יעצט איז: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2017 8:45 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 1:36 am

א טעראריסט האט געשטורעמט א קאפע הויז שפעט מוצאי שבת אין ארלענדא, פלארידא און אפגעשאסן 49 מענטשן צום טויט און פארוואונדעט 53 אנדערע.

דער טעראריסט איז אידענטיפיצירט געווארן אלס 'אומאר מאטין' 29 יאר אלט. ער איז געבוירן אין ניו יארק און געוואוינט אין די לעצטערע יארן אין פלארידע.

דער טעראריסט מאטין איז אריין אין די ״פולס״ קאפע-הויז אין ארלאנדא, פלארידע אום 2:00 זונטאג פארטאגס און געעפנט פייער.

אזויפיל ווי 320 מענטשן האבן זיך געפונען אינעם קאפע-הויז בשעת מאטין איז אריינגעקומען און זיך גענומען שיסן, ער האט צוערשט געשאסן אינעווייניג, דערנאך ארויסגעגאנגען, וואו א פריוואטער וועכטער א אף דוטי פאליציי אפיציר האט זיך גענומען אויסטוישן פייער מיט אים, און דערנאך איז דער טעראריסט צוריק אריינגעגאנגען און ווייטער געשאסן.

ער האט אינעווייניג אינעם קאפע-הויז אויך פארכאפט צענדליגער מענטש אין א ביה"כ אלס משכונות און עס האט געדויערט 3 שעה פון ווען ער האט אנגעהויבן שיסן אום 2:00 ביז די פאליצייאישע ״סוואט״ אפיצירן האבן געשטורעמט דאס ארט און געשאסן מאטין צום טויט נאך א קורצע פייער אויסטויש.

דער טעראריסט מאטין האט געהאט מיט זיך א מיליטערישע סארט ״עי-אר-15״ רעוואלווער, א קליינע האנט ביקס און נאך אן אומאידענטיפיצירטע וואפן. די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט פאריגע וואך געקויפט 2 רעוואלווערס געהעריג לעגאל אין א פלארידע וואפנס געשעפט.

די עף-בי-איי זאגט אז מאטין איז געווען אונטער אויספארשונג אין יאר 2013 נאכדעם וואס ער האט געלאזט פאלן ראדיקאלע סטעיטמענטס פאר זיינע קאלעגע ארבעטער. אין יאר 2014 איז ער נאכאמאל געווען אונטער אויספארשונג איבער זיינע פארבינדונגען מיט אן אמעריקאנער על-קאידא זעלבסטמערדער. ביידע אויספארשונגען זענען פארשלאסן געווארן גאנץ שנעל.

מאטין׳ס פאטער, סאדיק מיר מאטין, אן אימיגראנט פון אפגאניסטאן, האט געזאגט אז מאטין איז אין די לעצטערע מאנאטן געווען שטארק אויפגעברויזט אויף די מאדערניזאציע פון אמעריקאנער קולטור. מאטין׳ס פאטער האט געבעטן דאס אמעריקאנער פאלק זאל אים מוחל זיין און געזאגט אז ער איז אין שאק פונקט ווי יעדן.

צוואנציג מינוט נאכ׳ן אנהייבן שיסן אינעם קאפע-הויז, האט דער טעראריסט אנגערופן 911 און געזאגט פאר די פאליציי אז ער פירט דורך די שיסעריי און ער שווערט טרייהייט פאר אייסיס און פאר׳ן אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי.

ער האט גערופן 911 סך הכל 3 מאל, דאס ערשטע מאל האט ער גלייך אראפגעלייגט און די אנדערע צוויי מאל האט ער גערעט צום דיספעטשער פאר א קורצע צייט.

די עף-בי-איי זאגט אז מאטין האט עטליכע מאל אין לויף פון די שיסעריי אנגערופן 911, און גערעדט פארשידענע זאכן. צווישן אנדערן האט ער אויפגעברענגט די נעמען פון טאמערלאן צארנאיעוו און זשאהאר צארנאיעוו, די ברידער וועלכע האבן דורכגעפירט די באסטאן מאראטאן טעראר אטאקעס 3 יאר צוריק.

אייסיס האט זונטאג פארמיטאג ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי האבן גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די טויטליכע אטאקע.

פרעזידענט אבאמא האט זונטאג אינמיטן טאג געגעבן א ספעציעלע רעדע פאר׳ן פאלק אין וועלכע ער האט דערקלערט אז די אטאקע איז געווען ״אן אקט פון טעראר און פיינטשאפט״. אבאמא האט געזאגט אז פון די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען, איז די אטאקע גארנישט פארבינדן מיט אייסיס, נאר דער טעראריסט איז אליינס ראדיקאליזירט געווארן.

פרא-גאן-קאנטראל אקטיוויסטן האבן אנגעצייגט אויפן פאקט אז אויסער׳ן פאקט אז דא רעדט זיך פון א שוידערליכע טעראר אטאקע, איז די אטאקע אויך געווען די סאמע טויטליכסטע מאסן שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.

די אקטיוויסטן האבן אויך ארויסגעברענגט אז די אטאקע צייגט די וויכטיגקייט פון איינשטעלן שטרענגערע גאן קאנטראל געזעצן, נעמענדיג אין באטראכט דעם פאקט אז דער טעראריסט האט געקויפט זיינע וואפנס געהעריג אויפן לעגאלן מארקעט, טראץ וואס ער איז שוין געווארן אויסגעפארשט דורך די עף-בי-איי פאר מעגליכע טעראר פארבינדונגען.

דעמאקראטישע פרא-גאן-קאנטראל קאנגרעסלייט האבן מאנטאג זיך פארזאמלט אין קאנגרעס און געשריגן ״וואו איז דער ביל? וואו איז דער ביל?״, פארלאנגענדיג פון די רעפובליקאנער פירערשאפט אין קאנגרעס אויפצוברענגען א באלדיגע נייע געזעץ מיט שטרענגערע גאן קאנטראל.

דער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט דאנעלד טראמפ האט געגעבן א רעדע היינט מאנטאג אין ניו העמפשיר, נוצנדיג א טעלעפּראמפּטער, וואו ער האט ארויסגעברענגט אז די טעראר אטאקע צייגט אז ער איז גערעכט מיט דעם וואס ער וויל איינשטעלן א פארבאט אויף מוסולמענער אריינצוקומען קיין אמעריקע.

טראמפ האט אויך געזאגט אז מוסולמענער גלויביגע אין אמעריקע זענען שולדיג פאר די ארלענדא טעראר אטאקע, וויבאלד זיי האבן פארפעלט צו דערציילן פאר די פעדעראלע באאמטע איבער ראדיקאלע פארשוינען אין זייערע קאמיוניטיס. ער האט אויפגעברענגט די סאן בערנארדינא אטאקעס אלס נאך א ביישפיל.

הילערי קלינטאן האט געגעבן א מער-טראדיציאנעלע רעדע, אין וועלכע זי האט אויסגעדרוקט טיפע טרויער איבער די אטאקע און מיטגעפיל מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און פארוואונדעטע. זי האט אטאקירט טראמפ׳ס ווילדע רעדע, אנדעם וואס זי האט דערמאנט זיין נאמען.


קרעדיט 'קול העולם-אידיש' מיט כמה צוגעלייגטע פרטים.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 2:06 pm

די פרוי פון דער טעראריסט איז ערווארטעט צו ווערן אנגעקלאגט אויף ארויסהעלפן א טעראר אקט נאכדעם וואס זי איז געגאנגען מיט אים קויפן די מיליטערישע וואפן וואס איז געניצט געווארן אין די ערגסטע און שוידערליכסטע מאסן שחיטה אין אמעריקאנער היסטאריע, און זי האט מודה געווען אז זי האט געוויסט זיינע פלענער, צולייגנדיג אז זי האט אים פראבירט אפצורעדן דערפין.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך נייעס » דינסטאג יוני 14, 2016 2:09 pm

די פרוי דארף ווערן אנגעקלאגט פינקט ווי די עף בי איי וואס האבן געהאט אים אויפן רעקארד, און דער מטורף/בהמה בצורת אדם האט נאך געהאט די רעכט צו באקימען לעגאל פראנק און פריי מאשינערי צו שעכטן מענטשן

אויב די עף בי איי ווערט נישט געקלאגט צו וואס זאל מען די פרוי יא קלאגן
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 2:21 pm

זיי (די עף בי איי) האבן אים אויסגעפארשט צוויי מאל און האבן נישט געהאט געניג באווייזן צו אים חושד זיין אין טעראר 'לעגאל', איך גלייב אז אין הארץ האבן זיי געוויסט אז ער לערנט זיך הלכות שחיטה.. אבער לעגאל האבן זיי גארנישט געקענט טון.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך ראש הקהל » דינסטאג יוני 14, 2016 2:36 pm

Vote For Trump
טראמפ וועט קעיר נעמען פון די משוגעים, ער פארשטייט צו זיי.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 2:45 pm

בלויז צוויי מיני מענטשן פארשטייען צו א משוגע'נער, א צווייטער משוגע'נער און א פיסכילאג, אבער העלפן דעם משוגענער קען נאר דער פיסכילאג נישט א אנדערע משוגע'נער... והדברים עתיקין...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך ראש הקהל » דינסטאג יוני 14, 2016 2:47 pm

טראמפ אינאיינעם מיט א פסיכילאג וועלן מאכן אי"ה די דזשאב מיט די רוצחים
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך נייעס » דינסטאג יוני 14, 2016 4:09 pm

omer.jpg
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך שלומיאל » דינסטאג יוני 14, 2016 4:18 pm

49 טויטע אדער 50 טויטע?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 153 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך BeeTee » דינסטאג יוני 14, 2016 4:51 pm

ווען עס איז וואלט גרינגער געווען פאר נארמאלע אמעריקאנער צו האבן וואפן, וואלט געווען פילע, וואס וואלטן געקענט אים תיקף שיסן.
אפילו אין א"י, מיט די פילע טעראריסטישע שטיק, ווערן זיי תיקף צוריק געשאסן.
ניק אוואטאר
BeeTee
 
הודעות: 30
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 25, 2015 4:01 pm
האט שוין געדאנקט: 20 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 17 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 4:54 pm

שלומיאל האט געשריבן:49 טויטע אדער 50 טויטע?

50 איז מיטן שיסער, אומשולדיגע איז 49.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג יוני 14, 2016 8:32 pm

דאן שטימט נישט די "סקעירי" רמז מפורשת וואס איז פריער געברענגט געווארן...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 8:34 pm

אה דו כאפסט נישט, דאס איז מיטן כולל...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג יוני 14, 2016 8:39 pm

ער האט געהרג'ט דעם כולל אויך? וויי געוואלד
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: 49 טויט אין מאסן שיסעריי טעראר אטאקע אין ארלענדא פלארידא

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יוני 14, 2016 9:03 pm

א איבערלעבער פון די אטאקע דערציילט זיינע איבערלעבעניש בשעת די טויט איז געווען פאר זיינע אויגן!
http://www.reuters.com/video/2016/06/14 ... mesticNews
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron