יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:55 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טעגליכע נייעס בולעטין

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך שלומיאל » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:29 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:32 pm

lol
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך value » דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:17 pm

שלומיאל האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.


lol :lol:
value
 
הודעות: 20
הצטרף: דינסטאג מאי 19, 2015 9:55 am
האט שוין געדאנקט: 8 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך value » פרייטאג יוני 19, 2015 1:03 am

value האט געשריבן:
שלומיאל האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:מען האט איהם געכאפט.

אינטערסאנט אז מ'האט אים געכאפט אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט ווען די מענטשן ווערן אלס מער און מער קורצקעפיג.


lol :lol:


I did not write this.
Someone wit access changed what I wrote.
value
 
הודעות: 20
הצטרף: דינסטאג מאי 19, 2015 9:55 am
האט שוין געדאנקט: 8 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 0 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג יוני 19, 2015 1:16 am

טאקע, איך געדענק וואס דו האסט געהאט געשריבן.
דיין לעצטע תגובה איז אין קעגנזאץ צו וואס דו האסט דארט געשריבן...

איך פארשטיי טאקע נישט פארוואס דער יעניגער האט עס געטון, אנשטאט צו ענדערן דיין תגובה האט ער געקענט שרייבן זיין מיינונג (עס איז אויך מיין...) אז ווען איינעם פאלט איין א גוט ווארט אויף די נייעס-תגובה מעג ער עס שרייבן.

העמיר ווארטן אויף זיין פארענטפערונג.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יוני 19, 2015 12:43 pm

שלומיאל פארוואס האסטו עס משנה געווען??
עס איז דען דיינע רייד?? ווער געט דיר דאס רעכט יענעם צו משנה זיין די דבורים??
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג אוגוסט 02, 2015 9:05 pm

אין ניו מעקסיקא זענען היינט פארגעקומען צוויי באזינדערע אויפרייסן ביי צוויי קירכעס.
ביי איין קירכע איז געשעהן די אויפרייס אין א דערנעבנדיגע פאסט קעסטל, וועלכע איז אינגאנצן צושפלינדערט געווארן.
ביים צווייטן איז עס געווען אין א גארבידזש קען.

קיינע ארעסטן זענען באריכטעט. אזוי אויך זענען נאך אלע דעטאלן און מאטיוון א מיסטעריע.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:23 pm

א גוי וואס זיין ברודער האט איהם פראבירט אריינצושמאגלען מיטן פעררי פון מאראקא קיין שפאניע איז געשטארבן.

דער ברודער האט איהם אריינגעלייגט אין א רענצל און ער האט זיך דארט דערשטיקט...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך יא יא » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 12:59 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:א גוי וואס זיין ברודער האט איהם פראבירט אריינצושמאגלען מיטן פעררי פון מאראקא קיין שפאניע איז געשטארבן.

דער ברודער האט איהם אריינגעלייגט אין א רענצל און ער האט זיך דארט דערשטיקט...


ס'איז דא א באקאנטע ווערטל פון יארמע רב מיט אזא מין פאסירונג יעצט זעי איך אז ס'איז עכט......
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:32 pm

שיסערייען זענען געהערט געווארן אין נעשיאנעל מאלל (א נאציאנאלע פארק אין וואשינגטאן די סי), עדות האבן געזאגט אז עס איז געווען א געשלעג אין א קאר אוו פון דארטן זענען געקומען די שאסן, דערפאר איז דאס פאר די פובליקום נישט קיין סכנה.

קיינע באריכטן איבער פארוואונדעטע, נאר צובראכענע גלאז איז דא...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך אוגוסט 05, 2015 10:20 pm

לעצטע וואך איז געווען ברעכענדע נייעס אז מען האט געטראפן א חלק פון א פליגל פון א פליגער אויף די רעיוניאן אינזל אינעם אינדישן ים, און עס איז געווען שטארקע שאצונגען אז עס איז ווארשיינליך פון די מיסטעריעז פארשווינדענע מאלאזיער MH370 פליגער (נישט באריכטעט דא ווייל עס איז פארלוירן געגאנגען איידער קרעטשמע'ס געבורט).
די אינסטאנצן האבן עס נישט געוואלט באשטעטיגן איידער זיי מאכן בדיקות און פארשונגען אויף דעם געפינענעם חלק.
מען האט אריבערגעפירט דעם שטיקל קיין פראנקרייך צו לעבאראטאריס און היינט האט דער מאלאזיער פרעמיער מיניסטער געמאלדן מיט עקסטאז אז ער טוט באשטעטיגן דאס געפינס פון א חלק פון דעם פליגער, דאס איז פאקטיש די ערשטע פונקט אין די לייזונג פון די וועלטס מיסטעריע.
אבער די פראנצויזישע אויטאריטעטן (צו וועם די אינזל באלאנגט) האבן דערווייל נאר געזאגט אז עס איז "כמעט זיכער" אז עס איז פון די MH370, און אז זיי וועלן האפענטליך עס באשטעטיגן ווי אמשנעלסטן.

"פארוואס די גיהנום באקומען מיר איין באשטעטיגונג באריכט און איין נישט?!" האט איינע פון די קרובים געפרעגט מיט צארן, "פארוואס זאל מען נישט ענדערש ווארטן מיטן באריכט ביז ווילאנג יעדער איז מיט די זעלבע מיינונג?!"
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:14 pm

א פליגער אין נעשוויל טעננעססיע האט ארויסגעשפיגן פלאמען ווען די ענזשין איז געווארן אנגעצינדן, עס האט נישט אנגעצינדן דעם פליגער ווייל ווען מען האט עס אויסגעלאשן האבן די פלאמען אויפגעהערט.
IMG_20150807_121236.jpg


אינטערעסאנט, איינער האט געטוויט די בילד - ווארשיינליך די איינציגסטע, און ביז געציילטע מינוטן האבן אלע נייעס סטאנציעס שוין געוויסט דערפון, אויך איז שיין צו זעהן ווי זיי פרעגן איינס ביי איינס צו זיי קענען עס נוצן.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 11:12 am

אין א IKEA געשעפט אין שוועדען (די היימלאנד פון IKEA) האט א פארשוין געשטאכן דריי מענטשן פון וואס צוויי זענען געשטארבן און איינער איז ערנסט פארוואונדעט.
זיינע מאטיוון זענען אומבאקאנט.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:44 pm

אין טערקיי;

  • האבן צוויי "פרויען!" געעפנט פייער אויף די אמעריקאנע קאנסולאט, זיי האבן געשאסן עטליכע רונדעס מיט קוילן אבער קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן.

  • זענען פיר פאליציאנטן זענען אומגעקומען ווען זייער טרעקל האט עקספלאדערט פון א באמבע וואס איז געליגן אויף די ראוד לאקערנדיג פאר א קרבן.

  • איז איין סאלדאט איז אומגעקומען און זיבן זענען פארוואונדעט געווארן ווען קורדישע מיליטאנטן האבן געשאסן צו זייער העליקאפטער בשעת'ן זיך הייבן.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 3:02 pm

אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.

די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג.
די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.


*


צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!

זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה.
די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך בולעטין » זונטאג סעפטעמבער 06, 2015 6:32 pm

א דאנק פאר דיינע אפדעיטס
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך גרויזאמער » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 3:04 am

מיין מיינונג האט געשריבן:אין די "אינדיאנאפאוליס טיער גארטן" איז אנטשטאנען א פאניק נאך וואס א טשיטא (פון די משפחה פון טייגערס) האט זיך ארויסגעשלייכט פון אירע גראטעס.

די טשיטא איז פלוצים געזעהן געווארן אויף א שטח אינדרויסן פון איר שטייג, אבער דאך נישט ביי די באזוכער. מען האט אריינגעטראגן אלע באזוכער אין א פארזיכערטן ארט מיט צוגעשפארטע טירן ביז מען האט מצליח געווען איר צוריקצוזעהן אינעם שטייג.
די פארוואלטונג זאגט אז קיינער איז נישט געווען באדראעט פון איר, וויאזוי דאס האט געקענט פאסירן ווייסט מען נישט.


*
טשיטא איז נישט פון טייגער משפחה.

צוויי פון די ארבייטערס אינעם קירקלענד "מאקסימום זיכערהייט" טורמע אין נאורט קאראליינע זענען פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן אלס משכונות, דורך און ביי "ארעסטאנטן"!

זיי זענען נעכטן פארכאפט געווארן און געהאלטן געווארן פאר בערך 6 שעה.
די קאררעקשן דעפט. האט כמעט נישט ארויסגעגעבן קיין דעטאלן, נישט די צאל פארכאפער און נישט די אינגעטיטעט פון די פארכאפטע, אזויפיל האט זי געזאגט אז די פארכאפטע זענען "נישט ערנסט פארוואונדעט געווארן". ומכלל לאו שומע אני הן...
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 27 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 6:58 am

די געשטאלט האט מיר אזוי אויסגעקוקט האב איך אזוי געשריבן
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 1:56 pm

לואיזיאנא. א מאן וועלכער איז געזיצן אין טורמע מיט א 35 יעריגע טערמין פארן מארדן א מאן, און א קורצערע טערמין פאר אנדערע קלייניגקייטן איז אויף די פריי! אבער נישט ווייל ער איז אנטלאפן, נאר ווייל די באאמטע האבן איהם ארויסגעלאזט!

דאס איז געשעהן צוליב א טעות ווען מען האט געזעהן אז ער איז בארעכטיגט צו באפרייט ווערן - פריצייטיג, צוליב זיין גוטע אויפפירונג - פון די קורצע טערמין, אבער פארזעהן אז ער האט נאך איבער דרייסיג יאר פאר די מארד זעלבסט.

און ווי קאמיש עס הערט זיך האבן זיי אפילו נישט געכאפט זייער טעות, נאר א מאן וואס האט דערקענט דעם פארשוין האט אריינגערופן די קארעקשן דעפארטמענט פרעגן פארוואס ער איז אויף די פריי.

די מאמע זיינע הוליעט פאר פרייד אבער די אפישלס האבן אנגעפאנגען א זוכעניש איהם צוריקצוברענגען פאר יעדע פרייז.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:35 pm

א אמעריקאנע קארגא פליגער האט געקראכט ביים זיך הייבן פון א לופטפעלד אין אפגאניסטאן, 5 אמעריקאנער קרו-מעמבערס זענען געשטארבן, 5 ציווילע קאנטראקטארס וואס זענען געווען אויפן פליגער, און צוויי אפגאנע זענען געשטארבן אויף די ערד.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מוצ"ש אקטאבער 10, 2015 8:52 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:לואיזיאנא. א מאן וועלכער איז געזיצן אין טורמע מיט א 35 יעריגע טערמין פארן מארדן א מאן, און א קורצערע טערמין פאר אנדערע קלייניגקייטן איז אויף די פריי! אבער נישט ווייל ער איז אנטלאפן, נאר ווייל די באאמטע האבן איהם ארויסגעלאזט!

דאס איז געשעהן צוליב א טעות ווען מען האט געזעהן אז ער איז בארעכטיגט צו באפרייט ווערן - פריצייטיג, צוליב זיין גוטע אויפפירונג - פון די קורצע טערמין, אבער פארזעהן אז ער האט נאך איבער דרייסיג יאר פאר די מארד זעלבסט.

און ווי קאמיש עס הערט זיך האבן זיי אפילו נישט געכאפט זייער טעות, נאר א מאן וואס האט דערקענט דעם פארשוין האט אריינגערופן די קארעקשן דעפארטמענט פרעגן פארוואס ער איז אויף די פריי.

די מאמע זיינע הוליעט פאר פרייד אבער די אפישלס האבן אנגעפאנגען א זוכעניש איהם צוריקצוברענגען פאר יעדע פרייז.

יעצט זעה איך אז מען האט איהם שוין געכאפט אום אקטאבער 2, אין א מאוטעל אין אטלאנטא.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג אקטאבער 18, 2015 1:15 am

דער הויפט על-קאידא פירער אין סיריע - על נאסר - איז דערמארדערט געווארן אין א באמבאדירונג, כן יאבדו כל אויביך ה'.

עס איז דערווייל נישט באקאנט צו פון א אמעריקאנער באמבאדירונג אדער פון א רוסישער.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:33 am

אין א שולע אין יוטא האט א לערערין געמאכט א פראגראם אז די קינדער זאלן מאכן פראפאגאנדע ווערק פאר ראדיקאלע גרופעס, ווי אייסיס. מיטן ציל זיי צו ווייזן ווי שלעכט פראפאגאנדע קען זיין.

נאך באקלאגונגען פון עלטערן האט מען אפגערופן דעם פראגראם און די שולע טוט זיך אנטשולדיגן. זיי זאגן אז ווי דערמאנט איז די פראגראם געצילט געווען אויף גוט.
די טיטשער, וועמען'ס נאמען מען האט נישט פובליצירט, האט זיך אויך אנטשולדיגט.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מערץ 29, 2016 1:08 pm

נייעס פון היינט, so far...

א עגיפטישער פליגער געווארן געהיידזשעקט דורך א משוגענער, ער האט נישט געמיינט קיין טעראר און גאר ארויסגעלאזט אלע פאסאזשירן חוץ די פילאטן און נאך איינצעלנע פון די מאנשאפט. ער האט געהאט א פאר פארלאנגען, איינס אז ער וויל רעדן מיט זיין גרושה...

פרעזידענט קאנדידאט טראמפ'ס קאמפיין מענעדזשער איז ארעסטירט געווארן פאר אגרעסיוו אוועקשלעפן א רעפארטערקע פון רעדן צו טראמפ (נאך א ראלי אין פלארידע, עטליכע וואכן צוריק), נאכדעם וואס עס איז אפירגעקומען א קליפ פון א סעקיוריטי קעמערע ווי מען זעט קלאר אז ער איז דער וואס שלעפט איר.
טראמפ לייקנט השמש בצהריים: Wow, Corey Lewandowski, my campaign manager and a very decent man, was just charged with assaulting a reporter. Look at tapes-nothing there!
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעגליכע נייעס בולעטין

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 30, 2016 1:14 pm

אנדערש ווי געווענליך אז א הונט האט אין מויל א ביין אדער א שפילצייג, איז א הונט אין מיסיסיפי אהיימגעקומען מיט א בעג הענגענדיג פון זיין מויל.
דער בעל הכלב זאגט אז צוערשט האט ער געמיינט אז עס איז א בעג מיט גארבידזש, נאכדעם האט ער אבער דערקענט פון די גערוך אז דאס איז מארעוואנא!
די דראג באאמטע זענען אראפגעגאנגען אינוועסטיגעיטן די פאל, נאכאמזל...


צוויי צענערלינגען פון ארלאנדאו, פלארידע זענען ארעסטירט געווארן נאכן פאוסטן בילדער ווי זיי זענען אין די בית הכבוד פון א שולע מיט גאנס!
איינע פון די עלטערן פון א סטודענט האט עס געזען און א באזארגטער איינגעמאלדן די אויטאריטעטן.
זיי זענען נישט געווען א סכנה, נאר עובר געווען אויף האבן געווער אין א שולע קאמפלעקס, און דער פאקט אז זיי זענען נאך נישט קיין ערוואקסענע און פארבאטן צו האבן געווער.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron