דורך טעכנעלאגיע » זונטאג פעברואר 08, 2015 8:16 pm
איך עפן דעם אשכול מיטן ציל אז אלע כלליות'דיגע זאכן/נייעס אין און אינערהאלב אונזער קרעטשמע זאל דא ווערן באריכטעט און באהאנדלט.
צום אלעם ערשט;
איך כאפ אזוי א שפאציר אריין אינם קרעטשמע, און ב"ה, ס'ווערט מיר גוט אויף די אויגן! איך זעה אז עס זיצן גאנצע זעקס אירע ארום די טישן.
פיין, וועט מען האבן מיט וועם צו פארברענגן אינם נייעם אכסני', איך זעץ מיר אראפ אויף מיין קביעות'דיגע טישל, און מיין בליק נעמט זיך ארומוואנדערן אויף די טישן פון די קרעטשמע, זוכנדיג ווער עס זענען די 6 אירע וואס ווערן דערמאנט ביים טיר אז זיי זענען דא? אפשר אונזער שענקער? ווער ווייסט, אפשר וועל איך זוכה זיין צו א גלעזל לחיים יעצט? אינגאנצען צומישט זעה איך אז איך בין דא די איינציגסטע היימישער.... ארום מיר געפינט זיך אונזער באקאנטע באזוכער, גוגל, און ארום איהם דרייען זיך אפאר געסט...
אלזא מיינע טייערע חברים, האס איך מחליט געווען אז איך וועל אראפשרייבן די געפילן וואס איך האב געשפירט בשעת'ן זיך זעהן אזוי איינזאם, און איך בעהט ענק טייערע חברים, אז עטס קומט שוין יא אריין אין קרעטשמע, זעצט אייך אראפ, און ווארט אויף נאך מיטגלידער!
ערווארט מיין צוריק קער איינמאל די עולם טרינקט לחיים!
לחיים!