בלאט 1 פון 2

איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג פעברואר 20, 2017 1:50 pm
דורך יהודי
איז דא א פלאן פאר די פארום? אדער עס איז אפיציעל טויט?

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג פעברואר 21, 2017 2:01 pm
דורך איבערלעבער
איך ווייס נישט אויב ס'געפלאנט, אבער ווי די מעשה איז געגאנגען ביז יעצט, יעדעס מאל מען מיינט אז ס'איז שוין טויט, קומט אן א נייער ניק און פראבירט עס אויפלעבן.

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג פעברואר 21, 2017 9:19 pm
דורך שעפעלע
מען טארנישט אויפגעבן, אזווי איבער לעבור זאגט !

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג פעברואר 21, 2017 10:00 pm
דורך אדמיניסטראטאר
אזוי ווי די ביסט נישט די ערשטע וואס פרעגט די שאלה וויל איך איינמאל שרייבען מיין תשובה,

די הנהלה האט נישט קיין שום פלאן מיר האבען ציגעשטעלט די פלאטפארם און מער ווי דעם קענען מיר נישט טון, נאר די ניקים זענען ביכולת צי מאכען א אז עס זאל זיין בעסער, אז מען שרייבט,
אז מען שרייבט נישט גייט אלעס בלייבען פינקט ווי ביז יעצט,
אז מען וועט קומען יעדען טאג אין קרעטשמע, שרייבען א געדאנק, שרייבען א תגובה אויף א צווייטענס תגובה, וועט דא זיין עפעס,

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך פעברואר 22, 2017 2:56 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
אקעי מורי ורבותי, איך זע אז מ'האלט דא לאחר יאוש......

דערפאר וועל איך אי"ה פרובירן דא אויפצולעבן, אבער בתנאי כפול אז מ'וועט ארויסהעלפן, צולייגן קאמענטארן און הגהות.

גרייט?

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך פעברואר 22, 2017 4:15 pm
דורך יהודי
יא

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:33 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
וואס יא?
א באנדע לצים ענק, איך שוויץ אריין צו ברענגען עפעס גוט'ס, און גארנישט???
קוים צוויי לייקס???
אזוי קען מען נישט אויפלעבן, כ'האב נישט מיט וועמען צו גיין צום טיש!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: פרייטאג פעברואר 24, 2017 4:38 pm
דורך נייעס
אז דער עולם וועט זעהן אז די גייסט אן וועט מען לייק'ן
סתם פאר איין צוויי תגובות ווערט נאכנישט די ציבור עקסייטעט.

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג מערץ 14, 2017 11:20 am
דורך שעפעלע
הרב נייעס פין וועלעכע ציבור רעהט איר ?
איך זעה נישט קיין פינעף אקטיווע ניקס דא.

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:42 pm
דורך קנאי
האסטו געהערט אזאנס? האט געשריבן:אקעי מורי ורבותי, איך זע אז מ'האלט דא לאחר יאוש......

דערפאר וועל איך אי"ה פרובירן דא אויפצולעבן, אבער בתנאי כפול אז מ'וועט ארויסהעלפן, צולייגן קאמענטארן און הגהות.

גרייט?

איך בין מיט דיר

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:00 pm
דורך שארר אפ
גם אני מצטרף!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מוצ"ש יולי 29, 2017 11:02 pm
דורך ידען נפלא
וועלמיר בעז"ה אויכעט פרובירן מיינס. בשם השם נעשה ונצליח!!!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 4:05 pm
דורך קנאי
האסטו געהערט אזאנס? האט געשריבן:אקעי מורי ורבותי, איך זע אז מ'האלט דא לאחר יאוש......

דערפאר וועל איך אי"ה פרובירן דא אויפצולעבן, אבער בתנאי כפול אז מ'וועט ארויסהעלפן, צולייגן קאמענטארן און הגהות.

גרייט?

וואס איז געשעהן מיט די תגובה עס איז פארגעסען געווארען ?

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 6:18 pm
דורך נייעס
ניין

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2017 12:08 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
קודם כל, כ'האב יעצט שוואך צוטריט, והשנית, ס'איז א גלאטע שקר, איך ווארף כסדר אריין סחורה דא!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:13 pm
דורך יאהאן
דאס איז דער פראבלעם! ווארף עס נישט לייג עס שיין אראפ. זעהסט נישט אויפן באקס שטייט HANDLE WITH FRAGILE...

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 3:36 pm
דורך מיין מיינונג
יאהאן האט געשריבן:אויפן באקס שטייט HANDLE WITH FRAGILE...

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א באקס מיט אזא אויפשריפט, ביטע ברענגען א בילד

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 4:06 pm
דורך נייעס
ביי גלאז

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 7:18 pm
דורך יאהאן
מיין מיינונג האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:אויפן באקס שטייט HANDLE WITH FRAGILE...

איך האב נאך קיינמאל נישט געזען א באקס מיט אזא אויפשריפט, ביטע ברענגען א בילד


כי כי כי...

נייעס, ס'שטייט FRAGILE
HANDLE WITH CARE

#ווען מ'דארף מסביר זיין א וויץ...

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 10:43 am
דורך האסטו געהערט אזאנס?
אקעי, אויב לייג איך עס שיין אראפ, וואס וועט דעמאלט זיין?!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:29 pm
דורך יאהאן
ס'וועט ליגן אויפן פלאר.

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 1:36 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
און נאכדעם?

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: מיטוואך סעפטעמבער 06, 2017 4:40 pm
דורך יאהאן
קען זיך איינער איבערדרייען אויפדעם אויב הייבסטו עס נישט אויף שוין.

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 12:54 pm
דורך האסטו געהערט אזאנס?
אבער עס איז דאך געווען אנגעגרייט בין השמשות, אתקצאי לכוליה יומא!

Re: איז דא א פלאן?

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 5:09 pm
דורך יאהאן
דאן מוזטו רופן אן עקטערמינעיטאר ווייל פוד קאלערינג איז נישט געזונט