יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 5:49 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך גרויזאמער » מאנטאג יולי 27, 2015 11:05 pm

דער ריעל עסטעיט מאגנאט און בעל גאוה דאנאלד טראמפ האט געמאלדן אז ער לויפט פאר פרעזידענט.
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 27 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך value » דינסטאג יולי 28, 2015 11:52 am

Mr, its old news
value
 
הודעות: 20
הצטרף: דינסטאג מאי 19, 2015 9:55 am
האט שוין געדאנקט: 8 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך טהור עיניים » דינסטאג יולי 28, 2015 12:35 pm

אז ער איז אריין אין דעם פארמעסט איז שוין אלט, אבער דער מציאות אז ער איז אין דעם פארמעסט האלטן אין איין ברענגען פרישע נייעס. כמעט טעגליך און עס איז אינטערעסאנט צו שטיין פון די זייט און צוזעהן דעם ספעקטאקל.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך יולי 29, 2015 9:08 pm

היינט איז געווען גוטע נייעס פאר די קאנדידאטן וועלכע שטייען זייער נידריג אין די פאולס, ביז יעצט האט פאקס ניוס - וואס זיי מאכן דעם ערשטן דעבאטע - מודיע געווען אז נאר די העכסטע צען קאנדידאטן וועלן קענען אנטייל נעמען ביי די דעבאטע. אבער דאס האט געברענגט אסאך קריטיק. ווייל אין אזא גרויסן פעלד פון קאנדידאטן, 16 אין צאל, איז נישט מעגליך אז די פאולס זאלן זיך נישט טועה זיין, און עס איז דעריבער זייער נישט ריכטיג אז אזעלכע פאליטישע ריזן ווי דער געוועזענער דריי טערמיניגער גאווערנאר פון ניו יארק, דשארדש פאטאקי און נאך אנדערע, וועלכע וואלטן בעצם געווען גאר געלונגענע קאנדידאטן, נאר זיי ווערן פארוואסערט אין אזא גרויסע פעלד, איז פשוט נישט יושר אז זיי זאלן זיך נישט קענען לאזן הערן ביי אזא גרויסע זאך ווי די דעבאטע.

דעריבער האט פאקס ניוס געמאלדן אז אין צוגאב צו די הויפט דעבאטע וועלכע וועט פארקומען אום 9 אוהר אווענט, וועט אויך פארקומען א קלענערע דעבאטע אום 5 אוהר פארנאכט, ווי אלע קלענערע קאנדידאטן וועלן קענען אנטייל נעמען און אזוי ארום לאזן הערן זייער מעסעדש פאר די וויילער.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג יולי 30, 2015 1:41 am

היינט איז געקומען די פרייליכע נייעס אז עס קומט צו א זיבעצנ'טער קאנדידאט צום ליסטע אויף די רעפאבליקאנער זייט.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » דינסטאג יאנואר 19, 2016 12:57 pm

הייבט מער און מער אן אויסצוזעהן אז טראמפ גייט זין די רעפאבליקאנע נאמעני
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג יאנואר 19, 2016 5:00 pm

פעלין האט געגעבן איר שטימע פאר טראמפ
Former Alaska Gov. Sarah Palin to endorse GOP candidate Donald Trump, campaign officials tell The New York Times
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:36 pm

טראמפ האט נעכטן געליטען א מפלה אין אייאווע
טייל קוקן עס אן פאר א געווינס פאר טראמפ
ימים ידברו
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך פעברואר 10, 2016 1:03 pm

אין ניו העמפשיר האט טראמפ געוואנען אויף א מעכטיגן פארנעם, העכער אלע ערווארטונגען און מיט א גרויסער הפרש צווישן אים און זיינע מיטלויפער.
ווייזט אויס אז אייאווע איז נישט געווען א צייכן פון א צאמקראך.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך בולעטין » דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 4:14 pm

עס איז ממש א שאק צו זעהן ווי ווייט די ציבור איז ברוגז אויף די עסטעבלישמענט, דער ציבור גייט ארויס אין די מאסען פאר טראמפ
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג פעברואר 21, 2016 7:44 am

טראמפ האט ווידער שטארק געזיגט אין סאוט קארוליינע, רוביא איז אריין דער צווייטער א משהו העכער קרוז.
בוש האט זיך ארויסגעצויגן פונעם פארמעסט.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » מאנטאג פעברואר 22, 2016 11:30 am

עקשאלי זעהט אויס אז די זאך איז געבליבען צווישן טראמפ רוביא קרוז וואס לכוארה נאך נעקסטע וואך דינסטאג -סופער טוסדעי- וועט שוין איינע פון די דריי זיין אינגאנצן פארזיכערט אלע דריי האבן שטארקייטן צו זיך טראמפ איז דאך סתם אזוי די לידער אין די פאולס אין א נארמאלע יאר וואלט ער שוין לאנג געווען פארזיגעלט אלס די נאמעני אבער די עסטעבלישמענט האפט נאך אים צו זעהן אינדרויסן (וואס ס'איז פאסיבל אויב קעיסיק רוקט זיך ארויס פון די פארמעסט ) קרוז גענסט אויך א שטארקייט און אסאך פון די סופער טוסדעי סטעיטס רוביא האפט אויף א גרויסע סוירזש נאכפאלגענדיג בושס ארויסטריט וואס גייט אים ברענגען פולע אינדארסמענטס

אבער קעיסיק דא דארט כאפט אויך נייע סופארט אזוי שטילערהייט וואס דעס קען נאר שטערן רוביא

וואס וועט זיין די ענד ונזכה ונחי' ונראה
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 22, 2016 3:01 pm

אויב בלייבט עס א דריי שפיציגער פארמעסט איז טראמפ דער געווינער. דער איינציגסטער וועג עס אפצושטעלן איז אויב אלעס פאראייניגט זיך אונטער רוביא. קרוז אליינס ווערסוס טראמפ געווינט נישט. ווידער, קרוז וועט זיך זיכער נישט ארויסציען לטובת רוביא כל עוד רוח באפו, קומט אויס אז טראמפ איז שוין ווארשיינליך דער געווינער.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג פעברואר 23, 2016 5:11 pm

איבערלעבער האט געשריבן:אויב בלייבט עס א דריי שפיציגער פארמעסט איז טראמפ דער געווינער. דער איינציגסטער וועג עס אפצושטעלן איז אויב אלעס פאראייניגט זיך אונטער רוביא. קרוז אליינס ווערסוס טראמפ געווינט נישט. ווידער, קרוז וועט זיך זיכער נישט ארויסציען לטובת רוביא כל עוד רוח באפו, קומט אויס אז טראמפ איז שוין ווארשיינליך דער געווינער.


דאס קוקט אויס ווארשיינליך אז טראמפ וועט עס מאכן ביי די רעפובליקאנער
די פראגע איז נאר צו דאס לאנד איז "למעשה" אים גרייט צו ערוועלן
אדער אלע פארטייען וועלן זיך פאראייניגען אינטער א דעמאקראטישער קאנדידאט אבי צו ארויסשטויסען טראמפען
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג פעברואר 23, 2016 7:22 pm

מיין פרעדיקציע= אויב לויפט ער קעגן קלינטאן געווינט ער, אבער קעגן סענדערס נישט.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך פעברואר 24, 2016 8:43 am

טראמפ האט ווידער ריזיג געוואנען, רוביא איז אריין א ווייטער צווייטער, קרוז א נאנטער דריטער.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך פעברואר 24, 2016 9:06 am

וואס מ'דארף נאך ארויסברענגען; נישט נאר געווינט ער מיט ריזיגע נאמבערס, ס'איז נאך דערצו א פרישע עולם. זיינע מענטשן קומען ארויס אין די מאסן און די צאל פון די אנטייל נעמער ברעכן אלע רעקארדס.
דיזע עקסייטמענט קען אים גרינגערהייט ברענגן די נאמינאציע און אפילו דעם פרעזידענט'שאפט.
דער איינציגער אנדערע קאנדידאט וואס ברענגט מיט זיך אזא פרישן ווינט, איז בערני סענדערס.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » מאנטאג פעברואר 29, 2016 9:10 am

אין די היינטיגע מעשיגענע וועלט קען מען נישט אויסרעכענען
וועם נאך עס גגיט נעקסט בייפאלען צו זיצן אויפען שטיל
די סכנה פון טראמפאיז נישט אזוי ווייט זיין ערוויילונג
נאר די קאנסקעווענצן ווער עס גייט אלס נאכקומען
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מאנטאג פעברואר 29, 2016 3:35 pm

דער טראמפ פענאמענאן קומט פון א רעאקציע צום פאליטיקעל קארעקטנעס אווערדאסונג, מיט וואס דער יעצטיגער פאליטישער עסטעבלישמענט, ובפרט דער היינטיגער פרעזידענט, האט אונז איבער-געזעטיגט.

דער רעאקציע צו טראמפ'ס משוגעת'ן, - אויב ס'וועט טאקע זיין אזוי משוגע, - וועט נישט זיין מער משוגע, נאר א צוריקקער צו נארמאלקייט.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » דינסטאג מערץ 01, 2016 11:23 am

ווי ס'זעהט אויס גייט היינט זיין די סתימת הגולל אויף די רעפאבליקאנע............
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך מערץ 02, 2016 7:46 pm

טאמער האט מען געמיינט אז נאך סופער טוסדעי וועט עס זיין געים אווער, האט זיך אויסגעוויזען אז נישט.

טראמפ האט געוואנען נאך זיבען סטעיטס אבער איז געווען א משהו ווייניגער ווי ערווארטעט.

קרוז האט געוואנען דריי שטאטן, בעסער ווי ערווארטעט. און רוביא האט געוואנען אין איין סטעיט, א משהו בעסער ווי געראכטן.

למעשה בלייבט עס ווייטער ווי פריער: טראמפ איז א שטארקער פראנט ראנער, רוביא און קרוז שלאגן זיך אויף א ווייט אפגערוקט צווייטער פלאץ.

דאס אליין אז ס'איז געבליבן ווי פריער, איז שוין א נצחון פאר טראמפ, וויבאלד זיין מעמד בלייבט אלס מער סטאביל כמובן.

ביי די דעמאקראטן האט זיך קלינטאן פונדאמענטעוועט אלס ווארשיינליכער נאמעני, אבער סענדערס האט נאך א טשענס קעגן איר, אסאך מער ווי קרוז/רוביא קעגן טראמפ.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך יא יא » מיטוואך אפריל 20, 2016 12:55 pm

נאך די נעכטיגע שוואכע נאכט פאר קרוז זעהט יעצט אויס מער ווי אלעמאל אז טראמפ וועט מאכן די 1237 דעלעגאטן בעפאר די קאנווענשאן

און ביי די דעמעקראטן זעהט די זעלבע אויס ביי קלינטאן
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך ספאנדזש » מאנטאג מאי 09, 2016 10:51 am

גייט מען טאקע מוזן ווארטן אויפן קאנווענשן?........

נאך דעם וואס זיין לעצטע מעגליכקייט אפצושטעלן טראמפ, געווינען אינדיאנע, איז דורעכגעפאלן האט קרוז זיך ארויסגעצויגן מאכענדיג טראמפ פאר דער זיכערער נאמיניאציע קאנדידאט.
א טאג דעראויף האט קעיסיק זיך אויך ארויסגעצויגן, נישט באקאנט פארוואס :D

און מיט דעם האט זיך פארענדיגט א שטורעמיש קאפיטל אמעריקאנע היסטאריע.
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 54
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך ספאנדזש » דינסטאג מאי 10, 2016 12:10 pm

איך האב א שאלה

די אלע קאנדידאטען האבן נאר סוספענדירט זייער קאמפיין אבער זיך נישט ארויסגעצויגן פוו די פארמעסט, פארדעם האט מען געזען ביי די רעזולטאטן פון די וואוטס אז עס איז געווען וואס האבן געוואוט פאר אנדערע ווי די וואס לויפן, און פארדעם האט רוביא פארלאנגט מען זאל אראפנעמען זיין נאמען פון די בעלאט.

יעצט האלטן מיר אז אלע האבן סוספענדירט חוץ טראמפ, דאס מיינט אז קיינער טוט מער נישט קאמפיינען אבער די נאמינאציע האט טראמפ אויך נישט ווייל ער האט נישט גענוג דעלעגעיטס.

וויל איך וויסן, אויב וועט געשען א נס און אין די קומענדיגע שטאטן וועלן די טראמפ שטיצער נישט ארויסגיין וועלן, ווייל ער איז דאך סייווי דער געווינער. וועט געשען אז טראמפ וועט נישט געווינען די שטאטן און לכבוד דעם נישט האבן גענוג דעלעגאטן פארן קאנווענשן?
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 54
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: עלעקשאן 2016 נייעס און נאטיצן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 10, 2016 9:53 pm

ניין
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

נעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 3 געסט

cron