יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 6:29 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

תורה וחסידות, והמסתעף.

געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אפריל 27, 2016 6:05 pm

נעכטן ביים יערליכן אסיפה כללית פאר חסידי סאטמאר האט דער סאטמארע רבי (מהר"א) מעורר געווען אויף א וויכטיגע ענין וואס איז פארהוילן פון סתם עמך אידן, אז "געבאקן נאך פסח" מיינט נישט אז עס איז נישט געווען קיין חמץ וואס איז פארקויפט געווארן צום גוי.

איך וויל רעדן א ענין וואס איך רעד דא אין וויליאמסבורג און איך האב אינזין קרית יואל אויכעט, דאס ענין פון מכירת חמץ, איך וויל אביסל געבן צו פארשטיין דער מנהג ישראל פון די מכירת חמץ וואס דאס איז און וואס דאס מיינט פאר יעדן איד, מען האט גערעדט היינט בל יראה ובל ימצא מען טאר נישט מנהג  ישראל קדושין הן מען רוימט ארויס די חמץ פון שטוב מען פלאגט זיך אפ פאר פסח, א איד טאמער האט ער א פעקל  חמץ'דיגע לאקשן גייט ער דאך נישט פארקויפן פאר א גוי, ער וועט עס ארויסווארפן. איי איך פארקויף עס, דאס איז נאר פאר א חשש חמץ, תערובת חמץ, כמו חמץ.
די גאנצע מכירת חמץ דארף מען פארשטיין, ווען דער גוי צאלט און נעמט עס, טראגט עס אהיים, אפגעקויפט איז נישט קיין שום פראבלעם, עס גייט דאך נאר אזוי, ער געבט א איינגאבע. עס איז אויסגעהאלטן, להלכה האט מען געמאכט אזא מכירת חמץ אידן זאלן נישט נכשל ווערן אין בל יראה, אין חמץ אין שטוב, עס איז אויסגעהאלטן איך וועל נישט זאגן חלילה אז עס איז נישט אויסגעהאלטן להלכה, אבער מען דארף וויסן עס איז א אויסגעארבעטע היתר וויאזוי דאס גייט.
חמץ בעין, חמץ ממש קיין שום יחיד פארקויפט נישט. מען וועט פרעגן וועלכע מורה הוראה וועט דיר זאגן האסט אביסל חמץ זיי עס מבער. געשעפטן פארקויפן יא חמץ בעין, ער האט א גייעדיג געשעפט א גאנץ יאר, און ווי מען רופט עס א הפסד מרובה, האט מען אויסגעארבעט א היתר אז מען זאל עס פארקויפן און מען פארקויפט, אזוי פירן זיך אידן נישט פון היינט, אזוי איז נאך געווען, ווי מען זאגט, מימים ימימה משנים קדמוניות, האט מען אויך א אזוי געטון.

פאר א געשעפט צו מעג ער גיין איינקויפן חמץ פאר פסח כדי ער זאל קענען מוצאי יום טוב פארקויפן חמץ איז א גרויסע מדובר אין די פוסקים, דאס הייסט דער ישועות יעקב און ר' משולם איגרא, צוויי זייער גרויסע פוסקים, זאגן מען טאר נישט קויפן קיין חמץ ער זאל האבן צו פארקויפן אויף מוצאי יום טוב.

איך געדענק, נאך אלס קינד, דער טאטע ז"ל האט אויך פארקויפט חמץ, עס איז געווען א איד האט געהאט א בעקעריי, אין ייטב פנים איז אויך דא אין די אזהרות, שאור, דאס דארף מען האבן אויף אנצוהייבן די בעקעריי אויף מוצאי יום טוב, דער ייטב פנים זאגט אז מען זאל נישט אוועקלייגן אויף מוצאי יום טוב קיין שאור. פארוואס? איינער וואס האט א בעקעריי ער דארף האבן די שאור מוצאי יום טוב, איך פארקויף עס פארן גוי אבער איך דארף עס באמת האבן מוצאי יום טוב ווען דער גוי זאל עס אוועקנעמען האב איך א פראבלעם, איך קען נישט אנגיין מיט מיין ביזנעס מוצאי יום טוב. איך וויל מען זאל פארשטיין ווען א געשעפט פארקויפט חמץ עס בלייבט עם דעס און דעס און דעס, ווען דער גוי קומט אן אינמיטן פסח און ער זאגט איך וויל איבערנעמען די חמץ, בכבוד גדול, ער דארף באצאלן וויפיל עס איז ווערד און ער געבט אים עס אהין, פארוואס נישט, ער האט דאך נישט קיין שאדן ער צאלט אים דאך די פרייז. די חמץ וואס מען "וויל" האבן מוצאי יום טוב, דער באשעפער טאר מען נישט אויסנארן, ער וויל עס באמת האבן מוצאי יום טוב ווייל ער וויל דאך באקן מיט דעם, קומט אויס דאס איז נישט קיין מכירה גמורה. איך וויל מען זאל פארשטיין עס איז נישט קיין מכירה גמורה ווייל ער וויל עס באמת האבן אויף מוצאי יום טוב, און עס איז נאך דא א ענין פון רוצה בקיומו.
מיין טאטע האט אנגעזאגט פאר די בעקערייען, א גוי האט מוצאי פסח געברענגט שאור כדי מען זאל קענען איינקנעטן דעם חמץ'דיגן טייג נאך פסח.

היינט איז געווארן א אנדערע וועלט, א באקוועמע וועלט, מען מוז האבן באלד מוצאי יום טוב, מוז מען האבן זאפארט דאס פריסטע וואס נאר מעגליך מוז מען האבן פרישע חמץ, נו, מען דארף איינקנעטן מען דארף באקן מען דארף יערן, נו, היינט איז דאך א פראקטישע וועלט, מען קנעט איין פאר פסח און מען נעמט די טייג מען לייגט עס אריין אין פריזער און מען פארקויפט עס פארן גוי און מוצאי יום טוב נעמט מען עס ארויס און מען באקט עס אפ און מען שרייבט אויף געבאקן נאך פסח און עס איז נאך אמת אויך, געבאקן נאך פסח... איז די אלע אידן וואס זענען מחמיר זיי ווילן נישט עסן וואס מען האט פארקויפט חמץ פאר א גוי קומט ער זעט געבאקן נאך פסח און עס איז טאקע אמת געבאקן נאך פסח, אבער וואס ליגט אונטער דעם מען האט עס געקנעטן פאר פסח די חמץ איז פארקויפט געווארן פאר א גוי. עס איז עכט אונאה! אויסגעפאפט אידן וואס זענען מדקדק אין כשרות. איך זאג אייך מען טוט אזוי, מען פארקויפט טייג. און עס איז דא נאכמער, די היינטיגע טעכניק גייט אסאך מער, מען קנעט איין פאר פסח, מען באקט עס אפ פאר פסח נישט אינגאנצן, עס איז דרייפערטל געבאקן, אזוי פרירט מען עס איין, און מען לייגט עס אריין אין אויוון אויף צען מינוט און עס קומט ארויס אפגעבאקן פריש אזויווי מען האט עס יעצט אפגעבאקן. עס איז אזוי צוגעשטעלט אז א האלבע שעה נאכן זמן איז דא צו באקומען פריש געבאקענע חמץ נאך פסח, עס גייט אזוי דאהי און אין קרית יואל אויכעט, עס איז לעצטנס געווארן אזא זאך.

אין די הלכה איז שטארקע פקפוקים דא אויף דעם, אזוי ווי איך האב געזאגט גרויסע גדולי הפוסקים זאגן מען טאר נישט אוועקלייגן אויף מוצאי יום טוב. עס בלייבט איבער מען פארקויפט, אונז האבן געמאכט א תקנה, איך וועל זאגן, אין קרית יואל, דאס איז בל יראה ובל ימצא, אוועקצולייגן פון פאר פסח אויף א אופן צו באקן נאך פסח טאר נישט זיין אין קיין שום געשעפט, אפילו דאס וואס עס בלייבט איבער פאר א געשעפטס מאן פון פאר פסח ער מעג עס ערשט ארויסשטעלן דריי טעג נאך פסח אויפן שעלף  כדי מען זאל נישט מאכן קיין ערמות אז דעס איז פון פאר פסח אדער פון נאך פסח. איך קען נישט איינטיילן דא אין שטאט וואס צו טון אבער איך וויל מען זאל אזויפיל וויסן אז עס איז דא אזא מין זאך, ווען מען גייט אריין אין געשעפט נאך פסח און מען זעט אויפגעשריבן "געבאקן נאך פסח תשע"ו" מיינט עס נאכנישט אז עס איז נישט קיין חמץ וואס איז פארקויפט געווארן פאר א גוי, היינט מיט די אלע קונצן ווערט עס אזוי, דאס איז אמעריקאנע בלאף, אמעריקאנע בלאף! און מען דארף נזהר זיין ווען איינער גייט אריין נאך פסח קויפן אין א געשעפט זאל ער אכטונג געבן ער זאל וויסן ער ווערט נישט נכשל, דאס איז א חשש אז עס האט נישט גענוצט די מכירה, גדולי הפוסקים זאגן עס נוצט נישט די מכירה אויף אזעלכע זאכן, ממילא איז עס פסח א חשש פון חמץ בפסח אין שטוב און נאך פסח איז עס פון חמץ שעבר עליו הפסח, ממילא וויל איך ארויסברענגען איך וויל אז מענטשן זאלן וויסן אז מען זאל נזהר זיין און אכטונג געבן וואס מען קויפט נאך פסח.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

הודעהדורך נייעס » זונטאג מאי 01, 2016 6:38 pm

א שטארקע פוינט
וועל מיר אי"ה נזהר זיין פון די געבאקענע נאך פסח
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך מגיד » פרייטאג מאי 06, 2016 1:41 pm

פארוואס דארף די גראסערי ווייניגער די חמץ מוצאי יום טובווי די בעקערי?
מגיד
 
הודעות: 13
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 24 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך נייעס » זונטאג מאי 08, 2016 1:58 pm

די גראסערי מאן איז געבליבען שטעקן מיט סחורה
אבער דער בעקעריי גייט לכתחילה קויפען סחורה אדעתא דהכי צו מאכן א טייג און פארקויפען לצורך מוצאי יו"ט.
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך מגיד » זונטאג מאי 08, 2016 6:32 pm

דיין תשובה איז נישט אויף מיין שאלה
מגיד
 
הודעות: 13
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 24 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 10, 2016 9:55 pm

וואס איז יא געווען דיין פראגע ?
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך מגיד » זונטאג מאי 29, 2016 12:05 pm

עס איז נישט אויסגעמעקט
קענסט עס נאך ליינען
מגיד
 
הודעות: 13
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 2:13 pm
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 24 מאל

Re: געבאקן נאך פסח. און וואס איז מיט די איבעריגע מלאכות?

הודעהדורך יא יא » מיטוואך יוני 01, 2016 3:22 pm

די תקנה איז אויפ'ן גראסערי מאן אויך
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל


צוריק צו עולם התורה

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron