Switch to full style
קומט אריין און מאכט אייך באקוועם
שרייב א תגובה

פארום פאר אקטיווע באניצער "ההיכל"

מאנטאג יולי 31, 2017 5:24 pm

צוליב די נאכפראגע פון די חבירים האבן מיר געעפנט א פרישע פארום "ההיכל" פאר אקטיווע באנוצער וואו מען וועט זיך קענען צינויפרעדן אויף א פריוואטע פארנעם

ווילן מיר קלארשטעלן אפאר נקודות.

1 " די פארום איז געמאכט בלויז פאר 'אקטיווע' באנוצער, וואס מיינט אקטיוו אין די "אלגעמיינע קרעטשמע.

2 כדי צו ווערן באטראכט אלס "אן אקטיווע מעמבער" דארף מען האבן געשריבן יעדע וואך א מינימום פון 15 'זאכליכע' תגובות

3 תגובות וואס ווערן גערעכנט זענען בלויז אזאנע תגובות וואס איז א חלק פון א שמועס אדער קען ברענגען א שמועס, וואס מיינט אז גריסן גוט מארגן וכדומה ווערט נישט גערעכנט.

4 איינער וואס האט שוין אקסעס צום 'היכל' מיינט נאנישט אז ער האט פערמענאנטע צוטריט, נאר יעדע וואך וועט ווערן באטראכט זיינען מספר התגובות צו ער קוואליפיצירט פאר נאך א וואך אין היכל.

5 מיר האבן אויסגעשטעלט די פארום אויף א וועג אז די מספר התגובות פון באניצער גייט נישט ארויף מיט די תגובות וואס ווערט געשריבן אינעם היכל, נאר בלויז פון תגובות אין די אנגעמיינע פארומס.

מער דעטאלן איבער די "היכל" פארום וועט איר טרעפן אין די פארום

מיר האפן איר וועט הנאה האבן פון די פרישע פארום
ההנהלה

Re: פארום פאר אקטיווע באניצער "ההיכל"

מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 11:05 am

וואו קען מען עפלייען פאר א היכל איינטריט קארטל?
שרייב א תגובה