יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 9:45 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אלגעמיינע פאליסיס און תקנות.

די פארום'ס תקנות און פרינציפן, צו אלעמענס צופרידנהייט

אלגעמיינע פאליסיס און תקנות.

הודעהדורך אדמיניסטראטאר » מיטוואך יוני 25, 2014 9:09 pm

א) "דער קרעטשמע" איז געאייגענט פאר דעם ערליכען ציבור, ביטע זיך רעכענען דערמיט און נישט שרייבען זאכן וואס זענען נישט אין פלאץ פאר אזא פארום.

ב) בילדער פון נשים איז פארבאטען ובפרט ווען עס איז שלא בצניעות.

ג) חקירה אין עניני אמונה אויפ'ן אופן וואס אונזערע רבי'ס האבען ממאס געווען בדורות הללו, איז נישט געאייגענט פאר דעם פארום.

ד) פערזענליכע אטאקעס אויף אנדערע ניקס איז שטרענג פארבאטען. ביטע זיך האלטן צו די דעבאטירענדע נושאים, און זיך נישט אראפלאזען צו פערזענליכע אטאקעס.

ה) צו זיין קלארער: פערזענליכע אטאקעס, בפרט קללות און מיאוסע לאזונגען "גייען געמעקט ווערן", ביטע עס נישט שרייבען.

**קללות איז נישט ערלויבט אויף קיין שום איד, אויך נישט אויף קיין ציונים נישט "שר"י" נישט "ימ"ש" און נישט אנדערע קללות,

ו) יו-טוב ווידיאוס איז ערמעגליכט נאר דורך ניצען די ספעציעלע קנעפל דערפאר, וואס ווען מען לייגט א ווידיאו מיט דעם קנעפעל טוט עס אוועקנעמען די פארשלאגען-ווידיאוס דורך יו-טוב ווען די ווידיאו ענדיגט זיך, אזוי אויך זאל נישט זיין קיין אומצניעות'דיגע נשים אויף דעם ווידיאו.

ז) אונזער שטרעבונג איז אז "דער קרעטשמע" זאל זיין א פלאץ וואו יעדער זאל זיך שפירען באקוועם צו שרייבען אן דארפען מורא האבען אז זיין שרייב-ווערק וועט געמעקט ווערען אן א געהעריגע סיבה.

ח) יעדער שרייבער האט א רעכט צו פארלאנגען ברבים א הסבר (טאמער ס'איז נישט 100% קלאר אז ס'קעגען די תקנות) (אין די אשכול וואס איז מיוחד דערפאר), און טאמער ער איז נישט צופרידען פינעם הסבר, איז ער בארעכטיגט צו מאכען אן אנקעטע ברבים, און טאמער רוב ציבור שטימט אז עס איז געווען אן אומרעכט, דאן וועט עס צוריק געשטעלט ווערען.

ט) א תגובה וואס גייט קעגען די תקנות לטובת המקום, גייט געמעקט ווערען, (נישט פארראכטן ווערען).

י) טאמער ניצט איר א ניק וואס איז דא אויף איי-וועלט אדער קאווע שטיבל און ס'איז נישט אייער ניק דארט אויך, און יענער ניק באקלאגט זיך וועט איר עס דארפן טוישן צו עפעס אנדערש.

יא) ביטע נישט איבערלייגען דא ארטיקלן וואס קומען ארגינעל פון אנדערע פארומ'ס, נאר טאמער איר זענט דער ארגינעלער שרייבער דערפון, ווייל מיר וועלען עס מוזן מעקן.

יב) ביז א ניק האט נישט קיין 50 תגובות, און ס'נאך נישט קלאר צי ער איז ארגינעל אדער א שאנטאזשירער, איז טאמער די אחראים זענען חושד אז ער איז דא צו פרובירן סאבטאדזשירן , וועט מען אים פארשיקן.

יג) די פאליסי לגבי שרייבען איבער אדמורי"ם ורבנים איז ווי פאלגענד: ווילאנג מען האלט זיך צו חילוקי דעות אין השקפה קען מען עס לאזן, אבער ווען ס'קומט צו מיאוס'ע לאזונגען און פערזענליכע אטאקעס וועלען מיר עס מוזן אויסמעקען. מען קען רעדן איבער אישוס אבער עס נישט נעמען צו א פערסאנעל לעוועל. א דאנק פאר די פארשטענדעניש.
ניק אוואטאר
אדמיניסטראטאר
Site Admin
 
הודעות: 59
הצטרף: מיטוואך יוני 25, 2014 3:29 pm
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 52 מאל

צוריק צו פרינציפן און תקנות ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 0 געסט

cron