בלאט 1 פון 1

וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמען

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 8:34 am
דורך השר מקוצי
אין די אנדערע מקומות פון ווי אונז אלע קומען איז אלס געווען נהוג מאז ומקדם, אז מען שטויסט זיך אהן דא און דארט אין א גרינער/רויטער פירער/בעל אחראי אויפען שטח, דא אינעם נארוואס געבוירענער קרעטשמע זעהט זיך דערווייל נישט אהן אויפען האריזאנט די אלע סארט פארשוינען, לכאורה קוקט עס אויס ווי בכוונה תחילה פון די פירער פינעם פלאץ צו משנה זיין דעם אנגענימענער כלל פון ביז היינט.

וואס האלט איר צו דעם טויש? איז דאס א גוטע זאך פאר א פארום אז מען זעהט נישט ארום זיך די מיט די רויטע און גרינע בייטש, אדער איז עס יא לתועלת המקום ולתפארת ה'קרעטשמע אזעלכע סארט מענטשען.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 9:01 am
דורך מאשקע
איך בין דא נאר פאר די סיבה!

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 10:05 am
דורך ראש הקהל
ספאדיק האט געשריבן:איך וויל ווערן אן אחראי, נאר טאמער מיין קאליר וועט געטוישט ווערן. איך בין נישט גרייט מ'זאל מיך פארהאלטן, אויב וועט מען זען אן אנדער קאליר, וועט מען גלייך האבן דרך ארץ (נד"נ).

איך וואלט פרעפורט טונקל געל.

דער געדאנק פון האבען דרך ארץ פאר קאלירען, און אז דאס זאל זיין דער מטיל אימה על הציבור, איז לכ' פון די גרעסטע סתירות צום יסוד ה'קרעטשמע, קרעטשמע וויל טאקע דייקא נישט געבן די עדיטוט פאר'ן ציבור שרייבער און ליינער.

נאך א פוינט לדעתי, אז דאס גופא אז ''יעדער שרייבער און באזיכער'' שפירט זיך אלס א חלק פון די זאך גענוי ווי דער וואס האט זיך געמיטשעט אוועקצושטעלן די פיר ווענט און דאך מיט אלע צוגעהערן פינעם קרעטשמע, דאס זעלבסט געט אן אחריות געפיל צום מקום עס נישט צו וועלן שעדיגען מיט אומאויסגעהאלטענע תגובות.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 1:37 pm
דורך קהלס נער
איך וולט געזאגט אז די אחראים זאלן האבן צוויי ניקס, 1 קאלירטע אלץ אחראי אין איין געהעריגע.
כדי איך זאל אים באמערקן ווען ער איז עפעס מער ווי מיר, אבער נישט קיין איבריגע רעספעקט ווען ער לאזט זיך הערן זיין מיינונג במילי דעלמא.
אדער גאר איין ניק וואס ער זאל קענען טוישן קאליר ווען ער טוט זיין ארבעט.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 3:00 pm
דורך בארדיטשעווער בדחן
זאל עס בלייבען ווי עס איז יעצט, עס איז רואיגער.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2014 5:26 pm
דורך שלמה'לע
עס קען בלייבן ווי יעצט אבער עפעס א סימן דארף מען האבן אפשר אשטאטס שרייבן חבר ה'קרעטשמע זאל שטיין אחראי מנהל

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מוצ"ש אוגוסט 23, 2014 9:58 pm
דורך זייגער
אזוי ווי כ'האב געהערט אז ס'נישט דא קיין רויטע און גרינע, בין איך געקומען צולויפן.

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:41 pm
דורך ניק ניק
און וויאזוי ווייס איך ווען איינער שרייבט לאמיר זאגן א תקנה צו ער איז בכלל איינער וואס קען מאכן תקנות? מ'דארף עפעס א סימן לכה"פ צו וויסן ווער ס'זענען די פירער

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:49 pm
דורך וויין סוחר
קוק ווער עס שרייבט אלע תקנות

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 25, 2016 7:01 pm
דורך יאהאן
שלמה'לע האט געשריבן:עס קען בלייבן ווי יעצט אבער עפעס א סימן דארף מען האבן אפשר אשטאטס שרייבן חבר ה'קרעטשמע זאל שטיין אחראי מנהל

הריני מצטרף לשלמה בשעתו, איך בעט שטארק ביטע דאס איינפירן עס איז גוט צו וויסן ווער איז א תושב און ווער ס'איז א אחראי.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 25, 2016 8:57 pm
דורך מיין מיינונג
עס איז נישט אזוי?

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 25, 2016 9:05 pm
דורך יאהאן
לויט דעם נישט.
און אזוי אויך דאס.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 25, 2016 9:08 pm
דורך מיין מיינונג
דיין ערשטע לינק איז א קשיא אויף שלומיאל אדער אויף מיך? :D
דיין צווייטע לינק ווייזט דאך ביידע, דארפסטו וויסן פארוואס ביי לייבל שטייט נישט

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: מאנטאג יולי 25, 2016 9:10 pm
דורך יאהאן
נו אטא דאס פרעגן מיר.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 26, 2016 10:42 am
דורך שלומיאל
יעצט בין איך א באהאלטענע אחראי
אויטש... כ'האב נישט געטארט אויסזאגן.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 26, 2016 1:28 pm
דורך יאהאן
שלומי, מיין טאטע האמיך געזאגט אז ליגנט איז א נעוויירע.

Re: וואס איז אייער מיינונג איבער די 'גרינע' און 'רויטע' נעמע

הודעהפארעפנטליכט: דינסטאג יולי 26, 2016 4:31 pm
דורך שלומיאל
איך הייס נישט שלומי, סארי.