יעצט איז: זונטאג יוני 25, 2017 9:53 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פארכאפט! (המשך 1#)

ארטיקלען, אנאליזן, געדאנקען, בילדער, ווידיאוס ועוד

פארכאפט! (המשך 1#)

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 5:22 pm

לכבוד 100 באדאנקטע תגובות!

די (אמת'ע) געשיכטע פון שיפס קאפיטאן 'פיליפס' וואס איז געוועהן פארכאפט ביי סאמאליע פיראטן פאר 96 שעה!

אפריל 12 למספרם 2009 6:40 פארטאגס הארט ביים זון אויפגאנג אויף די אינדיאנע אקיאן, דער 'מורסק אלעבאמא' שיף מיט אירע 23 מאנשאפט און זיבעצן טוזענט מעטריק טאן קארגא פארט געמיטליך אויף די רוישיגע וואסערן 275 מייל פון די סאמאליע בארטן אויפן וועג צו איר דעסטינאציע 'מאמבאסא, קעניע', קאפיטאן 'ריטשארד פיליפס' און זיין געהילף 'שען מורפי' כאפן אויף א אלאמירנדע סיגנאל אויף די ראדאר וואס ווייזט אז א אנדערע שיף דערנענטערט זיך צום 'מורסק', דאס באזארגט זיי גאר שטארק נעמענדיג אין באטראכט אז 70 פראצענט פון די פיראטן אטאקעס פאסירט אין די צייט ביי די זון אויפגאנג אדער ביי די זון אונטערגאנג, 'שען מורפי' לויפט ארויף אויפן שיפס דעק אין א פארזוך צו זעהן מיט די אויגן וואס די ראדאר האט אויפגעכאפט, אבער אן ערפאלג, די מיסטעריעזע שיף איז נאך צו ווייט פאר די בלויזע אויגן עס צו קענען זעהן.

נאך א שטיק צייט אבזערווירן דעם ארום, באמערקט ער דורך זיין שפאקטיוו א קליינע שיף וואס דערנענטערט זיך מיט א שנעלקייט צום 'מורסק', זיין עקפריענס זאגט אים אן אז דאס איז נישט קיין פרידליכע שיף וואס שווימט פארביי... ער קען אבער נישט זעהן גענוי ווער און וויפיל מענטשן געפונען זיך אין דעם שיף, דער קאפיטאן פיליפס אין א פארזוך צו דערשרעקן די אנקומענדיגע ווארשיינדליכע פיראטן, שיקט ארויס א פאלשע היסטערישע הילפס רוף דורך זיין ראדיא צו א נעווי שיף אין די געגנט וואס האט ווירקליך נישט עקזיסטירט, און טוישט זיין קול צו מאכן די אנשטעל ווי די נעווי שיף ענפערט אז זיי זענען אויפן וועג און וועלן דארט זיין ביז געציילטע מנוטן זיי צו העלפן אין די סיטואציע, האפנדיג אז די פיראטן וועלן אויפכאפן די 'שמועס' און צוריק ציען פון זייער אטאקע אויס מורא פון די נעווי שיף וואס איז אויפן וועג, ס'גיבט זיך איהם אבער נישט איין, און די שיף מיט די פיראטן גאלאפירט פאראויס מיט א אומגעהויערע שנעלקייט.

די פיראטן זענען שוין אריין די איין מייל 'געפאר זאנע' וואס די קאפיטאן האט געשטעלט אז אויב א אנדערע שיף פארט אריין אין דעם ווערט דערקלערט א עמערדשענסי סיטואציע אויפן שיף, דער קאפיטאן באפעלט גלייך אנצוצינדן די עמערדשענסי אלארעם צו ווארענען די מאנשאפט אז די שיף איז אין א סכנה פון אנקומענדיגע פיראטן, דער מצב אויפן שיף ווערט גאר שטארק אנגעצויגן, מ'קען שוין זעהן די פיראטן גאר נאנט ווי זיי דערנענטערן זיך צו די לינקע זייט פון די שיף מיט א שנעלקייט.

אפאר הילפסלאזע מנוטן איז אדורך און די פיראטן האבן דערגרייכט די 'מורסק' מיט זייער קליין שיפל, זיי ווארפן גלייך ארויף א לייטער אויף די 'מורסק' שיף וואס איז בלויז 20 פיס הויך, מאכנדיג עס גרינג פאר די פיראטן צו 'אנהוקן' די לייטער אויפן שיף, די סיטואציע אויפן שיף ווערט אנגעצויגן צום קלימאקס, 'שען מורפי' לויפט ארום שרייענדיג מיט באנומענע קולות "מיר האבן פיראטן! דאס איז עכט! ווירקליכע פיראטן אויפן שיף!" די קאפיטאן רופט אויס אויף די הויכהילכער "זיי זענען דא! מיר האבן פיראטן אויפן שיף! זיי שיסן קוילן! יעדער זאל זוכן שוץ!" די מאנשאפט אויפן 'מורסק אלעבאמע' לויפן אין פאניק אראפ אינטן צו די בויך פון די שיף אריין אין די 'זיכערהייט צימער' וואס איז מער פארזיכערט פון פיראטן.

די פיראטן קריכן ארויף אויפן שיף, און צעהן מנוט נאך די ראדאר סיגנאל זענען שוין צוויי באוואפענטע פיראטן מיט אויגעשטרעקטע AK47 אטאמאטישע רעוואלווער אויפן דעק פונעם שיף שיסנדיג ווילדערהייט קוילן אין די לופטן.

אויספאלגנדיג די זיכערהייט פראצעדור לויפט 'קאלין רייט' ארויף צום קאפיטאן קאבינע פון וואו ער רופט א 'אנטי פיראטן קאמענד צענטער' אין ענגלאנד, און מעלד זיין איין איבער די סיטואציע אויפן שיף אז זיי זענען פארכאפט ביי פיראטן און בעט פאר באלדיגע הילף, ווי נאר ער לייגט אראפ די טעלעפאון טרייבל שטורעמען אריין צוויי פיראטן מיט אויסגעשטרעקטע געווער אין די קאפיטאן קאבינע און פארכאפן דער קאפיטאן מיט 'קאלין רייט' און נאך איינער פון די מאנשאפט אין די קאבינע, זיי שרייען מיט באנומענע קולות אז זיי זאלן זיך אראפזעצן אויף דער ערד און נישט וואגן זיך צו רירן פון פלאץ.

דאן ווענדן זיך די פיראטן צום קאפיטאן מיט די קאלטע רעוואלווער צו זיין קאפ און באפעלן ער זאל זאפארט אפשטעלן די שיף אז נאך פיראטן זאלן קענען אויפשטייגן אויפן שיף אין די רוישיגע וואסערן, אן קיין צוויי ברירות וויסנדיג אז די מינדעסטע ווידערשטאנד פון זיין זייט וועט ברענגען די פיראטן צו לייגן דרוק אויפן צינגל וואס דאן וועלן די רוזלטאטן זיין פאטאל, האט ער אפגעשטעלט די שיף און נאך צוויי פיראטן האבן אויפגעשטיגן אויפן שיף ברענגענדיג די צאל פיראטן אויפן שיף צו פיר.

זייער ערשטע פארלאנג איז געווען מ'זאל זיי זאגן פון וואו די שיף קומט, דער קאפיטאן פיליפס האט זיי דערציילט אז דאס איז פון די USA, ווי נאר זיי זענען געוואר געווארן אז דאס איז גאר א אמעריקאנע שיף, איז נישט געווען קיין עק צו זייער פרייד און זיי האבן טרומפירט און געקלאטשט מיט די דערגרייכונג, ווייל דאס מיינט פאר זיי אסאך א גרעסערע סומע אויסלייז געלט.

די צווייטע באפעל האט נאכגעפאלגט, אז אלע מאנשאפט פון די שיף זאלן זאפארט ארויסקומען פון זייער באהעלטעניש און קומען צום דעק, און אויב ביז צוויי מנוט זענען די מאנשאפט אויפן דעק ווערט 'קאלין רייט' געשאסן אויפן ארט, די געשולטע קאפיטאן נעמט די מייק אין די האנט און רופט אויס "דאס איז דער קאפיטאן, איך וויל אלע מאנשפט אויפן דעק זאפארט, איר פארשטייט" אבער די מאנשאפט אונטן אין די בויך פון דעם שיף האבן פארשטאנען אז זיי דארפן בלייבן אויף זייערע ערטער, וויבאלד זיי האבן נישט געהערט דער קאפיטאן זאגן די 'אלל קלעיר' קאוד וואס איז ביי זיי געווען אפגעשמועס פאר אזאנע סיטואציעס, און זיי זענען נישט ארויפגעקומען.

נאך א מנוט איז דורך און קיינער איז נישט ארויפגעקומען, די קאפיטאן רופט אויס נאכאמאל אויפן הויכהילכער "איר פארשטייט איך דארף אלע מאנשאפט אויפן דעק זאפארט, דאס איז קריטיש" אבער ווי פריער איז יעדער געבליבן אויפן פלאץ און נישט געקומען.

די אוילטאמאטום לויפט אויס, עס האלט שוין ביי דרייסיג סקונדעס און קיינער קומט נישט אפיר, 'קאלין רייט' פאנגט אן שוויצן און גרייט זיך פאר זיינע לעצטע סקונדעס פון זיין לעבן טראכטנדיג דערביי פון זיין פרוי און קינדער וואס ער לאזט איבער אליין, און זיי ווייסטן ניטאמאל אין וואספארא מצב ער געפינט זיך, און שטומערהייט געזעגנט ער זיך פון זיי.

די צייט איז אויסגעלאפן די פיראטן זעהנדיג אז זייער באפעל ווערט איגנארירט פאלן אריין אין א שרעקליכע כעס, אבער די רוואלווער בלייבט קאלט, די רויבער שיסן נישט.

---

פינעף הונדערט מייל צו מזרח, די US דיסטראוער שיף 'בעינברידש' באקומט א באפעל 'דריי זיך אויס זאפארט און פאר צו מזרח זייט די שנעלסטע מעגליך צו די 'מורסק אלעבאמא' ווי פיר פיראטן האבן פארכאפט די שיף און האלטן קאפיטאן פיליפס מיט נאך צוויי מאנשאפט אלס משכונות אויפן שיף דעק מיט אויסגעשרעקטע געווער'.

---

אונטן אין די בויך פון די שיף זענען די מאנשאפט גרייט מיט א פלאן, דארט אין די 'זיכערהייט צימער' געפינט זיך אלטערנאטווע קאנטראלס פון וואו מ'קען פירן די שיף, אינדשעניר 'מייק פערי' אקטיוויזירט עס גיבנדיג די קאנטראל פון די שיף אין זיינע הענט, ער ריפט זיין אנדערע אינדשעניר זאל איבערנעמען קאנטראל פון די שיף און ער שאלטערט אויס די קאנטראל מעגליכקייטן פון די קאפיטאן קאבינע אויפן דעק דאן באפעלט ער די אינדשעניר צו פירן די שיף זייטוועגס אויף לינקס אין א פריוו צו איבערדרייען און זינקען די פיראטן'ס שיף אז זיי זאלן נישט האבן קיין וועג ארויס צו אנטלויפן, דער אינדשעניר פאלגט אויס און די פיראטן'ס שיף ווערט פארשווינדן אין די רוישיגע כוואליעס לאזנדיג די רויבער אן א וועג אהיים.

יעצט זענען זיי גרייט צום צווייטן שטאפל פונעם פלאן, 'מייק פערי' ריקט אראפ דעם סוויטש, און אלע לעקטערס ווערן פארלאשן, דער גאנצע שיף איז טונקל, נישט ערלויבנדיג פאר די פיראטן צו זעהן און זיך באוועגן געהעריג, גיבנדיג א שטיקל אויבערהאנט פאר די מאטראזן וואס קענען די שיף גוט אן לעקטערס אויך.

אבער דאן האט פאסירט דאס אומגעראכטענע, די עמערדשענסי לעקטער וואס צינד זיך אן אין פאל פון עמערדשענסי און מאכט עטוואס ליכטיג אויפן שיף, איז געווארן אוטומאטיש אקטיוויזירט, א זאך וואס מאכט 'מייק פערי' זייער באזארגט, ווייל די הויפט דשענערעטער וואס גיבט קראפט פאר די עמערדשענסי לעקטער, איז סטאנציאנירט אויב אויפן דעק פון דעם שיף, וואס מאכט עס כמעט אוממעגליך צו דיאקטיוויזירן און אויסשאלטערן ווייל די פיראטן וועלן באמערקן אז איינער איז דארט.

'מייק פערי' גיבט נישט אויף ער איז אנטשלאסן צו עלימינירן די יעצט אומגעווינטשענע לעקטער, איינשטעלדיג זיין אייגן לעבן קריכט ער דורך טונעלן אין די שיף ביז ער דערגרייכט צום דעק, אונטער די ריקן פון די בלוטדארשטיגע פיראטן ווען יעדע מינדעסטע גערידער פון זיין זייט קען גרינג אלאמירן די פיראטן, נאכדעם וואס די גאנצע שיף איז אויסגעשאלטערט פון די מאטארן און מאשינען וואס גיבן געווענדליך ארויס א גרודער, וואס מאכט עס גאר געפארפול, אבער צו זיין גוט מזל האבן זיי נישט באמערקט און 'מייק פערי' שאלטערט אויס די דשענערעטערס, און א טאטאלע טונקלקייט באהערשט דעם 'מורסק אלעבאמע'.

דעווייל זיצן 14 פון די מאנשאפט פארשמאכט אין די אינטערשטע חלק פון דעם שיף ווי עס איז אויסטערליש הייס ארום 125 דעגרי! נישט גיבענדיג צו סאך אויסזיכטן פאר קיין מענטשן עס איבערצולעבן פאר צו א לאנגע צייט, וואס ברענגט דעם טשיף אינדשעניר 'מייק פערי' צו נעמען ערנסטע שריט און ברענגען די סיטואציע אין קאנטראל.

אנטשלאסן צו ברענגען די מצב צו אן ענדע באוואפנט מיט א 4 אינטשיגע מעסער איילט זיך מייק מיט שטילע געמאסטענע טריט צו די שמאלע דורכגאנג וואס לויט זיין חשבון איז דאס די איינציגסטע פלאץ וואס פירט צום שטוב ווי די מאנשאפט זענען באהאלטן אז די פיראטן וועלן מוזן דא אדורכגיין צו דערגרייכן די מענטשן אינעם בויך פון די שיף.

דערגרייכנדיג דעם דורכגאנג זעהט שוין מייק פון דערווייטנס א שיין פון א 'פלעשלייט' קומט צו זיין ריכטונג, א באווייז אז איינע פון די פיראטן זענען שוין אונטן זוכנדיג די שיף מאנשאפט, מייק מאכט זיכער אז די מעסער איז גרייט פארן באניץ צו אויסשאלטערן דעם פארשוין פאר ער קען עפעס טון, דער פיראט דערנענטערט זיך שיטנדיג דערביי קללות און געשרייען, מייק קען שוין זעהן זיין פנים ווי ער קומט נענטער ווען צו זיין זייט שלעפט ער מיט איינע פון די מאנשאפט 'עטיעם רעיזע' וואס איז געווען פארכאפט אויבן אויפן דעק פונעם שיף אז ער זאל איהם צו העלפן טרעפן און ארויפברענגען די באהאלטענע מענטשן אויפן דעק פון די שיף.

די פיראט קומט אן געציילטע פיס אוועק פון מייק, מייק גארטלט זיך אן מיט אלע פארבלעבענע כוחות שפרינג ארויס פון באהעלטעניש און מיט זיין רעכטע האנט שניידט ער אריין אין דער פיראטס האלז ברענגענדיג אז די פארשוין ווערט פארחלשט אויפן ארט, מייק בינדט איהם צו די הענט פון אונטן און באנדאשירט איהם די האלז ער זאל בלייבן ביים לעבן איהם צו קענען ניצן פאר אויסטויש אויף זייער זייט.

המשך יבא אי"ה
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1053
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 64 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: פארכאפט! (המשך 1#)

הודעהדורך נייעס » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 8:12 pm

WOW
קיפיראפ.
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 309
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: פארכאפט! (המשך 1#)

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 9:30 pm

דראמאטיש!!!
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 734
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 127 מאל

Re: פארכאפט! (המשך 1#)

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 7:35 pm

העכסט שפאנענד!
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל


צוריק צו היכל ה'קרעטשמע

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron