יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 6:30 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אינטערעסאנטע אינטערוויוס, אנאליזן און ארטיקלען

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

אינטערעסאנטע אינטערוויוס, אנאליזן און ארטיקלען

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג יולי 27, 2015 12:37 am

איך עפן (נאכאמאל...) דעם אשכול אז ווען מען זעהט די דערמאנטע זאכן אין פרעמדע מקומות זאל מען זיי דא אהערברענגען.

ביטע נישט ברענגען גאנצע ארטיקלען אויף נישט אידיש.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג יולי 27, 2015 12:50 am

ובזה החלי,
די אינטערוויו איז מיר שטארק געפאלן, צוליב עטליכע סיבות, קודם כל עס איז אינטערעסאנט, צווייטענס, עס איראניש צו זעהן ווי פאלש א פרעמדער קוקט אהן זאכן, און נאך עטליכע זאכן וואס מען קען זעהן פון דעם אינטערוויו פון וויאזוי זיי דרוקן זיך אויס כמשיח לפי תומם וכדומה.

איזראעלישע דזשורנאליסטן אינטערוויוען ר' מ. ד. נידערמאן, מנהל UJO


1.
נישט יעדן טאג פאלן אריין א גרופע איזראעלישע דזשורנאליסטן אין די וויליאמסבורגע געגנט אין ברוקלין, און נאכדערצו ווען די גרופע באשטייט אויך פון חילונים, צוזאמען מיט פרויען.

דאס איז געווען די "בריק" גרופע, יא א בריק צו פארשטענדעניש צווישן חילונים, דתי-לאומיים און חרדים. נישט אז איינער זאל ווערן באוואויגן פונעם צווייטן, נאר צו ווייעך מאכן די הייסע שנאה וואס הערשט היינט אין א"י צווישן די פארשידענע אפטיילונגען.

די אמת דארף געזאגט צו ווערן: נישט יעדן טאג באוויליגט דער מענטש פון חסידות סאטמאר צו זיצן און שמועסן מיט אזא גרופע. דאס איז אפשר די סיבה פארוואס איך בין איבערראשט געווארן ווען [משה] דוד נידערמאן, א סאטמארע חסיד, האט אנגענומען די ביטע און אויסגעפירט די אויפגאבע.

צו די געגנט זענען מיר אנגעקומען מיט די באס, אן דעם וואס מיר זענען דערציילט געווארן אז מיר זענען שוין אנגעקומען האבן מיר שוין געקענט שפירן אז מיר זענען שוין אט דא, אין וויליאמסבורג, איינע פון די גרעסטע חרדי'שע פעסטונגען אין ניו יארק. פון די פענסטערס זעען זיך די געגנט'ס געביידעס, מען קען זאגן צאמגעפרעסט. דא און דארט שטייט א געביידע פון א מוסד, א תלמוד תורה, א ישיבה, א מיידל שולע און אינצווישן זעהט זיך אן די געלע אויטא-באסעס וואס פירן די תלמידים צו די מוסדות החינוך.

'בית חינוך לבנות,' איז געווען די איינע סיין וואס מיר האבן געקענט ליינען, אין די שנעל פארענדע באס. אינצווישן האבן מיר געמערקט די חסידים, זייערע לאנגע געקרייזעלטע פיאות, די ציצית ווארפן זיך פון די ווינט, ליגענדיג אויף זייער העמד און אונטער די רעקל.

אין די שפיל הויף האבן געשפילט זיסע קינדער, וואס האבן שוין געענדיגט זייערע סדרים. אפי' עס איז געווען זונטאג, דאך איז אין די געגנט יא דא סדרים אין די טאג, אזוי ווי אין די אנדערע וואכן טעג.

ברוכים הבאים צו מאה שערים ד'אמעריקע.
 

2.
אפשר וויבאלד ער האט ענדערש געוואלט אז מיר זאלן נישט ארויסגיין שפאצירן אויף די גאסן פונעם געגנט (אלץ קען ארויסשפראצן א עקסטרעמיסט וואס וועט ווארפן א שטעך, א געשריי אדער אפי' א קליין שטיינדעלע), האט הרב נידערמען ענדערש געוואלט ארויפקומען אויפן באס, און דארטן מקבל געווען אונזערע פנים'ער.

מיט א וואונדערבארע פריינטליכקייט, דארף מען זאגן, און א אויסערגעווענליכע סבר פנים.

עטליכע וואונטש ווערטער, א מינימאלע ארויסטרעט צום גאס, און מיר זענען גראד פונעם קאר צו א שטאק פון אפיסעס, וואס געהערט צו די אפיסעס פון די ארטיגע קהילה [UJO], דארט, אין איינע פון די שטובער, האט ער באוויליגט צו שמועסן.

וואלט ער דאס געטון ווען נישט די מחלוקת וואס צורייסט די פלייש פון די סאטמארע חסידות אין צוויי? דאס איז געווען די מחשבה וואס איז ארויפגעקומען אין מיין געדאנק, ווען דער מענטש האט אונז אזוי שטארק פראבירט צו מסביר זיין - זיך און די הויף וואס ער פארטרעט[...]. אן זיך צו פארשענערן טאקע, אבער מיט 'רינדעכיג מאכן די עקן'.

"I am sorry", האט ער קאמענטירט אויף א חלק פון די שאלות, ווען ער שטעלט קלאר אז "דאס איז זייער פשרה'לאזע שטעלונג, אויך ווען די זאך איז נישט נושא חן אין אלעמענס אויגן". אפשר גאר אויך אין אונזערע אויגן. "עס טוט מיר זייער וויי"... משהו על גבול ה'תקפצו לי'.
niderman.jpg
niderman.jpg (43.33 KiB) געזעהן געווארן 2991 מאל


מצד שני, ווען ער איז געפרעגט געווארן אויף די צוזאמען ארבעט פן די קהילה מיט די גאווערנמענט, אין פאל פון געוואלדטאהטן אין די קהילה, האט ער זיך אנגענומען פאר זיינע מענטשן ערקלערנדיג אז יא, זיי ארבעטן צוזאמען מיט די באעהרדע. נאכדעם, ווען מיר זענען ארויסגעגאנגען האט ער אריינגערוימט פאר איינע פון אונז "דאס איז נישט פונקטליך". און דאס איז ריכטיג. (א"ה, נישט פארשטאנען וואס דא שטייט.)

אבער וואס מאכט דאס אויס. אין יעדן פאל, עס טוט איהם וויי...

אבער פאר אלעם, הערט א פאר אריינפיר ווערטער אויף סאטמאר, פאר די וואס זענען נישט באקאנט און אויך פאר די פון די גרופע וואס האבן אפשר נישט גוט פארשטאנען זיינע פלפול'דיגע הסברים, וואס זענען געווען געספייסד פון א ענגליש מיטן אונגארישן ר'.

 
3.
די אנפאנג – ווי שטענדיג – מיט א ערציילונג פון די שואה. ער האט עס דערציילט 'אויפן שפיץ גאפל'.

אין יאר 1994 [למספרם], אביסל מער ווי א יאר פאר די סוף פון די מלחמה, איז די דייטשע מיליטער אריין אויך קיין אונגארן. די גאנצע מערב חלק פון רומעניע – וואס האט אריינגענומען די שטאט סאטמאר – האט דאן געהערט צו די אונגארישע רעגירונג (היינט איז דאס ווידער א טייל פון רומעניע).

די חסידים האבן זיך געיאגט אריבערצופירן האדמו"ר ר' יואל מסאטמאר צו די שטאט קלויזענבורג, מיטן ציל איהם צו ראטעווען און איהם אריבערטראגן די גרעניץ, קיין רומעניע, נאר ער איז געכאפט געווארן און אריינגעלייגט געווארן אין די לאקאלע געטא. נאך שווערקייטן – פון זיי, א רייזע מיט 'די קאסטנער באן' – איז ער אנגעקומען קיין שווייץ.

מיט די ענדע פון די מלחמה, אין יאר 1945 [למספרם], איז ער ארויף קיין ארץ ישראל, אבער נאר א יאר איז אריבער ביז ער האט מחליט געווען צו גיין קיין אמעריקע, דארט האט ער אויפגעשטעלט זיין הויף אין די וויליאמסבורגע געגנט.

גאנץ שנעל האט די חסידות אויפגעשטעלט אייגענע מוסדות, זיך אפטיילענדיג פון די ווייניג חרדישע מוסדות החינוך וואס עס זענען געווען אין ניו יארק. זיינע חסידים האט ער געמוטיגט צו רעדן נאר אויף אידיש. מיט די צייט איז דאס געענדערט געווארן, אקעגן אונז איז געשטאנען נידערמאן און גערעדט אויף ענגליש און ער איז אונז מסביר אז דאס רעדן ענגליש איז נישט כלול אינעם כלל פון "חדש אסור מן התורה".

"מיין טאטע, ווי מיין זיידע, האט גערעדט אונגאריש, ווייל דאס איז געווען זיין לאנדס-שפראך, און איך רעד ענגליש ווייל דאס איז מיין לאנדס-שפראך", איז ער מסביר אינעם שמועס.

אין די זומער פון 1979 [למספרם] איז ער [דער רבי] נפטר געווארן, ווען ער לאזט נישט איבער קיין קינדער נאך זיך.

דאס אויסוועלן א יורש איז דאסמאל געווארן א גאר שווערע זאך, אבער דאך האט די חסידות מצליח געווען צו היטן אויף די אחדות. האדמו"ר רבי משה טייטלבוים - דער נעפיו פוון רבי יואל - איז אויסגעוועלט געווארן, כאטש די צארן פון א קליינע צאל עסקנים, און עס איז דא וואס זאגן, אז אויך פון די רעביצין אליינס.
satmar ra.jpg
האדמו"ר מסאטמאר
satmar ra.jpg (56.69 KiB) געזעהן געווארן 2991 מאל



אין די אנפאנג פון די 2000 יארן [למספרם] איז דער רבי קראנק געווארן, און עס האט זיך אנגעהויבן דאס צוטיילונג פון די הויף אויף צוויי חלקים: די שטיצער פון דער עלטערער זוהן, ר' אהרן טייטלבוים. און די שטיצער פון דער דריטער זוהן, ר' זלמן לייב. ביים לעבן פון דער טאטע האט זיך די מחלוקה נישט געשפירט מיט איר קראפט, אבער מיט זיין פטירה - אום כ"ו ניסן תשס"ו – איז די צוטיילונג אפיציעל געווארן, צווישן די פראקציע וואס ווערט אנגערופן 'אהרונים' אדער 'חסידי מהר"א מ'סאטמאר', צו די פראקציע וואס ווערט אנגערופן 'זאלוינים' אדער 'חסידי מהרי"י מ'סאטמאר'.

ביז היינט ווערט געפירט געריכטליגע קריגערייען צווישן די פראקציעס, אין די אמעריקאנע געריכט, אויף געוויסע פארמעגנס.


4.
די סאטמארע חסידות כאראקטיזירט זיך מיט א קאמף אקעגן מדינת ישראל. לשבחו (אדער נישט, ווענדט זיך וועם מען פרעגט) פון נידערמאן האט ער מצליח געווען צו זאגן זיינע רייד אן דעם וואס ער זאל אנצינדן די צארן פון די איזראעלישע צייטונג שרייבער, וואס האבן איהם צוגעהערט מיט אויסגעשפיצטע אויערן.

ער האט אונז נישט דערציילט, למשל, איבער די מיינונג פון רבי אהרן [א"ה, מן הסתם א פשוטער טעות מצדם] צו ארץ ישראל: " אם ניקח כל פרצות הדור, והעבירות המרובות הנעשות בכל העולם וישימו אותם בכף מאזניים אחת, והמדינה הציונית בכף מאזניים השניה, תכריע ‏[המדינה‏] את הכל, שהוא השורש של אבי אבות הטומאה שבכל העולם כולו..."

און הגם ער האט אונז דערציילט אז זיי גייען נישט צו די בחירות ("און אויך גייען זיי נישט דאווענען צום כותל המערבי", ווי איך האב איהם מעיר געווען, און זוכה געווען צו זיין באשטעטיגונג. אויב האט ער געוואלט איבערהיפן די פרט, איז די נושא דאך ארויפגעקומען) - אבער ער האט אונז נישט דערציילט אז די מיינונג פון רבי יואל איז געווען אז: "השתתפות בבחירות למדינה אסורה ביהרג ואל יעבור מפני שהיא כוללת שלוש עברות החמורות..."

פון די אנדערע זייט, צוליב די פאקט אז די סאטמארע מענער גייען ארויס ארבעטן גראד נאך די חתונה האט ער אונז ווי אוועקגעשטעלט א בילד וויאזוי עס קוקט אויס "חרדי'שע ארבעטערס", די חלום פון יעדער חילוני אין ארץ ישראל...

און ווי ער האט אונז געזאגט, סאטמארע חסידים פארמאגן באקאנטע ביזנעסער אין מאנהעטן, דיאמאנט האנדל, ריעל עסטעיט און וואס נישט. גייט אביסל ארום אין מאנהעטן און זעהט עס אליינס.

אונז זעמער דארט געווען, אנגעקלאפט אין זיי ביים ארויסקומען פון זייער עבודת הפרך, און ווי אויך אין די טייערע רעסטוראנטן דארטן. אין די צייט וואס מיר האבן יוצא געווען מיט די פאר-שפייז (און זיך געזעגנט פון צענדליגע דאללער) האבן זיי באשטעלט נאך און נאך און נאך...

ער איז געפרעגט געווארן אויף דאס טרעפן זיך פון פריעדמאן פון בעלגיע מיט די שפיץ קעפ פון די טעראר גרופעס, ער האט זיך אבער אפגעשאקלט פון איהם און פון יעדע קשר פון סאטמאר מיט איהם. ער איז גערעכט, זיי זענען בפירוש נישט פון די נטורי קרתא. צוזאמען מיט דעם איז גוט צו אנצייכענען, אז דוקא האדמו"ר [רבי] זלמן לייב איז פאררעכנט אלס גרעסערע עקסטרעמיסט ווי זיין עלטערע ברודער רבי אהרן. און נידערמאן, ווילן מיר דערמאנען, געהערט צו די 'זאלוינים' פראקציע...

"דער רבי זצ"ל פלעגט זאגן, כל המציל נפש אחת מישראל כאילו הציל עולם מלא," און ער האט פארברייטערט און אראפגעלייגט די מעשי חסד און וואס ער איז געווען א שותף. די סאטמארע חסידות איז - אגב - באקאנט מיט אירע פעולות פאר יעדע זאך וואס האט שייכות צו צדקה און חסד.

"איך האב געהאט די זכי' צו זיין דער שליח פון דער רבי ז"ל, אפי' אין שטארק מסוכן'דיגע פלעצער. און אלעס, אויף צו ראטעווען אידן". ער האט פארגעזעצט און דערציילט איבער א באשרייבונג אין די 'משפחה'. "איך ווייס נישט וויאזוי זיי זענען אנגעקומען צו די מקור, אבער ווייזט אויס אז זיי זענען אנגעקומען צו עפעס א מקור... דאס איז געווען אום פורים נאך מגילה ליינען, ווען איך האב איבערגעלאזט מיין משפחה און פריינט און געפארן קיין איראן, אויפצוזוכן שפירן פון א איד וואס מען האט פארלוירן קאנטאקט מיט איהם. דאס איז וואס דער רבי האט געוואלט."

5.
"צוזאמען מיט דעם", גייט ער אריבער צום השקפה'דיגן נושא, "גלייבן מיר נישט אין א מדינה פאר אידן, פאר משיח'ס קומען".
satmar rzl.jpg
האדמו"ר רז"ל מסאטמאר
satmar rzl.jpg (54.86 KiB) געזעהן געווארן 2991 מאל



און נאך עפעס, "אונז באנוצן זיך נישט מיט די שפראך איווריט ווייל דאס איז א נתחדש געווארן דורך אליעזר בן יהודא וואס האט נישט געגלייבט אין אויבערשטן. פארדעם בין איך נישט גרייט צו רעדן אויף איווריט. און איך זאג דאס רעכטפארטיג".

עס איז דא מושגים אין איווריט פון תנ"ך, אבער צו רעדן איווריט, דאס נישט.

הייסט, איר קענט איווריט אבער איר ווילט עס נישט רעדן? האב איך געפרעגט.

"יא", האט ער געענטפערט, "מיר דאווענען יעדן טאג צום אויבערשטן אויף לשה"ק, מיר רעדן לשה"ק, אבער מיר האלטן נישט ביים רעדן א שפראך וואס איז באשאפן געווארן פון כפירה. מען נעמט מושגים און מען באנוצט זיך דערמיט פאר גשמיות. לשון הקודש האט אלץ געדינט אלס שפראך פאר הייליגע רייד".

אבער עס איז דא אסאך סאטמארע חסידים וואס רעדן איווריט, האב איך איהם אויפגעמערקט.

"יא, זיי וואוינען אין ארץ ישראל".

"ניין", האב איך געזאגט, און זיך דערמאנט פון מיינע צוויי מומעס וואס וואוינען אין וויליאמסבורג, "זיי וואוינען דא..."

"גוט, איך בין נישט זייער ווארטזאגער" - האט ער געענטפערט...

דו האסט געזאגט אז דו ביסט פונקט-פונקט ווי די פריערדיגע דורות, ווי דיינע זיידעס און באבעס, איי געסס אז דיינע זיידעס און באבעס האבן נישט גערעדט איווריט... האט איהם איינע פון די גרופע געפרעגט.

"דאס איז נישט ריכטיג, זיי האבן געוואוינט אין אונגארן און גערעדט אונגאריש, וואס דאס איז די לאנדס-שפראך, יעדע לאנד מיט איר שפראך".

הייסט, סאטמארע חסידים אין ארץ ישראל רעדן איווריט, פון בן יהודא... ווייל דאס איז די לאנדס-שפראך? - איז ער געפרעגט געווארן.

ער האט בוחר געווען איבערצוהיפן א ענטפער, און צוריק צו די פריערדיגע. "דער חת"ס האט אונז געלערנט, חדש אסור מן התורה. הוא לא ישתנה - הקב"ה, ואנחנו לא נשתנה..."


6.
וואס טוט זיך מיט די קאנסערוואטיווע און רעפארמער, איר האט עפעס קשרים מיט זיי? האט מען איהם געפרעגט.

"טיילמאל מוז מען זיך טרעפן מיט זיי", האט ער מסביר געווען. און אזוי אויך האט ער גאר שטארקע קשרים מיט חב"ד - זאגט ער.

וועם וועט איר שטיצן אין די פרעזידענטליכע וואלן וואס דערנענטערן זיך? האבן מיר געפרעגט, אבער נישט זוכה געווען צו א תשובה וואס זאל קענען אויסגעטייטשט ווערן נאר אויף איין וועג.

"אבער", האט ער געענטפערט 'דיפלאמאטיש', "אביסל מער ווי צוואנציג יאר צוריק האבן זיך געקריגט א אידישע פרוי און א שווארצע מאן פאר קאנגרעסס קאנדידאטור, אבער אונז האבן געשטימט פאר דער שווארצע קאנדידאט, ווייל אונז האבן געוויסט אז ער וועט זיין בעסער פאר אידן, נאר אין דעם ווענדט זיך עס. ווער עס וועט זיין בעסער פאר אידן".

אין די לעצטע וואלן, האט איר געשטיצט אבאמא? האבן מיר געפרעגט.

"יא, אונז אלע".

אונז האבן נישט געפרעגט, אבער לויט זייער השקפה, האלטן זיי ווארשיינליך אז אבאמא איז 'גוט פאר אידן'.

ער איז דאך קעגן דער ראש הממשלה פון מדינת ישראל, וואס קען דען זיין בעסער פאר סאטמארע חסידים...


(איך האב עס איבערגעזעצט אויף אידיש פון דא , די בילדער קומען פון דארט און איך האב זיי געלייגט אויפן זעלבן ארט און מיט די זעלבע הערות אינטער זיי)
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: אינטערעסאנטע אינטערוויוס, אנאליזן און ארטיקלען

הודעהדורך גרויזאמער » מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 2:18 pm

א אידישע ארטיקל אין וואשינגטאן פאוסט...

https://www.washingtonpost.com/opinions ... story.html
גרויזאמער
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 110
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 4:43 pm
האט שוין געדאנקט: 34 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 26 מאל

Re: אינטערעסאנטע אינטערוויוס, אנאליזן און ארטיקלען

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג אפריל 28, 2016 1:04 am

דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

שיינע ארטיקעל פון שאץ מאץ

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:00 pm

פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

אייוועלט מי מנוחות #10

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג אוגוסט 18, 2016 2:01 pm

די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: אינטערעסאנטע אינטערוויוס, אנאליזן און ארטיקלען

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג אפריל 13, 2017 3:23 pm

"א צאל יארן צוריק, ביי א צוזאמקום אין די קאפיטשיניצער שול האט א נאנטער חסיד דערציילט א סצענע וואס לויט אים האט ער אליינס בייגעוואוינט.

ער האט געזאגט אז ער האט געטראפן מיין פאטער, הרב משה מרדכי העשל זי"ע וואס איז שפעטער געווען דער ממלא מקום פון זיין פאטער הרב אברהם יושע העשל זי"ע אלס קאפיטשינצער רבי, שטיין אינדרויסן פון מיין זיידע׳ס טיר האלטנדיג א "על הגאולה ועל התמורה", דער ספר וואס דער סאטמארער רבי זי״ע האט געשריבן נאך די זעקס טאגיגע מלחמה, ערקלערנדיג זיין שטעלע, פארוואס איינער זאל נישט גיין צום כותל.
"מיין טאטע האט מיר געבעטן עס ארויסצונעמען, ער זאגט אז ער קען נישט שלאפן א נאכט מיט אזא ספר אין זיין הויז." האט דער חסיד ציטירט מיין טאטע.

וויבאלד מיין זיידע האט געהאט מערקווירדיג-נאנטע באציאונגען מיט׳ן סאטמארער רבי און האט אים שטארק געשעצט, איז מיר דער אנעקדאט געווען זייער איבעראשנד. אבער, אינצווישן האט זיך אן אנדערער קרוב אנגערופן מיט לאגיק אז דער זיידע איז נפטר געווארן ט"ז תמוז תשכ"ז - נאך איידער דער על הגאולה ועל התמורה איז געדרוקט געווארן!
דער חסיד וואס האט דערציילט די געשיכטע האט געטראכט א מינוט, נאכדעם קלארגעשטעלט אז ער האט זיך ווארשיינליך טועה געווען, "עס מוז זיין אז עס איז געווען דער סאטמארער רבי׳ס פריערדיגע ספר, ויואל משה." האט ער דעקלאריראט.

יעצט איז געווען מיין רייע זיך אנצורופן...
"איך בין דער וואס האט גע׳ירש׳נט מיין זיידע׳ס ויואל משה מיט זיין פערזענליכע זיגל דערינען," האב איך געזאגט דעם חסיד און די ארומיגע וואס האבן מיטגעהאלטן דעם שמועס. "איך האב עס ארויסגענומען פון זיין ספרים שאנק אין די קוויטל צימער."

שטעלט זיך ארויס אז דער חסיד איז געווען טיילווייז גערעכט, מיט דעם וואס מיין טאטע האט געזאגט - אבער נישט אויף וואס ער האט עס געזאגט. עס שיינט אז עמיצער האט געהאט די פרעכהייט צו ברענגען פאר מיין זיידע א קונטרס פול מיט פערזענליכע אטאקעס אקעגן גדולי ישראל, און מיין זיידע האט געבעטן מיין טאטע עס ארויסצוטראגן פון די הויז. אבער דער קונטרס האט נישט געהאט קיין שום שייכות צום סאטמארער רב!"


הרב אברהם י. העשל
After You, א ביילאגע צום Binah אויסגאבע, פסח תשע"ז
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron