יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 10:42 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » זונטאג נאוועמבער 23, 2014 5:43 pm

א געזונטן ווינטער אלע ליבע לייענער
פרעגט מיר נישט וויאזוי איך בין זוכה אלעס צו באמערקן, אבער אז מ'לעבט דערלעבט מען.. אז מ'באמערקט, ברויך מען עס פארצייכענען, להנות בהם בני אדם.
גייענדיג אין שול, בין איך אלץ אויסגעשטאנען צו די טובות פון די בעלי עגלות למיניהם, וואס רוב פון זיי וועט ניטאמאל איינפאלן אז ס'איז נענטער צו א חיוב ווי איידער א פריוויליגיע פון א מצוה, זיך אפצושטעלן און געבן א היטש פאר א יודל וואס שלעפט זיך אין די היצן צו אין די קעלט.
אבער כ'וואלט געווען צופרידן, ווען די בעלי עגלה זאלן כאטש נישט איבערשרעקן די פוסגייער, מיטן אריבערפליען מיט א ווילדן גאלאפ, און דערביי אנשפריצן אלעס וואס שטייט אין וועג, מיט שטויב און בלאטע.
למעשה, ווען ס'קומט צו פארקירן דעם אוטאו ביים שוהל, דארט נעמען זיך שוין אסאך לייטן דעם באקוועמ'קייט פון פארקן ממש הארט ביים איינגאנג פונעם שול, דארט ווי כ'וואלט פארשטאנען אז הענדי-קעפ צו זקנים זאלן עס ניצן ווי איינגעפירט.
כ'רעדט שוין נישט פון דעם זיפצט, וואס אזעלכע דרייווער געבן, ביים זיך ארויסשלייכן פון זייער גלאנציגע קארעטע, ממש יסורים של אהבה.. אז ער מוז 'נעבעך' שוין ווידער גיין מיט די פוס, ווייל זיין קאר פיט נישט אריין דורכן טיר..
און דאס באלעבאטישער בייכל וואקסט אויף הייווען, ווייל אז מ'ניצט נישט די פוס, לעבט מען א פוילע לעבן, ווי א תינוק במעי אמו.
דא אבער האב איך באגעגענט א סצענע פון א אנדערע נוסח.
איינער א מיטל'יעריגער נצרך, וואס נישט בלויז די בארד איז עהם שוין ווייסער פון ווייס, צוליב צרות אינעם פארגאנגענהייט, נאר אינעם יעצטיגע מצב, איז ער ממש אומבאהאלפן, און גייט מיט שטעקענעס – אלץ עקשנות נישט וועלנדיג זיך אריינזעצן אין א ווילטשער פאר די איבריגע לעבן.
יא, איך פארשטיי, ער פארט אריין מיט זיין טראק, ווי נענטער צום שול, און פארקירט הארט נעבן די רעילינגס, נישט צו אומ'פאלן אויפן וועג אריין אין שול.
אבער דארט איז א צווייטער וואס האט דאס 'נישט' פארשטאנען, און נישט נאר 'נישט פארשטאנען', נאר 'בכלל' נישט משיג געווען, ווי א מענטש קען זיך ערלויבן דעם פריוועליגע פון שטעלן דעם מאשין ''ממש אין וועג'' – ווי יענער רופט עס.
ווער איז דער 'נישט פארשטייער'?
א צווייטע נצרך...
א יוד א בן שבעים, וואס זיצט שוין אינעם שטול-ראד, זינט די פערציג, און דער רעכענט אויס ממש טעגליך, ארויסצופארן מיט זיין עלעקטעראנישן ווילטשער – פון שול צום פארנט שטראסע, און פונקט ער שטויסט זיך אן מיטן אנדערען נצרך, און פונקט יענער נצרך שטייט עהם אין וועג, און פונקט נאר וועגן דעם, אז ער פארקט דא נעבן די שול, און ס'גייט עהם נישט אין קאפ אריין..
איך שטעל זיך היינט אין די זייט, און כ'וויל זען וואס דא וועט זיך אויסקאכן פונעם – דערווייל בלויז – מויל געשלעג.
'דו קענסט טאקע נישט פארקן דיין טראק ווי א נארמאלע מענטש?'
'האלו, די האסט דאגות? דו מיינסט ווייל די האסט א ווילטשער מעגסטו שוין איינטיילן יענעם וואס צו טון?
'זיי נישט קיין מחוצף, איך בין כמעט צוואנציג יאר עלטער פון דיר, און אז איך זאג דיר, מעגסטו הערן..
א בהמה א אומ'מענטש, א קראנקער, א גערעגטער.. – הער איך דעם טרעקל דרייווער ארויסזידן פון מויל, ווען ער שלעפט זיך קוים אריין אין שול אויף שטעקענעס.
און איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו וויינען, נעבעך, די צוויי האבן זיך נישט געטראפן קיין אנדערע בר פלוגתות, נאר זיי צווישן זיך?
דא שטעלן אוועק די קארס, יונגעלייט – געזונטע און יונגע חברה, ואין פוצה פה, און זיי כאפן נישט דעם פסק.
דער הענדי-קעפ וואלט דאך געדארפט זיין דער ערשטער צו העלפן און פארשטיין א צווייטן אינעם זעלבן מסכתא ווי ער אליינס, און עולם הפוך ראיתי..
גיי קריך אריין אינעם קאפ פון א מר נפש.
נו! האב איך מיך יא שטיל צעלאכט, און דערביי געקרעכצט אויף די מצב, וואס איך טאר מיך נישט אריינמישן חלילה.
אבער כ'האב באלד פארצייכענט דעם עפיזאד, ווייל יעצט בין איך אין א געיעג צו שחרית, און ס'נישטא די צייט עס צו צעקייען אויף שורות און אויסלייגן אין מאמר.
שפעטער ביי שחרית, פאכעט מיר א עלטערע יוד, א ערפארענע קבצן, אז כ'זאל עהם קומען צו הילף!
אוי וואס האט עהם פאסירט דער אלטער – וואס קוים ווען ער הייבט זיך פון זיין ארט, אבער זיין הענט און קאפ ארבעטן פלינק, צו שלעפן סכומים פון יעדער עובר אורח.
וואס איז ר' הילל?
לויף שנעל ארויס אין גאס, געב א קוק ווי דער גנב איז אנטלאפן..
וואס גנב? וואס האט פאסירט..
'איך האב געהאט דא אין האנט פופציג דאלער, און איינער – כ'ווייס נישט ווער, האט עס מיר ארויסגעכאפט און אנטלאפן'..
אזאנס? איך לויף ארויס און לויף אראפ די שטיגן, אפשר וועל איך דערגיין דעם פארדעכטיגטער גנב, אפשר איז יענער נאך אין שול, אפשר א בחור אפשר א פרעמדער.. משה זוך מיר..
איך קום צוריק, און זאג עהם, ר' הילל, גם זו לטובה, יענער איז לכאורה פארשוואונדן..
איין מינוט איין רגע.. טאנץ איך צוריק!
אונטער זיין בענקל ליגט א פופציגער...
ר' הילל! געבט אייך א ריק אהינציר.. דא האט איר דעם פופציגער.. ס'געליגן אונטער אייך אויפן ערד..
פרעג איך אייך רבותי.. זאל איך לאכן צו שרייען..
אט נאך א עפיזאד פון א אלטער, ווען ער זיצט און לערנט אינעם כולל, צווישן יונגעלייט, און איינעמס טעלעפאן האט זיך צעקלונגען, און דער אלטער הייבט אויף זיין פריוואטע סעלפאן – מיינענדיג אז זיינס קלונגט..
ער קוקט אהער און אהין, און שרייעט אינעם רוח אריין.
'ווער איז דער משוגענער וואס קלונגט מיר און האקט אראפ'...
כ'האב מיר אראפגעביסן א שטיקל ליפן, און נישט ארויסגעלאזט די געלעכטער מפני כבודו של אותו זקן.
און שרייבנדיג דעם מאמר, דערמאן איך זיך א אייגענע סיפור.
מיין ליבע זון זאל לעבן, צייגט מיר איינמאל אינמיטן אבות ובנים, אז דארט ווייט ארויף – פיר טישן, זיצן צוויי קינדער און לאכן פון עהם..
ווער זאגט אז זיי לאכן פון דיר?
איך מיין אזוי.. ווייל א האלבע שעה צוריק, האב איך געמאכט א האפטשו, און זייט דעמאלטס הערן זיי נישט אויף לאכן..
איך שפיץ אן מיינע אויגן, און מיר דאכט אויך אז זיי קוקן אהער און לאכן..
איך בין נישט פויל, איך וויל דווקא דערגיין, וואס איז אזוי אינטערעסאנט צו לאכן - א האלבע שעה צייט.
איך גיי נענטער, און נענטער.. יא זיי לאכן.. אבער זיי קוקן נישט אין אונזער ריכטונג אפילו..
וואס לאכן זיי? אה, זיי שפילן עפעס אויפן טיש.
און איך רוף מיין זון שנעל, און ווייז עהם! זיי לאכן? יא, פון דיר? ניין!
דאס הייסט א איינרעדעניש איז ערגער פון א קרענק.
ער מיינט נישט דיר, און קיינער האט דיר נישט בארויבט, און ער שרייעט נישט אויף דיר נאר קרעכצט פון זיך, און אלע דארפן א גוט ווארט און א גאנצע ישועה..
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 5:49 pm

א גוט מארגן כלל ישראל!
לויף איך מיט גרויס איילעניש, אינעם פרימארגן שעה, ווען די צייט טרייבט צום ארבעט, און איך האב עספיעט צו דעקן דעם חציו להשם, און איך כאפ מיין פריוואטע זעקל, און לויף אין קלייט, ס'ווארטן שוין א שורה מיט נערוועזע קליענטן, וואס פאסן אפ, ווען מ'עפענט, און שוין זענען זיי אומגעדולדיג גרייט צו רעכענען.
זיי ווילן שוין זיין אינדרויסן נאך פאר זיי זענען אריינגעקומען, פרעגט מיר נישט ווי אהין זיי יאגן זיך, ווייל כ'וועל אייך פארציילן די אמת, אז זיי האבן קוים א דזשאב..
וואס ווייטער וועל איך א צווייטע מאל פארציילן, אבער היינט איז געשען א הפתעה!
און כ'האב מיך צעלאכט!
וואס איז?
זיך יאגענדיג צום ארבעט, האב איך א כאפ געגעבן מיין פלעסטיג זעקל, דערינען אפאר זאקן וואס כ'האב געטוישט אין מקוה, און אביסל בלעטלעך, צו לייענען בין גברא לגברא.
און כ'עפען אויף מיין זעקל ביים ארבעט, ס'ליגן דארט צוויי פיינע געפאקטע סענדוויטשעס, און א זעקל קיכעלעך, מיט א קיצור שולחן ערוך..
אוי! ס'דאך נישט מיין בעג..
ווער ווייסט וועלכע יונגע מתמיד האב איך דא געמאכט עגמת נפש, מיטן נישט אין אכט נעמען ביים כאפן א זעקל און לויפן..
באמת, האט עס יענער גורם געווען אליינס, ווייל כ'בין געלאפן ווי א ווינט, צוריק אין שול, און אויפגעזוכט מיין זעקל, איז עס געליגן פארווארפן פון פלאץ, און קוקט אויס אז יענער האט זיך געלייגט זיין זעקל אויף דעם ארט, האב איך נישט גענומען די טירחה צו קוקן צו ס'טאקע מיינע.
קלוג איז נאך יענער, אז ער האט נישט געכאפט מיין זעקל און געלאפן אין ישיבה, צו אין חדר..
גענוי ווי איך האב מיך געטראפן אין ארבעט, האלטנדיג אין האנט א זעקל שפייז וואס איינער א געטרייע מאמע האט איינגעוויקעלט מיט א תחינה, פאר הצלחה איר ליבע יונגע מתמיד.
פונקט אזוי וואלט געקענט זיך טרעפן דער בחור'ל מיט א זעקל שמוץ וועש, און אפאר שמות בלעטלעך אין האנט, ביי הפסקה צווישן איין סדר און די צווייטע אין ישיבה, אבער ב''ה איך האב עס געשווינד צוריקגעלייגט און כ'האב אז יענער האט עס געפונען..
*
ס'דערמאנט מיר א טוץ מעשה'לעך פון שמשון דער בר מזל..
כ'קען נישט זאגן שלימזל, ווייל גראד האט ער היבש גוט מזל, אבער פונקט ביי עהם הערט מען טשיקאווע געשעענישן, וואס זיי זענען ווערד צו ערציילט ווערן, להחיות בהם נפש כל חי.
שמשי ווי מ'רופט עהם, לויפט ערב פסח מיטן גאנצן שטראם, און וויל נאך טאקע אניאגן – ווי יעדער יוד – סיי נאך עסן חמץ פאר סוף זמן אכילה, און סיי פארברענען די חמץ – און אריינברענגען דעם יום טוב.
דאס אלעס האט עהם זיין ווייב פראבירט צוצוגרייטן, און ער לויפט מיט ביידע זעקלעך, צום רבי'נס גרויסן שריפת חמץ פייער, און באלד דערנאך וועט מען שוין כאפן א גוטע שויער און טבילה, נאכן זיך שערן און זיך רייניגן לכבוד יום טוב.
אבער שמשי לויפט אין מקוה, טוט זיך אויס די וואכנדיגע בגדים, און שטייענדיג ווי אדם הראשון פארן חטא, זעט ער אז אינעם מקוה וועש זעקל, ליגן שטיקער חלה און ברויט, און נאך א פארפרוירענע חלה פון פריזער, וואס זיין ווייב האט געוואלט אין איינוועגס פטר'ן ביים רבי'נס בארג אש.
און ביים רבי'נס פייער, ליגן א הויפן פארברענטע וועש.. פריש געפאקטע זאקן און ציצית – לכבוד יו''ט, זענען ארויף מיט די העלישע פלאמען אינדערהייעך.. און שמשי ווייסט גארנישט! און שטייט פארשעמט אין מקוה מיט א א פעקל חמץ..
פון איין זייט איז ער גאנץ א כיטרע סוחר, און ס'קומט צו ביזנעס איז ער גאנץ פיפיג און געשמירט, ווייל ער לאזט זיך קאסטן א טיקעט קיין ל''ג בעומר ביי רבי שמעון.
די ווייב זיינע פראבירט עהם מסדר צוזיין די צעפלויגענע מחשבות, און גרייט עהם אן די רענצל און חפצים, גרייט אויף צו רייזן ווען ער וועט ענדליך זיך אויסקראצן.
ליגט עהם דארט אינעם האנד-באגאזש, צוויי וויכטיגע קאנווערטן, וואס זאל איבערגעגעבן ווערן פאר צוויי באזונדערע שליחות'ן.
איינס גייט צום דיין, וואס זאל האפענטליך זאגן דערויף כשר.
דאס אנדערע ענוועלאפ, ליגן די קוויטלעך פון די משפחה נאנטע און ווייטע, וואס ער זאל לייגן אויפן הייליגער ציון פון רבי שמעון זי''ע אין מירון.
וואס מיינט איר?
יא ריכטיג!
ווען שמשי קומט אהיים פון הייליג לאנד, הערט ער א מעסעדש אויפן טעלעפאן..
דער דיין פארשטייט נישט, פארוואס ער האט עהם אריינגעשטופט אין טיר, א ענוועלאפ מיט קוויטלעך..
דאס טייטש אז ביי ר' שמעון אין מערה, ליגט די צווייטע קאנווערט.. ס'איז צום לאכן און צום וויינען..
*
און כ'פארצייל פאר שמשי, אז כ'האב געהערט זיין מזל שפילט עהם.. זאגט ער מיר מיט א שמייכל: דו ווייסט נאכנישט אלעס..
נו פארצייל..
פארציילט ער מיר, מיט זאפט אין מויל..
נעכטן נאכט, האט מיר פארגלוסט א רויטן עפל צו פארבייסן, אבער יעדער שלאפט שוין, און איך וויל נישט צוריק אנצינדן די לעקטער, איינמאל מיין ווייב האט עס אויסגעלאשן פאר די נאכט.
אלע שלאפן, און איך פעניע נאך.. און איך זיך 'אן לעכט'.. א מעסערל צו שיילן דעם עפל, און אנשטאט דעם עפל, האב איך אין די פינסטער אריינגעשיילט אין מיין פינגער..
כ'האב מיך פארגעשטעלט ווי שטארק ס'גיסט יעצט בלוט פונעם פינגער.. אבער כ'וויל נישט אנצינדן די לעקטער און זוכן א באנדאש, האב איך אין די פינסטער געטאפט און – יגעתי מצאתי תאמין.. איך האב געטראפן די שאכטל בענד'עיטשעס, און פארבינדן דעם פינגער.
נאר אינדערפרי זע איך, אז כ'האב עס געלייגט אויף די ראנג פינגער...
*
שמשי האט געוואלט האבן זיין אייגענע סוכה, און טאקע ביים זמן האט ער געענדיגט, און די שלאק הענגט ווי א דופן עקומה, ממילא..
נאכן סעודה אין די סוכה, גייט ער אראפ אין זיי בעיסמענט, ארויסשלעפן א צוזאמ'לייג בעט, ער וויל דאך שלאפן אין זיין סוכה'לע.
צווישן דריי צוזאמ'לייג בעטן, געדענקט ער שוין נישט פון לעצטע יאר, וועלכע בעט האט געשטאכן פון די אייזענעס, גייט ער עס יעצט אויספראבירן דא אין סעלער, און לייגט זיך אראפ דערויף.
און זיין ווייב זוכט עהם ארום - מארגן אינדערפרי, זי וויל אתרוג בענטשן, והילד איננו, איר מאן איז נישט אין די סוכה..
אה! מ'האט עהם געטראפן.. נאכן זוכן אין יעדע ווינקל, ליגט ער אין בעיסמענט און שלאפט..!
*
ס'דא א מן דאמר אז איוב לא היה ולא נברא, אבער שמשי איז יא אמת, און פארוואס פארצייל איך עס?
ווייל, מיר אלע האבן אזעלכע עפיזאדן אין לעבן, אזויווי איך אליינס היינט אינדערפרי מיטן זעקל וועש – און דעם בחור'לס לאנטש בעג.
און די גמרא זאגט שוין, 'איזהו יסורים של אהבה' – אויב מ'האט געוואלט ארויסנעמען א ניקל פון טאש, און ס'איז ארויסגעקומען א קוואדער.. הייסט עס אויך א עגמת נפש, און מ'קומט אפ עבירות דערמיט.
נו, כ'האף אז כ'האב נישט קיין עבירה מיטן פארציילן סיפורי דר' שמשון, אבער פריילעך מאכט ער אונז מיט זיינע כשלונות, יעדע שטיק צייט.
סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן.
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מאנטאג דעצעמבער 29, 2014 10:22 pm

ב''ה
טבת א קעלט שניידט די ביינער..
נאך בעפאר איך נעם מיך צו די קעלט, לאמיר זיך שיין באדאנקן פארן שיינעם לעכטיגן חנוכה וואס איז קוים געקומען צום גמר חתימה טובה.
יא, די לעכטיגע טעג האבן עטוואס אנגעווארעמט מיט זייערע פלעמעלעך, דאס נפש ונשמה מיט א פולע באדייט פון אור, און אויך דאס גאנצע באנעמונג האט געשפירט יום טוב, זינגענדיג שירה והלל על הניסים ועל הפורקן בימים ההם וגם בזמן הזה.
אבער זאלט איר נישט מיינען אז ס'טאקע געווען אזא טרוקענע צייט.. און מנשה האט זיך געשפירט אין הימל מבואו ועד צאתו, ניין!
אט די ווילדע פאנקן, די היינטיג גערופענע 'דאונאטס', האבן מיר ארויסגענומען פון גלייכגעוויכט, און צעטרייסעלט מיינע פינגער איבער בויגן פאפיר, כלומר, זאג זיי אויס – וואס דו שפירסט מנשה, וועגן די דאזיגע ספאנטשקעס – מיט איר דריטע נאמען.
דא צווישן מיינע מקורבים לויפט שוין ארום דאס אויסדרוק מיינע:
דאס ערשטע ספאנטשקע, האב איך געקריגן אין מויל א טעם פון לעקוואר.
די צווייטע ביס האט זיך געשפירט, דאכט זיך 'קאסטערט' באגאסן מיט ספרינקעלס און טונקעלע שאקאלאד – ווי די חשכות גלות יון..
די דריטע דאונאט! האב איך שוין געשפירט דעם ריכטיגע טעם וואס עס אנטהאלט אלע פריערדיגע.. כאטש נישט זיכער צו עס איז באשטויבט פון קראכמאל, ווייס צוקער, צו סתם זקנה.. אבער ס'האט גוט געשפירט א פולע מויל מיט חרטה!!!
פארביסן חרטה, געשלונגען און מעלה גרה געווען חרטה, און די נאכ'טעם מלא לוגמא חרטה כרימון.
אבער שוין, ווער האט געזאגט אז להדליק נר חנוכה איז עיקר מצוותה מיטן רייסן פאנקן טייג?
האב איך טאקע ביי די ערשטע פאזע פון חנוכה שוין געוואוסט, און זיך עטוואס דערמאנט פון פאראיאר, אז נישט דאונאטס איז די ריכטיגע טעם חנוכה, נאר די נשמה שפייז פון א גוטע דראדישינעל לידעלע, און א גוט ווארט פון הייליגע מקורות, וואס מאכט לעכטיג אינעם קאלט טונקעלע גלות.
איך האב שוין צוריקגעצויגן די פינגער פון פארציילן מיינע חרטות, ווען א צווייטע אינצידענט האט מיר פארגעשטויסן צום שרייב טישל, און זיך איבערלייגט צו פארציילן מיינע צוהערער, מיין געשיכטע.
שוין נאכן טבילה פארן הדלקה, כאטש ס'נאך פאר מנחה צייט, און איך האב זיך איינגעוויקעלט אינעם טלית גדול, ווען כ'האב עספיעט צו לייגן רבינו תם'ס תפילין.
און אזוי טיף פארזינקען אינעם סאפע, עפענט זיך די טיר!
עס קומט אריין איינער.. און כ'האב קוים זיך ארענטירט צו כאפן ווער קען דאס זיין, אפשר א קרוב, אפשר גאר מיין זוהן.
האט מיין לענדלאר זיך מתחצף געווען און אריינגעקומען אן מעלדונג? צו אפשר גאר א ווינטל האט געעפנט דעם טיר, אבער וויאזוי?
איך זע פלוצים פאר מיר א צדקה גייער – אין די מיטעלע יארן.. 'איך גיי נאך געלט'.. זאגט דער יעניגער..
און ווען מיין גרימאסן האט זיך געשטארקט, האט יענער אין א אויגנבליק אפגעפיצט, און דער זאגט נאך אנטשולדיגט, כ'וויל אייך נישט שטערן דאווענען...
געהערט אזאנס, א גוטע יוד?
צו ער וויל מיר נישט שטערן דאווענען, ווייס איך קוים, אבער אז ער גייט נאך געלט! דאס יא..
אוי ווי ער גייט נאך געלט.. ער גייט נאך די געלט, אבער נישט ווען איך בין אינדערהיים..
און פון דעם פרעכע געוואגטקייט – כי גדול הוא, האב איך זיך שוין צעבייזערט אויף אלע צענערלעך וואס זענען מיר געלאפן פאר די אויגן אין די רעשט פון די חנוכה טעג, מיט זייערע ראפעלס און צעטלעך, און כ'האב אלע פארטריבן מיט יענע בייזער, עפעס תלמידים פון יענע 'געלט גייער'.. ער גייט נאך דאס געלט שמעק, ווי כאילו ביי מיר איז ראטשילדס מטמונים.
כ'האב מיך געשפירט נאך אזא גאסט, ווי דער שפוך חמתך אויף א פולע בויך.. פון ספאנטשקעס.. נו חמץ!!!
-----

רבותי, דאס איז נאר א מאמר יוצא צו זיין. גרייט אייך אויפן קומענדיגן גראנדיעזע מאמר, וואס האלט ביי די לעצטע שטאפלען..
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 12:51 pm

אויב דאס איז נאר יוצא צו זיין שטעלט אייך שוין פאר וואס ס'קומט
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » זונטאג יאנואר 04, 2015 5:43 pm

ב''ה
ווינטער תשע''ה! געדענקט גוט דעם דאטום, ווען דער מנשה האט פאראויסגעזאגט כעין נבואה, אז..
הנה ימים באים!
ס'קומט צייטן, אזעלכע צייטן וואס מ'וועט זיך וואונדערן אויפן אמאל, וויאזוי עס האט אויסגעקוקט יענע אמאל.
הנה ימים באים..
זאכן וועלן זיך טוישן, צו מ'וויל צו נישט, און פנים חדשות בא לכאן, ווען פני הדור כפני הכלב, מ'לויפט פאראויס און מ'כאפט א בליק אויף צוריק – בין איך שוין גענוג פאני? אדער איז יעצט די סטייל זיך צו שעמען פונעם עבר.
יא יא ברודערלעך, מ'וועט נישט לאכן, אלעס וועט ווערן נארמאל, און דער פרומער וועט ווערן מער פאר'פרומט און דער נאכלאזער – נאכגעלאזט אינגאנצן.
אט וועט איר זען, ווי איינער גייט מיט א הוט באקס אויפן קאפ! ער וויל נישט קליא מאכן די נייע הוט.. און אויך די פוס אין די שיך באקס, פארן זעלבן סיבה.
וואס איז? נאר טלית בייטלעך קומען אין פלעסטיגס?.. אלעס געהערט אין זיין שיידל.. ס'זאל נישט קאליע ווערן אויף ווען?.. אויפן יום החופה.. ביזן יום אחד לפני..
און משוגעת'ן וועלן שטייגן אויפן הימל שטיגן.. אלע וועלן טויגן און קיינער וועט נישט דארפן טויגן.. ווייל יעדע טעות וועט זיין א סטייל.
איר מיינט אז מ'וועט נאך גיין מיט איינפאכע קאפלעך? וואס עפעס.. פונקט ווי די נשים, וועט זיין סטיילס פון העטס, איינער מיט א מאשני אויפן קאפל, א צווייטער ווי א שיפס קאפיטאן, און א דריטער ווי די סטאטויע פון פרייהייט!
אינגאנצן איין לעבל וועט צייגן, דא גייט א מאן צו א פרוי.
ס'וועלן אלע בכלל גיין מיט א טעג אויפן רוקן, 'די נאמען, און גאנץ קורצע אינפארמאציע, דאס איבריגע קוק נאך אויף מיין וועבסייט'..
יא, אלע וועלן האבן א וועבסייט, מ'וועט האבן אין טאש א סקענער, און מ'וועט קענען פון דערווייטענס קליקן און אויפכאפן די באר'קאויד אויף יענעמס רוקן, און דערמיט אריינגיין אין יענעמס סייט, זיך באקענען וואספארא באשעפעניש דאס איז.
אנגעהויבן פון רבי'ס, געענדיגט ביי בעלי חיים.. אלע וועלן זיין גע'טעג'ט און גע'לעיבל'ט..
איר מיינט טאקע? אלעס וועט פליען.. יעדער אבער יעדער, וועט האבן ראולערס אויפן שיך, און מ'וועט ספידן..!
און אפשר שוין פליגלען צו בא'כאפן אויפן טראטואר [סייד-וואלק], ווער קלאצט? אלעס לויפט..
אפילו די טעלעפאנען [וויאזוי ס'וועט דעמאלטס אויסקוקן..] וועלן קלונגען שנעלער.. יעדע קאל ווי וויכטיג ס'איז.
די פרומע וועלן שוין דאן גיין מיט גאנצע בודקעס ארומגענומען, און די מאדערנע.. מיט פאפירענע דיספאזעבל הויזן..
חומרות? יא!!! אין אלעס וועט שוין זיין ווערים.. פון היטן ביז שיך, פון מילכיגס פליישיגס ביז טעכנעלאגיע, אלעס וועט האבן ווערים.. פרעג נישט וואזוי..
איר מיינט מ'וועט קויפן א פלעשל משקה, און עס צוריקגעבן? אך! געענדיגט מיט די אלטע מנהגים, ס'וועלן לויפן פונעם השגחה קאמפאני רערן ווי די גאז און וואסער סיסטעם, און דערין וועט פליסן אראנדזש דזשוס, צו עפל דזשוס, מילעך פון קיען צו ציגן, און מיט איין קנעפל אין אייער שטוב, וועט איר באקומען פונעם קראן, קאלטס און ווארעמס..
נישטא מער געלט, וואלטשערס, ווייסעך וואס נאך ס'וועט 'ביז' דעמאלטס זיין, ניין! דעמאלטס?? א נייע וועלט!
יעדער וועט זיך ווערד זיין לויט זיין ווערד! מ'וועט לעבן מיט פוינטס! יא.. מ'וועט פארקויפן אויפן שווארצן מארקעט פוינטס..
אויפן וועבסייט דיינע וועט שטיין וויפיל פוינטס דו האסט, דו וועסט זיין א נומער, ווייל נעמען? יעדער וועט האבן לכל הפחות זיבן נעמען..
נישטא מער, נאר משה יעקב חנינא יוסף, ניין, אונטער זיבן נעמען איז קיין נאמען נישט.. און דריי פון די זיבן כאטש מאדנע נעמען – עפעס צו נעמען פון געשטארבענע באבעס אין ווייטע לענדער.
ווער וועט נאך לייענען א ביכל? אלעס גייט דידזשיטעל.. און אז די פרומע וועלן יא זיך עקשנ'ן מיטן מסורה פון די יודישע ליכט צו באלייכטונגען, וועט עס אויף נישט קומען אויף ערד פאסט, ניין, מיט פליגערס וועט עס ווערן אויסגעטיילט ביי פרומ'לאנד.
טאקע דורך דער זעלבע קאמפאני העליקאפטערס וואס וועלטס פארזארגערס וועלן פירן, און וועלן שלאגן כפרות פאר די וועלט.. די זעלבע וועלן ברענגען און טראגן צום לבנה הייעך, פאר קידוש לבנה, און ווער ווייסט נאך וועלכע חומרות נאך, וואס אויפן ערד וועט פארן פרומ'לאנד זיין אסור ארויסזאגן א יודיש ווארט..
ומלאה דעה את השם.. אלע וועלן זיך אליינס אויסלערנען צו ערלעדיגן זאכן, די פרומע וועלן נישט קענען מער אויסניצן יענעמס טובות.. מ'וועט זיך 'אליינס' באקוקן די שעטנז, און דער רבי וועט זיך אליינס וואשן די דישעס, און אליינס וואשן און פיקסן זיין קאר..
אליינס מיינט מיט מאשינען, אבער פון זיך אליינס, נישט די גבאים, ווייל, ווער וועט נאך וועלן זיין יענעמס גבאי??
הנה ימים באים.. געענדיגט מיט די אלטע מעשיות.
אז מ'וועט וועלן פארזוכן א שטיקל טארט, וואס קעיק ווען לעיקעך.. ספאנטש קעיק וועט זיין ספאנטש בעצמו.. ס'וועט זיין שטיקער ווייעכע מאטריאל בטעם קאקאש.. בטעם לעמאן קעיק, ווייל די מבינים וועלן זאגן אז דאס איז געזונטער.. ס'איז אויסגעארבעט מיט נאטורליכע ווייסעך וואס.. פארשטייט זיך אז גארנישט וועט נישט קענען זיין פארדארבן..
נאטורליך? יא, ערד און שטיינער וועט מען מישן פאר נאטור.. אבער משקאות? אלעס בטעם מילעך, בטעם וואסער.. פאלטשע מזונות, פאלטשע ברויט, פיש אן טעם און פרוכט אן שאלעכץ.
און אכשרי דרא, אלעס מיט השגחה תמידי לעולם ועד, אפילו זאקן און גאטשעס וועלן שוין האבן א השגחה.
און אז מ'לאזט זיך שוין אריין א בליק טאן וואס וועט זיין בעולם הרעבעס, איי איי דא וועט שוין זיין גרויסע חידושים, אשר לא שערום אבותינו.
איר מיינט איר האט שוין געזען אלע סארט קאלירטע בעקיטשעס? וועט איר דאן בייוואוינען וואס הייסט מלכות בית פארקאש.
און נישט נאר בעקיטשעס, נאר יעדער וואס האט נאר פינגערס, וועט גיין מיט געבענטשע רינגלעך און און קייטלעך, סגולה נאז-בענדער, און אבני חושן ומזלות.
אוי וועט מען זיין געבענטשט! אז ס'וועט קיין עין הרע נישט זיין קיין מקום פארן יצר הרע.
און די אלטע געילע ציצית? געענדיגט מיט די כאניאקישע מאסעס, אלע וועלן גיין פיין שמעקעדיג זויבער, אנגעזאפט נאך א שויער, מיט טאביק שמעק - פון די שבעת המינים און סממני הקטורת, ווייל אן א צעטל פונעם מקוה יוד אז איר האט זיך היינט געשויערט, וועט איר נישט האבן קיין דריסת הרגל אין קיין איין פאבליק עריע..
אלע וועלן זיין פיין שמעקער, מיט די פריש אנגענומענע מנהגים פון באלזאמן וואס מ'פירט זיך אין יענע קהילה צו ניצן.
און סגולות וועט זיין מער ווי די שטערנס.. און די סגולה פון פערציג מאל פערציג יונגעלייט פערציג טעג פערציג מקומות, וועט מען קענען בייקומען פאר שפאט ביליגע פרייזן, פאר יעדע דבר שבקדושה, אנגעהויבן פון פאסטן פאר אייערט וועגן, זיך טובל'ן פאר אייערט וועגן, און וואס נישט.
ס'וועט עפעס זיין נאר כולל חצות און עלות? ס'וועט שוין זיין כולל מקוה, כולל פת שחרית, כולל קידוש לבנה, כולל בודקי ווערים, און די רשימה איז נאך לאנג.
ספעציעלע מאשינען וועט זיין במקום סאדע מאשינ'ס, דארט וועט מען קענען ארויסקלאפן פאר אפאר מטבעות, וואס אייך גלוסט אינעם היימישער יאר רונדע.
א הייס טעלער טשולענט, און א קאלט גלעזל בארשט, גאלאש און חרוסת, געקליבענע ווייץ, געוואשענע אייער, געביסענע סכך, א חמץ ברענער, א ברעקלעך זוכער – מיט א מעפ..
אויך אתרוגים מיט אירע סייזעס, מיט א גארטל אן א פרוכת, און ספרים וועט דער מאשין ארויסווארפן פאר א נדבה, די נייעסטע טעמי המנהגים – 'מיט' די נייעסטע מנהגים למיניהם, אנגעהויבן פון טאבלעטן ביז איינשפריצונגען..
און ס'וועט אין די באגלייטע אנווייזונגען שטיין, וועלכע רבנים ניצן קאפסולס, אוון וועלכע נאר טאבלעטן ביז שטויב.
יא יא.. אן קיין בושות! די גראנדיעזע גורלות וועלן טאקע זיין, אדער א חודש חשיש.. אדער א יאר אויסגעצאלט ביי א טעראפיסט! 'בחינם', אומגלויבליך..
דאס לעבן וועט זיין א אנדערע, ווי פון א צווייטע פלאנעט.. ווייל אין יעדע שטאט וועט זיין א ספעשל אפגעזונדערטע געגענד, פאר די געציילטע וואס זענען נאך חתונה געהאט נארמאל, ווייל דאס רוב וועט שוין לעבן 'במנוחה נכונה' יעדער פאר זיך אויף זיין וועבסייט, מיט א פּעט וואס הויערט אין די זייט.
אוודאי, חסידים ואנשי מעשה וועלן נישט האבן קיין דאגיס, אבער א געהאדעוועטע ראקאן אדער טוירטעל, מהיכי תיתי..
נו, צו דעם וועט דאך דער דור זיין זייער קלוג, און וועלן פארשטיין א בהמה שפראך.. צו קענען שיחות עופות ודקלים, וועט זיין א קינדער שפיל, און די קינדער שפילן – ווי קליקס און ארט ען קרעפטס, וועלן די זקנים אריינשיקן צו די וועכנטליכע אויסגאבעס פאר יודיש נחת..
חסידים ואנשי מעשה, וואס? ווער וועט ארויסגעבן א ספר? ס'וועט זיין הופיע! א נייע מפרשים מאווי.. און א טרעילער [קיצור פאראויס] וועט מען קענען זען אויפן חרדישער בינע..
יא, ס'וועט שוין לאאאאאאאנג זיין א חרדישער בדחנות און פארוויילעכטס טריבונע, אוואו די רבנים לפי חשיבותם וועלן אויפטרעטן, און די איבריגע 'שיינע בערד' אבער טאקע שיינע מסודר'דיגע בערד.. וועלן האבן די 'מזרח' פלעצער.. א רבישע אייניקל? נו, נאך א טראפ ארויפצו..
וועט דען זיין מיינט עטץ חלילה געלעכטער? חלילה! אפשר בלויז א מילתא דבדיחותא פארן לערנען.. אפשר טאקע דורך מנשה'ס א איר אייניקל.. אבער די עיקר פראגראם וועט זיין אויפגעשפילט פון וויכטיגע הלכה און השקפה טעמעס,יא! א פארשפיל ווי דער נייער רב לערנט זיך די ריקודים א וואך פארן גרויסן שמחה..
און די פלעצער וועט נישט זיין אבי געכאפט, יעדער וועט דאך יענע צייטן שוין האבן א בעדזש אויף זיך, וואס ער טויג, און אוואו ער געהער, צו ער איז קנאיש געשטימט, צו 'אינמיטן די גאדער'.. וואס מ'רופט נאך היינט – כלל חסידי, אדער גאטס חסיד..
אויך אלע רעבעס און רבנים וועלן האבן א ספעציעלע בעדזש, יא, פון גאלד! און מעדאלן אויפן ברוסט, לויט ווי גרויס ער איז.. וויפיל בענקלעך ער קען אריינברענגען אינעם קאנווענשאן, און וויפיל פלייש ער פארמאגט פאר כל הפגנה ש..(לא) תבוא.
אויפן רב'ס קאפ וועט נישט זיין נאר א פלאכע הוט און א הויעכע אונגארישע קאשקעטל, ניין, א קרוין ממש! אז די נאמען פונעם קהילה צו פארטיי וועט זיין די קרוין אליין.
דארט וועט בלינקן מיט פינקעלדיגע בוכשטאבן, די הייליגע וועבסייט פונעם רב זאל מאריך ימים זיין.
וואס מיינט איר וועט זיין אויפן וועבסייט? הא?
וואס איר קענט זיך נאר וואונטשן צו באקומען ביי א גוטע יוד..
זאל עס זיין, ברכות, סגולות, אפשפרעכנישן, אויסברעכענישן, שיריים, לחיים, לעיקעך, ברוינפען, וואס דו ווילסט נאר וויסן און געדענקן..
וואס רעדט איר, דאס איז נאר פון די קליינע 'עפס'.. דארט וועט מען קענען האבן א פרייוועט טשעט מיטן רב, פאר א גוטע פרייז.. פארשטייט זיך.
דאנט ווארי! גלייך וועט ארויפ'פּאַפּן זיינע לייסענס – צו זיין א זאגער.. ס'וועט נישט זיין דעמאלטס מער קיין מאנקי ביזנעס, ווי היינט, אז כל הרוצה לעשות דרך יבוא וידרוש.. ניין! אן לייסענס ביסטו זעראו רבי.
איר קענט עני טיים, אויסקלויבן א צווייטע רב און זיך אויפסיינען אויף זיין בלאט, אבער יעדער וועט זיך האבן זייערע תקנות, אויך סעילס..
פאר סתם באזוכער אויפן סייט, וועט מען קענען פשוט זען סוקסעס סטאריס פון דעם רעבע, און קורצע שורות פון זיין שיטה און מהלך.
איר לייגט ארויף די האנט – אדער נאר איין פינגער אויפן סקרין, און דער רבי שיקט אייך די רעזולטאטן פון אייער עתיד.. איר געבט א לעק אויפן קעסטעלע אין די זייט, און ס'קומט צוריק וויפיל ווערים איר האט געגעסן די לעצטע פערציג טעג.
א ספעשל סאפיסטיקירטע סיסטעם, וועלן די חסידות'ן וואס וועלן זיין אפגרעיטעט פארמאגן, ווי איר געבט אריין אייער באר'קאויד וואס איז אויפן אייער גענאק, זייט איר האט זיך איינגעשריבן אינעם סיסטעם פון מענטשהייט, און ס'קומט צוריק א ליסטע פון מצוות און עבירות, לויט דעם וויפיל פוינטס דו האסט, וואס מיט דעם גייט די פרייזן צו שטייגן אלץ עושר און ווערדע.
ווייסט דאך שוין, מצוות און עבירות איז נישט וואס מיר בשר ודם מיינען, ס'איז די יראת שמים וואס רעדט פאר זיך..
ווי נאר איר לייגט צו אייער בארקאויד, שפילן אין רגעים אויף די עבירות און מצוות, און אז די עבירות לויפן איבער, וועט עס פייפן ווי דער פייערלעשער ביי א וואלד פייער, און אז די מצוות וועלן איבערוועגן, בינגאו!!
גלייך וועט זיך עפענען פאר אייך די שערי רחמים, און איר וועט קענען מיטהאלטן ווי דער רבי דינט דעם באשעפער, און שפילט שירות ותשבחות, נישט נאר אויף א גיטאר, אויך אויף א טראמפייטער, פארוואס נישט דראם!
לכבוד ניטל, וועט איר קענען מיטהאלטן ווי דער רבי גייט 'האפ-סקאטש'.
פאר א מעסיגע פרייז, קענסטו אריינגיין אין די ערשטע סעקשן, און זען היסטארי פונעם רבי און זיינע יונגע יארן, פארן דייעט, נאכן דין תורה, פארן סעודה נאכן תורה, און גוטע גע'פאויסטע בילדער נישט סתם.
א צעלאזשעטע רעבע וועט קענען גיין שפאצירן.. נאר שיין אויסגעקעמטע וועלן אויפכאפן מעמבערס.
יא, ס'וועט זיין ביג טיים קאמפעטישען, און גרויסע קאמפאני חסידות וועלן אויסקויפן דריי קליינע.. און זיך בויען ווי די דור הפלגה אין די הייעך און אין די ברייט.
ס'וועט זיין א מבצע 'דע רעבע פאר דע וואך'.. און לכבוד יום טוב ביליגע פרייזן זיך איינשרייבן און אנקומען טיפער אינעם לעבן און שאפן פונעם רב זאל מאריך זיין..
און טאקע פאר א פעפעריגע פרייז, וועט מען האבן א אפציע צוצוזען, דעם רבי'ן אין 'כמעט' אלע מצבים.. ווי ער עסט ווי ער שלאפט ווי ער בארשט די ציין, ווי ער מאכט עקסערסייז, ווי ער פיצט די שיך, ווי ער קלאפט די שויבן, און ווי ער קלויבט די טרויבן.
אין א ערנסטע מוט, און אין א ווילדע מוט, פארן מקוה נאכן מקוה, דער רעבע קלאטשן, דער רבי חליש'ן, ביים דענטיסט ביים פוס דאקטאר, דער רבי שנייד די נעגל דער רבי ריקט א בייגל.
און נאך אסאך קנעפעלעך זענען פארהאנען דאן אין די זייטן, איר קענט הערן די 'הימנע ליד' יעדע חסידות איר הימנע, און יעדע רב זיינע פריוואט געדריקטע מטבעות, און מיינט איר טאקע מ'וועט טיילן געלט? פאר א גאלדן טאלער, קענט איר באשטעלן אויפן רעבישן אנליין, א געבענטשטע טשאקלאד קוואדער..
בלעטער פון ערבות, פעדערן פון רבינס כפרות, כוס של ברכה, און רעצעפט פונעם רבינס קוגל כהלכה.
נישט אלעמאל איז דער רבי אנליין, וועט זיין א גרינעם לעקטער'ל וואס וועט צייגן די שעת הכושר צו פועל'ן..
אז איר צאלט די העכסטע פרייז, און ס'וועט געלונגען אז דער רבי וועט זיין עוועליבעל [זארגט נישט, פאר דעם פרייז וועט ער זיין עוועליבעל מיט די הויזן צו אן די הויזן..] דאן וועט איר האבן א לייוו הוקאפ מיטן רבי'ן אליין, ווי ער וועט פאר אייך מאכן אלע פאקסן און צורות קדושות וואס איר וועט נאר וועלן פון עהם.
און סתם אזוי וועט זיין אמאל פאר פרי, א איבערשפיל פון די ריקודים מיט סטייל, נענועים און דרשות געמישט מיט דברים העומדים על הפרק..
אינעם הויפט בלאט וועט זיין גאנצעטע סעריעס פון מראות קודש, מיטן נאמען 'רבנים האבן טאלאנט'.. און ס'וועט זיין רבנים קאנטעסטן, אויף פולע טעמעס.
מ'קען קויפן 'ליטל-טייגס' פון קליינע רעבעלעך.. און אויך פון די באקאנטע רעבעס וועט זיין צו באקומען ראבערנע מאסקעס, און א שטיקל פון די קאלטענעס [פארן שויער..]
די פראגראם וועט אטאמאטיש דערמאנען 'שיוויתי השם לנגדי תמיד' יעדע האלבע מינוט, און סוף טאג וועט זיין א יזכיר לו מעסידטש, מיט נאך וויכטיגע זאכן וואס מ'קען פאר'פאסן..
אז ס'וועלן זיין שוואנצנים וואס וועלן מוטשען דעם רבינס אקאוינט טא מאטש, וואס וועט מען טון דאן? מחוצפים פעטש?? נא ניין.. געענדיגט מיט יענע צייטן, מ'וועט פשוט יענעם בלאקירן פאר דרייסיג חרם טעג, און טאמער וועט ער זיין א אחטא ואשוב דריי מאל וועט מען עהם פארווארפן פון אלע היימישע סייטס..
אפילו די טעלעפאנען – וויאזוי ס'וועט דאן אויסקוקן, וועט מער נישט זיין די טמא'נע קול באישה ביים ענסערינג מאשין, חס ושלום! מ'וועט הערן 'דא רעדט דער ראש בית דין פון פרומלאנד, איר האט צוויי מעסידשעס, איינס איז לשון הרע איינס איז ניבול פה, אין עונשין אלא אם כן מזהירין..
אבער זארגט נישט, דעמאלטס וועט עס מער נישט הייסן ניבול פה, ס'וועט שוין זיין א נאמען פון א קאמפעני צו א גאס ערגעץ..
און אז איר וועט זיך נישט פוילן און קומען צום רבינס טיש אליינס, איי דארט וועט איר טאקע זוכה זיין צו השראת השכינה אויפן העכסטן מדריגה.
דארט זיצט דער רב, אויף א בענקל וואס הייבט זיך אויף מיט א רימאוט קאנטראל, און קען אפילו פארן ווי א טשערי פיקער ביז אינמיטן די חלל ההיכל.. און אינעם האנט האלט ער א טעבלעט, אונטערן בארד א קליפ מייק, און שיבט ארויס א ניגון אויף א נוסח לכבוד דער יומא דפגרא.
איי ס'מוקצה? איר ווייסט נישט פון די נייע סיסטעם? מ'פאמפ אן די מאשין מיט לופט פאר שבת, און ס'ארבעט מיט כח גברא..
בלויז פארן אריינקומען אין זאל, גייט איר שוין אריין אינעם גורל.. און קאטן קענדי און פרעצל פון די נעכטיגע טישן.
נאמאר עפל! נאמאר פערפל, די גבאים מיט א שניפסל ביים האלדז ביין, טיילן סלייסעס מיט הענטשעך.. יא מיט הענטשעך.. איר וועט נישט גלייבן, מ'גייט אויסרופן יעדע זאך מיט 'פליז'. ריקט אייך ארויף פליז.. זייט שטילער פליז.. נישט כאפן נישט שטופן פליז פליז..
אבער לחיים וועט מען מוזן לייגן א פינגער אויף א שבת'דיגע טאטש סקרין, ווי אייער אינפארמעישן קומט ארויף א סעקונדע פאר איר קומט נאנט צום רב, און ס'וועט צייגן אלעס.. איי איי אלעס.. און אזוי ווייסט מען אנע פרעגן, וועלכע סבר פנים איר קריגט.
און אז דער רבי וועט מאכן א מסע המלכות, אההה! דאס וועט זיין א קידוש השם.
בכלל וועט דאך זיין א סכנה פארן רבי'ן זיך דרייען אן שמירה אין די פרעמד, וועט יעדע רבי אייביג האבן אנגעטון א פלושענעם זיידענע בולעט פרוף וועסטל, דערינען א פאקעט סייז שיסער, אם לנו – ווער ס'וועט מיינען גוט, וועט קריגן א ביזנעס קארטל, ואם לצרינו.. וועט יעדע איינציגע רבי קענען גוט באקסינג רולס.
איר מיינט אוודאי אז ס'וועלן פארן טריפעל טרעילערס מיטן אויפשריפט מלכות בית פארקאש.. און אוודאי דער רבי וועט עס דרייווען און דערינען וועלן זיין צוזאמגעדריקט טויזענט חסידים ווי אין א פיקל קען.
ניין ניין..
דאס גאנצע הויף וועט זיך קענען הייבן אין די לופטן, און פליען ווי דער בעל שם'ס וואגן איבער שטעט און סיטיס.. און איבעראל אשר חצר הקודש מרחפת עליהם, וועלן בלוטשקענען טאוולען און לעקטערס לתפארת, און דיזשיטעל סיינס וועלן שרייען בוכשטאבן פון כבוד, סיירינעס פון תשר''ק און ממשלה וועלן אויפרידערן דעם אטמאספער..
ויקץ מנשה..
כ'בין צוריק דא מיט ענק ברודער..
מיר האלטן שוין אט אט ביים יאר זעקס טויזענט, ווען משיח וועט מוזן קומען ווי א ארימאן, דווקא רוכב על החמור! ממילא פרעג איך אייך, אז ער פארט מיט א אייזל, ווייסט עטס ווילאנג ס'קען נעמען אזא רייזע??
ווענדט זיך ווען ער לאזט זיך ארויס אין וועג..
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך השר מקוצי » זונטאג יאנואר 04, 2015 5:53 pm

מנשה'לע ביסט ריזיג

א דאנק פאר דיר לטובה פאר עפענען דעם אשכול
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » זונטאג יאנואר 18, 2015 5:56 pm

עס זענען פארהאנען ניגונים, וואס פאנגן דאס הארץ, בלויז מיט איין מאל זיי הערן, און עס גייט מער נישט ארויס פון אייך.
איך האב געזינגען אזא ניגון, און ר' נפתלי שטעלט מיר אפ, און זאגט.
זייער א הייליגער ניגון איז עס, אבער כ'מיין אז אסאך ווייסן דעם ניגון אבער ווייסן נישט פון וואו עס שטאמט.
נו ר' נפתלי, מנשה'לע וויל וויסן, און אז ער וועט וויסן וועט ער נאטורליך עס איבערפארציילן פאר זיינע צוהערער.
נו הער א געשיכטע, הייבט ער אן.
געווען איז דאס אומגעפער עטליכע הונדערט יאר צוריק, ווען א גרויסע טייל פונעם אייראפעישער יודנטום איז געווען אין גלות ביי די 'פריצים', וואס האבן פארדינגען זייערע טרונק הייזער פאר יודען, און דערפון יונק געווען גרויסע קאוונטומען מיט געלט און בלוט צוזאמען.
קוים וואס א יודעלע האט פארשפעטיגט צו צאלן זיין פריץ די ארענדע געלט, האט זיך אנגעהויבן די ריכטיגע ביטערן שיקזאל, און דער פריץ איז געווען אומשטאנד צו טוהן דאס ערגסטע, מיט זיין קנעכט – זיין מאשקע – ווי די פריצים פלעגן רופן די יודישע ארענדארן.
און דאס ערגסטע מיינט, אמאל - נאך איין צוויי מאל סטראשען אויך שיסן, און רוב מאל, פשוט אריינשפארן אין א דעמפיגער קעלער, און עהם לאזן דארט אויסגיין פאר הונגער און דארשט, צו געפרוירן ווערן פון קעלט.
און אמאל ווארפן צו די ווילד הונגעריגע הונט, אויב האט דער פריץ נישט געשפירט אז ער האט עפעס א אויסזיכט נאך צו האבן עפעס ניצן פון דעם מאשקע זיינע.
לעכטיג איז געווארן, אז יודען רחמנים בני רחמנים האבן זיך דערוואוסט פונעם געשעעניש, און געווען אומשטאנד אויסצולייזן יענעם פאר א גוטע פרייז, אבער א פרייז אזאנס וואס איז געווען איבער די מעגליכקייט פאר א געווענליכע בעל פרנסה.
טאקע הייליגע יודען, נשמות פון גאלד, האבען זיך מוסר נפש געווען אויף דעם מצוה פון פדיון שבויים, און האבן איינגעשטעלט דאס לעבן, און נישט גערוהט, ביז מ'האט מצליח געווען ארויסנעמען א יוד פון אזא שרעקליכע געפאר.
געוואלדיגע סיפורים ווערן נאך היינט דערציילט לדורות, פון די גאר ספעציעלע העראישע מעשים, וואס דער הייליגער סאסובער, דער הייליגער שפאלע זיידע, דער הייליגער מאור עינים, רבי ר' לייב שרה'ס, און נאך קדושי עליון, האבן מיט די אייגענע הענט און פוס, זיך איינגעשטעלט דאס לעבן דערפאר.
זיי זענען געלאפן ווייטע שטרעקעס, געקליבן פאנטאסטישע סומעס, אלץ ארויסצונעמען איין איינציגע יוד פון די נאסע פארשלאסענעם גרוב, ערגעץ אין א פארשטופטער געגענד, אינעם ווייטן רוסלאנד.
דאס טייטש ארויסנעמען א יוד ממוות לחיים ממש, אבער דאס האט געקאסט א פרייז, בגוף ובממון, און אז מ'האט מצליח געווען איז געווען א פרייד אן קיין גרעניץ, גרינג צו זאגן..
אונזער געשיכטע איז געווען נישט אנדערש די מצב, אז א געוויסע פריץ א אכזר, האט פארלאנגט פון זיין מאשקע, אז ביז א קורצע צייט זאל ער עהם אראפלייגן די גאנצע סומע וואס ער קומט עהם, ווייל ער וועט נישט ווארטן קיין טאג מער, און וועט נעמען א צווייטן ארענדאר אויף זיין ארט.
- נאכן עהם אריינשליידערן אין זיין קעלער, ביז איינער וועט עהם קומען אויסלייזן פאר די פולע סומע.
פונעם בוים קען מען דאך נישט מעלקן קיין געלט.. איז אנגעקומען די טאג, און דער פריץ דער אכזר האט געשיקט זיינע יונגען, און האבן דעם יוד געבינדן מיט שטריק און עהם געברענגט צום פריץ, וואס האט באפוילן מ'זאל עהם אריינשפארן אינעם טונקעלע קעלער, און סוף פסוק.
די נאנטע דארפס יודען האבן זיך דערוואוסט פון דעם, און האבן אנגעהויבן רייסן שטיקער פון זיך, פאר צער, ווייל קיין געלט האבן זיי נישט געהאט עהם אויסצולייזן, און אויך קיין אויסזיכט פון וועמען צו שאפן אזא סומע, האבן זיי נישט געוואוסט.
א קאטאסטראפע!
אבער איין יוד, א בעל מסירות נפש, האט געזאגט, אז ער איז גרייט ארויסצופארן איבער די שטעט, און וועט יא פראבירן דאס בעסטע וואס ער קען, און אולי ירחם, וועט ער אניאגן צונויפ'צוקלייבן דעם ריזן סומע, און ווי שנעלער ראטעווען א יוד פון צער און הונגער.
און אומר ועושה, ער האט געוואנדערט פון דארף צו דארף, און ס'איז שוין אריבער עטליכע טעג, ווען ער האט געזען אז די סומע וואס ער האט צוזאמגעקליבן איז ווייט נישט וואס מ'דארף נאך.
אבער ער האט מיט גרויס עקשנות דקדושה ממשיך געווען, און געמוטשעט, און געבארגט, און און צוזאמ'געשלעפט א ריזן סומע, אבער דאך נישט דאס גאנצע סומע.
און ער זעט אז די טעג ריקן זיך שנעל, און די צייט ווערט ערנסט, דער פריץ קען נאך איינפאלן צו שיסן דעם יוד, און עהם ווארפן פאר די וואלד חיות.
ער האט נישט נאכגעלאזט, און זיך מבזה געווען און געגאנגען נאכאמאל איבער די שטעט, ביז ענדליך האט ער געהאט די ריזן סומע אין די האנט.
און איז מיט פרייד אהיימגעלאפן א וועג, ביז ער איז אנגעקומען שפעט ביינאכט צום דארף, און זיך געגרייט צו מארגענס פארטאגס, צו קלאפן אויפן טויער ביים פריץ, און ענדליך ארויס נעמען דעם יוד פון דארט, מיט א ברכה פון ברוך מתיר אסורים.
קיין אויג האט ער נישט צוגעמאכט, און איז געשטאנען אויף שפילקעס, נישט ווייט פונעם טויער, און ווי נאר ער האט געשפירט אז ס'פאסט שוין צו קלאפן ביים פריץ, און ער וועט זיך נישט בייזערן, האט ער מיט א איינגעהאלטענעם אטעם אנגעקלאפט.
ער ווערט אריינגעפירט צום פריץ, און ער גיסט אויס דאס גאנצע הויפן געלט אויפן פריצישן טיש, און בעט גלייך, מ'זאל אויפשליסן דעם יוד און עהם אהערגעבן..
וואס איז די געיעג? פרעגט דער פריץ מיט א הויעכע געלעכטער, איך ברויך בעפאר דעם איבערציילן די געלט, אז עס פעלט נישט קיין איין זלאטע פונעם סומע וואס מיר קומט, נאר אזוי קען מען שמועסן פונעם געשעפט, פון איבערבייטן מאשקע פאר די אויסלייז געלט.
און דער יוד שטייט אויף שפילקעס, ס'איז דאך א צער פון א יוד, א שאד יעדע רגע אז ער קען עהם נישט האבן ביי די האנט, און עהם געבן א שלונג וואסער, שוין ממש א וואך צייט וואס זיכער ראנגעלט ער זיך מיט ביטערע יסורים פון הונגער און דארשט.
אבער דער פריץ יאגט זיך אינגאנצן נישט..
ער ציילט א פרוטה אויף א פרוטה, און קלאפט אן אויפן טיש יעדע אפגעקראצטע מטבע, אויב עס איז חס ושלום נישט קיין פאלשע.
נאך א שטיק צייט אפציילן, און עס האט געשטימט אויפן זלאטע, רופט ער זיך אן הויעך.
זאלט עטץ וויסן יודעלעך, אז איך בין נאך א פיינער! ווייל פארן האלטן ביי מיר אין קעלער א גנב, וואלט איך געבעטן מער געלט, אבער איך וועל דאס נישט בעטן ביי אייך.
דער יוד לויפט נאך דעם יונג, וואס דער פריץ האט געשיקט אויפצושליסן דעם קעלער..
דער יונג קומט אן צום קעלער, און שליסט אויף דעם פארדזשאווערטע טיר, און זאגט טרוקן.
אט דא ערגעץ דארף ער זיין.. זוך עהם אויף.. און פיץ גלייך אפ פון דא, צוזאמען מיט עהם.
נו אוודאי, דארט וויל ער נישט בלייבן.. אבער ווי איז ער דער יוד?
רעב יוד!!! איך בין אייך געקומען אויסלייזן.. איר הערט מיך?..
ער הייבט אן קלערן, אפשר איז ער גאר אנטלאפן פון דא.. אבער וויאזוי? ס'איז אומ'מעגליך צו אנטלויפן פונעם צוים פון דעם פריצישן הויף.
א כפרה די געלט, אבער אבי ער איז אנטלאפן.. נישט זיכער, אפשר שלאפט ער..
ער טאפט ארום ווילדערהייט, און אט שפירט ער דעם יוד! אויפן ערד.. איינגעדרייעט.. ער איז טויט!!!
רבונו של עולם!!!!!
ער רייסט ארויס א קרעכץ, און אין א שטראם פלאצט ער אויס אין א געוויין, דער יוד איז אויסגעגאנגן!
ער האט זיך שנעל געכאפט אז ער טאר נישט זיין דא צו לאנג, ווייל ס'איז א מקום סכנה, און ער כאפט אן דעם נפטר, און לייגט עהם אויפן אקסל, און טראגט עהם אהיים...
ביטער פון גאל, שווארץ און טונקל איז עהם געווארן דאס לעבן, נאך אזא פראסק אין פנים, נאכן זיך אזוי אנשטרענגן, נישט געגעסן נישט געשלאפן, צוזאמען געשלעפט אזא פאנטאסטישע סומע, אלעס זוכה צוזיין צו די מצוה פון פדיון שבויים מיט אלע פרטים.
און דא אזא בראך!
מ'האט דעם נפטר באהאלטן כדת וכדין, און ער האט געשפירט אז ער לייגט זיך מיט.. אין קבר אריין מיט דעם יוד, וואס האט ער נאך פון זיין לעבן..
גוטע יודען האבן עהם פראבירט צו טרייסטן, און האבן עהם אהיימגעפירט צו זיין שטוב, און האבן פראבירט עהם שמירן די שטערן און פנים, אז ער זאל נישט אוועקפאלן אין חלשות.
ענדליך איז ער איינגעשלאפן.
און ס'האט געהערשט א טויט שטילקייט, וואס שרייעט העכער פון אלעס..
דאס שטעטל האט איבערגעלעבט דעם צער, און דער יוד איז געווארן פארשלאסן אין זיך, און האט מצדיק געווען דעם דין שמים, אבער נאך מער האט ער געשוויגן, און נישט פארציילט.
- אז יענע נאכט האט ער געהאט א חלום, א אמת'ע מודעה פון הימל, וואס מ'האט עהם געלאזט צואוויסן טוהן, אז ער זאל נישט זיין אזוי שטארק צעבראכן ביי זיך, ווען מ'האט עהם געוויזן גאר שטארקע לעכטיגקייטן וואס האט גורם געווען זיין מסירות נפש, דאס האט אויסגערופן ביים בית דין של מעלה א פסק.
אז ער קען זיך אויסוועלען, איינע פון די צוויי אפציעס.
אדער זאל ער ווערן א עושר אדיר, וואס זאל נמשך ווערן עשירות פאר זיינע דורות ווייטער, עד סוף כל הדורות.
אדער, ער זאל זוכה זיין איין טאג אין זיין לעבן, צו שפירן די טעם פון גן עדן אויף דעם גשמיות'דיגע וועלט, א הנאה וואס איז נישט צום באצאלן.
ער האט באלד אויסגעוועלט, אז ער וויל ליבערשט שפירן 'איין טאג אין זיין לעבן', וואס מיינט טעם גן עדן!
האט מען עהם ווידער געמאלדן, אז מ'האט אין הימל באשטימט, אז די פאסיגסטע צייט, ווען מ'זאל עהם דאס שענקן, וועט זיין דאס קומענדיגע 'יום הקדוש', ווען ער וועט ממילא נישט עסן, און ממילא זיין גרייט דאס לעכטיגקייט מקבל צוזיין.
ווען ער האט זיך אויפגעכאפט פונעם חלום, האט דאס געהאלטן פאר א סוד, און קוים אומגעדולדיג געווארט, אויב ס'וועט טאקע אזוי זיין, און מ'וועט עהם געבן צו שפירן טעם גן עדן, ווי ער האט זיך גע'חלומ'ט וועט ער דאן זיין רואיג, אז זיין מסירות נפש האט זיך אויסגעצאלט.
יום הקדוש ביים זמן, דער מסירות נפש יוד שטייט גרייט איינגעהילט אין זיין טלית און קיטל, און ער ווערט פלוצלינג ארומגענומען מיט הימלישע הרגשים, ער פילט ער גייט אויס פון מתיקות, ער איז טאקע נישט צוגעוואוינט צו די העכערע סארט געשמאק פון רוחניות.
ווי א מינוט מער, ס'ווערט טונקל אויפן הימל און עהם ווערט העל לעכטיג אין נשמה..
ער טאנצט ארויס פון זיך.. ער לויפט אריין אין שוהל, און האט נישט קיין רוה.. א גאנצע דאווענען איז ער אין די לופטן, און שמייכעלט מיט מתיקות און אומגעווענליכע געשמאק, אין יעדע פיוט שרייעט ער ארויס פון זיך, און ער קען זיך נישט צוריקהאלטן..
אלע זענען שוין לאנג אהיימגעגאנגען נאכן ענדיגן דאווענען, נאכן ענדיגן תהילים, נאכן משלים זיין מסכת יומא, און ער שטייט נאך דארט נעבן די פרוכת, מיטן קאפ ארויף און קען זיך נישט אפטשעפען פונעם ארון הקודש, און גארט און ציט ארויף, זיך מדבק זיין אינעם לעכטיגע קדושה וטהרה וואס ער שפירט עפעס אזוי אויסערגעווענליך.
פארטאגס, ווען די ערשטע יודען זענען געקומען אין שול אריין, הערט מען דעם יוד זינגט א ניגון מלא טעם ודביקות.
..איי א...נעים זמירות.. ושירים ושירים אאארוג.. כי כי אליך... נפשי תערוג!
ער שפרונגט און טאנצט, און זינגט ווייטער נאכאמאל און נאכאמאל, נפשי.. חמדה.. בצל ידיך.. און דער עולם שטייט פארגאפט, וויאזוי איז ער געווארן אזוי מלא רוחני, ווי קיינמאל בעפאר.
עס איז דאס ליד וואס אלע קענען היינט, וואס מ'זינגט אין ליובאוויטש, נפשי חמדה בצל ידיך.. ל...דעת, כל רז סודך..
דער יוד שרייעט ארויס פון זיך, איי איי נפשי נפשי חמדה.. איי בצל ידיך.. לדעת.. כל רז סודיך..
מוצאי יום הקדוש נאך ברכו, און דער יוד עפענט אויף די אויגן.. און צעשמייכעלט זיך צו אלע.
ער בעט מ'זאל עהם אויסהערן.
ווען ער פארציילט פון זיין חלום וואס ער האט געהאט יענע ביטערע נאכט, נאכן לויה, ווען ס'איז געווען פאר עהם פינסטער פון שווארץ, איז עהם פלוצלינג לעכטיג געווארן מיט א הימל שיין, ווען מ'האט עהם געבעטן אויסוועלן וואס ער באגערט.
און וויבאלד מ'האט געהערט אז ער וויל איין טאג שפירן א טעם גן עדן, האט ער זיך געגרייט אויף דעם טאג, וואס מ'האט באשטימט אויף יום הקדוש, און אמת יש שכר לפעולתו!
דער יוד האט אין זיין דביקות מחבר געווען אט דעם ניגון ותנועה אויף די הייליגע ווערטער פון אנעים זמירות, וואס ווערט אלץ געזינגען מיט נישט ווייניג דביקות והתרגשות צו קרבת אלוקים.
----
פירט אויס ר' נפתלי, אז דו ווילסט וועל איך דיר אפילו זאגן פון וואו כ'האב געהערט דעם געשיכטע, דאס האט דער ליובאוויטשער רבי אמאל פארציילט, און כ'האב נאכגעהערט, אז ער האט צוגעלייגט א זייער אינטרעסאנטע תגובה.
איך האב א צוויי ראיות אז דער יוד – דער בעל מסירות נפש, איז קיין חסיד משלנו נישט געווען..
איינס, וואס הייסט א מענטש באקומט צוויי אפציעס מן השמים, און ער באשלוסט אליינס, אנע פרעגן א רבי וואס איז ריכטיג.
צווייטנס, וואס מיינט דאס אז מ'וועלט זיך אויס 'פאר זיך' טעם גן עדן א טאג, ווען ער וואלט געקענט בעטן עשירות רב, און דערמיט ארויסהעלפן אזויפיל יודען פאר מצוות און מעשים טובים לרוב.
בכל אופן, ס'דא א משמעות אין א יודישע געזאנג און לעבן.
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך ראש הקהל » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:00 pm

Wow
מייסטערהאפטיג
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך דער (פינטעל) איד » זונטאג יאנואר 18, 2015 6:42 pm

אה ביזט אויפגכשטאנען פון שלאף??
דער (פינטעל) איד
 
הודעות: 21
הצטרף: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:38 pm
האט שוין געדאנקט: 4 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 19 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מאנטאג פעברואר 02, 2015 4:42 pm

ב''ה
עֲנֵנוּ אֱלהֵי אַבְרָהָם עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת רָצון עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ פַּחַד יִצְחָק עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת צָרָה עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ אֲבִיר יַעֲקב עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת רַחֲמִים עֲנֵנוּ:
מיט ביטערע טרערן שרייבט זי אראפ די תפילות פון יום כיפור ביינאכט, וואס ליגט איר אין זיכרון, נאך פון די גוטע יארן אין דעברעצין, ביים טאטן טיש, ביים מאמעס געזאנג.
זי איז שוין גארנישט קיין קליין מיידל – דא אין ארבעטס לאגער אין אוישוויץ.
זי איז שוין איינמאל געווען חתונה געהאט אפילו, און איז פארטריבן געווארן פון די ווארעמע היים, פון די ליבע עלטערן, פון אירע געשוויסטער, פון איר מאן, ווער ווייסט וואו זיי זענען אלע אלץ אוועק'געקומען, איין גאט ווייסט.
און צו עהם שרייבט זי דעם געבעט, מיטן ציל, אז אויך די אנדערע מיידלעך אינעם לאגער, זאלן קענען דאווענען פון איר האנט געשריבענע מחזור'ל, די ציטער הייליגע תפילות פון יום הקדוש.
ס'איז אריבער ביטערע צייטן לאנג ווי די פארכטיגע גלות, דא אינעם טרויעריגן גיהינום, און נאר די אמונה תמונה, דאס האלט זיי צוזאמען, ווען מ'האט זיך אמאל צוזאמען געזעצט אינעם טונקעלע נאכט, און זי האט געשישקעט א הארציגע פאעטישע ליד, גאר א הייסע, וואס דער טאטע פלעגט מיט זיי לערנען און זינגען אין א טאן פון טרייסט.
לֹא יִהְיֶה לְעוֹלָם אֲפֵלָה, יָאִיר לָנוּ בִּמְהֵרָה..
..יָאִיר לָנוּ, איי איי - יָאִיר לָנוּ בִּמְהֵרָה..
עס וועט ניט שטענדיג טונקל זיין, עס וועט נאך אמאל לעכטיג זיין..
עס וועט נאך אמאל, עס וועט נאך אמאל – לעכטיג לעכטיג זיין..
און ווער האט זיך געגלייבט, אז זיי אלע – פינעף שוועסטער צוזאמען, האבן זיך ארויסגעזען באפרייעטע נאכן גרויזאמע וועלטס קריג, און באגעגענט דעם טאטן אין דעברעצין, אין זייער היימ'שטאט.
אבער האבן פארלוירן א מאמע! צען ברודער! הונדערטע קרובים און טויזענטע יודישע שכנים פון זייער שטאט אליין.
דער טאטע האט מיט א פעסטע רצון געזאגט, ס'נישט קיין צייט צו קוקן אויף צוריק, מיר דארפן כאפן וואס מיר האבן יא, און דערמיט פארזעצן אינעם וועג, ביז מיר וועלן טרעפן א רואיגע ערד פלאך – וואס איז כאטש אויבנ'אויף פריי פון אנטיסעמיטיזם.
נו, קיין אונגארן ציט זיכער נישט צו רייזן, ס'דאך גארנישט בעסער ווי דא – אין טשעכעסלאוואקיע.
פוילען? רוסלאנד? ליטע? אלעס איין הייסע בלוט באד, און אפילו פראנקרייך און לאנדאן, זענען נאך אויך אייראפע.
און דער טאטע זאגט, מ'וועט אריבער-היפן דעם אטלאנטיק, אויב מ'איז נישט זוכה אנצוקומען צום הייליג לאנד, כאטש אוועק פון אייראפע – צום גרינעם אמעריקע.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלטן מיר קיינמאל פארלאזט דעם ליבע היים, דארט ווי יעדע גראזל האט געזינגען פונעם טאטנס זמירות, פונעם מאמעס וויג-לידעלעך.
אבער דאס ערד איז פארשאלטן געווארן, און מ'מוז זוכן א פרישע נעסט, ווייט אוועק פונעם בלוטיגער קאנטינענט.
און זיי רייזן שוין וואס נענטער צום ציל, ווען מ'וועט אנקומען צום הויפט שטאט, וואו מ'וועט שאפן די נויטיגע פאפירן, און איינהאנדלען בילעטן, מ'וועט אוועקפארן פון דא, מ'וועט גרייכן צום פרעמד נייעם לאנד 'אמעריקא'.
א שמחה נאכן טרויער, מ'וועט אנהייבן א נייע לעבן, מ'זאגט אז דארט אין ניו יארק וואוינען שוין גוטע יודען, זיי וועלן אונז זיכער מיט'טיילן מיט די הויפענס גליק וואס מ'ברויך קוים זיך בייגן און מ'האט עס אין די האנט.
איי וואו דמיונות מאכן לעכטיג אין חלום.. מ'פארט צום גליקליכע שוץ ארט, ס'נאך פארבליבן קוים אפאר וואכן, און מ'וועט זיין די אנדערע זייט וואסער, א גליקליכע.
איי רחל'ע – זאגט מרים צו איר עלטסטע שוועסטער, אסתר זאגט מיר, אז דארט רעדט מען יודיש.. און עס וועט פילייכט ניט אזוי שווער זיין, אז אונז וועלן כאטש רעדן סלאוואקיש דויטש, אפילו אונגאריש – וועלן אפשר זיין וואס וועלן אונז פארשטיין און ארויסהעלפן.
די קליינע רבקה'לע וויינט, מאמע איז נישטא, ווער וועט אונז ווידער מאכן א גוטע מילעך טייג און צוקער קיכעלעך?
אבער יודית – פון די עלטערע פינעף געשוויסטער, ווישט אפ אירע טרערן, און זאגט איר גענוג הויעך, אז טאטע זאל הערן און מיט'שטימען.
רבקה'לע.. טאטע וועט אונז שוין פארגיטיגען, טאטע איז א טויגליכער, ער וועט אונז פירן בעזרת השם יתברך אויף די בעסטע שטייגער וואס איז מעגליך, און טאטע איז דא מיט אונז, וועט ער אונז שפייזן מיט זיינע טייער ריינע אמונה רייד אונזער נשמות, און אמת טאטע?..
דער טאטע הייבט אויף די הענט און אויגן צום הימל, 'קינדערלעך טייערע מיינע זיסע', מיר האבן אנגעוואוירן די מאמע און גאנצע משפחה, אבער דעם זיסן בורא כל עולמים, האבן מיר ניט פארלארן, און ער האט אונז נישט פארלארן..
מיר האבן נישט פארלוירן אונזער גלויבן, און ער האט נישט אויפגעגעבן זיין עם סגולה, 'מיר' זענען אט 'די' וואס וועלן איבערפלאנצן וואס איז פארבליבן, און 'מיר' וועלן ארויס 'זיגער' אינעם קריג, מיר וועלן געבוירן פרישע זעלנער פארן זיין הייליג ליבע נאמען, און א פאטש דעם עשיו אין קבר.
ס'האט גענומען איבער צוויי וואכן, פון ווען מ'האט זיך געשיידט מיט טרערן פונעם אמאליג שיינעם היים אין אייראפע, ביז מ'האט שוין געזען די שפיצן פון די וואלקן קראצער – אינעם אזוי גערופענע 'גאלדענע לאנד אמעריטשקע, און איר האנדל שטאט ניו יארק.
אלע פאטשן מיט די הענט, און טאנצן פאר פרייד, כאטש מ'ווייסט נאכנישט ווי סאך מ'וועט נאך וואנדערן ביז מ'וועט טרעפן א פאסיגע ארט איבערצו בויען דאס אייגענע פאמיליע נעסט.
אבער קודם איז מען שוין אט אט דא.
און דער טאטע נעמט זיי צוזאמען ביים האנט, און זאגט זיי אן, אמעריקא איז א פרייע לאנד, אבער אויך פריי פון מענטשליכקייט, פריי פון מאראל, פריי פון יודישקייט, און דאס זוכן מיר נישט דא, מיר ווילן טרעפן א היימישע יוד, א ערליכע סביבה, און אז מיר ווילן וועלן מיר עס געפונען מיט גאטס הילף.
אבער טייערע קינדערלעך, איך בעט אייך, אנטלויפט נישט פון מיר, און זוכט נישט די גליק וואס גלאנצט, מיר האבן א הייליגע ציל, און מיר וועלן דאס היטן אז כאטש דאס זאל נישט פארלוירן גיין.
זיי אלע פינעף טעכטערלעך, כאטש זיי זענען נישט קיין קליינע קינדער – נאר אלע פון זיי שוין נאנט אריבער א יאר צוואנציג, כאפן אבער אן דעם טאטען ביים אויבער'ראק, זיי גייען ווי דער טאטע גייט, און פאלגן עהם נאך יעדע שריט.
אט דא צעשפילן זיך זיי די אמאליגע לידער, ווי דער טאטע זאגט זיי שטיל, דער גאט וואס האט אונז געהאלפן אינעם היים, דער ליבע טאטע אין הימל וואס האט אונז גערעטעט פון טויט אין אוישוויץ, דער טאטע דער קעניג פון די וועלט, איז דא מיט אונז אין ניו יארק, און ער וויל אונז געבן א גליקלעכע לעבן, און מיר וועלן עהם נישט אנטוישן, מיר וועלן זיין פרומע גוטע לייט.
אבער נאך פאר זיי כאפן וואס גייט פאר, זעען זיי אז מ'האלט שוין אנהייב די שורה, און דער אמעריקאנער גרעניץ קאמישענער בעט פאפירן.
אלעס קלאפט, אלעס שטימט, באשעפער איך דאנק דיך.. שרייעט דער טאטע אויס מיט טרערן פולע אויגן און שמייכעלט צום קאמישענער מיט דאנק, און צו זיינע ליבע טעכטערלעך וואס שטופן זיך נענטער צום טאטן, און גייען ארויס צום הייס געדוכטע פארע וואס פאטשט זיי אין פנים.. דא איז אמעריקא!
וועלקאם טא יונייטעד סטעיטס!
טאטע! זאגט אסתר, דו קענסט טאטע ענגליש? מיר פארשטייען דא שטייט עפעס וויכטיג?..
קינדערלעך, זייט נישט באזארגט, אז עס וועט זיין וויכטיג וועל איך אייך זארגפעליג אלעס פארציילן, כאפט א אטעם אונטערן בוים, און כ'וועל זיך פארבינדן מיט א קרוב פון אונזער פאמיליע דא אין ניו יארק, ער דארף שוין דא זיין יעצט, און ער וועט אונז אפ'פירן צום נייעם גאסט הויז.
רחל'ע... געב א קוק! שרייעט יודית היסטעריש און פריילעך.
אסתר! מרים!.. איך זע גוט?..
'איטשע דער קרעמער'.. אזוי שטייט דארט אויפן טאוועל העכער יענע קראם.
טאטע!!! שרייען זיי אלע אין איין שטימע, 'מיר האבן דא א היימישע יוד'.. איטשע קרעמער... לאמיר אריינגיין צו עהם.. א יוד! אפשר קען ער אונז פון די אלטע היים, אפשר ווייסט ער אונזער פאמיליע...
טאטע.. קום, טראג אונז אהין.. מיר ווילן שוין זען א יודישע פנים דא.
ווי נאר דער טאטע קוקט זיך איין אויפן טאוועל, שיסט ער אויס אין א געלעכטער, און קען קוים כאפן די אטעם..
טאטע וואס לאכסטו פון אונז..
מיינע.. טייערע קינדער... דא איז מאנהעטן.. דא איז נישט איטשע, און נישט קרעמער..
דארט שטייט נישט איטשע און נישט קרעמער...
דארט שטייט Ice Cream – מ'פארקויפט דארט נישט כשר'ע אייז קרעם!!
צעלאכן זיי זיך אלע.. פון זיך אליין לאכן זיי..
איי איי אמעריטשקע!
נישט קיין איטשע נישט קיין קרעמער, א שפיל פון תאוות, א פארבלענדעניש פון קאלירן..
און די אלטע מומע ע''ה – וואס האט מיר פארציילט די עפיזאדן, פירט אויס מיט א שמייכל, יא מיר האבן טאקע איבערלעבט, איבערגעבויעט, און אויפגעשטעלט א הערליכע דור ערליכע וואוילע קינדער אייניקלעך, איר אייניקלעך, און חסדי השם יתברך, אויך איר איר אייניקלעך..
מיר האבן נישט אלץ געלעקט יענע אייז קרעם.. אבער די אמת'ע זיסע תענוג, זענען מיר היינט זוכה צו דערלעבן, מיט די ריכטיגע יודישע נחת.
געלויבט גאט פאר דעם, פאר אלעם.
אזויווי מיר האבן דאן געהאפט און זיך געמונטערט, לֹא יִהְיֶה לְעוֹלָם אֲפֵלָה, יָאִיר לָנוּ בִּמְהֵרָה..
..יָאִיר לָנוּ, איי איי - יָאִיר לָנוּ בִּמְהֵרָה..
עס וועט ניט שטענדיג טונקל זיין, עס וועט נאך אמאל לעכטיג זיין..
עס וועט נאך אמאל, עס וועט נאך אמאל – לעכטיג לעכטיג זיין..
און מיר האבן עס דערלעבט!
ווייל אלוקי אברהם יצחק ויעקב, ער האט אונז געענפערט, בעת צרה, אויך בעת רחמים, און מיר בעטן אויף ווייטער אלץ.
עֲנֵנוּ אֱלהֵי אַבְרָהָם עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת רָצון עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ פַּחַד יִצְחָק עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת צָרָה עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ אֲבִיר יַעֲקב עֲנֵנוּ: עֲנֵנוּ הָעונֶה בְּעֵת רַחֲמִים עֲנֵנוּ: הוא יענני..
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לטובה » מאנטאג פעברואר 02, 2015 5:23 pm

הערליך, רירנד און העכסט - שרייבעריש, א יישר כח פארן אונז מהנה זיין.
לטובה
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: דינסטאג יולי 01, 2014 10:39 am
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 94 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מיטוואך פעברואר 11, 2015 8:55 pm

ב''ה
ס'בלאזן ווינטן פון אלע זייטן און בושעוועט אין פנים אריין, עס רייסט שטיקער - פונעם זיכערקייט וואס דער מענטש האט אין זיך איינגעפלאנצן, און צעווארפט עהם אלע מעגליכקייטן, צו שטעלן א טריט פאראויס.
ס'געווען רואיגע צייטן, טאקע נישט צו לאנג צוריק, טאקע נישט פאר צו לאנג..
ווער האט זיך געגלייבט אז ס'וועט איבערפאלן דעם האריזאנט אזא נעפל, און ס'וועט זיך נישט ארויסזען דאס שיינהייט פונעם וועלט.
טייל לייטן טוהען צומאל טרייסטן, אז ס'טאקע א זאווערוכע, טאקע א שווערע סיטואציע, אבער בלויז א סיטואציע.. און עס קומט באלד אויף דער שיינער גאלדענער זין, און וועט פארטרייבן אלע כמארעס.
ווען מ'זאל ווען קענען זייערע רייד אויפשטוישן אויפן באלדיגן ווירקליכקייט, וואלט באשטימט גוט געווען, נאך וואו גוט געווען..
אבער עס זעט זיך שווער א האפענונג, נישט באלד נישט מארגן, ווער ווייסט ווען יא..
אינעווייניג אינעם שטיבעלע, ברענט א ליכטעלע, וואס צאפלט און דאך געבט נישט אויף איר פלעמעלע, עס טרערט און צושמעלצט די טיקע שיכט אייז וואס לייגן זיך אן אויף די ווענט פונעם שטיבעלע, פאקט פון מעט מן האור, וואס איז דוחה הרבה מן החושך, טאקע הרבה אבער דווקא נישט אלעס מן החושך.
ס'הערשט א שווערע וואלקן כמארע, קען זיין א ווייס גרויע – נישט דווקא טאפענדע פינסטער אין שטוב, טאקע דאנקן גאט אז ס'איז עפעס א שיין פארהאנען אינעם סביבה, אבער דאך, ווייט גאר ווייט פונעם גלארייכע וואונטש פונעם אור כי טוב.
איינזאם און אליין זיצט זיך דאס לעכטעלע, און ווארט און האפט אז ס'זאל אויפשיינען די ווירקליכע שיינהייט פון אור, און אזוי ארום וועט אלעס ווערן פארגיטיגט אטאמאטיש.
דאס עסן וועט זיך בעסער פארדייען, און דאס לערנען וועט זיך בעסער פארשטיין, די קאפ בעסער האלטן, און די פוס פלינקער שפאנען.
אבער ווען זעט מען שוין דאס הארצן וואונטש, וואו זעט מען שוין דאס האפענונג במציאות ממש.
ווילאנג וועט נאך דאס פלעמעלע פונעם עקשנות'דיגע לעכטעלע עספיען אנצוהאלטן איר חיות, חלילה עס זאל נישט אויסהויכן אומ'ערווארטעט, פון אזא לאנגע אויסגעווארטעטע הילף.
און מ'זעט נישט קיין צייכן פון א שטראל, בלויז דאס שוואכע שיין פונעם איינגע'עקשנ'טע לעכטל קנויט, וואס לאזט זיך בייגן פון יעדע ווינטל, שפילט א פנים ווי עס וועט זיך שוין פארלעשן, אבער שטעלט זיך באלד צוריק צו איר פאזיציע אינעם צענטער פון איר רוה, און פארשיינט ווידער די שווער פארהארעוועטע איינוואוינער ארום, וואס די אויגן גייט זיי אויס, פון וויסטע אומ'וויסענדע קלערן איבערן צוקונפט.
ווען ס'זאל כאטש זיין עפעס א וועג, געוואויר צו ווערן עפעס פאקטישע נייעס, וואס גייט פאר יעצט, פארוואס איז עס אזוי חושך, און וואס איז די פלאן, וועט זיין ווידער חושך אמאל, אדער וועט שוין זיין לעכטיג פאר א קיום..
זאל מען כאטש האבן א קלארע באווייז אין האנט, אז א טאג צייט, זאל זיין א וואך אפילו א חודש, וועט נאך זיין אומעטיג, און נאכער קומט מנוחה ווינטן וואס וועלן פארטרייבן די קאלמוטנע סצענע.
נישט קיין צייכן, נישט קיין מעטאד, ניטאמאל א גוט זאגער א באגלייבטער, איז מצליח צו דעקן דעם מצב, און אויפהייבן דעם שוואכן שיין פונעם לעכטעלע, אז עס זאל גורם זיין א ליכט'טורם, פארן האפענטליכע קומענדיגער אויסלייזער.
און דאך געבט זיך דאס פלעמעלע נישט איין פארן ווירקליכקייט, און פארוואס???
דאס איז נאך שווערער א קשיא אויפן מציאות – איבערן מציאות!
וויאזוי איז דאס מעגליך, אז דאס מענטשעלע ווייסט גארנישט פון קיין גוטן עתיד אויף א פאקט, און דאך טוהט זיין רוחניות'דיגע לעכטעלע איהם שטופן אויף פאראויס מיט אמונה וביטחון, מיט א העכערע קראפט, וואס מ'זעט גארנישט איר יניקה.
איז אמת אז זי ציט חיונה פון ערגעץ וואו, וואס געבט איר די קוראזש אנצוהאלטן אינעם שווערסטן סיטואציע און נישט פארלאשן ווערן..
אויב וואר, אז ער פארמאגט א נשמה, און ער געהער צום עם הנבחר – ישראל, וואס זאגט שירה אין די שווערסטע אומשטענדן און צייטן, 'אנו עמך ואתה אבינו'.
און דער נר השם איז בעצם נשמת אדם, און אז ער היט דעם נר ה', היט דער פון אויבן זיין לעכטעלע, און איז במציאות מחזיק מעמד, אין אזעלכע אומשטענדן וואס זענען קעגן די מציאות.
זאל ווען דער מענטש האבן די מעגליכקייט, אין א צייט פון ביטערניש און ליידן, צו אויפ'עפענען א רעטעניש, און ס'וועט עהם צייגן א טאוועל, 'בראווא' דו האסט געוואונען!!! דיינע פוינטס זענען ארויף אויפן הימל טאוועל פון זכיות, מיט ריזן טרעפ.
דיינע שטארקע כוונות נישט אויפצוגעבן, כאטש דיין קערפער האט שוין מער ווייניגער אויפגעגעבן, אבער פון נשמה אויס ביסטו א העלד! א פולקאמע געוואונער..
זאל נאר ער דאס מצליח זיין צו זען ביום עברה, וואלט עס שוין גארנישט געווען אין זיינע אויגן א כמארע א זאווערוכע, נאר א נסיון של אהבת השם, א גבורה פון איבערקומען די מכשולות אין וועג, אנצוקומען לאור כי טוב.
אבער וויבאלד ס'איז מן השמים נישט באפוילן אלעס צו צייגן דעם מענטשעלע, מיינט ער, אז ער איז אין גרוב.
און אז ווען ס'געווען לעכטיג איז געווען גוט. אזוי נעבעך מיינט ער, אזוי קלערט זיך עס אמאל.
אז ס'געווען לעכטיג ארום, זאכן זענען געשווימען ווי געוואלט, מ'האט גערייכט יעדן דעם האנט בעושר ואושר, געדעקט אלעס מיט איין מעשה, און ס'איז א נחת למעלה ולמטה..
אבער באמת, אינעם עולם פון אמת, וואלט ער ווען דאן געגיבן א עפן אויף דאס הימל רעטעניש טאוועל, וואלט זיך באוויזן טונקעלע מארקן.
ר' משה גרויס, איר זענט במחילת כבודכם, א טיפן ערד ליגער..
א בעל גאווה א בעל תאווה א ליגנער און א פעלערהאפטיגער געביין. 'איר זענט לעת עתה אדורכ'געפאלן'.. זייער פאטאליש פארגליטשט בבחינת האמת.
אבער ער זעט עס דאך נישט, ער זעט בלויז פעטע צייטן, גלאנציגע קעפעלעך, און עס דאכט עהם אז ס'איז א נחת רוח ליוצרו, ווען ליידער איז עס א היבש שטיקל ארבעט מיצרו.
אט דאס אור האמת, וואס ליגט באהאלטן אינעם תורת אמת, דער ריכטיגער מוטיגער אין א שווערן מאמענט, אט דאס איז די רעטעניש, וואס קען יא אויפדעקן די ווירקליכע פאקטן, און פארענטפערן די וועלטס פראגעס, וואס זענען באזירט אויף אנדערע פראגעס, ביידע אנע תירוצים.
אבער אינעם אור הגנוז בכלי חמדה הקדושה, איז עס בכלל קיין שאלה נישט, ווייל אז מ'איז דבוק בחי החיים, איז פארהאנען כח אין די טיפסטע מערות און גריבער, און יש תקוה ליום אחרון, אויפצולעבן די פארטרוקענטע ביינער, ווען זיין ווערן עטוואס באזאלבט מיט די שמן החכמה, פארזיסט מיט רוחניות'דיגע עבודה.
איי גאט ב''ה ונזכה ונחיה.. זאל שוין זיין געלעבט!!!
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך זייגער » דינסטאג פעברואר 24, 2015 5:15 pm

כאכא, ווי איז דער נאשע ווי?
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מיטוואך אפריל 01, 2015 1:35 am

פסח ע''ה
מאמרים
כ'קען נאכנישט זאגן א גוטן פרילינג, ווייל די וועטער איז נישט איינשטימיג מיט מיינע ווערטער.
אבער מיר האלטן שוין היבש געציילטע מאמענטן בעפארן הייליגן יום טוב פסח, ווען מיינע געפילן מאכן מיר שפרונגען פון די הויט.
אט אט וועט מען זוכה זיין צו די הייליגע מצות, וואס וועט אונז רייניגן און איבערטוישן דאס גאנצע חיות אויף עפעס העכערס.
אלע הארעווען אריין אין די טעג, ווער טרייבט ארויס די חמץ, ווער ברענגט שוין אריין מיט פרייד די לעכטיגקייטן, מ'ארבעט נאך אריין מיט שווייס און מיה, אז דער קעניגליכער נאכט זאל זיין מיט שלימות און גלאנץ.
אט יעצט, קוק איך מיר אום, און כ'זע מיין רשימה מיט נאטיצן זענען פוהל..
ווי סאך זענען זיי מיינע געדאנקן, וואס איך גלייך צו פארשרייבן און פארציילן, דווקא פונעם קלייטל אוואו איך הארווע אריין טאפעלט אין די דאזיגע טעג, און ווי עס שוויצט זעך לאכט זעך..
ווען פון יעדע שטאלפער וויל איך מאכן דערפון א ארטיקל, למען תספר, וואס איך האב אין הארצן, און זאלן נאך באשעפענישן פארגעניגן שעפן פון מיינע שורות און געדאנקן.
פונעם פסח סעזאן קאן מען ליבערשט שרייבן א באזונדערע ביכל.. א כשר לפסח'דיגס..
און אז כ'וועל אנהייבן וועט זיך עס אויסציען א מגילה, די אלע סיפורים וואס איך לעב אריבער ביז איך קום אן צום חסל סידור פסח א אויסגעארבעטער טייגל, און מיט א ריכטיגע שנת העובד מיט א מתיקות שווים איך אריין אינעם היסב בעטל, און מ'קען זאגן שנעל מאכן קידוש כדי די טאטע זאל נישט איינשלאפן אבער ס'איז ונצעק צו טויבע ווענט, איך שלאף אריין ביז נרצה.
אז יודען זענען ארויס פון מצרים, און ארויס משעבוד לגאולה, איז עס ביי מיר נישט קיין כאילו..
ממש יצאתי מיטן נשמה אין האנט! איבערלאזנדיג א לאנגע רשימה פון כל דכפין און כל דיצריך'ס.. מיט אומ'פארענטפערטע פראגעס און דאגות פון א צאל הונדערטע קונים, און קונים'טעס וואס זענען מיר אריבערגעלאפן כבני מרון, און כ'האב מיט אלע געהאט א דין ודברים, און קוים ארויס פון דארט מיט רויטע אויגן און שווארצע גלידער.
רויט פון מוטשעניש און מידע טעג און נעכט נאכאנאנד, ארבעטן מיט די עשר אצבעות אין די בלאטיגע ירקות און אומ'געוואשענע ערד עפל.
נו מיט וואס הייב איך אן שילדערן מיין איבעלעבעניש, פונעם ערב פסח סעזאן?

עס פאלט אריין מיט א שטורעם ווען דער ציבור ערקלערט זיך נצרכים, און מיר מוזן זיי באזארגן דעם יו''ט מיט מצרכים, זאל עס זיין אזעלכע פראדוקטן וואס מאנכע נעמען ניטאמאל אריין אין מויל ווי גרויס די יאר איז, אבער וויבאלד ס'איז ביליג ווי בארשט, מוז מען עס איינהאנדלען, און נישט איינס, נישט צוויי, נאר צוואנציג קעסטלעך..
ס'זאל זיין גענוג ביז לבוא חמת.. און מיט שמיץ אריבער, אז די קינדער זאלן קענען פרעגן מה נשתנה, אויף אזא רחבות פון ביליגע פעטרישקע און גראבע בלאטיגע וועטשטיבעלס, וואס אויסער א כזית, ליגט עס אפ ביזן מוצאי אחרון של פסח א געטריקענטע ווארצל..
כנגד ארבעה רעדשיסטערס מדברים, אחד רשע – סתם א שלעכטע מוכר, וואס שרייעט און יאגט די קונים, אחד חכם – וואס ווייסט איך מפטירים אפיקומן פון קונים וואס האבן חובות אויפן קאנטע פון א יאר זיבציג.
אחד תם, וואס איז אינ'איינוועגס א שאינו יודע.. גארנישט ווייסט ער נישט..
יונגערמאן!! הער איך א עלטערע שטימע פונעם אנדערן זייט קראם.
וואס קאסט דע וויזוי הייסט עס?
וויזוי הייסט וואס? די בארשט?
ניין די צוויקל.. די בעריקעס..
וואס ווילט איר, א זאק צו א זעקל, פופציג פונט קאסט דרייסיג דאלער, און איינצעלנע איז ביליכער..
נעם איך איינצעלנע.. און לייגט עס ארויף אויף מיין איידעמ'ס קאנטע – פינעף און דרייסיג דאלער און זיבעצן צענט, און די איבריגע ברענג איך אריין באלד... [באלד! איר האט קיינמאל נישט געהערט די ווארט באלד?..]
ער קומט באלד, און איך ווער צעפליקט פון נאך עטליכע וואס זענען דיאגנאזירט געווארן אלץ נצרכים לכבוד יום טוב..
יעדער וויל האבן וואס ס'איז נישטא..
הייסט עס אז איר ווייסט נישט ווען ס'וועט זיין צובאקומען שאלאטן?...
ניין, דער מענידשער דארף וויסן, און איר קענט עהם פרעגן, ער זיצט אין אפיס, און איך ווייס נאר וואס מ'רעכנט דא, און וואס ס'שטייט אויפן צעטל וואס מ'האט געטיילט פון די פראדוקטן.
הייסט עס אז איר ווייסט נישט..
איך האב אייך געזאגט, און ס'האט זיך גארנישט געטוישט אין מיין ידיעה שלא נדע, פון א מינוט צוריק.
ווען וועט איר וויסן?...
און איך פראביר אריבערצוגיין דעם פארהער מיט רואיגקייט, 'ניין, כ'ווייס נישט..
זאגט נאר, די ניסלעך זענען אלטע?
ווי לענגער איר דרייעט זיך נעבן זיי, און נאשט פון זיי כלאחר יד, ווערן זיי עלטער און עלטער.. יא!
און דער קאסטומער, יאגט זיך.. איר גלייבט נישט? געבט א קוק ווי ער שפרונגט פון איין רעדזשיסטער צום צווייטן, ביי יעדן עפענט ער אויף א פרישע בלעטל, ביי איינעם לאזט ער הענגן א פעטרישקע און צוויי שאכטלעך קעיז, און ביי א צווייטן פינעף קעסטלעך משקה, און ער ווייסט נישט פארוואס מ'האט טענות אויף עהם.
כ'בין פונקט אזא קונה ווי יעדן..
אמת, אלע זענען ווי עהם, מ'קומט זיי אלעס, און זיי קומען דעם געשעפט גארנישט..
אשר פסח על בתי מצרים.. מ'שפרונגט פון דלפק צו דלפק, און מ'פראבירט לייזן ביליגע ירקות, שהכל קוכן אן קיין געוויכט, אבער מלא השגחות..
סאו איר זענט זיכער אז ס'נישטא..?
איך בין נישט זיכער, איך ווייס באמת נישט.. פרעג דעם מענידשער צום פינפטן מאל..
וואס שרייעסטו? איך מעג פרעגן.. און זאג מיר טאקע, מ'דעליווערט היינט? יא!
ווען? באלד!
ווען באלד?
א רגע נאך וואס איר באצאלט באלד.. קומט א העליקאפטער צו אייער טיר צו לאנדן..
וואס מיינט איר?
כא כא כא.... לאכט ער מיר אריין אין פנים.. און איך מוז שמעקן זיינע נישט געוואשענע לכבוד פסח'דיגע...
דו ביסט גוט.. זאג נאר, פסח'דיגע בעגס האט איר?
יא אלעס איז פסח'דיג דא.
יא, אבער ס'האט א השגחה?
און טאמער יא?
טאמער יא, וויפיל קאסט עס ביליגער פון א גאנץ יאר... איין מינוט, מיין רעבעצען קלונגט...
מאמי וואס ווילסטו אין גראסערי... פארוואס דארפסטו דאס.. ניין איך קויף עס נישט..
שנעלער רעבע, א גאנצע שורה ווארט אונטער אייך..
אקעי שרייב עס אויף.. ניין נעם דעם טשעק.. ס'איז דרייצן דאלער און אכט צענט..
אייער ביל יעצט איז נאר דרייצן דאלער און פינעף צענט, נעמט אייך דריי פעני..
ניין ניין, לייג עס ארויף, איך וויל נישט נעקסטיים בלייבן חוזק אן געלט, ווען כ'האב געלט לייג עס ארויף..
גרויסע עושר, דריי צענט לייג עס ארויף..
און ער רעדט נאך.. און אריין אינעם אויער פונעם נעקסטן רעדזשיסטער וואס איז בכלל א שונא גדול צו די היינטיג טעכנעלאגיע, און בפרט צו יענעמס טעלעפאן..
און ס'ברעכט אויס מכת ברד, ס'רעגענט קללות אהין און צוריק, איך פארבייס א ליפ צו א ציין, און נעם אן באהבה דעם נעקסטן מוטשעניאק אינעם ליין...
[המשך יבוא..]
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך זייגער » מיטוואך אפריל 01, 2015 10:33 am

שעקויעח לבלר.

איך באמערק אז די שרייבסט אזויווי דיין מחשבות, דהיינו אז עס איז ווי דיין מחשבות זאל ווען ווערן אפגעטייפט.

איך גלייך זייער דאס.
זייגער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 399
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 7:01 pm
האט שוין געדאנקט: 43 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 36 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » פרייטאג אפריל 03, 2015 12:11 am

יא, נעקסט פליז! וואס איז אייער נאמבער?
איר רעכנט? ס'איז פסח'דיג דא? מ'קען באשטעלן קעיסעס??
אט די פראגעס הער איך א גאנצע טאג כאטש זעקס און פערציג מאל א שעה, און כ'פארשטיי נאכאלץ נישט דעם פראגע..
בין איך נישט דא אלץ רעכענער? איז יעצט אפשר נישט ערב פסח? און שטייט דען נישט גרויסע אותיות אויפן דלת, אז מ'קען באשטעלן קעיסעס??
און כאטש איך זאג, יא אוודאי, און כ'שטיי גרייט צום דינסט, איז מען נאכאלץ נישט רואיג.
איך וויל באשטעלן א א קעסטל עפל, אבער ס'גוטע עפל? איך וויל די ביליגע..
אה, איר ווילט די ביליגע און איר פרעגט אויב ס'גוטע עפל, און איר מיינט כ'וועל אייך זאגן, ניין, מיר פארקויפן נאר טייערע און זויערע סחורה..
יא, מיר האבן די ביליגע פיינע עפל פאר קאמפאט און צום עסן, און לייגט ארויס אייערע איבריגע זאכן און מ'וועט עס רעכענען און אפשיקן צו אייך אהיים.
כ'זיך א צינדער..
אקעי, אקעגן די פרידזשידער אין אייעל זעקס, ליגן צינדערס.
ס'איז כשר לפסח?
וואס מיינט איר צו פרעגן.
ס'דא וואס האט א הכשר?
איך פלאץ אויס אין א געלעכטער... וואס נאך דארף אלץ א הכשר, און אז מ'וועט עס האבן וועלן שוין אלע זיין העכסט צופרידן און האבן א פרייליכן יום טוב...
און יענער לויפט פון איין רעדזשיסטער צום אנדערן, אפשר דער אנדערער וועט געבן עטוואס ביליגער אויף דעם שטיק כריין, וואס קוקט אזוי בייז אויף זיינע קונים.
אוי כ'האב פארגעסן, איך האב צוריקגעברענגט א שאכטל קעיז, מיינע שונאים זאלט איר שיקן אזא קעיז..
און איך ווערטל זיך צוריק, געבט מיר זייער אדרעסע און איך שיק זיי עס זאפארט אהין..
וואס נאך דארפט איר.. איר האט דאך שוין אלעס געקויפט נעכטן און אייער נעכטן..
איך זיך די שמאלע קליינע דינע פלעסטיגע שטארקע פלעשלעך..
ניין, אויף פסח פארקויפן מיר נאר די גרויסע באטלעך פאר מאסט, און די קליינע איז דא צו באקומען נאר פורים צייט.
נו זאל זיין פורים, איך דארף יא יענע קליינע דינע שטארקע פלעסטיגע שמאלע פלעשלעך.
זאגט מיר נישט אז איר ווילט צוריק מישן דעם קאלענדער צו פורים, וויפיל ריטערנס איר האט געמאכט דעמאלט, און ביז מ'האט געזען פון אייך א העד טשעק אויף בעסערע צייטן, וכולי האי ואולי..
אקעי, וואס איז מיין דעמיטש??
אייער דעמעטש? אז איר האט נאך א אלטע באלאנס, און האט נאך היינט נישט דאס גאנצע תשלומין, איז עס אייער דעמעטש?
אוי, כ'האב פארגעסן צו פרעגן. [נו פרעגט שוין..] ווי ליגט די 'ווערים ספריי'...
איר מיינט פאר מוראשקעס?
ניין פאר מאריטשקעס..
יא יא.. מאריטשקעס האבן מיר אויך.. און אייער ספריי ליגט אייעל פינעף. נאך עפעס?
בלי אומר ודברים, נעמט ער זיך ארויפטראסקען איבערגעפילטע זעקלעך מיט פעטרישקע און מייערן, אז כ'זאל האבן הונדערט זעלנער אונטער מיין באזיץ וועט עס אויך סטייען גענוג און אויף איבריג.
אבער אבי מ'האלט שוין ביים רעכענען יענעם, און בדיל ויעבור ער זאל זיך שוין גיין פון דא..
ס'פליעט.. זאכן, עפעלעך ראוילען זיך.. און זעקלעך גיסן זיך.. און ער פרעגט מיר, יענס איז אויך מיינס אויפן פלאר?
ווייסעך וואס? דער לייגט ארויף זאכן פון רעכטס און לינקס, ווייסט נאכנישט פון וועלכע וועגעלע פון א שכן אין די רייהע ער האט עס בטעות ארויסגענומען און אויפגעלאדענט דא.
איך יאג זיך שנעל מיט עהם, אבי צו האלטן ביים נעקסטן פעיגער, אפשר פילייכט גרינגער ווי דער ערשטער און צווייטער אנלייגעניש.
אפשר א גוטע נשמה? מ'דארף פארשטיין – קלער איך, אז ס'ערב יום טוב, און ס'שווער דן זיין איבערגעשטרענגטע מענטשן אין אזעלכע אומשטענדן.
אבער איין זאך שטרייך איך אונטער, אז בכיסו בכעסו ובכוסו, זעט מען קלאר אויף יעדן באזונדער, וויאזוי ער האנדעלט מיט אנדערע אין געשעפט.
ס'דאך איין שטעטעלע יודען, און מ'קומט זיך אויס איינער אויפן צווייטענס חשבון, פאלט עס נישט ווייט פון א מחותן צו א בלוט קרוב פון וועלכע זייט נאר.
איך פארשטיי דאך מיין שטעטל, מער ווייניגער, אבער אז יענער נעמט פייניגן דעם ערל וואס פאקט עהם איין די זאכן אין די באקסעס – איך וויל אהיימנעמען מיט מיר די אייער און די מילכיגס און די פיש און די פלייש און די טשאקלאד און די דזשעליס..
אבער רעב יוד, ס'שוין איינגעפאקט, פארוואס דערמאנט איר זיך ווען ס'שוין אויפן וואגן צום דעליווערן..?
און יענער שרייעט מיר צוריק מיט העזה, און פארוואס רעגט זיך דער גוי??
וואס הייסט פארוואס, ער קען דיך נישט פון שול? פון חדר? ער זעט קליפ און קלאר אז דו ביסט מפוזר ומפורד..
דאס אלעס זאג איך חלילה נישט יענעם אין פנים, אבער די מצב רעדט פאר זיך, און דאס איז דאך א חלק פונעם שענקן און סערווירן, אז מ'דארף נאכאנאנד ווישן די נאז און שווייגן..
האלט איך טאקע אלץ נעבן מיין טישל א שאכטל טישוס, און וויש אוועק נאך יעדן באלאגאן, און בדיל ויעבור! זאל זיין לכבוד יום טוב!
דער ערל וועט דאך נישט קענען נאר זיינע פאר גרייצער פאר זיין עבודת פרך. איך האב וועל דאך מוזן לאכן און לחיים געבן דאס רוב פון די קונדן דא, איז דאך נישט קיין חשבון צו זאמלען שונאים פאר חצי בחינם.
איז גוט יום טוב אלע יודען.. דער עיקר איר האט שוין אלעס? אז נישט, כאלאמויעד זעמער ווידער אפען.. קומט און האט הנאה – צו פרעגן אלע סארט מאדנע פראגעס, האט נישט מורא! ס'יום טוב אויפן וועלט.
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מאנטאג אפריל 06, 2015 6:18 pm

ווי נאר די פלעמעלעך פון די מה נשתנה לעכט האבן אויפן געשיינט, זענען מיר אפאמאל געוואויר געווארן אז מיר זענען מער קיין עבדים – מיר זעמער אצינדער בני מלכים.
ווען די טייערע מיכלא דאסוותא ליגן פארשטעקט אונטערן פלושענעם טיכל, וואס זענען דערויף אויסגעוועבט לעכטיג גאלדענע ציטאטן פונעם זמן חירותינו.
דאס זויערטייג איז שוין לאנג פארשוואונדן פונעם האריזאנט, פונעם מחשבה אוודאי..
כ'זאג א ווערטל.
ווי הונגעריג מיר זעמער געווען בערבי פסחים, אז עס דוכט זיך, אז דאס וואס אסתר המלכה האט געפאסט דריי טאג מעת לעת, בימים ההם בזמן הזה – פאר פסח כידוע, איז אפשר ממילא שוין נישט געווען קיין געהעריגע מאכל אין מויל צו נעמען פון יענע – נישט אין פסח גערעדט - געבעקסן..
ווייל אין די צייט ווען ס'שוין ערב פסח, האט שוין די פארטרוקענטע לעבל מזונות, יענס טעם, יענס פרישקייט.. ס'שוין דערגאנגען די אפעטיט פון די חמץ, וואס איז אמאל איידער זויער, שוין שימל.
ס'שוין קיין גרויסע ניסיון נישט, עס צו פארניכטן און פארווישן פונעם אויג און וויסן.
אבער די רבותא דא, איז אונזער שמחה של מצוה, וואס מיר זענען אזוי פארקאכט און דערהויבן אינעם יום טוב אטמאספער, אז ווען מיר זאגן אשר בחר בנו מכל עם, דו ליבע גאט ברוך הוא – האסט אונז אויסדערוועלט פון אלע פעלקער.
- און וואס טוט זיך מיט אונז? מיר האבן בלויז געהערט פון טאטע צו זון, אז דו האסט אונז אזויפיל חסדים געטון, און מיר טוהען דיר ליבע גאט פריש אויסוועלן און ממליך זיין אלץ אונזער איינציגער פודה ומציל מפרנס ועונה.
ווייל 'מיר' האבן בוחר געווען אין דיר!
אז איינער וויל עפעס שטארק, איז ווייל ער גלייכט עס, ווי שווער עס זאל עהם נאר אנקומען, וועט ער עס גלייכן, און נישט אנטלויפן דערפון ווי פארשטענדליך, ווייל 'ער' האט דאס אויסגעוועלט..
טאקע אתה בחרתנו, אבער אויך מיר בעטן דיר אצינד, יהי חסדך ה' עלינו כאשר יחלנו 'לך'.
דאן טוהען מיר זיך באהעפטן אינעם מידת הטוב פונעם כביכול, און מיר רופן אויס על כוס יין און א טאץ מצות, 'כל דצריך ייתי ויפסח..'
מיר זאלן עס נאר מיינען פאר א אמת, אז די טיר זאל זיך עפענען און עס זאלן אריינמארשירן געסט פון אלע סארטן און קאלירן.. וועלן מיר זיי מיט פרייד אויפנעמען און געבן כל דכפין וואס ער וויל נאר.
וועלן מיר זוכה זיין אויך, צו באקומען משפע בריכה עליונה וואס מיר גלוסטן און הונגערן אזוי, השתא הכא לשנה הבאה וועלן מיר שוין זיין בני גאולים.
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מאנטאג אפריל 06, 2015 10:37 pm

זמן חירותינו? אזוי שטייט, אזוי הערט מען פון אלע דרשנים, און יעדע יודעלע מיט זיין פעקעלע גלות, ווען ס'קומט די זמן חירותינו, פראבירט מען זיך אריינלייגן אינעם הוטל פון א בן מלך, און איז ברוך השם זוכה טאקע מקבל צוזיין די הייליגע השפעות פונעם יו''ט.
אזוי גלייבן מיר באמונה שלימה.
היינט מיטאג.
ס'האט פאסירט און ס'האט עקספלאדירט!
איינער א באקאנטער, וואס כ'האב גארנישט געוואוסט אז ער איז א סינגל, האט מיר געגעבן אנצוהערן א בלו פרינט פון זיינע געפילן.
און ער פרעגט מיר.
דו האסט קיינמאל נישט דעם ווילדן מינוט, און דו טראכסט, איך שפיר זיך כעפרא דארעא, און ווילסט ארויפגיין אויפן פינפטן שטאק און מאכן א ירידה?..
כ'האב נישט געלאכט, איך האב געזען ווי זיינע אויגן גלאנצן פלוצלינג.. ער באפרייט א שנירל טרערן פונעם רעכטן אויג, גראד פונעם הויפט נערוו פון אלע הרגשים און מחשבות זיינע.
ניין, זאג איך עהם, איך האב שוין ב''ה איבערגעקומען די תקופה, און זיך געלערנט שלונגען דעם מצב, און זיך אליינס בארואיגן אז ס'קומט בעסערע צייטן, נישט אייביג איז טונקל.
איך שפיר ווי מיינע אויגן טרערן אויך..
איך וואונדער זיך, אוואו זענען מיינע געפילן פלוצלינג הארט געווארן ווי א שטיין? אה! ס'זענען נישט טרוקענע געפילן, ס'איז נאכאנאנדער ציפענישן אין הארצן, וואס בעטן שוין נישט קיין טרערן, אבער יעצט! יעצט שפיגל איך זיך קעגן מיר אין דעם זעלבן געפיל, און כ'הייב ווידער אן ניצן טרערן, ווען איך וועק זיך אויף פונעם וויסטעניש פונעם מציאות.

כלל ישראל איז בודק חמץ, און מ'זוכט צען ברעקעלעך וואס די בני בית האט באהאלטן..
דער סינגל האט נישט וואס צו אויפזוכן, ער זוכט שוין לאנג א מציאה און טאפט א וואנט, ער באהאלט אליינס די שטיקעלעך און קלייבט זיי נאכן ברכה צוזאמען..
ס'שטיל שא אין זיין איינזאמע דירה'לע, נישטא ווער זאל עהם העלפן אויפרוימען, ס'נישטא ווער זאל עהם אויפדרייען..
אלעס ליגט ווי א דומם – ווי א שטיין אין וואלד, אליינס, שטיל, פארגליווערט.
אויסער די שטילע אטעם פונעם וואנט זייגער, ערגעץ וואו אינעם דירה'לע, אויסער די שפין וואס ציט זיינע פעדעמער אין די ווינקלען פונעם שטימע דירה, אלץ צייכן אז דא באוועגן זיך נישט קיין סאך נבראים – בלויז איינס אליינס און קוים ווען.
כלל ישראל גרייט אן די סימני הקערה, און די היסב בעטל, און דאס און יענס.
דער סינגל דארף גארנישט, ס'פעלט עהם גארנישט, ער האט 'ליידער' נישט קיין זארגן, ער דארף ליידער נישט בארגן, ער האט פשוט נישט וואס צו טון מיט די ליידיגע צייט, וואס ציט די נערווען, יעדע לאנגע שבת נאכט, שבת נאכמיטאג, מוצאי שבת, און ערב שבת.
ער גרייט נישט אן פאר קיינעם, גארנישט, עהם איז גוט א שטיקל א פערטל, און א שאד דאס רוב פלעשל וואס ער טרונקט קוים דערפון.
ער האט נישט וועמען צו קויפן עפעס, וועמען צו געבן עפעס, מכבד זיין, מארח זיין, ער איז היינט א אורח ביי אנדערע הייזער, און א שאטן וואס דרייעט זיך ארום ווי א קליינע סמארט קאר, סעלפיש פארלאשן און פאר'קלאפט.
ער דארף גארנישט, ער טוט גארנישט, ער האט נישט קיין דאגה און קיין מאנגל אין צייט, און קיין מאנגל אין עסן, דאס עיקר פעלט, א שותף לחיים, א אויער מיט הארץ, א נשמה מיט פארזארג, ואיננו!
ביים שמועס קרעמל אין שטיבל, האבן אלע וואס צו פארציילן פון זייערע דורכפעלער און דערגרייכונגען ווי איינס, און טייל ווייסן צו זאגן מיט זיכערקייט, יענער? ס'קוקט מיר נישט אויס אז ער וויל נאך חתונה האבן..
קודם כל וועהלט ער זיך ווי משוגע, שנית, ער איז שוין אזוי לאנג אליינס, ער איז שוין זיכער מיואש, דריטענס, ס'איז עהם שוין גוט אזוי..
ער האט מיר אליינס געזאגט.. ער האט אליינס געלאכט ווען כ'האב עהם דאס געזאגט, ער איז פיין מסודר מיט זיין קארעלע מיט זיין דירה'לע מיט זיין ווייסעך וואס נאך אלע חתונה'געהאטע זענען מקנא די סינגלס ווי גרין זייערע גראז וואקסט אויף הייווען.
אויב זאל איך זאגן אויף דעם פריערדיגע שילדערונג, א ביטער געלעכטער, האב איך עס נישט פארטייטשט, עס איז א ביטערע ביטערע געוויין, א שטילע געוויין וואס איז פארשלייערט מיט גראבע ווענט און מויערן, אינעווייניג אינעם הארץ פונעם סינגל פליסט א קוואל פון ביטערע ביטערע טרערן.
דאס הארץ ווערט צושפרונגען..
בערל לעבט מיט זיין ווייב, גייט און קומט, יאנקל פארט עהם אריבער און געבט א פייף, און זיין ווייב זיצט אין פארענט און לאכט..
ביים טאטנס הויז, אלע ברודער און שוועגערינס, לאכן ארום, מ'שמועסט און מ'טענה'ט זיך, און ער שפירט זיך ווי א פינפטע רעדל, ווייל ער טאר נישט קוקן צו סאך אהין, ער טאר נישט רעדן צו סאך אהער, מ'וועט נאך זאגן אז ער טראכט אז ער טראכט אז ער טראכט..
אלעס גייט גע'פארט, און ער גייט ווי א רעדל אן א וואגן, אלע ווייזן א לעבן, און ער לעבט ווייל ער מוז ווייזן..
יעדער האט געוואלדיגע דברי חיזוק עהם צו זאגן, נישט נאר שבת, נישט נאר יום טוב, נאר יעדע מאל מ'טרעפט עהם.. ''דער אייבירשטער וועט דיר זיכער זיכער העלפן, איך זאג דיר צו...''
''איך האב דיר זייער זייער זייער שטארק אינזינען.. [ווען? ביים עסן?? אה, נאכן עסן מיטן טעלפאן ביכל אין האנט זוכנדיג א שידוך פאר מיר.. יא?
ניין, איך בין נישט קיין שדכן, איך האב גראדע גערעדט מיט איינעם 'אמאל'. ער זאגט אז ער וועט טראכטן..
נו ווען דען האסטו מיר אינזינען זייער זייער זייער שטארק..
ביים דאווענען, ביי הנותן לשכוי בינה, ביי גאל ישראל, ביי על הצדיקים.. אה! ביי והסר ממני יגון ואנחה, דו ווילסט מער נישט הערן מיין פראבלעם.. איך ווייס, דו ווילסט כ'זאל מיר שוין חתונה האבן און געענדיגט מיט דיין שווערע געפיל..
כ'זאל מיר שוין חתונה האבן איינמאל פאר אלעמאל.. און וואס טוסטו פארדעם? קלאפסט מיר אין פלייצע מיט דיין אמונה פשוטה.. מיט דיין צעקוועטשן מיין האנט פורים נאכמיטאג און יום כיפור פאר כל נדרי..
סך הכל ווילאנג האסטו אזוי שטארק שטארק געטראכט און געבעטן פאר מיר?
סך הכל ווי שטארק האסטו געבעטן.. ווי לאנג און ווי שטארק וואלסטו געבעטן ווען דיין אייגן קינד דארף א שידוך און ער איז שוין היבש ארויס פון ישיבה??
צו איך האב טענות אויף דיר? ניין! איך קען נישט האבן קיין טענות, דו קומסט מיר גארנישט, דו ביסט דאך נישט קיין שדכן זאגסטו.. וויפיל דו קענסט טון, טוסטו שוין.. אוודאי.
איי פארוואס איך קוק דיר אן מיט א זויערע מינע? זאל איך לאכן? ס'רייסט דאך מיר ביים קאפ און הארץ, איך בין שוין עלנד א היבשע פאר יאר.
אבער אז איך זאג, אז כ'וויל נישט קיין חיזוק, איך וויל נישט קיין אומגעבעטענע ברכות, קיין אומגעבעטענע תפילות און הזכרות, נאר פאקטישע מעשים, קוקסטו מיר אן ווי א מרה שחורה'ניק.
אז דו טוסט דאס בעסטע לשיטתך, און מער קענסטו נישט טון, ס'פשוט נישט מעגליך מער וויפיל דו טוסט, ביסטו פטור.
פטור פון טון אומגעבעטענע טובות אויך..
אז איך בעט דיר נישט קיין הזכרות, שפאציר אוועק פון מיר, און וויין מיר נישט אריין אין מיין ליידיגן שיסל.. ווייל דו פארשטייסט מיר נישט.
ווען דו וואלסט מיר פארשטאנען, וואלסטו נישט געזאגט אז דו האסט גענוג געטון!
כ'רעדט שוין נישט, אז ביסט מתפלל פאר מיר, אבער ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו שיקן משלוח מנות, ס'דיר נישט איינגעפאלן מיר צו רופן פאר א סעודת שבת, מיר צו שיקן אמאל א געשמאקע נאכטמאל, מיר צו שענקן ידידות ווען איך וויל עס נישט ווען ''דו'' ווילסט..
שבועות ביים מילכיגן סעודה לעקסטו אייז קרים מיט דיין משפחה, איך לעק אראפ מיינע טרערן פון די נאסע באקן, ובמסתרים תבכה נפשי.
זומער מ'גייט מ'קומט מיט די משפחה און איך לעב ווי א בוים אין בעק-יארד, קיינער דארף מען נישט באזארגן מיט קיין שופר בלאזן מיט קיין מגילה לייענען, מיט קיין סוכה מיט קיין מצה מיט קיין אתרוג מיט קיין קידוש והבדלה.
יא אויפגעשטאנען, נישט געגאנגען שלאפן, יא דערלייגט נישט פארלוירן, רעדט צום וואנט!
אבער טאקע צו די וואנט!!
להדליק נר חנוכה, זאג שטיל זאג הויעך, מאך אויף מאך צו.. ווי מיין זאקן ווי מיין בעקיטשע..
הרחמן הוא יברך את.. עמ עמ.... אותי יא! ואת... עמ עמ... אישת...ניין, את עמ...אותנו ואת כל אשר לא לנו.. ו...כל עמך בית ישראל..
אוי! אוי! רייסן זיך ארויס קרעכצן פון דאס הארץ, פון דעם עלענדער איינזאמער הערצעלע, וואס נאר דער שומע כל פה, הערט זיי און וויינט מיט, מיטן צעבראכענעם סינגל, וואס כאפט נישט דעם אטעם פון פארשעמטקייט און יאוש.
אוי באשעפער זיסע, עד מתי!
ווי קען איך ליבע גאט זאגן זמן חירותינו, ווען איך בין פארבינדן דאס הארץ און די געפילן מיט שטעך דראטן.
זמן שמחתינו.. הלוואי, על הניסים ועל הפורקן אוי ווען? בערך ווען וועט דאס שוין זיין..
אפילו מיינע חברים זענען באשוואוירן אז שלום עלי נפשי, אז איך בין שוין גוט אזוי, און כ'בין שוין צעפליקט און צשטויסן פון לויפן צו אבשוי'ס און דייטס, אלץ צו הערן דעם פאגעשטעלטן ניין!!! ער איז נישט פאר מיר..
פארוואס שטיי איך אויף? פארווען לייג איך מיך אראפ? וויאזוי עפען איך א מויל און רצון אויף תפילה, אויף תורה אויף וחי בהם, אויף תכלית, אויף שמחה של מצוה, אויף געזונט, אויף אמונה אויף זיך אויפ'פירן נארמאל, ס'דען נאך דא דען א סיבה דערויף? האב נאך עפעס אנדערש אויפן עתיד?
דאך דאך זאגט יעדע איינציגע שבר כלי, איך גלייב איך גלייב אז אויב אלע האבן מיר שוין אפגזיגלט אלץ א פארגעסענער, אבער דו ליבע גאט האסט מיר נישט פארגעסן אפילו טאמער האב איך אין דיר פארגעסן.
און נאר דיין הילף, דיינע וועגן האבן א תכלית און א בערוף, אעשה לו עזר.. אין יענע רגע וואס עס וועט זיין די געטליכע רצון, ווען דער יושב ומזווג וועט שפאלטן דעם ים הגדול והנורא פון טרערן ימ'ן טרערן און הארץ עסענישן און אומעט, און ביום מן הימים זוכה זיין צום הפכת מספדי למחול.
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג אפריל 07, 2015 12:45 am

מנשה, איך קען דיר נישט, איך מיין אז איך האב דיר נאך קיינמאל געזעהן און געהערט, איך גיי דיר נישט זאגן יעצט הזכרות און ברכות.... איין זאך קען איך דיר זאגן: האסט מיר נאס געמאכט די אויגן! דו ברענגסט אריין דעם ליינער אין די טיעפסטע און פריוואטסטע געדאנקען פונעם סינגל, ווי נאר א סינגל ווייסט ליידער און נאר ווי איר קענט עס ב"ה אראפלייגן מיט אייער געשמאקן און געפילישע שפראך.

איך קען מיר נישט איינהאלטן דעריבער וועל איך אייך יא וואונטשן א ברכה'לע, זאל דער רבש"ע אייך אויפרעכטן מיט אלעס בעסטע און מיט די ריכטיגע אין די ריכטיגע מינוט. ואל תהי ברכת הדיוט קלה בעיניך.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » זונטאג אפריל 19, 2015 7:11 pm

ב''ה
אין א גאנץ הייסע פרילינג מארגן, איז דאס פארגעקומען..
ווען איך האב זיך געגרייט, מיט א לייכטע פיבער און דאפעלטע באווארעניש, איך זאל גארנישט פארגעסן, וואס איך דארף אלץ מיטנעמען מיט מיר, אהין.
איך דארף היינט וויכטיג ערלעדיגן, א נייע קאנטע אינעם דור ישרים אפיס, און פאר דעם פראצעדור, וועל איך מוזן האבן אין מיין טאשקע גרייט, אלע – אבער אלע, וויכטיגסטע דאקומענטן, וואס א בירגער בעולם הזה, ברויך צו האבן אין זיין באזיץ.
דאס פאספארט, געבורטס-שיין, סאשל-סעקיורעטי קארטל, און נאך וויכטיגע 'ארגינעלע דאקומענטן', וואס מ'דארף האלטן אין א מקום משומר, ווייל אן דעם איז מען 'אויס מענטש'..
הכלל, מיסטער שווארץ האט מיר אנגעזאגט קלאר, אז איך זאל זיין אין צייט גרייט, ווייל ער וועט מיר אויפנעמען גאנץ פריה, כדי מיר זאלן אנקומען אין צייט – און נישט פארפאסן דאס ערמערדזשענסי אפוינטמענט, וואס מיר האבן ערלעדיגט.
דאס איז פארגעקומען עטליכע יאר צוריק, ווען ס'האט זיך גע'האנדעלט פון א ערנסטע שידוך, און ס'איז א שאד אז די דאזיגע טעסט זאל אפהאלטן די זאך.
יא, איך האב ברוך השם זיך אריינגעזעצט אינעם טראק זיינע, און יא, איך האב ביי מיר געהאט אלעס וואס איז נויטיג, אפילו א בינטל איבריגע הונדערטערס, אויב אפשר מ'וועט דארפן צאלן מער, אדער וואס נאר מען ברויך, זאל עס נישט אפהאלטן.
און מיר האבן דערגרייכט אהין, און אפגעאטעמט פריי, ווען מיר ווארטן אויף אונזער רייהע, זיך צו לאזן אויסציען א פלעשעלע בלוט – פאר די טעסט געברויך, און איינגעבן די וויכטיגע פאפירן – וואס וועט זיכער מאכן ביום שמחה, אז זאכן זענען בסדר.
און נישט לאנג האט געדויערט, ווען מיר ערהאלטן דעם קאנווערט, דערינען דעם פארהעלטמעסיגע נומער מיינע, וואס איז די נומער פון מיין טעקע אין זייערע ארכיווען.
מיר פארן אהיים היבש צעפרידן, געלויבט דער פון אויבן, אז מיר האבן עס ערלעדיגט, און מיר זענען העכסט גרייט, מיט א ריזן שטאפל פאראויס, פאר פרייליכע מאמענטן.
ביז וואס ווען וואו, איז שוין נאכמיטאג, און ס'וועט נאך נעמען א רינדיגן שטונדע, די וועג אהיים פון שטאט, ביז מיין היים שטאט שיכון סקווירא.
בעפאר מיר פארן ארויף אויפן וואשינגטאן בריק, זאג איך שוין דעם דרייווער, אז ביים אנקומען, זאל ער מיר צופירן צו מיין הויז, כדי כ'זאל די וויכטיגע דאקומענטן און דעם קאנווערט, אוועקלייגן אין א מקום משומר, נאך פאר איך ווער באשעפטיגט מיט אנדערע זאכן.
און תוך כדי דיבור, כאפ איך א ציטער.
...און וואו זענען זיי טאקע מיינע דאקומענטן? אוי! איך האב עס נישט..
וואס גייט פאר מיט מיר? איך האב אויסגעטון מיין קאפעליטש, און אראפגעלייגט דעם גאנצן פעקל – דערינען אלע דאקומענטן, און..
ואיננו!!! געוואלד!
כ'בעט דיך דרייווער, שטעל אפ דעם טראק פארן בריק, איך מוז עס טרעפן יעצט, ווייל ליבי אומר לי... אז ס'ליגט נישטא.
איך טאפ אויס מיינע טאשן, פון קאפ ביז פוס, און בלויז עטליכע איינצעלנע דאלארן פארמאג איך אינעם בעק טאש.
איך הייב אן ווילד זוכן, אונטערן סיט, העכערן סיט, אין די פאדערשטע טייל פונעם טראק, אין די אונטערשטע טייל פונעם טראק, אינמיטן, אויבן אונטן... איננו!!! פארשוואונדן!
איך הייב אן שווער אטעמען, וואס טו איך דא?
און דער דרייווער זאגט מיר, געב א קוק, אדער האסטו עס פארגעסן אינעם אפיס דארט, אדער איז עס ארויסגעפאלן פונעם טראק, אבער אינעם טראק ליגט עס נישט, ריכטיג?
ריכטיג זאג איך, אבער וואס טו איך יעצט?
איך וועל קלונגען אינעם אפיס, און בעטן זיי זאלן אויך קוקן אויף די טרעפן, אין די עלעוועיטער דארט, און אויפן הויף ארום דארט, און אויב זיי וועלן עס נישט טרעפן, וועט מען דעמאלטס קלערן מער ערנסט, וויאזוי מ'קען איבערמאכן דעם פראצעדור, איבערמאכן דעם פאספארט, פארשאפן נייע סאשל סעקיורעטי קארטל.
- און די בינטל געלט?.. א כפרה.. אוי לאמיר כאפן דעם אטעם.
מיר פארן ווייטער.. און כ'בין באמת אובד עצות, די קאפ וויי וואס ווארט מיך יעצט פריש אפ, מאכט מיר שוין יעצט ווילדע הארץ קלאפענישן.
איך זאג דעם דרייווער, אז צו מיר אהיים האט שוין נישט קיין אורזאך צו פארן, ממילא, ווען ער קומט אן קיין סקווירא, זאל ער מיר בעסער אראפלייגן ביים בית המדרש, וועל איך כאפן א תהילים'ל, און קודם מתפלל זיין מיט א אמר ר' בנימין..
מיר בליצט אויף אין קאפ, אז היינט איז דאך פסח שני, די הילולא קדישא רבא פונעם תנא האלוקי 'רבי מאיר בעל הנס' זיין זכות זאל מיר העלפן יעצט.
און דער דרייווער פירט מיר צו, נעבן דעם שול ביים איינגאנג אויף טרומאן גאס.
איך שלעפ מיך אריין אין שול, אינגאנצן צעטומעלט, וואס טוה איך ווייטער?..
איך האלט עס נישט אויס.
איך שפרייז אריבער דעם שול ביזן אנדערן פאליש, און כ'זע דארט זיצט ר' ברוך פרידמאן – דער גבאי פונעם קופת מוסדות סקווירא ירושלים - צדקת רבי מאיר בעל הנס!
איך שלעפ ארויס די פאר סינגעל דאלערס - פון מיין הונטערשטע טאש, און איך זאג שנעל.
איך האב עפעס פארלוירן וויכטיג, איך געב דא אפאר דאלער, איך טראכט, אז די לעצטע דאלער, לייג איך יעצט אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס - וואס ליגט אויפן וואנט.
אומר ועושה, איך מאך צו די אויגן, און שעפשע א תפילה קצרה, 'אלקא דמאיר – דער גאט פון רבי מאיר בעל הנס, ענני – ענטפער מיר יעצט'..
און מיט הארץ און מח, שטופ איך אריין טיף טיף, דעם דאלער אינעם פושקע.
גענוי, וואו אין א סאדע מאשין! מלייגט אריין א דאלער, און עס פאלט ארויס א פלעשל..
- איך האב אריינגעשטופט דעם דאלער.. און איך שפיר א קלאפ אויפן רוקן.. דאס איז דיינס???
יא, דאס איז דיינס.. איך זע דא דיין בילד אינעם פאספארט..
ניין.. איך גלייב נישט וואס איך לעב מיט.. וואו גענוי האסטו עס געפונען?
איך האב פארקירט מיין קאר דעם זייט פונעם שול, און כ'עפען דעם טיר פונעם קאר, זע איך דעם פעקל אויפן ערד..
ס'קען דאך נישט זיין! שריי איך היסטעריש..
ביסטו זיכער האסט עס געפונעם דעם זייט פונעם שול? איך בין דאך אנגעקומען פון שטאט, די אנדערע זייט פונעם בנין..
איי איי אלקא דמאיר ענני.. שרייעט ארויס א געזאנג פון מיין הארץ.. אלקא דמאיר ענני – די סגולה וואס העלפט אלץ.
איך זעץ מיך אראפ, און מיין קאפ דרייעט זיך פון שטוינונג.
ווען איך הער ווי אין חלום, דעם געזאנג אין זאצן פון ר' משה גאלדמאן ע''ה.

א. לאמיר אייך דא ערקלערן, ווי אזוי קען דאס זיין?
ווען עס פליסן טייכן טרערן, פון צרות און פון פיין,
קענט איר באלד געהאלפן ווערן, עס איז דאך אן עצה פארהאן,
אפאר ווערטער לאזט איר נאר הערן, און געהאלפן זענט איר שוין דאן.

ב. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו ביסט חלילה אין א צרה, א מטבע אין די האנט נעם,
און דער הייליגער רבי מאיר פון די גמרא, ארויס נעמען וועט דיך פון דיין קלעם.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס. (2X)

ג. ווען דאס הארץ בענקט נאך אביסל פרייד, די ערשטע זאך וואס קומט אויפן געדאנק,
אפילו דער קאפ איז דיר פארדרייט, דו ווילסט שוין הערן א פרייליכן געזאנג.
אין די געהויבענע מינוטן, דעם באשעפער קיינמאל פארגעס.
געבן וועט ער דיר פון אלעם גוטן, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

ד. די סגולה האבן מיר שוין פון יארן, איבער געגעבן אונז פון דור צו דור.
היט עס ביי דיר שטענדיג אין זכרון, די פאר ווערטער געדענקען דארפסטו נאר.
ווען דו דאווענסט, און בעטסט פאר הצלחה, פאר דיר, דיין ברודער אדער פאר דיין פריינט,
אפילו ביי א שמחה אין די משפחה, האב גרייט א מטבע אין דיין האנט.
פזמון:
און זאג: אלקא דמאיר ענני, יעדער איינער קען נאר די אדרעס,
אלקא דמאיר ענני, אין זכות פון רבי מאיר בעל הנס.

און פון דעמאלטס און ווייטער, האב איך מיר איינגע'חזר'ט דעם מאמר קדוש פון ר' דוד'ל זלאטיפאלי זי''ע אינעם נאמען פונעם בעל שם הק'.
'פאר משיח וועט קומען, וועט נישט זיין קיין אנדערע עצה, געראטעוועט צו ווערן פון אלע צרות, נאר יעדן טאג זאל מען אריינלייגן א מטבע אינעם פושקע פון רבי מאיר בעל הנס, און בעטן פאר זיך און די בני בית.
און זייט דעמאלטס, פראביר איך יעדן טאג אריינלייגן א קוואדער – אינגאנצן איין קוואדער איז עס, און עס העלפט וואונדערליך.
גלייבט מיר טייערע יודען, איך בין שוין אריבערגעשוואומען זייער זייער אסאך, און אט דעם קוואדער אינעם פושקע יעדן אינדערפרי, יעדן ערב שבת און ערב יו''ט פאר די טעג וואס מ'קען נישט לייגן, און עס העלפט הייליג וואונדערליך.
עס העלפט אויף אמונה, אויף חיזוק, אויף גשמיות אויף רוחניות, אויף געזונט, אויף נחת, אויף שמירה, אויף הצלחה, אויף אלעס! ווייל וואס עס דארף זיין גוט, דאס ווערט, און טאמער איז בעסער נישט, ווערט עס בעסער נישט, און בזכותו זעט מען פארוואס נישט אויך!
אלקא דמאיר, טייטשט דער הייליגער מהרש''א, אז רבי מאיר האט אזוי געבעטן:
דער גאט וואס האט געמאכט לייכטן אין די צייטן פון די יוונים – בעניני רוחניות, ענני – ענטפער אונז אין די צייטן פון מלכות רומי האדומי – בעניני ברוחני וגשמי אויך.
און ער העלפט!
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:11 pm

httw.youtube.com/watch?v=jW92qJuv5VA
ביטע לייגן אויף א כשר'ע אופן (הנהלה)
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך שלומיאל » מאנטאג אפריל 27, 2015 8:58 pm

לבלר האט געשריבן:https://www.youtube.com/watch?v=jW92qJuv5VA

ווער איז דער אנדערער אינעם קליפ?
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 152 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך לבלר » דינסטאג אפריל 28, 2015 4:00 pm

מיין ברודער
האגגי איז נוטריקין:ה'אטס א' ג'וט ג'עבענטשט י'אר
ניק אוואטאר
לבלר
 
הודעות: 39
הצטרף: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 5:51 pm
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך Yiddish » דינסטאג אפריל 28, 2015 9:47 pm

לבלר מעג מען לייגן דא יוטוב?? לייג עס אויף די ספעשל וועג וואס מען האט געמאכט
Yiddish
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 208
הצטרף: דאנערשטאג סעפטעמבער 18, 2014 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 58 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 12 מאל

Re: ארטיקלען פון מנשה לוסטיג

הודעהדורך פאנטאזירער » מיטוואך מאי 13, 2015 1:55 pm

ישר קח לבלר פארן לייגן דא דיין ארטיקלען.
האסט א הערליחע שריפט, און איך פיל ממש ווי איך לעב עס מיט ווען איך לעיז עס.
פאנטאזירער
 
הודעות: 37
הצטרף: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 2:45 pm
האט שוין געדאנקט: 8 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron