יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 1:14 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

טראמפ דער פראגרעסיוו

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

טראמפ דער פראגרעסיוו

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך מאי 10, 2017 12:14 am

געלייגט מיט רשות פונעם שרייבער

נייו דאס איז נישט פרישער אנאליז אז טראמפ איז באמת גאר נישט דער קאנסערוואטיווער ווי ער שטעלט זיך אהער... אויך איז דאס נישט קיין אשכול מסביר צו זיין אז טראמפ איז יא א קאנסערוואטיווער טראץ די אלע שווארצע נביאות'ער פון די נעווער טראמפער. און אויך איז דאס בכלל נישט קיין אפהאנדלונג איבער די טראמפ שיטות, נאר פארקערט איך וויל דא צונעמען אביסל די פראגרעסיוו באוועגונג און זעהן צו זענען זיי אזוי ווייט פון די טראמפ וועם זיי האסן אזוי.

קודם כל די אפטייטש פון דאס ווארט פראגרעסיוו - וואס דאס איז פשט באמת פארקערט פון קאנסערוואטיוו, וואס דאס מיינט אנהאלטן דאס אלטע - איז פראגרעסיוו טייטש אז מען רוקט זיך פאראויס. דהיינו מכלומר'שט זענען די קאנסערוואטיווע די וואס זענען ערגעץ ווי סטאק אינעם מיטל אלטער, און די ''קלוגע'' זענען פראגרעסיוו און זיי פארשטייען אז מען קען נישט בלייבן אויף איין פלאץ.

איז לאמיר זעהן וואס עס געשעהט מיט די לינקע - פראגרעסיווע באוועגונג. צוביסלעך צוביסלעך ווערן זיי מער און מער קלוג. דהיינו, למשל ביז א פאר יאר צוריק איז א טיטל סאשעליסט געווען אפגעפרעגט און די דעמאקראטישע רייען. און אזא קאנדידאט ווי סאנדער'ס וועלט אפילו נישט באקומען איין מידיע אינטערוויא, אפגערעדט אז קיין איין שטאט וואלט ער נישט געווינען.

נאך מער פאר בלויז אכט יאר צוריק איז איינע פון די גרעסטע חטאים וואס די רעפובליקאנער האבן ארויס געשטעלט קעגן אבאמא איז אז באמת איז ער א באהאלטענע סאשעליסט, און אבאמא האט דאס אפגעלייקענט. האלטן מיר קארגע אכט יאר שפעטער און די כמעט קאנדידאט פון די דעמאקראטישער פארטיי איז א זעלבסט דערקלערטער סאשעליסט?! און אין פוצה פה ומצפצף. קיינער האט

נישט קיין פראבלעם דערמיט...

אזוי אויך מיט די אישו פון העלט קעיר.

די אבאמא העלט קעיר איז עקסטרעם רעכט כלפי וואס די דעמאקראטן ווילן היינט, אזוי ווי מען קען היינט הערן פון די גרויסע שישקעס ביי זיי אז זיי וועלן נישט זיין צופרידן פון עפעס ווייניגער ווי יוניווערסעל העלט קעיר, און נאך אביסל וועט מען שוין האבן יוניווערסעל פעיראל. (יא יא יא און איינער פון די אייראפאישע לענדער איז שוין דא אזא באוועגונג!)

לכאורה וועט און א פאר יאר ארום די פראגרעסיווע באוועגונג שוין זיין אינגאנצן אפילירט מיט די סאשעליסט געדאנקען גאנג.

יעצט לאמיר גיין א טריט ווייטער. ווי ווייט איז די סאשעליסט געדאנקען גאנג פון קאמענוזים? איך מיין אז א קאצן שפרינג איז אסאך געזאגט. אלזא לאמיר טראכטן שוין נאכמער פראגרעסיוו. לאמיר קוקן מיט א בליק אויף פאראויס - מיט א ווייטע בליק, איז די דעמאקראטישע פארטיי אין די צוקונפט נישט מער ווי די קאמאניסטשע פארטיי.

יעצט רוסלאנד איז שוין דורך געגאנגען די שטאפל פון קאמוניזם. און זיי זענען שוין געווארן דעמאקראטיש. קומט אויס אז די דעמאקראטישע פארטיי וואס איז בעתיד סאשעליסט און דערנאך קאמוניסטיש. גייט נאך לאנגע יארן אנקומען דארט ווי רוסלאנד האלט היינט. שטימט?!

יעצט די דעמקראטן זענען פארנומען טאג און נאכט היתכן טראמפ גייט צוזאמען מיט רוסלאנד? היתכן ער חבר'ט זיך מיט פוטין? וכו' וכו'...

איז לענ''ד די פשוטע ענפער אז טראמפ איז אזא גרויסע פראגרעסיוו אז ער האלט שוין יעצט דארט ווי די דעמאקראטן גייען האלטן אין פופציג יאר פון יעצט סא ער איז שוין יעצט צוזאמען מיט רוסלאנד...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: טראמפ דער פראגרעסיוו

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:21 am

פיין פיין.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: טראמפ דער פראגרעסיוו

הודעהדורך שעפעלע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 12:23 am

לייבעלע איך גלייב נישט די ביסט דא !!!
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: טראמפ דער פראגרעסיוו

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דאנערשטאג מאי 11, 2017 1:35 pm

נאך געוואלט שרייבן אביסל נעכטן, אבער איך בין איינגעשלאפן אויפן בענקל...לאל.

וואס פרייסטעך אזוי פאר מיר?
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: טראמפ דער פראגרעסיוו

הודעהדורך שעפעלע » דאנערשטאג מאי 11, 2017 6:51 pm

וואס הייסט וואס ?
לייבעלע איז דא !
שוין א שטיק צייט וואס דיין אפוועזנהייט האט זיך געשפירט דא אין קרעטשמע.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט