Switch to full style
שמועסן און פארברענגען
שרייב א תגובה

אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דאנערשטאג אוגוסט 21, 2014 3:02 pm

איינער טענה'ט זיך נעכטן ארום מיט מיר איבער אן ענין אינמיטען געט ער א געשריי ''עס אינטערסירט מיר די לינקע פאה'' דער גאנצער געשעפט

ווייסט איינער מער פרטים און מקורות איבער אזא סארט אויסדרוק?

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג אוגוסט 25, 2014 10:29 am

אמאל, יארן צוריק, פלעגט מען נאר מאכן שיין די רעכטע פאה, זכר לחורבן.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג אוגוסט 25, 2014 1:10 pm

דו דענקסט נאך?

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דאנערשטאג מערץ 26, 2015 4:16 pm

שלומיאל האט געשריבן:דו דענקסט נאך?


איך דענק עטליכע מאל ועוד חזן למועד

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דאנערשטאג אפריל 23, 2015 4:39 pm

ס'איז אזא סארט אידישע "פאלקס" אויסדריק,
אזא זאך קען זיך פלעין אנהייבען ווען איינער ערווענט אזא אויסדריק, און ס'געפעלט פאר א צווייטען וואס ניצט עס אויך און אזוי פארשפרייט זיך עס,
ס'מוז נישט זיין אז ס'ליגט עפעס מער פשט דערין,

sent using tapatalk app

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:03 pm

ס'דא אן אויסדרוק ''ער האט געלייקענט שטיין און ביין'' וואס באדייט א טאטאלער הכחשה לא מניה ולא מקצתיה, וואס איז אבער דער שייכות פונעם ביין צום שטיין און וואו קומט עס אהער?

אינטרעסאנט איז אז אויף דויטש גייט עס פארקערט, דארט זאגט מען ''ער האט געשוואוירן שטיין און ביין'' ומשמעותה אז ס'איז הייליג אמת.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג פעברואר 02, 2016 3:30 pm

א שטיין און א ביין קענסטו נישט רירן זיי זענען קלעצער

ווי מען זאגט אויף ביסט א קלאץ

דאס איז ארויסגעברענגט אןנ עקסטרימער פארלייקענונג אן א צווייפעל

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג פעברואר 02, 2016 7:18 pm

מילא שטיין הער איך, אבער וואס עפעס ביין? ס'מוז דען מיינען א טויטנ'ס? ס'קען דאך זיין פון א לעבעדיגן!

פארשטייט זיך, אז היינט בעידן אתרא קדישא, איז זיך דאס ווארט ''ביין'' אוטאמאטיש מתקשר מיט עצמות מתים, אבער דא רעדט זיך פון אן אלטער אויסדרוק.

אפרופו אתרא קדישא, פאלט מיר יעצט איין אז דאס איז טאקע מלשון קבר, כלומר; אפילו מ'זאל לייגן מיין געביין אונטערן שטיין, דהיינו סתימת הגולל, וועל איך אויך נישט צוריק ציען.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 7:17 pm

משוגע "מעטארע"?

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 8:54 pm

משוגע מן התורה...

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 9:11 pm

מיינונג איר זאגט עפעס...

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 9:31 pm

האסט געמיינט אז נישט? הייס איך דען שלומיאל?...

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 10:02 pm

:lol:

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 10:19 pm

יאהאן האט געשריבן:משוגע "מעטארע"?

משוגע מטורף.
כידוע איז אין אונטערלאנד ליינט אפט א מלאופים אלס חולם: המפורסם =המפאָרסים, מטורף =מטאָרף. און די נשים האבן איבערגעלאזט דעם ף.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

מאנטאג יולי 25, 2016 10:30 pm

ש'כח איבערלעבער, עס מאכט שטארק סענס.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג יולי 26, 2016 10:40 am

מיין מיינונג האט געשריבן:האסט געמיינט אז נישט? הייס איך דען שלומיאל?...

העי! מיין נאמען דארף מען דערמאנען מיט רעספעקט, מיך רופט מען ר' שלומיאל.

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג יולי 26, 2016 1:32 pm

וואס?

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג יולי 26, 2016 4:27 pm

איבערלעבער האט געשריבן:
יאהאן האט געשריבן:משוגע "מעטארע"?

משוגע מטורף.
כידוע איז אין אונטערלאנד ליינט אפט א מלאופים אלס חולם: המפורסם =המפאָרסים, מטורף =מטאָרף. און די נשים האבן איבערגעלאזט דעם ף.

מצאתי סמוכין דבריו עלי ספר כתוב

עיין כאן (דרייצענטע שורה פון אויבן)
https://www.google.com/url?sa=t&rct=j&q ... kykUFitTYw

Re: אינטערסאנטע אויסדרוקען (וואו איז זייער מקור?)

דינסטאג יולי 26, 2016 7:29 pm

ש'כח שלומיאל
שרייב א תגובה