יעצט איז: פרייטאג יוני 23, 2017 9:44 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 09, 2017 8:33 pm

Breaking news


טראמפ האט היינט געפיירט די FBI director James Comey
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 09, 2017 11:21 pm

די FBI director באקלאקט זיך...
בייגעלייגטע פיילס
IMG_1459.JPG
IMG_1459.JPG (40.85 KiB) געזעהן געווארן 548 מאל
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » פרייטאג מאי 12, 2017 11:57 am

פרישע באריכטן צייגן אז טראמפ האט שוין געוואלט אויפזאגן דזשעימס קאומי פון זיין עף בי איי פאזיציע פאר א לאנגע צייט, אבער פאריגע וואך האט טראמפ באשלאסן אז ער גייט עס טאן, נאכדעם וואס קאומי האט נישט געוואלט אויספאלגן א פארלאנג פון טראמפ.
קאומי האט פאריגע וואך מיטוואך אויפגעטרעטן פאר'ן סענאט צו רעדן איבער'ן קלינטאן אימעיל אויספארשונג, און די טראמפ אדמיניסטראציע האט פארלאנגט אז קאומי זאל זיי ווייזן בעפאר'ן סענאט אויפטריט פונקטליך וואס ער גייט דארטן זאגן. קאומי האט געזאגט פאר די טראמפ אדמיניסטראציע אז עס איז נישט לעגאל אויסגעהאלטן אז ער זאל זיי ווייזן וואס ער גייט זאגן, און דאס האט שטארק אויפגעברויזט טראמפ, און דאן האט ער אנגעוויזן פאר אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אפצושרייבן א דאקומענט מיט לעגאלע סיבות פארוואס אויפצוזאגן קאומי.
ד׳א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 15, 2017 1:02 pm

דער פירער פון די דעמאקראטן אינעם סענאט, סענאטאר טשאק שומער, האט נעכטן אין אן אינטערוויו געזאגט אז די דעמאקראטישע פירערשאפט אין וואשינגטאן באטראכט ערנסט די מעגליכקייט אז מען וועט צוריקהאלטן די שטימען און פרובירן צו בלאקירן סיי וועמען פרעזידענט טראמפ וועט נאמינירן צו דינען אלס נייער עף-בי-איי דירעקטאר, איבערצונעמען דעם ארויסגעווארפענעם דזשעימס קאומי,
און שומער זאגט אז די דעמאקראטן וועלן מעגליך יא שטיצן טראמפ'ס נאמינירטן, אויב וועט די יוסטיץ דעפארטמענט מסכים זיין צו שטעלן א ספעציעלן פראקוראר אויסצופארשן די טראמפ-רוסלאנד אישו.
אן אנקעטע פון "וואל סטריט דזשורנאל" האט טאקע נעכטן געצייגט אז 78 פראצענט אמעריקאנער האלטן אז מען דארף שטעלן אזא סארט פראקוראר וואס זאל עס אויספארשן, אנשטאט די אנגייענדע סענאט\קאנגרעס\עף-בי-איי אויספארשונגען.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 15, 2017 1:06 pm

מען האט שוין געהערט אין די לעצטע 4 מאנאטן אומצאליגע באריכטן און שפעקולאציעס אז טראמפ גייט פטור ווערן פון עטליכע הויכראנגיקע ווייסע הויז באאמטע, און נעכטן האט מען געהערט א פרישן באריכט פון די "עקסיאס" נייעס אגענטור וועלכע האט נאכגעברענגט פון קוועלער גאר נאנט צו טראמפ, אז ער איז פרוסטורירט און אויפגעברויזט אויף יעדן איינעם ארום אים צוליב'ן שטורעם וואס זיין אויפזאגונג פון דזשעימס קאומי האט געשאפן, און אלס רעזולטאט וויל ער ארויסווארפן פרעסע סעקרעטאר שאן ספייסער, הויפט סטראטעגיסט סטיוו בענאן און ווייסער הויז שטאב הויפט רעינס פריבוס.
די קוועלער נאנט צו טראמפ האבן נאכגעזאגט פון א הויכראנגיקן באאמטן וועלכער קלערט אז ער גייט אויך פליען פון די אדמיניסטראציע, די פאלגענדע ווערטער "איך פארשטיי און איך בין גרייט ארויסצוגיין פון ווייסן הויז. טראמפ גייט קיינמאל נישט מודה זיין אז ער איז שולדיג אויף עפעס".
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 11:19 am

נעכטן האט דער יוסטיץ דעפארטמענט געמאלדן אז דעפיוטי אטוירני דזשענעראל ראד ראזענשטיין וועט קומען דאנערשטאג צום סענאט און וועט אפהאלטן א ספעציעלע זיצונג מיט אלע הונדערט סענאטארן און זיי ערקלערן פונקטליך פארוואס טראמפ האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר.
דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט געשריבן אריגינעל אז ראזענשטיין'ס לעגאלע בריוו מיט אויסגערעכנטע סיבות קעגן קאומי, איז געווען דער זאך וואס האט אים געשטופט צו מאכן דעם באשלוס ארויסצואווארפן קאומי.
דער זיצונג וועט זיין פריוואט מיט די סענאטארן, אבער מען ערווארט צו הערן נאכדעם וואס די סענאטארן האבן צו זאגן און צי די וועלכע האבן קריטיקירט טראמפ פאר'ן ארויסווארפן קאומי, וועלן זיין סאטיספאקצירט מיט ראזענשטיין'ס פרעזענטאציע.
אין קאנגרעס האט קאנגרעס מינאריטעט פירער נענסי פעלאוסי געזאגט אז ראזענשטיין מוז אויך קומען אין קאנגרעס געבן אזא פרעזענטאציע, אבער מען האט דערווייל נישט געהערט אן אנטווארט.
ד'א
בייגעלייגטע פיילס
די ק.jpg
די ק.jpg (30.48 KiB) געזעהן געווארן 452 מאל
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך לייבעלע לאוב » מיטוואך מאי 17, 2017 2:47 am

א באריכט פארציילט אז קאומי האט אראפגעשריבענע מעמאוס פון זיינע געשפרעכן מיטן פרעזידענט און אז דער פרעזידענט האט אים איינמאל געבעטן/מרמז געווען אפצעלאזן די אויספארשונג פון מייק פלין, דער געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער צום פרעזידענט.

קאנגרעס האט גלייך פארלאנגט די אמטירענדע עף בי איי דירעקטאר איבערצוגעבן די דאקומענטן. פאריגע וואך האט דער דירעקטאר געזאגט אונטער שבועה פאר קאנגרעס אז קיינער האט נישט פראבירט צו שטערן די אויספארשונג איבער רוסלאנד אין די טראמפ קאמפיין.

פלין איז אונטער אויספארשונג וועגן פארבינדונגען צו רוסלאנד וואס ער האט נישט איבערגעגעבן פאר די נויטיגע רעגירונגס באאמטע.

דער פרעזידענט איז שוין נעכטן געקומען אונטער גרויסע היץ ווען די וואשינטאגן פאוסט האט באריכטעט אז ער האט געשטעלט א שפיאנזש קוואל פון א צווייטע לאנד אין א סכנה נאכן רעדן צופיל צו רוסישע באאמטע פאריגע וואך.

דאס לאנד, דערווייל, האט אינגאנצן פארלוירן די דזשעלי ביי ביידע פאליטישע זייטן. די לינקע נייעס אגענטורן האלטן שוין ביים שפעקולירן וויאזוי מען קען אימפיטשן מייק פענס...ווי כאילו טראמפ׳ס אימפיטשמענט איז שוין א זיכערע זאך. גייט פאקס ניוז און ברענגט ארויף א ״רוסישע עקספערט״ צו ערקלערן אז די מידיע׳ס ״אטאקעס״ קעגן דעם פרעזידענט איז די גרעסטע נאציאנאלע זיכערהייט געפאר.. פארלוירן די מארבלס, במלוא מובן.

פארוואס איז אזוי שווער פאר די מענטשהייט צו זיין אבדזשעקטיוו? גיי פארשטיי.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 22 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 22, 2017 12:26 pm

פרעזידענט טראמפ'ס נאציאנאלער זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, האט זיך נעכטן אראפגעזעצט פאר א לענגערער אינטערוויו, און צווישן אנדערן האט ער אומדירעקט באשטעטיגט אז די געשיכטע וואס איז באריכטעט געווארן, אז טראמפ האט דיסקוסירט מיט די הויכראנגיקע רוסישע באאמטע אינעם אוועל אפיס דעם פאקט וואס ער האט ארויסגעווארפן דזשעימס קאומי פון די עף-בי-איי, איז טאקע אקוראט.
מעקמעסטער האט געזאגט אז עס האט זיך שטארק אויסגעפעלט פאר אמעריקע'ס אינטערעסן אז טראמפ זאל אויפברענגען די קאומי אישו פאר די רוסישע באאמטע, ווייל ער האט געשפירט אז ווילאנג די רוסלאנד אויספארשונגען גייען אן אגרעסיוו, וועט ער נישט קענען ארבעטן אינאיינעם מיט רוסלאנד אויף קריטישע אישוס, א שטייגער ווי באקעמפן אייסיס, האט ער דערציילט די רוסישע באאמטע אז ער איז פטור געווארן פון קאומי, מיט דער האפענונג אז די רוסן וועלן דורך דעם ענדערש קענען באשטיין מיטצוארבעטן מיט אים.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג מאי 22, 2017 12:28 pm

דער רעפובליקאנער קאנגרעסמאן דזשעיסאן שעיפעץ, אנפירער פונעם קאנגרעסיאנאלן איבערזיכט קאמיטע, האט געזאגט אז ער גייט זיך היינט טרעפן מיט דזשעימס קאומי, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן פון די עף-בי-איי, וואס דאס וועט זיין אין צוגאב צו דעם וואס מ'דערווארט אז קאומי זאל אויפטרעטן אין א פאר וואכן ארום פאר'ן סענאט.
שעיפעץ זאגט אז ער האט פארלאנגט פון קאומי'ן געוויסע דאקומענטן, ספעציפיש די פריוואטע מעמאס וואו קאומי האט זיך אראפגעשריבן דעטאלן פון זיינע זיצונגען מיט טראמפ, אבער ס'איז נישט קלאר צי שעיפעץ וועט דאס שוין היינט באקומען פון קאומי.
שעיפעץ'ס זיצונג מיט קאומי וועט קומען געציילטע טעג נאכדעם וואס ער האט געמאלדן אז ער וועט רעזיגנירן פון זיין קאנגרעס זיץ ענדע מאנאט יוני, וואס דעריבער זאגן פילע אז ער וועט שוין נישט מורא האבן פון פארלירן זיין זיץ ביי א ווידערוויילונג פארמעסט און וועט דעריבער טאקע אנפירן די אויספארשונג קעגן טראמפ מיט שטארקע אגרעסיע.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג יוני 04, 2017 11:56 am

ראד ראזענשטיין, דער דעפיוטי אטוירני דזשענעראל, גייט אויפטרעטן פאר א פארהער אין קאנגרעס איבער דער רוסלאנד אויספארשונג און דזשעימס קאומי.
ראזענשטיין איז דער וואס האט געשריבן דעם בריוו פאר פרעזידענט טראמפ און רעקאמענדירט ער זאל ארויסווארפן דזשעימס קאומי, און ראזענשטיין׳ס אויפטריט אין קאנגרעס וועט פארקומען מיטוואך, איין טאג בעפאר קאומי וועט אויפטרעטן ביי דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע פאר א פארהער. מען האט טאקע נעכטן געהערט אז קאומי׳ס אויפטריט וועט זיין פולקאם אפן פאר׳ן פובליק און ער וועט יא דיסקוסירן זיינע פריוואטע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט פרעזידענט טראמפ איבער טראמפ׳ס ביטעס אפצושטעלן די רוסלאנד אויספארשונגען – הגם טראמפ וואלט געקענט לעגאל בלאקירן קאומי פון דיסקוסירן די געשפרעכן אין פובליק, האט ער עס למעשה נישט בלאקירט.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג יוני 06, 2017 12:00 pm

דאס ווייסע הויז האט נעכטן געזאגט אז פרעזידענט טראמפ וועט נישט פרובירן צו בלאקירן דעם געוועזענעם עף-בי-איי דירעקטאר דזשעימס קאומי פון אויפטרעטן אינעם סענאט.
קאומי, וועמען טראמפ האט ארויסגעווארפן פון עף-בי-איי, איז געסקעדזשועלט אויפצוטרעטן פארנט פון דער סענאט שפיאנאזש קאמיטע איבער דער אנגייענדיגער רוסלאנד אויספארשונג, און זיין פארהער וועט געלופטערט ווערן לעבעדיג פאר'ן פובליק.
עס איז דערווארט אז קאומי וועט דערציילן איבער זיינע פריוואטע געשפרעכן וואס ער האט געהאט מיט טראמפ – וואס באריכטן צייגן אז טראמפ האט אים געבעטן אפצושטעלן די רוסלאנד אויספארשונגען, וואס טראמפ וואלט לעגאל געקענט פארלאנגען "עקזעקוטיווע פריוויליגיע" צו בלאקירן קאומי פון דערציילן איבער זייערע פריוואטע געשפרעכן.
למעשה האט טראמפ באשלאסן צו לאזן קאומי'ן דערציילן אלעס וואס ער האט צו זאגן.
ד'א
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: FBI דירעקטאר קאומי אויפגעזאגט

הודעהדורך שעפעלע » דאנערשטאג יוני 08, 2017 11:36 am

היינט גייט קאומי אויפטרעטן אין סענאט.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 178
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron