בלאט 1 פון 1

ברסלב נייעס - ר"י ראטה

הודעהפארעפנטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2017 9:19 pm
דורך נייעס
די מוהראש קהילה פלעגט יארן האבן א וועבסייט פון נייעס
אצינד האבן די תלמידי וחסידי ר"י ראטה געמאכט פאר אים א סייט, און באריכטן געהעריג נייעס ווי ר"י ראטה איז די היינטיגער רבי שליט"א

איינס פון די באריכטן:

דער פארגאנגענעם מיטוואך נאכט איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין מאנסי אינאיינעם מיט עטליכע בחורים, זיך צו באטייליגן ביי א גרויסער "סיום הש"ס" פון א בחור וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, אין די ברסלב'ע ישיבה "כוכבי אור" אין מאנסי.
אזוי ווי דער חשובער בחור איז נתעורר געווארן אנצוהויבן לערנען ש"ס פון די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האט ער איינגעלאדענט דעם ראש ישיבה שליט"א צו קומען מיטהאלטן די געהויבענע סיום הש"ס.
אויסער די בחורי הישיבה זענען זיך אויך צוזאם געקומען פילע בחורים פון פארשידענע ישיבות מיטצוהאלטן דעם געוואלדיגן מעמד ווי אזוי א בחור אין ישיבה איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
ביי די סעודה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה ווען א איד איז זוכה צו ענדיגן גאנץ ש"ס, ווי אויך האט ער שטארק ארויסגעברענגט אז דאס ווייזט ווי אזוי א בחור וואס לערנט אין סיי וועלכע ישיבה, ער האלט מיט אלע סדרים אין זיין ישיבה, פון דעסט וועגן קען ער זיך צופלייסן און זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס בלויז אין די אייגענע זייטיגע צייטן.
נאך ברכת המזון איז זיך דער עולם צוגעגאנגען מיט פרישע קבלות טובות, פילע בחורים זענען זייער נתעורר געווארן פון דעם געהויבענעם מעמד, און האבן באשלאסן אויך אריינצוטאנצן אין דעם און אנהויבן צו לערנען אסאך גמרא אין די אייגענע צייטן, צו אנהויבן פון מסכת ברכות און גיין אין א סדר ביז'ן זוכה זיין צו ענדיגן גאנץ ש"ס.
כי הם חיינו ואורך ימינו!

Re: ברסלב נייעס - ר"י ראטה

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:30 am
דורך שעפעלע
ווער איז די ראש ישיבה אין כוכבי אור, נישט בערי וועבער ?

Re: ברסלב נייעס - ר"י ראטה

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2017 9:50 am
דורך נייעס
וואס איז שלעכט ?

Re: ברסלב נייעס - ר"י ראטה

הודעהפארעפנטליכט: זונטאג אוגוסט 06, 2017 2:15 pm
דורך יאהאן
"שלעכט" איז א אויסדריק וואס מען ניצט אויף א זאך וואס איז נישט גוט.