יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:43 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

א גוטע תירוץ געזוכט עי. עס. עי. פי.!

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

א גוטע תירוץ געזוכט עי. עס. עי. פי.!

הודעהדורך Poker » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 10:59 am

טי טי טי.... ממממ... טי טי טי..
אזוי שנעל איז די נאכט אריבער? די שלאף איז דאך אזוי גוט..

איין מינוט אין שאור בין איך שוין געווען נעכטן, נא קען מען אריין כאפן נאך א האלבע שעה שלאף...
א האק אויפן סנאוס באטען...

טי טי טי...  wow די האלבע שעה איז אזוי שנעל אריבער... טי טי טי...
וואס האב איך שוין נעכטן געגעסן? נעע הכנות וועל איך נישט קענען גיין היינט...
סנאוס...

טי טי טי... וואאףף... טי טי טי..
דו ווייסט, מיין חבר האט מיר נעכטן געזאגט אז ער גייט צו א טיי אווענט, מסתם האט ער זיך גוט אנגעגעסן דארט, ער וועט זיכער היינט פארשלאפן די שיעור...
סנאוס...


טי טי טי... שששש... טי טי טי...
היינט איז דא א ברית אין שול און מען ליינט נישט! די דאווענען גייט דאך נעמען שנעלער...
סנאוס...

טי טי טי...  wow ס'איז שוין שפעט! איך דארף לויפן!

איך לויף אזוי אריין אין שול מיט האלב געמאכטע פאות.. די קנעפלעך פון די העמעד האלב אפען... יעדע פאר מינוט כאפ איך א האלבע קאצקע ווייל מיין שיך בענדל איז נישט צוגעבינדן... צום דאווענען קום איך אן ביי ברכו.. איך כאפ מיר מיט ווייל אין פיפצען מינוט ארום דארף איך שוין זיין אין דשאב...

אין דשאב קום איך אן די לעצטע מינוט אן די קאפ אויפן פלאץ, פון פרישטאג קען איך פארגעסן ווייל איך האב נישט געהאט קיין צייט צו קויפן... און אזוי גייט מיר די טאג אלעס מיטן פיטום אראפ...

אבער די נעקסטע טאג צופרי הייבט זיך ווייטער אן מיט די זעלבע תרוצים...

קום איך דא בעטן ווער עס האט א גוטע תריץ פארוואס 'יא' צו אויפשטיין זאל מיר ביטע ארויס העלפן...
טראכט נישט אזויפיל.. געב שוין די לייק...
ניק אוואטאר
Poker
 
הודעות: 6
הצטרף: דאנערשטאג סעפטעמבער 11, 2014 11:47 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 3 מאל

Re: א גוטע תריץ געזוכט עי. עס. עי. פי.!

הודעהדורך יצחק טעלערברעכן » זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:30 am

ס'הייבט זיך אן מיט גיין שלאפען אין צייט,
יצחק טעלערברעכן
 
הודעות: 14
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:48 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 4 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron