יעצט איז: מיטוואך אקטאבער 17, 2018 6:09 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

די געטא אין ווארשע

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

די געטא אין ווארשע

הודעהדורך האסטו געהערט אזאנס? » מיטוואך יולי 26, 2017 8:56 am

די ווארשעווער געטא איז געווען די גרעסטע געטא ביי די שואה וואס האט אנטהאלטן ארום 450 טויזנט לייט. זי איז באשטעטיגט געווארן כסליו ה'ת"ש. אין איר איז פארגעקומען דער גרעסטער אידישער אויפשטאנד ביים חורבן. די געטא איז געשטאנען דריי יאר. רוב מענטשן האבן נישט זוכה געווען ארויסגיין פון דער געטא אין פארלויף די דריי יאר.

די נאציס האבן פארארדענט אין יעדער שטאט, וואו עס איז געווען א געמיינדע מיט אידן, אויפצושטעלן א יודנראט, און זיי זאלן זיין די פארמיטלער פון דער אידישער באפעלקערונג, מיט די נאצישע טיראנען, ווי פארשטענדליך איז דאס געווען, אויסנוצן די אידן פאר די נאצישע אינטערעסן.

און ווארשע, די שטאט אין אייראפע מיט דער גרעסטער באפעלקערונג מיט אידן נישט געווען אנדערש, און די פארשטייער פון אידישן קהילה, איז באשטימט געווארן, דורכן קאמאנדיר פון די באוואפנטע קרעפטן פון ווארשע. אדאם טשערניאקאוו איז באשטימט געווארן אלס הויפט פונעם יודנראט, און דער פארארדענונג פון דער געטא איז געגאנגען אויף, אין דעם איז אריינגערעכנט אויפשטעלן א אידישע פאליציי, פינאנץ, א אידישע וואלוטע, בילדונג, און קולטור, ספארט אא"וו.

דער באפעל וואס די נאציס האבן געגעבן, פאר די אידישע פירער פון דער געמיינדע, האט געלויטעט אז אלע אידן מוזן זאפארט פארלאזן זייערע היימען, פאר די, וואס וווינען אינדרויסן פון די באשטימטע גרעניצן פון געטא, און אומבאדינגט זיך אריבערציען, אינערהאלב די קליינע שטח פונעם געטא, וויפיל מען האט פרובירט צו פארהאנדלען, איז זיי געלונגען, עס אפצושטופן אויף א וואך.

פון אנפאנג איז די געטא געווען אפן אן קיין צוים, און אידן האבן זיך געקאנט דרייען פריי אין די ארישע זייט, די נאציס האבן געהאט פארשפראכן פארן קהילה, אז עס וועט אזוי בלייבן, מיט די צייט האט מען אנגעפאנגען בויען די מויער, וואס האט ארומגענומען די געטא, פון אלע זייטן, נישט צופיל מענטשן זענען אריבער די טויער פון געטא,

די עסן איז געווארן טייערער פון דעם, די שווארצע מארק האט זיך געשטארקט, א טייל דערפון איז געווען מיט די שטיצע פונעם יודנעלטעסטע, און געלט, און שטיצע וואס איז געקאמען פון אנדערע פלעצער האבן אויפגעהערט אנצוקאמען אין געטא, און מענטשן האבן אנגעפאנגען אויסצוגיין פאר הונגער.

דאס לעבן אין דער געטא איז געווען זייער ענג, די נאציס האבן אריינגעשטופט צווישן 15 ביז 20 מענטשן אין איין קליין צימער. דאס געטא איז געווען גרויס 2.4% פון גאנץ ווארשע, אבער כאטש דעם איז דאס געטא געווען באזעצט מיט א דריטל פון ווארשעס באפעלקערונג, וואס צוליב דעם האבן די מענטשן אין דעם געטא בדרך כלל פארברענגט רוב טאג אינדרויסן פון שטוב.
אין געטא איז נישט געווען זייף און גענוג וואסער צו רייניקן דעם קערפער, און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן א שרעקלעכע אנשטעקיקע קראנקייטן די טיפוס.
אין געטא איז נישט געווען קיין אויוונס, פיל מענטשן זיינען געשטארבן פון קעלט.
די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, דאס געטא איז געווען אפגעשאידט פון שטאט, און מע האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דרויסן.
דער געדאנק צו רעוואלטירן קעגן די נאציס איז געווען ווי מען האט אנטדעקט אין די פארגאנגענע פאר יאר, פון די רעוויזיאניסטן, זאב זשאבאטינסקי'ס פארטיי צהר, בית"ר, זיי האבן שטענדיק געוואלט אויפשטעלן א אידישער מיליטער, האבן אסאך פון זיי געדינט אין דער פוילישער ארמיי, און אזוי ארום געווען געלערנט, אין טאקטיקן און אין אלע זאכן בנוגע מלחמה.

אין יאר 1940 האבן זיי שוין אנגעפאנגען, מיט אויפשטעלן א אידישער אונטערגרונט, אין די געטא, ווי קויפן געווער, אויפרייס מאטעריאל, אא"וו. זייער גרופע קעמפער איז גערופן געווארן מיליטערישע אידישע פאראייניקונג.

אין יאר 1942, ווען מען האט געזען, און געהערט אין געטא, פון די מאסן שחיטות, וואס קומען פאר אין טרעבלינקע, האבן זיך אנדערע פארטייען זיך צוזאם גענומען, און אנגעפאנגען מיט אויפשטעלן, אן אויפשטאנד קעגן די נאציס, עס איז זייער שווער געווען פאר זיי, ווייל קיין ערפארונג האבן זיי נישט געהאט, און די פוילישע פארטיזאן גרופעס, האבן נישט געהאט א געמיינזאמער שפראך מיט די אידישע פארטייען. די אידישע פארטייען זענען געווען, השומר הצעיר, די בונד, קאמוניסטן, און די ציוניטישע באוועגונגען ווי דרור, פועלי ציון.

די אקציעס, וואס די נאציס האבן דורכגעפירט, יאנואר 1943, האט אנגעצינדן די ערשטע פינק, און די אידן, האבן געפירט א בלוטיקע קאמף, קעגן דער אקציע, ווייניק מענטשן בכלל, האבן אויסגעהערט צו די באפעל, פון די נאציס זיך צו שטעלן ביים אומשלאגפלאץ, די אידן האבן געפירט א פסיכאלאגישער קאמף, קעגן די נאציס, און זייערע קאלאבארירער, זיי האבן געהרגט מוסרים, און אידישע פאליציי לייט וואס זענען נישט געווען געטריי צו זייער פאלק.

דאס איז אבער גארנישט געווען, קעגן די אויפשטאנד פון אפריל, אין יענעם יאר. די אידן האבן פאראורזאכט פארלוסטן, פארן דייטשן ווערמאכט אין דריי וואכן, אין א קליינע געטא, 2.4 פראצענט פון שטאט ווארשע, שוין נאכדעם וואס דאס רוב פון אירע איינוווינער, זיינען שוין אומגעבראכט געווארן, מער וואס דאס פוילישע ארמעי, האט באוויזען ביים זיך שלאגן, ווען די דייטשן האבן אינוואנדירט פוילן.

עס האט זיך אנגעפאנגען פאר פסח, און עס האט אנגעהאלטן פאר דריי וואכן, ביז די דייטשן האבן נישט געזען קיין לייזונג, און האבן אנגעהויבן פארברענען הייזער, אויף אירע איינוווינער, דאס לעבן געבליבענע האט מען פארשיקט קיין טרעבלינקע, געטא קראקע, און די געגענט, די קעמפער וואס זענען אריבער געלאפן צום ארישער זייט, האבן אטייל גענומען אינעם פולישן אויפשטאנד, אין יאר 1944. דער אויפשטאנד, איז נישט געווען אויף צו בלייבן לעבן, עס איז געווען פארן כבוד פונעם אידישן פאלק. די באפעלקערונג פון דער געטא ביים אנהייב, איז געווען צווישן זיבעציק טויזנט, און הונדערט טויזנט, ביי דער ענדע זיינען נישט געראטעוועט געווארן, קיין סאך אידן פון ווארשע. אין דעם זיינען נישט אריינגערעכנט, די דריי הונדערט פופציק טויזנט אידן, וואס זיינען אומגעקומען, בעפאר דער אויפשטאנד האט זיך אנגעפאנגען. די פוילישע באפעלקערונג, האט זיך גענומען גרייטן צו איר אויפשטאנד, גלייך ווען די אידן האבן געפירט זייער קאמף, און זיי האבן געזען אז דער שוואכער איד, קען זיך אויך שלאגן קעגן די נאצישע מיליטער.

די געטא איז געווען, פוסט און וויסט נאך דער מלחמה און די שטאט ווארשע, האט אויך אזוי אויגעקוקט נאכן פוילישן אויפשטאנד.
א חוצפה און א עזות!
האסטו מיר געהערט אזאנס???
ניק אוואטאר
האסטו געהערט אזאנס?
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 113
הצטרף: דאנערשטאג נאוועמבער 03, 2016 2:37 pm
האט שוין געדאנקט: 74 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 46 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך סקריקין » זונטאג יולי 30, 2017 10:57 am

איז אמת דאס וואס היסטאריקער זאגען אז אויב וואלטען די אידן נישט געמאכט קיין אויפשטאנד וואלט געווען גרעסערע טשאנסען אין מער איבערלעבער פון ווארשע געטא
סקריקין
 
הודעות: 22
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:25 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 30, 2017 2:46 pm

מעגליך
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך ידען נפלא » זונטאג יולי 30, 2017 7:08 pm

איך ווייס נישט ווי זיכער דאס איז. פארן אויפשטאנד האט מען דאך אנגעהויבן צוזאם צו נעמען די אידן כדי זיי צו טראנספערירן. טויזענטע אידן זענען אומגעקומען טאג טעגליך אין געטא, עס איז מער געווען א בחינה פון תמות נפשי עם פלשתים.

בדרך אגב בנוגע די תורה'דיגע חלק דערפון האב איך אמאל געליינט אז הגאון ר' מנחם זעמבא הי"ד האט געשטיצט דעם אויפשטאנד. דאס איז זיכער אז הרה"ק ר' שמואל שלמה ליינער מראדזין זצוק"ל האט זיכער געהייסן זיך נישט צו לאזן אונטערגעבן סתם אזוי.
ניק אוואטאר
ידען נפלא
 
הודעות: 14
הצטרף: דאנערשטאג יולי 27, 2017 6:59 pm
האט שוין געדאנקט: 7 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 7 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך סקריקין » מאנטאג יולי 31, 2017 6:29 am

איך מיין אז אסאך גדולים האבען נישט געהאלטען פונעם אויפשטאנד אויב איינער ווייסט וועלכע זאל ביטע נעמען די מיה און ארויפברענגען און מזכה זיין הרבים.
סקריקין
 
הודעות: 22
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:25 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך נייעס » מאנטאג יולי 31, 2017 8:47 am

פעלט נישט אויס צו מאריך זיין אין דעם
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יולי 31, 2017 1:38 pm

זיכער פעלט אויס! א גאר אינטרעסאנטע טעמע!

(וואס פעלט יא אויס? ווען מהרז"ל גייט וועקעישענינג? הא?)
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1141
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 87 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 209 מאל

Re: די געטא אין ווארשע

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג אוגוסט 01, 2017 12:04 pm

סקריקין האט געשריבן:איז אמת דאס וואס היסטאריקער זאגען אז אויב וואלטען די אידן נישט געמאכט קיין אויפשטאנד וואלט געווען גרעסערע טשאנסען אין מער איבערלעבער פון ווארשע געטא

וועלכע היסטאריקער זאגן דאס?
פון ווארשע האט מען נישט געשיקט קיין אוישוויץ וואו ס'אויך געווען ארבייטס לאגערן, נאר קיין טרעבלינקע וואס איז געווען בלויז א טויטן לאגער. מ'קען ציילן אויף די פינגער איבערלעבער פון טרעבלינקע.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron