Switch to full style
קומט אריין און מאכט אייך באקוועם
שרייב א תגובה

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:19 pm

אה שעפעלע העלא! גוט אז דו ביזט געקומען אהער! (טו אויס דיין שיך ביטע ס'איז זייער בלאטע'דיג און ס'מאכט שמוציג די פלאר.)

איך ברענג דיר שוין א בענקל איימעניט.

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:38 pm

ישר כח פאר די שיינע אויפנאמע עס גיבט א גוטע געפיל

מיין מיינונג איך האב נישט קיין פעפער...

יאהאן שנעל מיין פיס טוט שוין וויי...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מוצ"ש סעפטעמבער 24, 2016 11:24 pm

דא האסטו...
ch.JPG

פילסט שוין בעסער?
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

פרייטאג נאוועמבער 04, 2016 12:36 am

אההה! סערצעך? סערצעך?
אקעי ערנסט, סערצעך? סערצעך?

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מוצ"ש נאוועמבער 12, 2016 11:23 pm

שאמאלייכעם! אלעס ווייסער, נו לאמיר זען וואס דו ווייסט אלס... פאנג אן ארויסלייגן דיינע ידועות!

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דינסטאג יאנואר 03, 2017 2:16 pm

האלא...? יא נתן?? יא, איך שוין אנגעקומען.. יא.. ב״ה.. יא יא.. אבער הער שוין אויס.. איך בין דא אליינס, האסט מיר געזאגט אז דו גייסט מיר אפווארטן און... וואס?? נא... קיינעם.
עס איז שא שטיל, חוץ א ווידערקול וואס קלאפ אהין און צוריק אויף די שטויביגע ווענט הער איך גארנישט, איך זע גארנישט.

ווילסט מיר זאגן אז איך האב געמאכט א טעות?

וואס???

איך הער דיר נישט גוט...

רעד קלאר...

דייל טאון!!!

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דינסטאג יאנואר 03, 2017 2:42 pm

ער דרייצעך נישט דא פערטל צו פיר פארטאגס, נתן, ער איז שוין אין סמעדריש אזא צייט.

אבער דו, בייזער, האב עטוואס געדולד, דארט ביי צפון זע איך נאך איין צוזאמלייגבארע בענקל, כאפ עס שנעל פאר איינער נעמט עס, לייג אראפ דיין הוט אויף עס, אז מען זאל וויסן אז עס איז פארכאפט, מאך דיר א קאווע נעבן די אריינגאנג, און קום, מען גייט פיין פארברענגען ביז נתן וועט אנקומען, הוי וועט גוט זיין... אבער, בייזער זיך נישט...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דינסטאג יאנואר 03, 2017 5:58 pm

זעט נישט אויס ווי איך דארף עפעס כאפן, נישט דא ווער עס זאל עס אויסכאפן

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דינסטאג יאנואר 03, 2017 6:04 pm

אזוי מיינסטו, "דו" לעבסט אין דרימלענד :D

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דינסטאג יאנואר 03, 2017 9:37 pm

יוישששש! פונקט נעכטן געטראפן דער נתן (אממ... וועכע נתן? דער מיט די ברוינע קוטשמע און שווארץ און ווייסע פלאס גלעזער מיט סקאטש טעיפ אויף די לינקע הענטל? יא, מיינסט אים?) מיט א שמייכל פון דא ביז אביסל אהינציר און לאכט מיט א שטימפיגע ווידערקול! וואס איז? דער "בייזער" גייט אים קומען זיכן אין "קרעטשמע" ווי די צען'טע ברעקל נאך בדיקת חמץ און גייט טרעפן א ליידיגע קרעטשמע מיט אביסל שריים פון די סעודה המפסקת נעכטן ערב פסח! יוי גייט ער זיין אפסעט! חחחח!

דאן רוימט ער מיר אריין אין די אויער " ווייסט!..." המממ.... נע, איך זאג עס נישט איבער, ס'לאשענארע...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דאנערשטאג מערץ 09, 2017 8:31 pm

עהם... עהם... עהם...

העי! מיין מייק ארבעט נישט! האסט מיר געגעבן טראמפ'ס אלטע מייק דו וואגאבונד!

אה, געמיר דעי מייק, אזוי. טעסטינג טעסטינג וואן טו טרי. וואן וואן, עה עה עה, עהההההההה, טעסטינג טעסטינג, עי בי סי די אי עף דזשי, עי עי, ררררררררררררררר, באם באם באם. אקעי, יעצט איזעס גוט, מאך נאר אביסל העכער די וואליום. שכוח.

איזאזוי, קודם כל, שלום עליכם אייך אלע אנגעטרינקענע יושבים און שיכורים! ס'איז ממש א נחת אנצוקומען צום קרעטשמע און טרעפן אפאר גוטע שיכורים מיט וועמען צו פארברענגען, נאר איין זאך, איך ווארן אייך! ברעכטס מיר נישט אן!!!

וואו איז דא א ליידיגע זיץ פאר מיר? זיצן נעבן דעם גראבאטש? נע, דער נעמט דאך אויף ס'גאנצע באנק. נעבן דעם נידריגן דארט? לאמיר פראבירן. כ'קען דא זיצן? א דאנק דיר.

יעצט קען מען ענדליך אנהייבן. קרעטשמער! אהער מיט די משקה! מיין האלז איז אויסגעטריקנט ווי א זופ און לאקשן!

יא יא, דא בינעך טאקע, אלטערנאטיוו אבער א פאקט...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דאנערשטאג מערץ 09, 2017 8:55 pm

שלום עליכם נעימלער! אזא גאסט!!

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:39 pm

גארנישט קיין גאסט, ער פילט זיך ווי א תושב פון תושב-לאנד...
דער אייבירשטער זאל דיר העלפן זאלסט און קענען נאך אסאך מהנה זיין

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

דאנערשטאג מערץ 09, 2017 9:45 pm

א דאנק ראביי מיין מיינונג פארן היימישן אויפנאמע! ס'פילט זיך גאר געשמאק אזוי אנצוהייבן! דאנקע שעין נאכאמאל.

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מיטוואך מערץ 22, 2017 11:46 am

שלום עליכם.

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מיטוואך מערץ 22, 2017 1:29 pm

עליכם השלום
טרעף דיר דאס פלאץ דט

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מיטוואך מערץ 22, 2017 10:28 pm

עליכם שלום לייבעלע, דיר שוין נישט געזען פון נאך כיתה ג...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מיטוואך מערץ 22, 2017 11:04 pm

עליכם שלום לייבעלע, קום נאר מיט מיר, איך וועל דיר שוין מאכן פלאץ !

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מערץ 26, 2017 6:55 pm

סאלאם

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מערץ 26, 2017 6:58 pm

סאלאם אלאקעם!

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מערץ 26, 2017 7:00 pm

זייער טויט דא... איך האף אז דער קרעטשמע וועט ווערן איבערגעפילט און ס'וועט זיך גיסען ברוינפן לרוב!

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מערץ 26, 2017 7:03 pm

בכל סייט וסייט חייב אדם בשבילי נברא הסייט, אין הדבר תלוי אלא בי, אז איך וועל שרייבן וועט יענער אויך שרייבן!
זאל זיין דיי קומען צו מאכן פריילעך אין קרעטשמע...

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מערץ 26, 2017 8:50 pm

שלום עליכם ר פרייליך

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

מאנטאג מערץ 27, 2017 11:09 am

עליכם שלום פרייליך
זאלסט מאכן פרייליך !

Re: שלום עליכם, עליכם השלום.

זונטאג מאי 14, 2017 1:10 pm

מיט פרייד טוען מיר ענטפאנגען גאנץ וויליאמסבורג וואס האבן באוויליגט זיך צו באזעצן ביי אונז אין קרעטשמע, יהא בואם לברכה
שרייב א תגובה