יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:37 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

מדינת ישראל בחירות, תשע"ה,

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 3:34 am

איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.

ישראל אייכלער שרייבט א "טור נוקב" וועלכע ערשיינט אויפן הויפט בלאט ביי דשעי די ען, ער פארט און פליקט אריין פאר די חרדים און ווארנט זיי, אז אויב וועט מען נישט צוריק ברענגען די ניינציג טויזענט פארלוירענע קולות פון די לעצטע בחירות צווישן די דריי דורכגעפאלענע פארטייען (וועלכע האט געקאסט די חרדים א גוטע דריי בענקלעך) דאן וועט זיין צרות. קיינער וועט נישט דארפן האבן די פאר חרד'ישע חברי הכנסת און מען וועט ווידער קייען שטרוי.

ער וויינט איבער דעם מצב אז אין דעם יעצטיגן כנסת זענען אכצן פרומע חברי הכנסת געווארן געשטופט אין די זייט און אלעס נאר ווייל לפיד און בנט האבן געהאט צוויי מער. ער שרייט און וויינט אז מען זאל זעהן עס זאל נישט אנקומען נאכאמאל צו דעם מצב. אויב יא, זאגט ער, וועט דער וועג צו ביטערע גזירות אויף די חרדים זיין ברייט אפן.

ער ברענגט ארויס די גרויסע נסים אז די ממשלת זדון איז געפאלן, און אנשטאט מען זאל דאנקען דעם אויבערשטן און אריינשטימען וואס מער חברי הכנסת פון די פרומע, וועט מען גאר זיין כפויי טובה פארן אויבערשטן, מיטן אליינס געבן פאר די פרייע א פרייע האנט צו מאכן גזירות קעגן די תורה.

ער געוואלדעוועט אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די סקרים וואס זאגן פאר אז לפיד גייט כאפן א ריק, ער איז מסביר בטוב טעם ודעת פארוואס עס איז נישט אמת.

און דאס איז נאר אויב מען וועט נישט צוריק ברענגען דאס וואס מען האט פארלוירן, ווער רעדט נאך אויב מען וועט נאך פארלירן דאס וואס מען האט און ש"ס וועט אראפגיין פון עלעוו צו??? דעמאלס וועט דאך זיין איום ונורא. עס שרייט הויך אז מען מוז זעהן למען ה' אנקומען צו 20 פרומע חברי הכנסת. און נאר אזוי קען מען האפן צו זיין "עפעס" סעיף פון דעם בג"צ וועלכע איז באמת דער שליט יחידי אין דעם מדינה.

ער זאגט דארט אז כאטש מען זאגט פאר מער מאנדאטן פאר די יהדות התורה צוליב די רדיפות פון די לעצטע צוויי יאר, זאגט ער אבער אז עס איז קלאר אז דאס איז נאר מיט אחדות, אויב גייט זיין מחלוקת (אזוי ווי דער מצב איז יעצט) איז קלאר אז מער און מער מענטשן גייען בלייבן אינדערהיים, ובלשונו: "כאשר האש אוכלת קולות, גם בציבור האשכנזי יהיו רבים מאוד שיישארו בבית. הם יאמרו: שב ואל תעשה עדיף. הם פשוט ימאסו בדברי חכמי וגדולי התורה". (אוי זאגט ער גוט...)

רבותי, שרייט אייכלער "איך רעד נישט וועגן אחדות צוליב דעם ערך הרוחני שבדבר (אין אנדערע ווערטער: פליז, פארגעס אז די תורה הייסט זיך פירן בדרכי שלום ובאחדות) נאר פשוט צוליב די נומערן, נאר מיר אליינס האבן שאדן דערפון, גשמיות'דיגע שאדן". נאכן געראטעוועט ווערן פון איין נעץ, לויפט מען גראד אריין אין דעם צווייטן נעץ. איידער מיר גייען גיין זוכן נאך אפאר איינצעלנע קולות אינדרויסן, לאמיר קודם זיכער מאכן אז מיר באקומען אלע אונזערע אייגענע קולות. ער טענה'ט אז א דריטל פון דעם ציבור גייט נישט שטימען (עפעס וואס איך שריי שוין לאנג) צוליב די מחלוקת.

און דא קומט די צוויי גרעסטע חידושים:
חידוש נומער איינס: דער איינציגסטער וועג צו ברענגען מער שטימען איז, אז יעדער איינער זאל ווערן א פעיל, א עסקן, נישט גענוג צו גיין אליינס שטימען, מען מוז אויך מיטברענגען אנדערע.

חידוש נומער צוויי: פונקט ווי מיר האבן נישט געקענט אראפווארפן דעם ממשלת לפיד, און נאר דער אויבערשטער האט עס געטאן, פונקט אזוי קענען מיר גארנישט טאן אויסצולעשן דעם מחלוקת פייער ביי די חרדים און נאר דער אויבערשטער קען דאס טאן.

און איך זאג נאכמאאל, איך ווייס נישט צו איך זאל לאכן צו איך זאל וויינען.

שוין יארן וואס מער און מער פרומע הערן אויף צו שטימען, און טאקע נאר צוליב די מחלוקת. ווי דו אליינס זאגסט, א דריטל בוחרים בלייבן אינדערהיים. עפן זיך אויף די אויגן. די איינציגסטע וועג צו ברענגען מער קולות איז אז יעדער זאל שלעפן יענעם?

שיינע מעשה. מען שטעלט א הנחה אז "מיר קענען גארנישט טון איבער די מחלוקת", און דערנאך קומט מען שוין אויטאמאטיש צום ערשטן החלטה אז די איינציגסטע וועג איז אז יעדער זאל מיטברענגען נאך מענטשן.

האלא, מיסטער אייכלער. דער ציבור קומט נישט ווייל זיי זעען דעם אמת, זיי זאגן: אויב דארף מען טאקע ראטעווען דאס אידישקייט, דאן לאמיך קודם זעהן וויפיל פון "דיין כבוד" ביסטו גרייט מקריב צו זיין פאר אידישקייט.

ישראל, דו אליינס ווייסט זייער גוט ווי וויכטיג דאס אחדות איז יעצט און אז קיין איין פארטיי (ביי דיר) קען נישט אליינס אדורכגיין דעם אחוז החסימה. לאמיך זעהן ווי דו גייסט אויסרופן אינערליכע בחירות אינעם גאנצן יהדות התורה פארטיי. און דו לייג אוועק אלע דיינע נגיעות צוליב שלום. דו קענסט יא, מיש נישט אריין דעם אויבערשטן דא, עס האט גארנישט מיט אים. דו מיט וויזשניץ קענען צווינגען גער מסכים צו זיין צו פריימעריס, און צוזאמען קענט איר צווינגען שטיינמאן אויך מסכים צו זיין. זאל יעדער ברענגען זיינע מענטשן, און זאל יעדער איינזעהן איינמאל פאר אלעמאל וויפיל יעדער ברענגט און לויט דעם וועט יעדער באקומען.

איינמאל מען מאכט שוין בחירות פנימיות קען מען שוין אויסשטעלן אזוי אז עס זאל זיין יושר. און אויב דו וועסט עס מאכן ביי דיר וועסטו קענען דרוקן דעם ספרדי ער זאל עס אויך טון. קיינער קען נישט זאגן יענעם דו טו עפעס, אבער איך מוז עס נישט טון. אבער ווען דו טוסט אליינס עפעס וואס איז נישט באקוועם, טאקע למען השלום און למען אידישקייט (לדעתכם) דאן קענסטו פאדערן פון יענעם אויך. דעמאלס קענסטו זאגן פאר דרעי אז ער "מוז" מסכים זיין צו מאכן פריימעריס און לאזן "יעדן" לויפן צו די פריימעריס. און אויב מען וועט דאס טון דעמאלס וועט מען טאקע באקומען די אזוי געגארטע צוואנציג בענקעלך און זייער מעגליך אז מער.

אבער ווילאנג דו קומסט און דו ווארפסט אריין א פלאקן און דער סיום איז "מיר קענען גארנישט טון, נאר דער אויבערשטער קען" און יעצט - ענדיגסטו ווי א שלש סעודות תורה - דער אויבערשטער זאל העלפן בלא בלא בלא. סארא מין חוזק איז דאס.

האסט עפעס צו זאגן, זאג, אבער דו זיי דער ערשטער וואס שטעלט זיך צו דערצו. ווארף נישט קיין רמזים וואס יענער זאל כאפן און זאגן: "אה, אייכלער איז גערעכט" עינט גאואינג טו העפפען.

מיסטער אייכלער, איך, טהור עיניים פון קרעטשמע רוף צו דיר: "פוט יאר מאני ווער יאר מאוט איז. טו צו דער זאך, דו ווייז וואס דו ביסט גרייט צו טאן פאר דעם און נאכדעם וועסטו שוין זעהן וואס נאך מען קען אלס טון".
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 1:12 pm

זייער קלארע ווערטער טהורל קיפיראפ
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג יאנואר 01, 2015 7:25 pm

דאס האב איך געשריבן אויף דעם ערשטן בלאט אין דעם אשכול:

טהור עיניים האט געשריבן:איך וויל דא ארויסברענגען א געדאנק, וואס איך ווייס עס גייט נישט אזוי שנעל פאסירן, אבער אויב זאל מען דאס טוען וואלטן לכאורה די חרדים גאר גאר אסאך עררייכט מיט דעם.

איך האלט אז אלע חרדים זאלן זיך צאמשטעלן אין איין גרויסע פארטיי. אגודה, דגל, ש"ס, און אלע פראקציעס אין זיי. סיעה המרכזית, שלומי אמונים, ליובאוויטש, שטיינמאן, אויערבאך, אמנון יצחק, אמסלם און אלע אנדערע שאר ירקות, און מען זאל מאכן אינערליכע פריימעריס, און יעדער זאל באקומען כפי וואס ער ברענגט אריין אין די פריימעריס.

ביי די פריערדיגע בחירות זענען לכאורה א דריי פיר בענקלעך פארלוירן געגאנגען צוליב אינערליכע געשלעגן. ווען מען מאכט ווען אזא סארט אינערליכע קאאליציע, ווי אלע חרדים לויפן אונטער אייין פאן, וואלט דאס לכאורה געווען די דריט גרעסטע פארטיי (מעגליך גאר די צווייטע) און וואלט געקענט גאר אסאך טון (אדער אויפטוען, ווענצעך לשיטת וועמען).

אבער ווי געזאגט, איך גלייב נישט אז דאס גייט פאסירן. עכ"פ נישט אזוי שנעל.


יעצט זעה איך אויף דשעי די ען:

סקר: מפלגה חרדית מאוחדת תגרוף 20 מנדטים

זעה דא דעם גאנצן ארטיקל: http://www.jdn.co.il/news/434996

איך גלייב נאך אלץ אז עס גייט נישט געשעהן אזוי שנעל, די חרד'ישע חברה גיבן נישט אויף אזוי שנעל דעם מי בראש שפיל. אבער קודם רעדט מען שוין דערפון. אין א צייט ווען אייכלער וויינט הויך (און די אנדערע שטיל) איבער דעם מעגליכן חורבן פון די פרומע פארטייען, איז אינטערעסאנט צו זעהן אז יעצט הייבן זיי אן צו זאגן וואס איך שריי שוין לאנג.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:07 am

קען גאר זיין אז טהור זעלבסט מיט זיינע שיינע תגובות דא און אויף אייוועלט וועגן די ווייטאגליכע מציאות ווי די קאנדידאטען שלאגן זיך ווי קינדער, קען זיין אז דאס האט געברענגט צו אזא ארטיקעל.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:29 am

שוין..... די שפיל קומט צו א ענדע
יו"ר ש"ס אריה דרעי רמז הערב (חמישי) כי הוא עומד לחזור בו מהצהרות הפרישה שלו. בהצהרה שהעביר בטלפון, והושמעה לאלפי מפגינים שהתאספו מתחת לביתו, התחייב דרעי להמשיך "את מפעליו הגדולים" של הרב עובדיה יוסף. דרעי, שלא שוהה כעת בירושלים, אמר כי "הזעקה שלכם מגיעה עד הצפון".

אלפי בני אדם הגיעו הערב לרחוב הקבלן, למאהל שהוקם שם ביום שלישי על ידי אוהדיו של דרעי במעורבות גוברת והולכת של מטה ש"ס, שארגן הסעות למקום. הרחוב נחסם לתנועה. התפטרותו של דרעי מהכנסת נכנסה הערב לתוקף, אבל כל הסימנים מעידים כי הוא יעמוד, כמתוכנן, בראש רשימת ש"ס לכנסת ה-20.

הצהרתו הערב היא הפעם הראשונה שבה מדבר דרעי בפומבי, מאז שודרו ההקלטות מבית הרב עובדיה יוסף. "אני אוהב אתכם, אני מתרגש, דבר אחד אני מבטיח לכם אחי: לא שכחתי את הדברים שאמר לי מרן בבית החולים לפני פטירתו, הוא החזיק בידיים שלי ובכה ואמר לי אריה אני מבקש ממך תבטיח לי שני דברים, להמשיך לדאוג לבני העניים והיקרים וששם שמיים והיהדות תתאהב על עם ישראל. זה המסר של הרב, אנחנו נמשיך בעזרת השם כולם יחד. זה לא משנה באיזו צורה, אני אתכם ביחד, כולנו יחד מול הבית של מרן נמשיך את מפעליו הגדולים", אמר דרעי.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:32 am

נאך א שערוריא פון הקלטות טוט זיך יעצט ווען די מענטשען פון הגריא''ל שטיינמאן ווילען צוריקדרייען און העלפן ש''ס צוריק צובויען זייער כח

און.... ישי סטראשעט אז ס'דא הקלטות לטובתו...
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך ראש הקהל » פרייטאג יאנואר 02, 2015 8:51 am

טהור עינים דיין געדאנק וועגן פאראייניגען אלע פארטייען איז נעכטן אויפגעברענגט געווארן ביי א פגישה צווישען הג''ר אלבז אין שטוב פון אדמו''ר מ'בעלזא
הגיע ראש ישיבת 'אור החיים' הגאון רבי ראובן אלבז למעונו של כ"ק האדמו"ר מבעלזא בקרית בעלזא בירושלים. לביקור התלוו בנו ויד ימינו של הרב אלבז – הרב דוד וח"כ ישראל אייכלר.

מלבד שיחתם על הפעילות הענפה של החזרה בתשובה בו עוסק הרב אלבז מזה שנים רבות, שוחח האדמו"ר עם הרב אלבז על המצב בש"ס ועל הקרע הספרדי לאור פרישתו של אריה דרעי את כס הנהגת התנועה.

כמו"כ הועלתה בשיחה האופציה להקמת גוש חרדי נרחב ומאוחד שיתן מענה וכוח בבחירות הבאות


ר"ש עמאר און הג"ר אלבז גייען אינאיינעם ארבעטן פאר שלום אין די ש"ס פארטיי

כחלק מהמאמצים להביא לפיוס בציבור הספרדי, הגיע היום (שישי) לפני זמן קצר ראש מוסדות 'אור החיים' הגאון רבי ראובן אלבז למעונו של הראשל"צ ורבה של ירושלים הגאון רבי שלמה משה עמאר.
הפגישה עם הגר"ש עמאר מגיעה לאחר פגישתם של הרב אלבז עם כ"ק האדמו"ר מבעלזא, ולאחר שהאדמו"ר שלח שליח למעונם של הגר"ש עמאר והרב אלבז בבקשה שיפעלו למען השלום בציבור הספרדי.
ל"כיכר השבת" נודע כי הרב אלבז יעמוד ככל הנראה בראש המערכה שמטרתה להביא לאחדות. במערכה יעמוד גם הגר"ש עמאר שמנוע מלהתעסק בפוליטיקה, מתוקף היותו רבה של ירושלים. הרבנים יקראו לאלי ישי ואריה דרעי לעבור במשותף תחת מפלגה אחת.

מען ווארט צו הערן א הסכמה פון הגראי"ל וועגן פאראייניגען אלע פארטייען
שבוע גורלי. ממתינים להכרעה של גדול הדור
האם המפלגות החרדיות לקראת איחוד . ממתינים להכרעה של מרן ראש הישיבה הגראי"ל שטיינמן שליט"א
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » פרייטאג יאנואר 02, 2015 2:19 pm

ונראה מה יהיה חלומותיהם
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » זונטאג יאנואר 04, 2015 11:24 am

דער המודיע האט אפגעשריבען א שארפע ארטיקעל קעגן אלי ישי פאר זיין ארויסטריט פון ש''ס און עפענען א נייע פארטיי.

נעכטן האט יעקב ליצאן אין א רעדע געזאגט אז עס קוקט נישט אויס אז מען וועט פאראייניגען אלע פארטייען פון יהדות התורה און ש''ס.
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:41 am

הגר''ש בעדני גייט פרובירען צו מאכן שלום
חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי שמעון בעדני הגיע הבוקר (שני) במפתיע למשרד ש"ס בירושלים כדי לחזק את נציגי התנועה.

הרב בעדני סיפר בהמלך פגישת החיזוק כי הוא יפגוש עוד היום את יו"ר ש"ס אריה דרעי כדי לשכנעו לשוב להנהגת התנועה.





די פארטיי פון ישי גייט צובאקומען א רב פון רבנות וואס גייט אים שטיצען הרב שמואל אליהו פון צפת

א ספעציעלע בי''ד וועט ווערן אויפגעשטעלט אויף די צרה מיט וואס ש''ס פלאגט זיך וועגן רעקארדירונגען וואס רינען ארויס
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך ראש הקהל » מאנטאג יאנואר 05, 2015 12:46 pm

עפעס האט שוין דער יו''ר פון ש''ס ארי' זיך איינגעקויפט, א בי''ד וועט פסק'ן אויף יעע השמצה קעגן אים וואסמען דארף טון, נאך א שטארקע געווינס האט דער געוועזענער ח''כ דרעי היינט באקומען אז דער ראש מועצת החכמים האט שטארק ארינטערגעריסען אלי ישי ביים ניחום אבלים וואס הרב שטיינמאן האט היינט אפגעגעבן פאר הרב שלום כהן.
ראש הקהל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 532
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 97 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מאנטאג יאנואר 05, 2015 1:55 pm

בולעטין האט געשריבן:הגר''ש בעדני גייט פרובירען צו מאכן שלום
חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי שמעון בעדני הגיע הבוקר (שני) במפתיע למשרד ש"ס בירושלים כדי לחזק את נציגי התנועה.
הרב בעדני סיפר בהמלך פגישת החיזוק כי הוא יפגוש עוד היום את יו"ר ש"ס אריה דרעי כדי לשכנעו לשוב להנהגת התנועה.


א ספעציעלע בי''ד וועט ווערן אויפגעשטעלט אויף די צרה מיט וואס ש''ס פלאגט זיך וועגן רעקארדירונגען וואס רינען ארויס

דער בית דין האט שוין ארויסגעגעבן א חרם
הרב בעדני המשיך ואמר כי "כי את כל זה אנחנו עושים לכבודו של מרן רבי עובדיה. ומי שיוציא עוד פעם קלטת עם רבי עובדיה הרי הוא בחרם ונידוי. וה' ילקה את אותם אנשים שעושים זאת בשביל התאוות שלהם, דברים נוראים כאלו. איך קורה דבר כזה, לזלזל בכבודו של גאון עולם שהקים את התנועה, ועכשיו עושים לו ככה עוול בגלל אינטרסים", זעק הרב בעדני בכאב.

ושוב חזר הרב על דבריו כי "מי שכבר הוציא, דינו מסור לשמים, אבל על הבא אנחנו מזהירים מחרימים ומנדים את מי שיוציא עוד קלטות מחיי מרן רבי עובדיה".
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מאנטאג יאנואר 05, 2015 2:00 pm

לויט די אנקעטעס פארדינט יהדות התורה פון דעם וואס אלי ישי פאלט היבש שטארק, ווייל די וואס זענען זיך מייאש אז אלי ישי וועט קענען בכלל אנציען פיר בענקלעך גייעו צו יהדות התורה אנשטאט גיין צו ש''ס וואס איז שוין פארמיאוס אין זייער אויגן
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:26 pm

בולעטין האט געשריבן:הגר''ש בעדני גייט פרובירען צו מאכן שלום
חבר מועצת חכמי התורה, הגאון רבי שמעון בעדני הגיע הבוקר (שני) במפתיע למשרד ש"ס בירושלים כדי לחזק את נציגי התנועה.

הרב בעדני סיפר בהמלך פגישת החיזוק כי הוא יפגוש עוד היום את יו"ר ש"ס אריה דרעי כדי לשכנעו לשוב להנהגת התנועה.



די פארטיי פון ישי גייט צובאקומען א רב פון רבנות וואס גייט אים שטיצען הרב שמואל אליהו פון צפת

א ספעציעלע בי''ד וועט ווערן אויפגעשטעלט אויף די צרה מיט וואס ש''ס פלאגט זיך וועגן רעקארדירונגען וואס רינען ארויס


הרב אליהו פון צפת קען זיין א שטארקע נאמען, סיי אלס זון פון הרב מרדכי אליהו און סיי אלס א מענטש מיט א השפעה אין ליובאוויטש.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » מאנטאג יאנואר 05, 2015 7:27 pm

לדעתי אז דער בי"ד מיט דעם חרם איין גרויסער ליצנות. קען זיין אז ביי די ספרדים מיינט עס נאך עפעס און קען זיין אז נישט. ימים ידברו.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מאנטאג יאנואר 05, 2015 10:38 pm

די פארשוינען וואס שטייען אינטער די פירסום פון די ווידיאו קעגן דרעי
סטראשען אז גאר שטארקע סורפרייזעס ווארט נאך אפ פאר ש''ס

נוסח החרם פינעם בי''ד
"כתב הרמב"ם בפ"ז מהלכות תלמוד תורה שבמקום ביזוי תלמיד חכם בפרהסיה אסור למחול על כבודו ואם מחל נענש" כותבים גדולי ישראל במכתב.

"התכנסנו כאן לאחר בזיון התורה החמור של מרן ראש כל בני הגולה רבינו עובדיה יוסף זצוק"ל להזהיר ולעורר לבל יהין איש לפרסם מעתה ואילך קלטות או הקלטות של מרן זצ"ל שאינם לפי כבודו וערכו הרם, ואנו אומרים לכל שפרסמו בעבר ובדעתם לפרסם בעתיד, "הוי זהיר בגחלתם של חכמים שנשיכתן נשיכת שועל ועקיצתן עקיצת עקרב" ובפרט במדובר בגדול כל הדורות מרן רבנו עובדיה יוסף זצוק"ל".

"לפיכך התאספנו כאן למחות על ביזוי תלמיד חכם בפרהסיא ובמותב תלתא כחדא להטיל חרם ונידוי על כל מי שיהין מעתה ואילך לפרסם קלטות או הקלטות כאלה, ומי אשר כבר פירסם ילך על קברו הקדוש ויבקש מחילה ויסיר הפרסום, ולא חרבה ירושלים אלא על שביזו בה תלמידי חכמים ויסיר מעליו הדינים על ידי בקשת מחילה בכל לב והאמת והשלום אהבו"
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 12:40 am

נאכאמאל, איך ווייס נישט וואס גייט נאך ארויסקומען, אויב גייט ארויסקומען א רעקארדינג ווי הרב עובדי' זאגט קלאר פאר אלי ישי אז ער מעג מאכן אליינס א פארטיי קען די בי"ד מאכן וויפיל חרמים זיי ווילן.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך השר מקוצי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 7:51 am

א נגיד פון אמעריקא איז געקומען שלום מאכן אין ש''ס
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך השר מקוצי » דינסטאג יאנואר 06, 2015 8:43 am

די לינקע שונאי הדת הייבן זיך אן שטארקען

א נייע פאול געט 12 בענקלעך פאר יש עתיד

בעוד יו"ר "יש עתיד" יאיר לפיד ממלא אולמות כמעט כל ערב וסוחף למפלגתו קהלים חדשים, במפלגות החרדיות עסוקים בקטטות ובוויכוחים פנימיים. הציבור החרדי יתעורר כתמיד ברגע שאחרי ויבכה כיצד חשכו עינינו וטחו מלראות את המתרחש.
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 9:19 am

רב אמסלם איז היינט ארויף איבערבעטן ביים קבר פון הרב עובדי'
אין א רעדע צו די פרעסע האט הרב אמסלם געזאגט אז יעצט ווען די ווידיאו'ס קומען ארויס זעט שוין יעדער וואס האט זיך אפגעשפילט ביים מרן אין שטוב, און יעצט קען ער מיט א פול מויל זאגען אז אלע רדיפות קעגן אים איז נישט געקומען פינעם מרן זעלבסט נאר מענטשען האבן עס אנגעדרייט



**
הרב מאזוז פראוועט היינט א יארצייט סעודה פאר זיין פאטער, ביידע פירער דרעי/ישי זענען געווארן געלאדענט צום סעודה
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: א שמועס אויף א בלאג

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג יאנואר 06, 2015 10:16 am

לאחדות יש כח חזק מאד, וזה אמור להביא הרבה מנדטים, אני לא מדבר על החלק הרוחני והסגולי שבה, אני מדבר על הכח הטבעי של האחדות, במיוחד במצב שלנו, שכבר נמאס לכולנו מכל המחלוקות הפנימיות, ובכלל כבר משעמם כל פעם אותו דבר, העם מייחל למשהו חדש, למשהו שעוד לא היה, בכל מפלגה זה עובד ככה, חייבים לרענן את המצב, ואצלינו החרדים, במצב שלנו כיום, אין כמו האחדות שיעשה את זה, האחדות הזאת עשויה לשנות את המפה! אנשים יתלהבו אנשים יתרגשו, מי לא מכיר אנשים שנשארים תמיד ממורמרים בבית ולא יוצאים להצביע כלום, הפעם הם ירוצו כל הדרך אל הקלפי! חבר'ה אתם לא מבינים מה יקרה כאן כשתהיה אחדות כזאת, חייבים לעשות את זה, וזה צריך לבוא מלמטה, העם צריך לדרוש את זה, צריך לצאת בקמפיין ספונטני של "העם רוצה אחדות", ואז "אלה שם למעלה" יבינו כי הגיע הזמן להניח את כל חילוקי הדעות הקטנוניים בצד, להתעלות עליהם, ולעשות את מה שהעם רוצה, רק בדרך הזה נוכל להצליח ולהגיע רחוק רחוק...
כבוד הרב
 


כבוד הרב,
"אלה שם למעלה" לא יבינו.
כוונתך וכוונתי לראשי המפלגות ולא לגדו"י כמובן.
והסיבה שלא יבינו - כי אלו שמקומם מובטח עם משכורתם וכבודם, לא מעניין אותם העם, ולא רואים את טובת הציבור נגד עיניהם, שלוש מהם! כבר התבטאו בקול, כל אחד בהזדמנות אחרת [כשהמצביעים שלהם התלוננו עליהם על אי תפקודם ובקשו התחשבות בפרטים כלשהם] שהם שלוחי דרבנן ולא שלוחי הציבור.
בקיצור - שמו פס על המצביעים שלהם. כל עוד שלא מתערער כסאם המובטח, לא יעזור שום דרישה ציבורית.
אולי ללכת לגדו"י אחד אחד הביתה, ולהביא לשיקולם והסכמתם תכנית מצב מוגמר של אחדות. לא סתם "העם רוצה", כי הם לא יתעסקו עם ספקולציות.



@טהור וואס זאגסטו צו דעם
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך טהור עיניים » דינסטאג יאנואר 06, 2015 5:44 pm

איך זאג פונקט דאס וואס יענער ענטפערט. עס גייט נישט געשעהן אזוי שנעל. קוק זיך צו צו וואס דארט גייט פאר. דרעי דארף דאך פלעין א דאקטער מיט ערנסטע מעדיצינען, און די חסיד'ישע און ליטווישע זענען גארנישט בעסער.

איך האב דאס געזאגט נאך פאר יעדן איינעם אז דאס דארפן זיי טאהן און נאר דאס וועט זיי ראטעווען. איך האב געזאגט אז איך אליינס קען צענדליגער מענטשן פון די קרייזן וואס גייען צו בחירות און זיי גייען נישט נאר וועג די מחלוקת. סאו וואס זאגט ער העם צריך לבקש, דער עם איז מבקש אין גרויסן. זיי בלייבן אינדערהיים און זאגן זיי שלאגט אייך צווישן זיך און מאך מיך נישט פאר דיין שמאטע.

אייכלער וויינט דאך אז א דריטל ציבור בלייבט אינדערהיים, נו, דאס הייסט נישט גערעדט, דאס הייסט נישט געבעטן.

און מיט דעם אלעם גלייב איך שווער אז עס גייט געשעהן. עס טוט מיר וויי, כאטש איך אליינס האלט אז מען טאר נישט גיין צו בחירות בכלל, אבער עס ווייזט אביסל דער מצב ביי חרד'ישע אידן, אז מי בראש איז העכער אלעס, אפילו אויפן פרייז פון תמות נפשי עם פלשתים.

אפשר אויב זיי וועלן קיין איינער נישט דורכגיין דעם אחוז החסימה, אדער לפחות כאפן גוטע פליקעס, נישט סתם, נאר אזעלכע געזונטע אז דאס פנים זאל זיי רויט בלייבן פאר אפאר יאר, אפשר אפשר און נאר אפשר וועלן זיי זיך דאן אויסלערנען.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:25 am

דער נגיד רעכניץ פרובירט צו ברענגן צו א שלום אין ש''ס, אבער די פריוו צו אריינמישען גראי''ל שטיינמאן צו נעמען א שטעלונג און פארנייען די ריס אין ש''ס איז אים דערווייל נישט געלונגען

העם אתנו האט צובאקומען נאך א כח אינעם פארטיי בן ארי וואס גייט לויפן צוזאמען מיט ישי
די פארטיי פון ישי באקומט צוביסלעך אפיצילע רבנישע שטיצע פון די מזרחי נאכדעם וואס הרב מאזוז די פירער פינעם פארטיי האט אויסגעלויבט די מזרחי און רב קוק ביים יארצייט סעודה וואס הרב מאזוז האט געפארוועט נאך זיין פאטער
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך בולעטין » מיטוואך יאנואר 07, 2015 9:55 pm

אין הארץ איז געווען א פאול אז 'בלויז פינף פראצענט' פון די וויילער פון יהדות התורה האבן חרטה אויף זייער אויסוואל פארגאנגענע בחירות

דער פאול דארף לכ' צו ווייזען אויף א קליינע מספר פון בני תורה בוחרים, א אנהענגער פון די בני תורה פארטיי זאגט ווי פאלגענד

   וזאת מעבר לכך שבני התורה אין להם שום חרטה על כך שנתנו
את קולם מתוך נסיון לעצור את גלגלי מכונת השמד. כאשר
עשו זאת ע"פ הוראת מרן ראה"י שליט"א
ובנוגע לבחירות הבאות, ברור הדבר כי חלק גדול ממצביע
המפלגה יהיו כל החרד"קים, והמשיחסטים, ופגועי ש"ס,
וכל שאר נטעים זרים שלפתע מרגישים שם בבית, כי כבר
אין שם חרדיות קיצונית מהסוג של פעם...

אנו נמנע מהצבעה, (או לחילופין פתק לבן) לא מתוך רצון
להרוס למפלגה כזו או אחרת, אלא כדי לשמר את חומת מחננו
מאותן רוחות זרות, וכדי שלא לקחת חלק בקום ועשה בפשעים
אלו, אשר תוצאתן מי ישורנה.

תוצאות הבחירות לא מעניינות אותנו. הדבר היחיד שעומד
בראש מעיינינו הוא התורה בקדושתה ובטהרתה.

וזאת התורה לא תהא מוחלפת
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: די קאליציע אין אר''י האלט ביים צוזאמפאל

הודעהדורך השר מקוצי » דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 8:58 am

בולעטין האט געשריבן:דער נגיד רעכניץ פרובירט צו ברענגן צו א שלום אין ש''ס, אבער די פריוו צו אריינמישען גראי''ל שטיינמאן צו נעמען א שטעלונג און פארנייען די ריס אין ש''ס איז אים דערווייל נישט געלונגען

העם אתנו האט צובאקומען נאך א כח אינעם פארטיי בן ארי וואס גייט לויפן צוזאמען מיט ישי
די פארטיי פון ישי באקומט צוביסלעך אפיצילע רבנישע שטיצע פון די מזרחי נאכדעם וואס הרב מאזוז די פירער פינעם פארטיי האט אויסגעלויבט די מזרחי און רב קוק ביים יארצייט סעודה וואס הרב מאזוז האט געפארוועט נאך זיין פאטער

אין די נייעס קוועלער זעהט מען אז דער נגיד גיבט נישט אויף און פרובירט אויף אלע פראנטען צו ברענגן א שלום און צוזאמארבעט פון אלע פארטייען
דער נגיד טענה'ט ''הלמאי אז מיר פון חו''ל ברויכן שטיצען ענקערע מוסדות'' מאכט שלום און ברענגט צאם אלע פארטייען אינטער איין דאך וועט מען קענען שלעפן מיליאנען פינעם רעגירונג קאסע, דער משפחה מאגאזין ארבעט שטארק אריין לטובת דעם נגיד צו צושטאנד ברענגן זיינע פלענער
מיר טראגן נישט קיין אחריות אויף אינזערע ארטיקלען און תגובות
השר מקוצי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 234
הצטרף: פרייטאג יוני 27, 2014 2:34 pm
האט שוין געדאנקט: 52 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron