יעצט איז: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2017 8:42 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אלעס ארום די סירישע פליטים

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

אלעס ארום די סירישע פליטים

הודעהדורך מסודר » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 2:03 pm

ביז לעצטע וואך זענען די סירישע פליטים קריזיס געוועהן בסך הכל שמועות רחוקות, דייטשלאנד נעמט אריין א מיליאן פליטים (לכאורה אלטע שולד געפיעלן), אונגארן ווארפט זיי ארויס (אלטע פאשיסטן), מד"י פארהאקט די טיר (א קשיא אויף ביבי...), ענגלאנד שפאקולירט, ועוד, אבער אין די לעצטע פאר טעג קומט די טעמע אהיים צו אונז.

שווער דורך צו גיין אלע נייעסלך די לעצטע וואך אלעס ארום דעם קאכעדיגע נושא, בעיקר עלמיר זיך באציען צו די אידישע רעאקציע צו די קאנגרעס' פרישע גזירה כלפי סירישע אימיגראציע.

די עי די על האט שארף פארדאמט די באנהאנדלונג פון די רעפובליקאנע איבער די אימיגראציע קריזיס, אויפמישנדיג א טרויערדיגע בלעטעל אין היסטאריע, מיט שאקירנדע פאקטן איבער וויאזוי די אמעריקאנע באפעלקערונג האט זיך באנומען מיט די אידישע פליטים אנטלויפנדיג פונעם נאצישע נעגל.

אום 1938, 3 יאר נאך די טרויערדיגע באקאנטע נורמבערג געזעץ, בעת דייטשע ביגערשאפט פון אידישע ראסע איז אפיציעל אנולירט געווארן, איז דורכגעפירט געווארן אין אמערעקע א אנקעטע צו מען זאל אריינעמען די פליטים, און א שטוינדענדע 66% האט געהאלטן מען זאל פארקנאקן די טויערן! פארשטייט זיך דעמאלס האט די אמעריקאנע פאלק אויך גענוצט שרעק מיטלן צו בארוהיגן די ראסיסטישע געוויסן, דהיינו אז פון צווישן די פליטים קענען זיך אריינכאפן שפיאנען, אדער קאמיניסטן.

א יאר דערויף אום 1939, תיכף נאך די "קריסטלנאכט", ווען אידישע האב און גוטס איז וואנדיליזירט געווארן אין בערלין, 100 אידן זענען געהרגט געווארן, איז נאכאמאל פארגעקומען א אנקעטע, דעמאלס איז געגאנגן די פראגע אטיב מען זאל אריינעמען א טראנספארט פון 20,000 קינדער, 61% אמעריקאנע האבן געזאגט לא מיט א אלף.

אויסער די עי. די. על. און אנדערע מער ליבעראלי אידישע גרופעס, איז אויך די או. יו. ארויסגעקומן מיט א רוף צום אמעריקאנע גאווערמענט צו עפענען די טיר פאר די פארפלאגטע אין סיריע.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
מסודר
 
הודעות: 15
הצטרף: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 6:38 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום די סירישע פליטים

הודעהדורך נייעס » זונטאג נאוועמבער 22, 2015 3:32 pm

יתכן אז פארקנאקען גענצליך די טויערן איז קיין אפציע
אבער מען דארף פארט שטרענגער מאכן די פליטים אריינפלוס אין די מערב וועלט
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: אלעס ארום די סירישע פליטים

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 10:07 am

און אויב וועלן זיך מיטכאפן אייסיס'שע, וועט או.יו. און עי.די.על. נעמען קרעדיט?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: אלעס ארום די סירישע פליטים

הודעהדורך לטובה » מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 5:22 pm

הערליכע באריכט מסודר, ליינט זיך ווי א פראפסיאנאלע אנאליז אין די צייטונגען.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: אלעס ארום די סירישע פליטים

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אוגוסט 29, 2016 6:53 pm

צאל פליטים פון סיריע קומט היינט אן צו 10,000

די אבאמא אדמיניסטראציע האטט געמאלדן אז זי האט ערייכט איר ציל פארגרעסערן די צאל פלטים איבער די יאר צו 10,000 היינט ווען דער צען טויזענטסטער פליט וועט אנרירן דעם אמעריקאנער באדן. דער פליט איז באגריסט געווארן דורך די נאציאנאלע זיכערהייטס סעקערטערי סוזען רייס, וואס האט אין נאמען פונעם פרעזידענט זיי געוואונטשען אז זיי זאלן געפונען רואיגקייט און זיכערהייט אין די פאראייניגטע שטאטן.

די אדמיניסטראציע האט נישט פארעפנטליכט קיין דעטאלן איבער די אידענטיטעט פונעם פליט, און אזוי אויך ווי ער גייט זיך באזעצן, די אדמיניסטראציע האט אנגעצייכנט אז דאס איז בלויז א פראקציע פון די איבער 4.8 מיליאן מענטשן וואס זענען אנטלאפן פון סיריע, דאס קומט אויס איין פינפטעל פון א פראצענט, די סטעיטמענט אנערקענט אז עס איז בלויז א סימבאלישע אקט צו צייגן מיטגעפיל מיט די טראגעדיע אין סיריע, אבער פארט איז עס א פארדאפלונג פון 5 מאל פון די צאל פליטים וואס זענען אריינגעלאזט געווארן א יאר פריער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron