יעצט איז: דינסטאג אקטאבער 16, 2018 1:38 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:20 pm

ברוכים הבאים אייך טייערע אידן. איך בין קוים אנגעקומען דא, זיך ארומגעקוקט, אפגעליינט אויף איין מאל אלע אינטערעסאנטע ארטיקלן, און אט בין איך דא.

פון מיין ערשטן בליק זעט דא אויס צו זיין א מורא'דיגע געשמאקע איינגענעמע ווינקל. עס האט די מעלה וואס קיין איין סייט האט נישט, דאס אז עס איז נאך בזעיר אנפין, און עס פילט זיך נישט ווי א גרויסע פאבריק וואו רוב ניקס ווערן פארזעהן און עס שטארצן נאר ארויס די גרויסע מויל מאכער.

עס איז טאקע היימיש און אנגענעם, אבער אביסל צו שטיל. עס איז באמת א שאד. פילע אידן וואלטן זיך באמת מחיה געווען ווען זיי ווייסן ווען פון דעם בלאג צו זאגן.

ווי איך פארשטיי איז דא א ווינקל פאר אפגעהיטענע ערליכע אידן וואס ווילן בלויז האבן אביסל א לייכטערע צענזור ווי אייוועלט. אבער אויף דעם מהלך ווי עס גייט יעצט איז היבש שווער פאראויסצוזאגן א בליענדע צוקנופט צוליב זייער א פשוטע סיבה.

רוב ערליכע אידן האבן א גוטע פילטער. דאס מאכט אויטאמאטיש אז ווען אן ערליכער שרייבער קומט אן אויפן געוועב און איז זיך קובע מקום וועט זיין ערשטע סטאנציע זיין גלייך אייוועלט.

פון די גרויסע סייטס און בלאגס וואס זענען געבלאקט ווייסט מען אפשר יא געווענדליך צו זאגן. דאס רעכנט אריין קאווע שטיבל לרפו"ש, בחדרי חרדים, פאליש, ועוד, ועוד. פון די קליינע ווייסט מען דאך נישט, און אפילו ווען מען וואלט ווען יא געוואוסט איז עס דאך געבלאקט דורך משומר. קומט אויס אז דער קרעטשמע ווערט פשוט פארזען.

איך טראכט אז אפשר אויב מ'וואלט ווען אביסל מער געצוימט די פאליטיק אפטיילונג אפשר וואלט עס משומר געהעריג געלאזט אפען. אפשר אויב וואלט מען דארטן געהאלטן מער קאנטראל אפשר וואלט דאס געווען די ישועה.

אויב איז טאקע אזוי, און עס איז דא א צד אז משומר זאל דאס עפענען דאן איז ממש א שאד אז צוליב אביסל נארישע גארבידזש זאל די בלאג נישט מצליח זיין.

איך וויל נישט אויסזען ווי יתרו און נאך ווערן פון דא אוועקגעשיקט מיט מיינע עצות... עס איז בלויז מיינע מחשבות נאכן אנטרעפן דורך א צופאל דעם בלאג.

איך וועל בעז"ה פרובירן מיינס, און פון צייט צו צייט אריינווארפן דא פארשידענע ארטיקלן איבער אינטערעסאנטע נושאים און ידיעות.

לעת עתה שרייב איך דא מיט א געבארגטע קאמפיוטער וואס האט נישט אזא גוטן פילטער. איך ווייס נישט וואס די צוקונפט וועט זיין. איך וועל דאס בקרוב דארפון צוריק געבן און ווי פארשטענליך איז דער קרעשטמע געבלאקט ביי מיין אייגענע קאמפיוטער.

אפשר האבן מיינע ווערטער עפעס ממשות אין זיך... אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט, בין איך נישט גערעכט?
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך ידען נפלא אום מוצ"ש יולי 29, 2017 11:33 pm, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך נייעס » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:24 pm

משומר גייט עס עפענען אויב מען וועט זיי פרעגן וויאזוי די קרעטשמע זאל זיין אויסגעשטעלט ?
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:32 pm

איך ווייס נישט אויף זיכער. איך בין נישט קיין איינגעשטעלטער ביי זיי. איך שמועס בלויז אויס מיינע געפילן נאכן זיך אנטרעפן במקרה אין דעם סייט. אבער איך שטעל מיך פאר אז אויב וואלט די פאליטיק געווען מער געצוימט וואלטן זיי דאס געלאזט אפען.

איך מיין, פארוואס איז אייוועלט אפען ביי זיי און דאס נישט? איז נישט דאס די סיבה?
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך נייעס » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:47 pm

זיי זעהן נישט פאר א צורך צו עפענען אלע אידישע וועבסייטס, פאר זיי איז גענוג דאס וואס מען זיצט אויף אייוועלט, מען דארף נישט מער האבן.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » מוצ"ש יולי 29, 2017 11:58 pm

כ'האף דאס איז נישט אמת...

ערנסט גערעדט, אפילו דאס איז ווען יא אמת מיין איך אז מען וואלט געקענט גרינגער ערלעדיגן ביי זיי אז זיי זאלן דאס עפענען אויב די פאליטיק אפטיילונג איז מער געצוימט.

די פאליטיק איז לכאורה די איינציגסטע סיבה פארוואס זיי זאלן עס נישט ווילן עפענען.

#בלויז מחשבות
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך קנאי » זונטאג יולי 30, 2017 4:08 am

ידען נפלא האט געשריבן:איך ווייס נישט אויף זיכער. איך בין נישט קיין איינגעשטעלטער ביי זיי. איך שמועס בלויז אויס מיינע געפילן נאכן זיך אנטרעפן במקרה אין דעם סייט. אבער איך שטעל מיך פאר אז אויב וואלט די פאליטיק געווען מער געצוימט וואלטן זיי דאס געלאזט אפען.

איך מיין, פארוואס איז אייוועלט אפען ביי זיי און דאס נישט? איז נישט דאס די סיבה?

גראדע ביי מיר איז פארקערט מיין פילטער לאזט נישט דורך איי וועלט נאר די קרעטשמע :?:
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך שארר אפ » זונטאג יולי 30, 2017 6:10 am

ידען נפלא האט געשריבן:ברוכים הבאים אייך טייערע אידן. איך בין קוים אנגעקומען דא, זיך ארומגעקוקט, אפגעליינט אויף איין מאל אלע אינטערעסאנטע ארטיקלן, און אט בין איך דא.

פון מיין ערשטן בליק זעט דא אויס צו זיין א מורא'דיגע געשמאקע איינגענעמע ווינקל. עס האט די מעלה וואס קיין איין סייט האט נישט, דאס אז עס איז נאך בזעיר אנפין, און עס פילט זיך נישט ווי א גרויסע פאבריק וואו רוב ניקס ווערן פארזעהן און עס שטארצן נאר ארויס די גרויסע מויל מאכער.

עס איז טאקע היימיש און אנגענעם, אבער אביסל צו שטיל. עס איז באמת א שאד. פילע אידן וואלטן זיך באמת מחיה געווען ווען זיי ווייסן ווען פון דעם בלאג צו זאגן.

ווי איך פארשטיי איז דא א ווינקל פאר אפגעהיטענע ערליכע אידן וואס ווילן בלויז האבן אביסל א לייכטערע צענזור ווי אייוועלט. אבער אויף דעם מהלך ווי עס גייט יעצט איז היבש שווער פאראויסצוזאגן א בליענדע צוקנופט צוליב זייער א פשוטע סיבה.

רוב ערליכע אידן האבן א גוטע פילטער. דאס מאכט אויטאמאטיש אז ווען אן ערליכער שרייבער קומט אן אויפן געוועב און איז זיך קובע מקום וועט זיין ערשטע סטאנציע זיין גלייך אייוועלט.

פון די גרויסע סייטס און בלאגס וואס זענען געבלאקט ווייסט מען אפשר יא געווענדליך צו זאגן. דאס רעכנט אריין קאווע שטיבל לרפו"ש, בחדרי חרדים, פאליש, ועוד, ועוד. פון די קליינע ווייסט מען דאך נישט, און אפילו ווען מען וואלט ווען יא געוואוסט איז עס דאך געבלאקט דורך משומר. קומט אויס אז דער קרעטשמע ווערט פשוט פארזען.

איך טראכט אז אפשר אויב מ'וואלט ווען אביסל מער געצוימט די פאליטיק אפטיילונג אפשר וואלט עס משומר געהעריג געלאזט אפען. אפשר אויב וואלט מען דארטן געהאלטן מער קאנטראל אפשר וואלט דאס געווען די ישועה.

אויב איז טאקע אזוי, און עס איז דא א צד אז משומר זאל דאס עפענען דאן איז ממש א שאד אז צוליב אביסל נארישע גארבידזש זאל די בלאג נישט מצליח זיין.
איך וויל נישט אויסזען ווי יתרו און נאך ווערן פון דא אוועקגעשיקט מיט מיינע עצות... עס איז בלויז מיינע מחשבות נאכן אנטרעפן דורך א צופאל דעם בלאג.

איך וועל בעז"ה פרובירן מיינס, און פון צייט צו צייט אריינווארפן דא פארשידענע ארטיקלן איבער אינטערעסאנטע נושאים און ידיעות.

לעת עתה שרייב איך דא מיט א געבארגטע קאמפיוטער וואס האט נישט אזא גוטן פילטער. איך ווייס נישט וואס די צוקונפט וועט זיין. איך וועל דאס בקרוב דארפון צוריק געבן און ווי פארשטענליך איז דער קרעשטמע געבלאקט ביי מיין אייגענע קאמפיוטער.

אפשר האבן מיינע ווערטער עפעס ממשות אין זיך... אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט, בין איך נישט גערעכט?

אויב איך מעג פרעגן וויאזו די ביסט אנגעקומען אהער, ווייל די סייט איז לדאבונינו נישט אדוועטייזט אין ערגעץ, אין אפילו גוגעל שיקט קיינמאל נישט אהער, אזוי ווי זיי שיקען קיין איי-וועלט?
שארר אפ
 
הודעות: 15
הצטרף: דינסטאג יולי 25, 2017 3:28 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך סקריקין » זונטאג יולי 30, 2017 10:54 am

גדר לאזט עס יא אריבער ?
סקריקין
 
הודעות: 22
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:25 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 6:59 pm

שארר אפ האט געשריבן:
ידען נפלא האט געשריבן:ברוכים הבאים אייך טייערע אידן. איך בין קוים אנגעקומען דא, זיך ארומגעקוקט, אפגעליינט אויף איין מאל אלע אינטערעסאנטע ארטיקלן, און אט בין איך דא.

פון מיין ערשטן בליק זעט דא אויס צו זיין א מורא'דיגע געשמאקע איינגענעמע ווינקל. עס האט די מעלה וואס קיין איין סייט האט נישט, דאס אז עס איז נאך בזעיר אנפין, און עס פילט זיך נישט ווי א גרויסע פאבריק וואו רוב ניקס ווערן פארזעהן און עס שטארצן נאר ארויס די גרויסע מויל מאכער.

עס איז טאקע היימיש און אנגענעם, אבער אביסל צו שטיל. עס איז באמת א שאד. פילע אידן וואלטן זיך באמת מחיה געווען ווען זיי ווייסן ווען פון דעם בלאג צו זאגן.

ווי איך פארשטיי איז דא א ווינקל פאר אפגעהיטענע ערליכע אידן וואס ווילן בלויז האבן אביסל א לייכטערע צענזור ווי אייוועלט. אבער אויף דעם מהלך ווי עס גייט יעצט איז היבש שווער פאראויסצוזאגן א בליענדע צוקנופט צוליב זייער א פשוטע סיבה.

רוב ערליכע אידן האבן א גוטע פילטער. דאס מאכט אויטאמאטיש אז ווען אן ערליכער שרייבער קומט אן אויפן געוועב און איז זיך קובע מקום וועט זיין ערשטע סטאנציע זיין גלייך אייוועלט.

פון די גרויסע סייטס און בלאגס וואס זענען געבלאקט ווייסט מען אפשר יא געווענדליך צו זאגן. דאס רעכנט אריין קאווע שטיבל לרפו"ש, בחדרי חרדים, פאליש, ועוד, ועוד. פון די קליינע ווייסט מען דאך נישט, און אפילו ווען מען וואלט ווען יא געוואוסט איז עס דאך געבלאקט דורך משומר. קומט אויס אז דער קרעטשמע ווערט פשוט פארזען.

איך טראכט אז אפשר אויב מ'וואלט ווען אביסל מער געצוימט די פאליטיק אפטיילונג אפשר וואלט עס משומר געהעריג געלאזט אפען. אפשר אויב וואלט מען דארטן געהאלטן מער קאנטראל אפשר וואלט דאס געווען די ישועה.

אויב איז טאקע אזוי, און עס איז דא א צד אז משומר זאל דאס עפענען דאן איז ממש א שאד אז צוליב אביסל נארישע גארבידזש זאל די בלאג נישט מצליח זיין.
איך וויל נישט אויסזען ווי יתרו און נאך ווערן פון דא אוועקגעשיקט מיט מיינע עצות... עס איז בלויז מיינע מחשבות נאכן אנטרעפן דורך א צופאל דעם בלאג.

איך וועל בעז"ה פרובירן מיינס, און פון צייט צו צייט אריינווארפן דא פארשידענע ארטיקלן איבער אינטערעסאנטע נושאים און ידיעות.

לעת עתה שרייב איך דא מיט א געבארגטע קאמפיוטער וואס האט נישט אזא גוטן פילטער. איך ווייס נישט וואס די צוקונפט וועט זיין. איך וועל דאס בקרוב דארפון צוריק געבן און ווי פארשטענליך איז דער קרעשטמע געבלאקט ביי מיין אייגענע קאמפיוטער.

אפשר האבן מיינע ווערטער עפעס ממשות אין זיך... אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט, בין איך נישט גערעכט?

אויב איך מעג פרעגן וויאזו די ביסט אנגעקומען אהער, ווייל די סייט איז לדאבונינו נישט אדוועטייזט אין ערגעץ, אין אפילו גוגעל שיקט קיינמאל נישט אהער, אזוי ווי זיי שיקען קיין איי-וועלט?

פשוט, אייוועלט פלעגט זיך אמאל רופן היימישע קרעשטמע, איז אין א ליידיגע מינוט ווען כ'האב געסירטשט דאס ווארט היימישע קרעטשמע, און דערנאך דאס ווארט קרעטשמע אליינס האב איך דאס אנדעקט.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 30, 2017 7:12 pm

ווילאנג צוריק
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 7:13 pm

ערגעץ פארגאנגענע וואך. כ'געדענק שוין נישט פונקטליך וועלכע טאג.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יולי 30, 2017 9:56 pm

אייוועלט פלעגט זיך רופן היימישע קרעטשמע ביז 2008
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 11:32 pm

אה, כ'האב נישט געכאפט וואס עס שטימט אים נישט אז ער פרעגט ווילאנג צוריק כ'האב דאס געסירטשט...

ידעתי בני ידעתי. איך ווייס אויך אז זיי האבן געטוישט נאמען... כ'האב געסירטשט דאס ווארט טאקע צו זען וויאזוי און וואס דאס איז געווען אמאל. למעשה בין איך אנגעקומען צו בחדרי חרדים. קיינמאל נישט געוואוסט אז ס'פלעגט דארט זיין.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 31, 2017 12:12 am

עס האט זיך אנגעהויבן אויף היידפארק מיט נאמען היימישע שטותים
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יולי 31, 2017 12:15 am

מען טאר נישט דערמאנען יענע צייטן
כל מיני דברים אסורים איז דארט געווען
גיורא עד עשרה דרי...
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: מיין ערשטע בליק אויפן קרעטשמע

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 31, 2017 12:40 pm

שקר, עס איז אלעמאל געווען א כשר (רעלאטיוו) פלאץ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron