יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:42 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך יולי 29, 2015 5:12 pm

דער באוואוסטער שפיאן דשאנאטאן פאלארד וועלכער איז געווארן ארעסטירט מיט דרייסיג יאר צוריק פארן שפיאנירן פאר מדינת ישראל גייט ענדליך באפרייט ווערן.

ער האט אריגינעל באקומען לעבנסלעגליכע טורמע, מיט די ערשטע מעגליכקייט פאר פאראול יעצט.

די געשיכטע זיינע איז א לאנגע, אבער אין געציילטע ווערטער, איז ער געכאפט געווארן, דאן, מיט דרייסיג יאר צוריק, די ערטשע שטיק צייט האט איזראעל בכלל געלייקענט אז ער איז געווען זייערס א שפיאן. ער האט צוערשט געזוכט זיך צו שיצן דורכן אריינגיין צום איזראעלישן קאנסולאט אין וואשינגטאן און בעטן דארט שוץ, אבער מען האט אים נישט אריינגעלאזט (לכאורה א פאברעכן פאר זיך).

מען האט אים ארעסטירט און צום סוף האט ער באקומען דעם לעבנסלעגליכן טורמע אורטייל, ווערנדיג דער "ערשטער און איינציגסטער" שפיאן וועלכער האט שפיאנירט פאר א פריינטליך לאנד צו באקומען אזא סארט אורטייל. ווי געזאגט האט איזראעל פאר פילע יארן געלייקנט זייער טייל אין דעם שפיל, אבער מיט די יארן האבן זיי שוין אפן מודה געווען אין דעם און אפילו אנגעהויבן לאביאירן פאר זיין באפרייאונג. אין 95' האבן זיי אים געשאנקען איזראעלישע בירגערשאפט.

למעשה האבן גאר אסאך הויכראנגיקע אמעריקאנער אפישעל'ס, סיי פאליטיקאנטן און סיי עף בי איי און מיליטערישע איינגעשטעלטע זיך שטארק קעגנגעשטעט זיין באפרייאונג און דערפאר טאקע שמאכטעט ער נאך אין א אמעריקאנער געפענגענשאפט. אצינד איז אנגעקומען זיין ערשטער מעגליכקייט פאר פאראול און ער האט עס טאקע באקומען און יעצט הייסט עס אז אין נאוועמבער וועט ער ווערן ארויסגעלאזט.

שפאקולאנטן שפעקולירן אז אבאמא האט דאס פארארדענט כדי אביסל צו בארואיגן די איזראעליס איבער זיין נוקלעארן דיעל מיט איראן, ווידער אבאמא אליינס לייקנט אפ אז דאס זאל האבן געהאט סיי וואס צו טון מיט אים. ער זאגט אז דאס איז געווען א געווענליכע פאראול קעיס.

ווי עס זאל נישט זיין, מיין איך אז עס איז שוין צייט אים ארויסצולאזן פון תפיסה. גאר אסאך הוגי דעות, אידן און גוים צוגלייך האבן געהאלטן - און עס אפן געזאגט - אז דער שווערער אורטייל זיינער איז געווען א דירעקטער רעזולטאט פון דעם וואס ער איז א אידיש קינד. און גאר אסאך אנטיסעמיטיזם באשולדיגונגען זענען געהערט געווארן במשך די יארן אקעגן די אמעריקאנער רעגירונג איבער זייער באהאנדלוג פון פאלארד.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך יולי 29, 2015 5:21 pm

א הערליכע באריכט!

ואני תמהתי, נניח אז עס איז באמת יא צו בארואיגן די געמיטער.
ווערט דען די "סכנה" וואס די דיעל טראגט מיט זיך א טראפקעלע שוואכער ווען א שפיאן ווערט באפרייט?! וויאזוי זאל מדנ"י קענען אומפהערן שרייען? מעיקרא מאי קסברת והאידנא וועט דאך זיין א ברענעדיגע פראגע
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך יולי 29, 2015 5:23 pm

פרעגסט גוט, אבער יעצט אז ער זאגט דאך אז עס האט גארנישט צו טאן קען מען דאך זיכער ווייטער פארפירען.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך יולי 29, 2015 5:25 pm

איך פרעג באמת אויף די קאנספירירער, א קאנספיראציע דארף דאך האבן א מעגליכקייט צו שטימען, ניין?

למעשה פארפירן זיי נאכאלץ/ביתר עז?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:23 am

באפרייט!

היינט איז יונתן פאלארד באפרייט געווארן, נאכן דינען א דרייסיג יעריגע טורמע טערמין.
ער מוז נאך פארבלייבן אין אמעריקע פאר נאך פינף יאר, פאראול. נתני'הו האט געבעטן פון אבאמא מען זאל דאס טוישן, און באקומען קיין אנטווארט. אויך אמעריקאנע רעגירונגס באאמטע האבן פארלאנגט דאס מוותר צו זיין, טייל האבן אנגעוויזן אז א קובאנער שפיאן וועלכע איז באפרייט געווארן אום 13' למספרם איז אויך גע'פטר'ט געווארן פון די פאראול.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך השר מקוצי » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:34 am

wow
גייען ווערן פובליצירט מער דעטאלען פארוואס מען האט אים ארעסטירט
אדער ער איז פארבאטען ארויסצוגעבן וואס ער האט אלס ארויסגעגעבן פון די שפיאנאזש סודות
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 8:36 am

קיין אנונג

זיי זאגן אז ער פלאנט זיך צו באזעצן אין ניו יארק. דעטאלן איבער דעם עצם באפרייאונג זענען באקאנט.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: דשאנאטאן פאלארד צו ווערן באפרייט פון תפיסה

הודעהדורך השר מקוצי » פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 9:07 am

דערוויל איז אלעס נאך זייער שטיל
נאר די אפישעלס אין אר"י רעדט דערפון
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron