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 7:35 pm

דאס הארץ לעכצט
דאס מויל קרעכצט

אין שטיבל שטיל
א ליידיג געפיל

די נשמה גארט
בי טי כ'ווארט!
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך שלומיאל » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:54 pm

יאהאן דו ביסט פון אונזערע לייבן
מסתמא ביסטו פון די הנהלה אזוי טוה איך גלייבן
דו טוסט דאך די גאנצע קרעטשמע הייבן

איך גלייך דיין סטייל פון שרייבן
זיסע ליצנות טוסטו טרייבן
איך האף אז דו וועסט אייביג דא בלייבן

אפילו מיר קענען זיך אמאל צורייבן
מיט ווערטער ביליג ווי קלייבן
אבער גוטע פריינט וועלן מיר אייביג פארבלייבן
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 4:00 pm

ש'כח שלומי!

ס'טוט מיר באנג
אמאל א דראנג

מאכן א וויצל
גיבט דיר א קיצל

כ'מיין נישט שלעכט
זיך נישט געפעכט

און טאקע דעריבער
כ'בעט דיר איבער
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך BeeTee » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 2:50 pm

זיי אונז מוחל,
טאטע זיסע!
מיט בכיות מיר וויינען,
טרערן מיר פארגיסן.
מיר האבן געברענגט א חורבן אויף זיך.

די שכינה אליין,
ירושלים פארלענד.
פארברענט זיין הייליג היים,
די הייליגע ווענט.
וויאזוי האבן מיר דאס געברענגט אויף זיך?

איכה ישבה בדד-
פארוואס אזויפיל צרות?
נישט צוגעהערט,
ווען ער האט באגערט,
איז געקומען די גלות.
דערפאר-
איז אונז געקומען די צער.

טאטע, הער צו אונזער געשרייען,
נעם אונז קיין ירושלים,
מיר וועלן זיך פירן ווי בנים,
פונעם האר.

פארטריבן צווישן גוים-
א פחד א שרעק,
פון די שכינה הקדושה ווייט אוועק,
לייז אונז שוין אויס-
קער אונז צוריק ווי פריער,
אויף בויען דעם בית המקדש,
זיין נאנט מיט דיר!
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 9:57 pm

פארברענגען איך וויל
אין קרעטשמע שטיל

איך זוך און זוך
אפשר א בוך

אבער ניין
איך בין אליין

נישטא קיינער
איך בין איינער

איינעם צו שמועסן
איך טו נישט געניסן

אויפן הארץ שווער
פארלאזט א טרער

אבער אפשר דאך
דארט אין לאך

דעם שאנק איך עפן
א 'שפיגל' כ'טו טרעפן

דארט געבליקט
זיך דערקוויקט

זעה א געשטאלט
דערפרייט באלד

ווער איז דאס ווער
יאהאן! ס'איז ער!

כאטש איינער
בעסער ווי קיינער...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך שלומיאל » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 12:16 pm

אמאל געווען צייטן
געווען געשעצט
די זמנים טוען זיך בייטן
טיף אנגעזעצט

געהאט א שליחות
געשטאנען על המשמר
היינט איך זוך עס
מ'ענטפערט קוש מיר

צו מיר א שנאה כבושה
איי וואסערע בושה
ס'גיסט זיך טרערן
ווען איך טוה אין דעם קלערן

מ'פארגעסט מיין עבודה
אריינגעלייגט בלוט און שווייס
אנשטאט זאגן נודה
איז מען אויף מיר בייז

איז נאך דא א וועג צוריק?
האבן אויף מיר א גוטן בליק?
אוי איך וויין ס'איז ביטער ווי א זית

שלומיאל איז נישט אזוי שלעכט
געמיינט גוטס עכט
נאר געווען אנגעווייטאגט פארלוירן די חיות

געדינט ווי א פראטעסט פארן פארלירן די פאסטן
מ'האט מיר אויפגעהערט טראסטן
אבער איך טוה שוין תשובה
שוין שרייבן נאר אינהאלטסרייכע תגובה
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: פאעזיע

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:06 pm

שלומי האב טרייסט
יעדער עס ווייסט

דו ביסט גוט
שטארק דיין מוט

פארלאז דיין פיין
ביסט נישט אליין

"קלאפ אויפן טיר
כ'עפן פאר דיר"

ביסט נישט קיין בָאם
ביסט וועלקאם...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו קונסט און פאעזיע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron