יעצט איז: מאנטאג אוגוסט 21, 2017 7:29 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

שמועסן און פארברענגען

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 12:44 pm

געווען אויף אייוועלט א פיינע ניק 'יואב בן צרויה' וואס האט געמאכט פליטה פון דארט צוליב אינווייערמענטאל סיבות...

היינט איז ער אריינגעקומען מיט איין לאנגע הערליכע תגובה בענין לערנען למודי חול אין די היימישע מוסדות, ופרח לו איש האמת... נאכגעפאלגט מיט זיין שיינע תגובה, ווען עס איז פריצייטיג פארשניטן געווארן דורך א אנאנעמער פארשוין...

אט איז עס:
א באנטש בעלאוני דא.

קודם, די פראבלעם: עס איז בכלל נישט שייך צו קריגן אויף די פאקט אז די ״לימודי חול״ פלעגן אנגענומען ווערן מיט א גרינגקייט אין חדר. און די געווענליכע חדר האט מען גערעדט/רעדט מען נאכאלץ יודיש מיט די טיטשערס, און די געווענליכע חדר האט א קינד געהאט פיל א קלענערע פראבלעם פון לייגן א מאראנץ אויף טיטשערס בענקל ווי אויפן מלמד׳ס, און אין די געווענליכע חדר האט א כתה ח׳ יונגל נישט געקענט אין מאטעמעטיקס מער ווי דיוויזשאן און האט פארמאגט די זעלבע ווערטער בוך פון זיין שוועסטער פינף יאר יונגער. (אדרבה, וויפיל ליינערס פון די תגובה קענען מיר לעהזן, אדער האבן אמאל אפי׳ געזעהן, די איקוועישאן 6x+3=12? דעיס לערנען אונזערע מיידלעך אין זעקסטע קלאס ביי צעהן/עלעף יאר!)

און דארט האט זיך עס געפערטיגט. דער יונגל האט מער קיינמאל קיין ״עעענגליש״ נישט צוגערירט, קיינמאל קיין רעכענען בוך נישט אנגעקוקט און קיינמאל קיין בוך געשריבן אויף ענגליש געליינט, און דערנאך האט ער זיך געטראפן נאך די חתונה ליינענדיג זיינע קאן עדיסאן בילס און טעלעפאון בילס מיט א דיקשענערי. דאס איז א לית מאן דפליג: אונז זעמיר אנדער עדוקעיטעד אין דעם הינזיכט.

נו, קומט דער תנא קמא מיט א מעכטיגע ענטפער: ס׳מאכט נישט אויס. קוק וויפיל רייכע אונז האבן אן קענען ״עענגליש״. לא די וואס די ענטפער געט רעכט פאר מאסטער און זיין קלאגע קעגן די דעפארטמענט אוו עד ווייל די געזעץ דארף מען פאלגן אפגעזעהן צו ס׳נוגע צו נישט, איז די טענה פאלטש און פארפירעריש און בת היענה׳דיג.

לויט די צענזוס ביוראו איז קרית יואל די גרעסטע גאווערמענט פראגראמען רעסיפיענט אינעם גאנצן לאנד. איר הערט גוט? פון איבער גאנץ אמעריקע נעמט מען אין קרית יואל די מערסטע די גאווערמענט הילף פעקלעך. זאל מען ווען מעסטן וויליאמסבורג און בארא פארק אלץ עקסטערע ווילעדזשעס וואלטן זיי נישט אריינגעקומען צופיל אונטערשטעליג. איז דאס א טייל פון אונזער רייכקייט?

וויפיל בי ענד עיטש׳ס זענען דא ביי אונז? איך קען נאר איין. און אפי׳ פון דארט, וויפיל קלעקט א יונגערמאן חיונה פון דארט אן עווערידזש? נישט אויף צו חתונה מאכן און פירן א משפחה בכבוד. פרעג זיך אליין, וויפיל עשורים קענסטו ביי אונז וואס האבן געטיילט גרויסע געלטער צעהן יאר צוריק פורים און טיילן נאך יעצט? קוק ארום און וועסט זעהן אז א רוב פון די טיילערס האבן נישט היינט און זענען נאר געווען אין זייער פריים ווייל ס׳זיי געלונגען א דיעל דא אדער דארט און דערנאך איז ער אנגעוואוירן. יא, גרענטעד: די וואס זיצן ביים שיסל די האבן. אן א נעמען און א ראשי תיבות, אויסער געציילטע זענען די ריכטיגע שמוציג רייכע אויבן אן גאנץ נעבן דעם טאפ.

און, פראצענטואל, וויפיל פון אונזער עולם טרעפט זיך איין וועג אדער די אנדערע אונטער פארלעצונגען פון ווייסע קראגן פארברעכנס? אויב נעם איך די ווערטער פון די היימישע עסקנים איז עס א טראגעדיע. און קיינער באשולדיגט נישט קיינעם. די עול הפרנסה איז נישט גרינג צו טראגן און מען פראבירט צו מאכן א גרינגען דאלער דא דארט - - - > ווייל קיין וואוילע, געסעטלטע, גוט באצאלענדע דזשאב קען ער נישט טרעפן ווייל ער האט קיין עדוקעישאן קיינמאל באקומען!

ווילסט מיר פאר איין מינוט פארקויפן אז ווען מען לערנט ווען ביי נאכט סדר אין ישיבה, יא יענע איין שעה, צו אקאונטינג, צו פראגרעמינג, צו איך ווייס נישט וואס וואלטן מיר נישט געשטאנען פיל פיל בעסער אין די עולם הפרנסה?! ביז דריי יאר וואלסטו געהאט יוצאי תשפ״ג זיך עפענען אין א גרופע א נייע טעק סטארט אפ אדער טעקס און קאנסאלטינג פירם וואס וואלט עני טיים געקענט קאמפיטן מיט סיי וועלכע מידיעם סייזט אלגעמיינע פירמע און וואלט געגעבן אינטורנשיפס פאר די צוקונפטיגע יונגעלייט. דאן וואלט איך געוואלט זעהן די ראטע פון די פוד סטעפס, מעדיקעיד און אלע אנדערע גאווערמענט אנליינענדע פראגראמען. און דאן וואלט איך געוואלט הערן וויפיל ״עעענגליש״ מאכט נישט אויס. (פארשטייצעך אז מען האט נישט די בעיסיקס קען מען נישט לערנען העכער און די בעיסיקס לערנט מען אין די יונגע חדר יארן.)

מיין פוינט איז, אז טאקע קענסט מיר אנווייזן ״זעהסט! דער קען נישט און האט!״ אבער דאס איז זייער ענעקדאטעל און נאריש. רוב עולם האט אויסדריקלעך נישט די באקוועמע (אויף וויפיל ס׳שייך) גוט באצאלענדע דזשאבס וואס די גואישע וועלט אדער אפי׳ ליטפישע וועלט פילט אן אנטשאט אונז און פאר קיין שום נארמאלע סיבה אויסער די בת היענה טאנץ.

און בנוגע וואס דער רבי האט געהאלטן, קען זיין אז ער האט למעשה געזאגט אנדערש, אבער אין ויואל משה (מאמר לשון הקודש) האט ער א גאנצע אריכות אז די גמרא אז מ׳זאל האבן א ארבעט פאר מען האט חתונה איז נאר בזיווג שני משא״כ בזיווג ראשון דארף מען נישט און ס׳נישטא קיין חיוב ללמד אומנות נאר נאך די חתונה. ואל אף ששם בפנים נמצאים דברים תמוהים וכבר העיר עליהם הגאון בעל שבט הלוי בספרו ולא רצה לקבל דרך זו, איז אבער גאנץ מעגליך אז די מהלך פון לערנען, לערנען, לערנען און ח״ו גארנישט עפעס אנדערש טון - און ווי עטליכע גלייכן צו ברענגען פונעם חתם סופר אז אונז פאסקענען ווי רב נהוראי אין קידושין - קומט יא פונעם רבי׳ן.

און גיי פארשטיי. נאר דער רמב״ם האט געמעגט זיין א פיליזאף און א דאקטאר גענוג גרויס אנצעקומען ביז צום סולטאן. אין ראדני וואלטן אלע עניי א״י זיך געפרייט אויף דעם ׳באדערענער׳ יוד וועלכע איז מסתם רייך צוליב זיין שיינע בארד. נאר דער חכם המקובל הרמב״ן האט געמעגט זיין א דאקטאר, נאר דער אברבנאל האט געמעגט זיין א פינאנץ מיניסטאר און נאר דער רלב״ג האט געמעגט זיין אן אסטראנימער, אינווענטאר און פילאזאף. זאל זיך איינער דערוואגן צו גיין שטודירן פילאזאפיע היינט. דער משנה למלך האט זיך ארומגעריטן א מקורב למלכות אויפן פערד מיט א בלאנקע שווערד אויף די זייטן. און ביס כיס האבן זיי זיך געלערנט. וואס נאך? אז מען עפנט א שירעם רעגנט ביי די חתונה.

אלץ א טייל פון די גרויליגע אכשר דרא און בת היענה׳דיגע רוקן קלאפן ווי יעדער צייגט ווי הייליג און טייער ער איז ווי דעם חזיר מיט די פיס אן קיין טראפ געפיל צו די גאנצע ארום. ער קען אפי׳ נאכזאגן די גמרא צו ולמד שעה שאינו לא יום ולא לילה. איי די זעלבע גמרא זאגט אז כיון שקרא ק״ש שחרית וערבית יצא [חיוב לימוד התורה]? איי רבא האט נישט געוואלט אנקוקן די תלמודים בימי ניסן ותשרי? איי די גמרא שרייט הרבה עשו כר׳ שמעון ולא עלתה בידם? ״אונז האבן נישט אזוי ׳אנגענומען׳. ״אונז״. ״אנגענומען״. די צוויי נידעריגסטע ווערטער אינעם תורה׳דיגן לעקסיקאן. ולא חרבה ירושלים אלא שהעמידו דבריהם על הדין.

און זעה דעיס, די תגובה וועט נישט לאנג מאריך זיין דא. און זאל דאס דינען אלץ א פראסק אין פנים פאר עזרא פרידלענדער וועלכער האט זיך נישט געשעמט מיט א בלעכענעם פנים גראב ליגנט צו זאגן בריש גלי אז ביי אונז האט מען נישט מורא ארויסצעקומען אין דיסענט ברבים. אז דערוואגט זיך צו זאגן איין ווארט אנדערש ווי איך דגול מרבבה האב באשלאסן, זאל יענער זיך ארומנעמען מיט וואס ער וויל - תנאים, אמוראים, גאונים, ראשונים און אחרונים - איך וועל אין דערגיין עד חרמה און אויפן וועג שוין אנצייגן אז די אלע צדיקים וועם ער ציטירט זענען טאקע די וועלכע ״אונזערע״ רבי׳ס האבן נישט ״אנגענומען״. און זאל דאס דינען אלץ א באווייז אז נישט נאר איז אונזער גאנצער ענלישער סיסטעם אין דער ערד, נאר אויך אז אונזער גאנצע פארמיטאג סדר איז אויך פארשימלט און איין גרויסן דורכפאל. קען נישט דערהייבן דיסענט! יעדער מוז האלטן ווי אים, גרוילשטיק! אז נישט, אראפ מיט רעדער, ארויס די קינדער פון די מוסדות און ארויס פון אונזערע אנליין פארומס. נעבעך, נעבעך. וה׳ הטוב ירחם על עמו במהרה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך איבערלעבער » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 8:13 pm

דברים כדרבנות!

און ווער ס'האט מיטגעהאלטן זיינע תגובות דורך די יארן ווייס אז אים קען מען נישט באשולדיגן אין זיין פון די אנטי סיסטעם חברה.

דאס יא, דאס נישט קענען דערהייבן דיסענט, קען אים שטופן צו די אנטי סיסטעם, אזוי ווי פילע אנדערע וד״ל.

בד״וו ר׳ יואב, אונזער קרעטשמע איז א היימישער אנליין פארום וואס ווארפט נישט ארויס צוליב דיסענט.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג סעפטעמבער 22, 2016 10:36 pm

ער זאגט שיין און גוט, היבש שארף... און אביסל צו עקסטרעם.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 3:13 pm

ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך נייעס » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 8:25 am

פארוואס האט אייוועלט פארמעקט די טעמע? עס איז על פי הלכה נישט אויסגעהאלטען צו לייגן אזא קליפ? אויב נישט דארף מען דא אויך פארמעקן אזא סצענע.

עס איז לכ' אזוי ווי די אלע רעקארדירונגען וואס מען האט אינטערגעשטעלט אין שב"ק ויו"ט ביי פילע רבנים צו רעקארדען די תפילות יו"ט.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג אקטאבער 31, 2016 5:13 pm

זיי האבן עס לכאו' פארמעקט וועגן פאליטיק וואס פאלגט נאך דורך געוויסע קינדער דארט
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 2:46 pm

ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך טעכנעלאגיע » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 10:24 pm

קליינע קינדער האבן זיך צופייט...
ניק אוואטאר
טעכנעלאגיע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 195
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 5:32 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 54 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 12, 2017 11:48 pm

יע יע! די רעבע איז נישט געווען אין חיידער פאר צוויי סקונדעס...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » דינסטאג מערץ 14, 2017 7:05 pm

ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 15, 2017 11:12 am

א פיינע שפיצל דאס...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » מאנטאג מערץ 27, 2017 7:10 pm

ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג מאי 19, 2017 3:32 pm

-
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך הייליגע רויעך » פרייטאג מאי 19, 2017 4:05 pm

נאכאמזל ס'דא א מעקער
ישומו קטורה באפיך
הייליגע רויעך
 
הודעות: 24
הצטרף: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:55 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 13 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » זונטאג מאי 28, 2017 9:54 am

א משא ומתן אין א דרשה און שיטה פון סאטמאר רבי מהרי"י וועגן גיין וואוינען אין די גלילות פון קרית יואל
https://web.archive.org/web/20170526223 ... &start=642
https://web.archive.org/web/20170528124 ... &start=661
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג מאי 28, 2017 10:48 am

אזווי הייליגע רויעך זאגט
נאכאמזל ס'דא א מעקער...
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » מאנטאג מאי 29, 2017 8:43 pm

ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » מאנטאג יוני 05, 2017 9:11 am

בריוו פון ראשי ישיבות אין אמעריקא צו ראשי ישיבות אין ארץ ישראל בענין הגיוס, צייטווייליגע כינוס-גיוס אשכול, א וויץ פון דער "נייטראלער" מיללער און די רוגזה וואס עס האט געברענגט

https://web.archive.org/web/20170604212 ... =6&t=33965
https://web.archive.org/web/20170604212 ... 5&start=25
https://web.archive.org/web/20170604212 ... 5&start=50
https://web.archive.org/web/20170604212 ... 5&start=75
https://web.archive.org/web/20170604212 ... &start=100
https://web.archive.org/web/20170604221 ... &start=125
https://web.archive.org/web/20170604221 ... &start=150
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » דאנערשטאג יוני 15, 2017 9:49 pm

דער בלאט׳ס קאווער און רעאקציעס
https://web.archive.org/web/20170615144 ... &start=363
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » זונטאג יוני 18, 2017 9:53 pm

ציוניסטישער ראש הממשלה ביי יענקל ליצמאן שבע ברכות
https://web.archive.org/web/20170618211 ... =6&t=34202
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

Re: טעמעס וואס זענען געווארן פארמעקט אין אייוועלט

הודעהדורך ספאנדזש » דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 7:55 pm

די לינק איז געמעקט געווארן פון אייוועלט
https://www.justice.gov/usao-edny/pr/fo ... aud-scheme
ספאנדזש
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 55
הצטרף: מאנטאג יוני 15, 2015 2:24 am
האט שוין געדאנקט: 10 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 6 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם התענוג

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron