איך וויל דא גראטולירן דעם פרעזידענט אונזערן, מר. דאנעלד טראמפ, פאר'ן טון די ריכטיגע זאך.
איך זאג אייך דעם אמת אז איך ווייס נישט און איך פארשטיי נישט פונקטליך די דעטאלן פון דעם אפמאך, אבער די סארט אפמאכן האבן מיר קיינמאל נישט געשמעקט, בדרך כלל זענן די אפמאכן נישט לטובת אמעריקא, און טראמפ, טראץ זיין שגעון - אדער אפשר גאר טאקע דערפאר - האט גענומען די קוראזש צו טון וואס איז ריכטיג און געזאגט אז ער וועט נישט צושטיין צו אן אפמאך וואס איז נישט קיין טובה פאר זיין לאנד און אירע איינוואוינער און געזאגט ביי ביי.
ער האט זיך נישט דערשראקן פון די אנדערע וויכטיגע קנאקערס פון יוראפ נאר געטון וואס ער האט געהאלטן איז ריכטיג (ששש, זאג נישט אויס פאר קיינעם, אבער אויף ענגליש רופט זיך דאס: לידערשיפ...)
בראווא מר. טראמפ. גיי ווייטער אויף דעם וועג, אויף דעם וועג וועט איר מצליח זיין גאר שטארק. די אמעריקאנער בירגער וועלן עס אייך נישט פארגעסן און קומענדיגע מאל וועט איר האבן א ריכטיגע לענדסלייד.