יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 6:25 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מאי 10, 2016 9:57 pm

אינטערעסאנט ווי דו ענטפערסט אים אזא פשוט'ן ניין... ווייל KolHaolam האט היינט געשיקט
קאוד: וועהל אויס אלעס
TEXAS: BREAKING - Ted Cruz floats possibility of restarting presidential campaign if he wins tonight's Nebraska primary, which is unlikely.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 10:52 am

יא יא האט געשריבן:נאך די נעכטיגע שוואכע נאכט פאר קרוז זעהט יעצט אויס מער ווי אלעמאל אז טראמפ וועט מאכן די 1237 דעלעגאטן בעפאר די קאנווענשאן

און ביי די דעמעקראטן זעהט די זעלבע אויס ביי קלינטאן

יעפ ס'איז זיי געלונגען!
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יוני 22, 2016 11:49 am

איין טאג נאכדעם וואס דאנעלד טראמפ האט אויפגעזאגט זיין קאמפיין מענעדזשער קאורי לאוואנדאוסקי, האט מען געהערט פרישע פראבלעמען פאר'ן טראמפ קאמפיין, און דאסמאל אויפן פינאנציעלן פראנט.

לויט ציפערן פון די פעדעראלע עלעקשאן קאמיסיע, האט דער טראמפ קאמפיין אויפגעטריבן אין מאי בלויז 3 מיליאן דאלער, קעגן הילערי קלינטאן וועלכע האט אויפגעטריבן אין מאי אזויפיל ווי 26 מיליאן. אריינגייענדיג אינעם יעצטיגן מאנאט יוני האט טראמפ פארמאגט אין די קאמפיין קאסע בלויז 1.3 מיליאן דאלער, קעגן הילערי קלינטאן וועלכע פארמאגט 42 מיליאן דאלער אין די קאסע. טראמפ האט אדרעסירט זיינע פינאנציעלע פראבלעמען, זאגנדיג צוערשט אז ער דארף נישט צוקומען צו קיינעמס געלט און קען אליינס פאנדן זיין קאמפיין.

שפעטער אין טאג, נעכטן נאכמיטאג, האט ער ארויסגעשיקט א מאדנע מעסעדזש זאגנדיג אז ער וועט געבן "מעטשינג פאנדס", אז יעדער וואס געבט א דאלער פאר זיין קאמפיין, וועט ער אויך געבן פון זיין אייגן טאש א דאלער.

הילערי קלינטאן האט אויסגענוצט די געלעגנהייט פון די יעצטיגע טעג ווען דער טראמפ קאמפיין גייט אריבער ערנסטע שוועריגקייטן, און זי האט געגעבן א רעדע נעכטן דינסטאג נאכמיטאג, אין וועלכע זי האט גאר שארף אראפגעריסן און חוזק געמאכט פון טראמפ און בעיקר זיין ביזנעס ערפארונג מיט וועלכע ער גרויסט זיך. הילערי האט באזונדער ארויסגעברענגט דאס וואס פילע עקספערטן זאגן אז אונטער א טראמפ פרעזידענטשאפט, וועט די אמעריקאנער עקאנאמיע צוריקפאלן אין א מאסיווע רעסעסיע. קלינטאן האט זיך געוויצלט, זאגנדיג: "טראמפ האט שוין געשריבן זייער אסאך ביכער איבער ביזנעס, אבער אלע ענדיגן זיך ביי קאפיטל 11", מיינענדיג צו זאגן "טשעפּטער עלעווען" וואס באדייט באנקראט, טשעפענענדיג טראמפ'ס פילע באנקראט דעקלעראציעס אין לויף פון די יארן.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יוני 23, 2016 1:12 pm

מארקא רוביא האט באשלאסן יא צו לויפן פאר ווידערוויילונג פאר זיין סענאט זיץ אין נאוועמבער. (נעבעך...)

בערני סענדערס: עס זעהט נישט אויס אז איך וועל זיין דער דעמאקראטישער נאמינירטער. (כנ"ל...)
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יוני 24, 2016 4:22 pm

דריי טעג נאכדעם וואס קאורי לאוואנדאוסקי איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין פאזיציע אלס טראמפ קאמפיין מענעדזשער, האט ״סי-ען-ען״ געמאלדן אז זיי האבן אים אויפגענומען אלס פאליטישער אנאליסט און קאמענטאטאר. לאוואנדאוסקי האט נעכטן אויף "סי-ען-ען" גערעדט איבער טראמפ'ס וויצע פרעזידענט אויסוואל פראצעדור, זאגנדיג אז די ליסטע פון מעגליכע וויצע פרעזידענטן באשטייט נישט פון מער ווי 4 נעמען. טראץ וואס לאוואנדאוסקי האט זיך אנטזאגט פון ארויסגעבן די נעמען, האט ער געזאגט אז אלע מעגליכע קאנדידאטן האבן אויסגעדרוקט צעפרידנהייט און וויליגקייט צו זיין טראמפ'ס וויצע פרעזידענט.

קה"א
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יוני 26, 2016 8:19 pm

צענדליגער פראטעסטירער האבן געשטורעמט א "גאלף רעזארט" פעלד וועלכע באלאנגט צו דאנעלד טראמפ אין שטאט אבערדין אין סקאטלאנד, געציילטע מינוטן בעפאר טראמפ האט דארטן באזוכט. טראמפ געפונט זיך אויף א באזוך אין סקאטלאנד (וועלכע איז א טייל פון ענגלאנד) פונקט אין די יעצטיגע טעג ווען ענגלאנד האט געשטימט זיך אפצורייסן פונעם אייראפעאישן יוניאן. די פראטעסטירער וועלכע האבן געשטורעמט טראמפ'ס גאלף פעלד האבן געפאכעט מיט מעקסיקאנער פענער, אויסצודרוקן שטיצע פאר מעקסיקא, וועלכע ווערט נאכאנאנד אטאקירט און קריטיקירט דורך טראמפ.

---

א פרישע אנקעטע פון ״רויטערס״ צייגט אז הילערי קלינטאן האט צוריקבאקומען איר שטארקע טאפלטע-ציפערן אויבערהאנט איבער דאנעלד טראמפ, נאכדעם וואס טראמפ האט געהאט א שווערע וואך. די נייע אנקעטע געבט 46 פראצענט פאר קלינטאן, 33 פראצענט פאר טראמפ און 20 פראצענט זאגן אז זיי וועלן נישט שטימען פאר קיין איין קאנדידאט.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יוני 27, 2016 3:37 pm

דער קאמפיין פון הילערי קלינטאן האט אויסגענוצט דעם "ברעקסיט" אלס א קאמפיין מיטל נעכטן. אין א נייע קאמפיין רעקלאמע וואס איז ארויסגעשטעלט געווארן דורכ'ן קלינטאן קאמפיין, ברענגען זיי דאס וואס דאנעלד טראמפ האט פרייטאג געזאגט אז דאס וואס ענגלאנד וועט זיך אפרייסן פונעם אייראפעאישן יוניאן, וועט בענעפיטירן זיינע גאלף-רעזארט ביזנעסער אין סקאטלאנד. אין די רעקלאמע ווערט ארויסגעברענגט אז טראמפ קימערט זיך מער מיט זיינע פריוואטע אינטערעסן און נישט מיט'ן פאקט אז די אמעריקאנער עקאנאמיע וועט גאר שטארק ליידן פונעם פאקט אז ענגלאנד טיילט זיך אפ פונעם אייראפעאישן יוניאן.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 9:58 am

א קוואל אינערהאלב דעם טראמפ קאמפיין האט נעכטן דערציילט פאר "סי ען ען" אז ניוט גינגריטש לייגט גאר אסאך דרוק אויף טראמפ אז ער זאל אים נעמען פאר וויצע פרעזידענט. דער זעלבער קוואל זאגט אויך אז אינדיאנא גאווערנאר מייק פּענס איז גאר הויעך אויף טראמפ׳ס ליסטע און אז טראמפ טראכט אויך פון נעמען רעטייערטן ליוטענאנט גענעראל מייקל פלין פאר וויצע פרעזידענט.

ק"ה
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:19 pm

אידישע פאמיליע פריינט פון דזשעראד קושנער, דאנעלד טראמפ׳ס אידישער איידעם, זענען ברוגז אז קושנער פארטיידיגט דאס וואס טראמפ האט גענוצט דעם ״מגן דוד״ סימבאל צו אטאקירן הילערי קלינטאן. קושנער האט געשריבן א לענגערע פארטיידיגונג ארטיקל, זאגנדיג אז זיין זיידע און באבע האבן געליטן ביים האלאקאוסט און דעריבער פארשטייט ער אז סתם נוצן דעם מגן דוד מיינט נישט אנטיסעמיטיזם. 2 פון קושנער׳ס אידישע קאזינס, מארק קושנער און יעקב שולדער, האבן אראפגעריסן קושנער פאר׳ן פארטיידיגן טראמפ׳ס אנטיסעמיטיזם און פאר׳ן נוצן זייער זיידע און באבע פאר פאליטישע צוועקן.

ק'ה
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:22 pm

רעפובליקאנער סענאטאר טעד קרוז האט אנגענומען א ביטע פון דאנעלד טראמפ אויפצוטרעטן ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן, אבער קרוז האט דערווייל נישט געזאגט אז ער אינדארסירט טראמפ. אויף די דעמאקראטישע זייט האט מען געהערט באריכטן אז בערני סענדערס וועט זיך אפיציעל ארויסציען פונעם פארמעסט און אינדארסירן הילערי קלינטאן קומענדיגער דינסטאג.
ק'ה
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:29 pm

דאנעלד טראמפ און הילערי קלינטאן האבן געקענסלט געפלאנטע קאמפיין ראליס פאר די נעקסטע טאג/צוויי אלס רעזולטאט פון די פאליציי אטענטאטן אין דאלאס, טעקסאס. עס איז אנטשטאנען א זארג איבער די סעקיוריטי מאסנאמען ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן וועלכע וועט פארקומען קומענדיגע וואך אין קליוולאנד, אהייא, אבער דער רעפובליקאנער פארטיי טשעירמאן רעינס פּריבוס האט נעכטן ביי אן אינטערוויו געזאגט אז ער האט די פולע קאנפידענץ אין די לאקאלע פאליציי צו באהאנדלען די סעקיוריטי מאסנאמען אויפן בעסטן פארנעם.
ק'ה
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 11, 2016 1:20 pm

וואשינגטאן – א באריכט פון ״עי בי סי ניוז״ צייגט אז טראמפ קלערט ערנסט פון נעמען רעטייערטן גענעראל סטענלי מעקריסטאל אלס וויצע פרעזידענט. מעקריסטאל האט געדינט אלס הויפט קאמאנדיר פון אבאמא׳ס נייע מיליטערישע אפעראציעס אין אפגאניסטאן, אבער איז געצווינגען געווארן צו רעטייערן אין 2010 נאכ׳ן געבן א קאנטראווערסיאלע אינטערוויו פאר ״ראולינג סטאון״ אין וועלכע ער האט קריטיקירט און אפגעלאכט פון אבאמא.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

בערני סענדערס גייט אינדארסן הילערי קלינטאן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 1:08 pm

ניו העמפשיר – היינט דינסטאג איז ערווארטעט א טאג פון פאליטישע דראמא, ווען דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס וועט זיך אפיציעל ארויסציען פונעם פריימערי פארמעסט דערמיט וואס ער וועט געבן זיין אפיציעל אינדארסמענט פאר זיין קעגנער הילערי קלינטאן.
די צוויי זענען ערווארטעט אויפצוטרעטן אינאיינעם ביי א ראלי אין ניו העמפשיר, און עס וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס סענדערס וועט זאגן און וויאזוי ער וועט אפעלירן ביי זיינע שטיצער – וועלכע זענען אויסגעשפראכן אנטי-קלינטאן – אז זיי זאלן זיך יא פאראייניגן אונטער קלינטאן און שטימען פאר איר.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

גייט זיין א טראמפ-קריסטי טיקעט?

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 1:09 pm

דאנעלד טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער וועט מעלדן זיין וויצע פרעזידענט אויסוואל ענדע היינטיגע וואך, און ער לייגט צו אז ער וועט ווארשיינליך נעמען עמיצן מיט פאליטישע ערפארונג, נישט מיליטערישע ערפארונג. אין די זעלבע צייט צייגט א באריכט אין ״וואשינגטאן פאוסט״ אז טראמפ וועט ווארשיינליך נעמען איינער פון די 2: ניו דזשערסי גאווערנאר קריס קריסטי אדער אינדיאנא גאווערנאר מייק פּענס. דאס קומט נאכדעם וואס די נעמען פון 2 גענעראלן, גענעראל סטענלי מעקריסטאל און גענעראל מייקל פלין, זענען אפירגעקומען אלס מעגליכע וויצע פרעזידענטן פאר טראמפ.

-קה"א-
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » דינסטאג יולי 12, 2016 1:40 pm

שטעלט זיך ארויס אז בערני איז פונקט אזא קארופטירטע פאלאטישן ווי אלע
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 1:49 pm

וואס הייסט, וואו שטעלט זיך דאס ארויס?
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » דינסטאג יולי 12, 2016 1:54 pm

ער האט אזוי געהאקט קעגן הילערי מיט'ן סלאגאן אז ער גייט זיך נישט לאזן ווייל ......... ער זוכט באמת דעם אמת.......... און גארנישט
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 1:55 pm

יע יע פאליטיקס עז יוזשעל, פעיק פאוני פראוד!
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג יולי 12, 2016 2:03 pm

וויאזוי ארבעט דאס? מען באצאלט געלט ער זאל זיך ארויסציען?
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 2:08 pm

געלט? דאס איז גאר א הארבע קריים, מען טאר נישט צאלן געלט פאר פאליטישע צוועקן. (אפפס.. נישט געכאפט אז מ'רעדט פון הילערי, יא זי מעג...)

ווי אזוי עס ארבייט? דורך דעם וואס סענדערס טוט ערווארטן א פאזיציע אין די תפיסה... אממ כ'מיין אין די ווייט האוז אונטער א הילערי אדמיניסטראציע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » דינסטאג יולי 12, 2016 2:09 pm

שטעלט זיך ארויס אז אפילו איינער שרייט אז ער איז נישט פון די פעיק דער איז פונקט אזוי

אינטערסאנט איז אז אלס סענעטאר האט ער זיך טאקע קעגנגעשטעלט קעגן די פאליטישע מאנוווערס אבער יעצט האט ער זיך געבויגן צום מאשין
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג יולי 12, 2016 2:48 pm

יא יא האט געשריבן:ער האט אזוי געהאקט קעגן הילערי מיט'ן סלאגאן אז ער גייט זיך נישט לאזן ווייל ......... ער זוכט באמת דעם אמת.......... און גארנישט

וואס און גארנישט?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יולי 12, 2016 7:30 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:וואס און גארנישט?

יאפ האסט עס ריכטיג וואס און אויך גארנישט, ביידע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: בערני סענדערס גייט אינדארסן הילערי קלינטאן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יולי 13, 2016 12:11 pm

יאהאן האט געשריבן:ניו העמפשיר – היינט דינסטאג איז ערווארטעט א טאג פון פאליטישע דראמא, ווען דער דעמאקראטישער פרעזידענט קאנדידאט בערני סענדערס וועט זיך אפיציעל ארויסציען פונעם פריימערי פארמעסט דערמיט וואס ער וועט געבן זיין אפיציעל אינדארסמענט פאר זיין קעגנער הילערי קלינטאן.
די צוויי זענען ערווארטעט אויפצוטרעטן אינאיינעם ביי א ראלי אין ניו העמפשיר, און עס וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו הערן וואס סענדערס וועט זאגן און וויאזוי ער וועט אפעלירן ביי זיינע שטיצער – וועלכע זענען אויסגעשפראכן אנטי-קלינטאן – אז זיי זאלן זיך יא פאראייניגן אונטער קלינטאן און שטימען פאר איר.


ניו העמפשיר – בערני סענדערס האט נעכטן אפיציעל אינדארסירט הילערי קלינטאן פאר פרעזידענט, ביי א ראלי אין ניו העמפשיר, אויפטרעטנדיג אינאיינעם מיט איר אויף די פלאטפארמע. ער האט זיך באדאנקט פאר די דרייצן מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלכע האבן געשטימט פאר אים ביי די פריימעריס קעגן קלינטאן און האט צוגעלייגט אז זיין ״פאליטישע רעוואלוציע״ גייט ווייטער אן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יולי 13, 2016 12:12 pm

ניו יארק – ״פאקס ניוז״ האט סוספענדירט איר קאנטראקט מיט ניוט גינגריטש וועלכער האט געדינט אלס פאליטישער קאמענטאטאר פאר זיי. דאס קומט צוליב וואס גינגריטש ווערט ערנסט באטראכט אלס וויצע פרעזידענט קאנדידאט פאר דאנעלד טראמפ און ״פאקס״ זאגט אז ס׳איז נישט אויסגעהאלטן צו האבן אזא פיגור וואס איז אזוי נאנט פארבינדן צו א ספעציפישע פאליטישע קאמפיין אלס א קאמענטאטאר.

אהייא – די ליבעראלע שווארצע מיליטאנטן גרופע ״ניו בלעק פּענטערס״ זאגן אז זייערע שטיצער וועלן קומען צום רעפובליקאנער קאנווענשאן אין קליוולאנד נעקסטע וואך און וועלן ארומטראגן וואפנס אפענערהייט - אויב די רעפובליקאנער פארטיי רעגולאציעס וועט דאס ערלויבן. דאס ברענגט פארמערטע שרעק איבער ערנסטע געוואלדטאטן און געשלעגן ביים רעפובליקאנער קאנווענשאן.

דאנעלד טראמפ וועט פרייטאג אפהאלטן א ספעציעלע פרעסע קאנפערענץ ביי וועלכע ער וועט מעלדן וועמען ער נעמט פאר וויצע פרעזידענט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron