יעצט איז: פרייטאג יולי 21, 2017 12:27 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

ברוך דיין האמת

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יא יא » מיטוואך יוני 15, 2016 1:57 pm

געשטארבען ? תחית המתים איז געווען

איינער שלומיאל איז אויפגעשטאנען
יא יא
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 256
הצטרף: פרייטאג אפריל 17, 2015 1:11 pm
האט שוין געדאנקט: 13 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 18 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יוני 15, 2016 2:29 pm

מ'מעג לאכן דא?
:lol:
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 10:01 am

די אידישע פרוי גאלדא מיכלזאהן ע"ה פון מאסעטשוסעטס, וועלכע האט געטראגן דעם טיטל אלס עלטסטע פערזאן אין אמעריקע, איז געשטארבן פרייטאג. זי איז געבוירן ה' אב תרס"ב אין עליזאבעטגראד, רוסלאנד (היינט אין אוקריינע) און איר פאמיליע איז אנטלאפן קיין אמעריקע צוליב פּאגראמען קעגן אידן. זי איז געשטארבן אין עלטער פון 113 יאר אלט, שטייענדיג בלויז איין מאנאט און דריי טעג בעפאר איר 114'סטע אידישע געבורטסטאג.

ק"ה
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 310
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג יולי 10, 2016 2:17 pm

ברוך דיין האמת.

נישט זוכה געווען צו קענען די פרוי. עס איז געווען אן אנדערע פרוי, גאלדי שטיינבערג, וועלכע איז נישט לאנג צוריק אוועק פון די וועלט, זי איז געווען 114 יאר אלט, איר האב איך יא זוכה געווען צו קענען.

זאל דער אויבערשטער געבן אריכות ימים פאר אלע אידישע קינדער
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך נייעס » זונטאג יולי 10, 2016 3:11 pm

א חרדישע פרוי?
ווי האט זי געוואוינט
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 310
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יולי 10, 2016 11:21 pm

בד"ה הבחור הערשל שניצער (63)

ער האט נישט אויפגעהויבן די טעלעפאון פרייטאג. שבת האט ער זיך נישט באוויזן אין בהמ"ד. איז מען געגאנגען צו אים אהיים ווי מען האט אין געפינען נישט ביים לעבן. ווי עס האט אויסגעזען איז ער נפטר געווארן דאנערשטאג ווייל אין שטוב איז נישט געווען קיין זכר פון אנגרייטן דעם שבת.

(ק"פ)
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך מיין מיינונג » מאנטאג יולי 11, 2016 8:50 pm

בד"ה
איז ער פון די דזשולערי ריפעיר אויף ראס סט.?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 735
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 202 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 128 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך יולי 20, 2016 11:32 am

נייעס האט געשריבן:די אידישע פרוי גאלדא מיכלזאהן ע"ה פון מאסעטשוסעטס, וועלכע האט געטראגן דעם טיטל אלס עלטסטע פערזאן אין אמעריקע, איז געשטארבן פרייטאג. זי איז געבוירן ה' אב תרס"ב אין עליזאבעטגראד, רוסלאנד (היינט אין אוקריינע) און איר פאמיליע איז אנטלאפן קיין אמעריקע צוליב פּאגראמען קעגן אידן. זי איז געשטארבן אין עלטער פון 113 יאר אלט, שטייענדיג בלויז איין מאנאט און דריי טעג בעפאר איר 114'סטע אידישע געבורטסטאג.

ק"ה

טהור עיניים האט געשריבן:ברוך דיין האמת.

נישט זוכה געווען צו קענען די פרוי. עס איז געווען אן אנדערע פרוי, גאלדי שטיינבערג, וועלכע איז נישט לאנג צוריק אוועק פון די וועלט, זי איז געווען 114 יאר אלט, איר האב איך יא זוכה געווען צו קענען.

זאל דער אויבערשטער געבן אריכות ימים פאר אלע אידישע קינדער

זעהט אויס אז די נאמען גאלדא איז מסוגל לאריכות ימים
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 3:01 pm

בני ברק – היינט איז נפטר געווארן אין איכילוב שפיטאל כ"ק אדמו"ר מאשלג [אבן עזרא] רבי יחזקאל יוסף אשלג זצ"ל. דער רבי איז געווען באקאנט אלס תלמיד חכם מופלג און א שטארקער בעל מקובל וועלכער האט ממשיך געווען די וועג פון זיין גרויסן זיידן דער בעל הסולם זצוק"ל, און פילע פון די טויזנעטער לומדי קבלה על פי שיטת אשלג זענען געווען מקושר צום רבי'ן און טרויערן אויף זיין פטירה. דער רבי האט אויך ארויסגעגעבן פילע ספרים אין תורה הקבלה ווי ער האט ערקלערט און פארברייטערט די ווערטער פון זיין גרויסן זיידן זצוק"ל, דער רבי איז נפטר געווארן אין עלטער פון 80 יאר נאכ'ן זיין נישט געזונט פאר א לענגערע צייט און האט איבערגעלאזט א פארצווייגטע פאמיליע וואס זיצן שבעה, אריינגערעכנט זיינע צוויי ברודער האדמור"ים לבית אשלג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

הגאון רבי ארי' פינקל זצ"ל

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:28 pm

מודיעין-עילית - בד״ה: הגאון רבי ארי׳ פינקל זצ״ל ראש ישיבת מיר-בראכפעלד איז נפטר געווארן נעכטן נאכט אין זיין היים אין מודיעין-עילית, אין טיפן עלטער פון 85 יאר. ער איז געבוירן אין יאר תרצ"א צו זיין גרויסן טאטן הגאון רבי חיים זאב פינקל זצ"ל מנהל רוחני פון ישיבת מיר, און אלס בחור האט ער געלערנט ביי זיין טאטן אין ישיבה. ער האט שפעטער אוועקגעשטעלט ישיבת מיר אין מודיעין עילית און איז געווארן א חבר אינעם מועצת גדולי התורה פון די דגל התורה פארטיי. אין די לעצטערע מאנאטן איז ער קראנק געווארן מיט א מחלה אין די האלדז, און האט אויסגעהויכט די נשמה נעכטן נאכט. ער האט איבערגעלאזט אומצאליגע תלמידים איבער דער גארער וועלט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך טהור עיניים » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:40 pm

איז דאס דער ראש ישיבה איבער וועמען עס איז געווען געשריבן עטליכע יאר צוריק אז ער האט געהאט עי על עס און האט זיך ארויסגעדרייט דערפון?
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך א שטילע איד » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 7:38 pm

ניין דאס איז גיווען זיין קרזין הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל זצ"ל ראש ישיבת מיר.
א שטילע איד
 
הודעות: 15
הצטרף: זונטאג מאי 15, 2016 8:22 pm
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 2 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג אוגוסט 11, 2016 12:02 am

ניין, ר' אליעזר יהודא האט געהאט פארקינסאנס. עס איז געווען אן אנדערער מיר'ער ראש ישיבה וועלכער, עס האט געהייסן, אז ער האט געהאט עי על עס, אבער די נייע רפואה וואס ר' חיים יעקב לעבאוויטש'ס קאמפאני האט אויסגעטראפן האט אים אויסגעהיילט דערפון. עס איז געווען אין די נייעס עטליכע יאר צוריק.

דערפאר פרעג איך צו דאס איז דער צו נישט. אויב יא, איז דא איינער וועלכער האט מער אינפארמאציע איבער דעם, צו האט ער עס טאקע געהאט, האט ער זיך טאקע געהאט ארויסגעדרייט דאן?
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך אוגוסט 24, 2016 7:29 pm

יהדות מאנסי באוויינט ר' שלמה היל בארימטער אקטיאר און חשובער בעל תשובה

ווייניג מענטשן האבן זוכה געווען צו מאכן אזא קידוש השם ווי רבי שלמה היל, איינער פון די בארימטע און באליבטע אקטיארן אויף די אמעריקאנער טעלוויזיע, און פון די פיאנירן אין די אינדוסטרי, וועלכע האט איבערגעלאזט כבוד און געלט און מקדיש געווען זיין לעבן צו תורה און אידישקייט. רבי שלמה איז אין זיינע יונגע יארן געווען באקאנט אלס סטיווען היל, א וועלט בארימטער אקטיאר מיט שטארקע טאלאנט. און ער האט מקריב געווען אן א שיעור גוטע פאזיציעס צוליב שמירת שבת ומצוות. ער האט זיך באראטן מיט גדולי ישראל אויף טריט און שריט און האט דורכאויס זיין קאריערע אלס אקטיאר פילע מאל מקדש שם שמים געווען, און האט געוויזן פאר די גאס די שיינקייט פון שמירת תורה ומצוות. אינטרעסאנט צו איבערגעבן די עפיזאד וויאזוי ער איז געווארן נענטער צו אידישקייט, ווי ער האט פארציילט פאר די "ניו יארק טיימס" איז דאס געווען ווען אינמיטן א שפיל האט דער אנדערער אקטיאר געשריגן אויף אים "דו, איד!" אלס חלק פון די שפיל, אבער די רוף האט אויפגעוועקט זיין נשמה, און ער האט זיך געצויגן קיין מאנסי ווער ער איז געווארן נאנט מיט חצר סקווירא און מקדיש געווען זיין לעבן צו תורה און חסידות, רבי שלמה איז נפטר געווארן אין עלטער פון 94 יאר און איבערגעלאזט א הערליכע דור פון יראים ושלמים.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך טהור עיניים » דאנערשטאג אוגוסט 25, 2016 3:03 am

WOW, נישט געוואוסט ער איז אוועק. איך האב אים פיל מאל געזעהן אין מאנסי און געהאט דעם געלגענהייט זיך צו באקענען מיט דעם איד.

אזוי ווי דו זאגסט, אן אמת'ער טייערער איד וועלכער האט אסאך אוועק געגעבן פאר תורה און מצוות און געמאכט א געוואלדיגער קידוש ה'.

וואס איז זייער אינטערעסאנט איבער אים איז, אז אין זיין פרומער לעבן האט ער געלעבט אזוי שטיל און באשיידן אז אידן וועלכע פלעגן אים זעהן אין שול יעדן טאג האבן נישט געוואוסט ווער ער איז, נישט וויאזוי ער הייסט און נישט וואס פאר א מקום ער פארנעמט אין דעם גוי'אישן וועלט. זיין איידלקייט, באשיידנקייט און הצנע לכת זענען געווען זאכן פון וועלכע יעדער פון אונז דארף זיך אפלערנען.

יהא זכרו ברוך.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך איבערלעבער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 10:44 am

טהור עיניים האט געשריבן:ניין, ר' אליעזר יהודא האט געהאט פארקינסאנס. עס איז געווען אן אנדערער מיר'ער ראש ישיבה וועלכער, עס האט געהייסן, אז ער האט געהאט עי על עס, אבער די נייע רפואה וואס ר' חיים יעקב לעבאוויטש'ס קאמפאני האט אויסגעטראפן האט אים אויסגעהיילט דערפון. עס איז געווען אין די נייעס עטליכע יאר צוריק.

דערפאר פרעג איך צו דאס איז דער צו נישט. אויב יא, איז דא איינער וועלכער האט מער אינפארמאציע איבער דעם, צו האט ער עס טאקע געהאט, האט ער זיך טאקע געהאט ארויסגעדרייט דאן?

איר רעדט פון הג״ר רפאל שמולביץ זצ״ל.

ער האט עס טאקע געהאט, און ליידער זיך נישט ארויסגעדרייט דערפון.
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 284
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 68 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:26 pm

אין קרית יואל איז אוועק הרה"ח ר' פייוול ווייס ע"ה
אין עלטער פון 74 יאר

שנשמע ונתבשר בשורות טובות
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 1:27 pm

בד"ה

א קליין 2 יעריג קינד גוטמאן
אייניקל פון ר' שלום אליעזר פרענקל
איז אוועק פארלאפענעם נאכט נאך א קורצע קראנקהייט
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 2:22 pm

אוי! רבונא דעלמא כולא! ברוך דיין האמת!
וואספארא קראנקייט? יענע...?
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:48 am

ר' פייוול האט נעבעך געהאט יענע מעשה ה"י

און דאס קליין קינד האט נעבעך געהאט מאנעזשיירעס ה"י
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 2:16 pm

שלומיאל האט געשריבן:אין קרית יואל איז אוועק הרה"ח ר' פייוול ווייס ע"ה
אין עלטער פון 74 יאר
שנשמע ונתבשר בשורות טובות


אוי וויי נעבעך בד"ה

ווי קען זיין 74
אינמיטן קריג האט מען געקענט ערצויגען ווערן אזוי יונג?
פאר קראנטע/נארמאלע און אומצענזורירטע באריכטען און אפשאצונגען קומט אהער דא: טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 310
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 69 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 29 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 3:36 am

ס'איז טאקע נישט דא צופיל פון די עידזש
אבער באמת מיין איך אז ער איז געבוירן אין ארץ ישראל.
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך בולעטין » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:21 pm

שלומיאל האט געשריבן:ס'איז טאקע נישט דא צופיל פון די עידזש
אבער באמת מיין איך אז ער איז געבוירן אין ארץ ישראל.


אין ארץ ישראל איז יא דא אסאך פין די יארגאנג ?
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 386
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך שלומיאל » זונטאג סעפטעמבער 04, 2016 1:36 pm

אזוי מיינעך
שלומיאל
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1096
הצטרף: מאנטאג יוני 30, 2014 4:05 pm
האט שוין געדאנקט: 144 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 151 מאל

Re: ברוך דיין האמת

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג סעפטעמבער 08, 2016 9:33 pm

ברוך דיין האמת! מיט טיפע צער און ווייטאג נעמט די יהדות החרדית בוויליאמסבורג אויף די ביטערע בשורה אז דער אלעמען באליבטע לאנג יאריגע באס דרייווער פון די סאטמארע מוסדות און געטרייע שומרים מעמבער הרה"ח יוסף הערש פאלאק ע"ה הנקרא בלשון חיבה "יאסי פאלאק" שבק לן חיים נאכן זיך מוטשען לאנגע יארן מיט יסורים.

תהא נשמתו צרורה בצרור החיים.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1054
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 65 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 181 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron