יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:02 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

חסידישע אנעקדאטן

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג מאי 14, 2017 3:37 pm

איך דריי זיך שוין לאנג ארום מיט א רעיון אין קאפ. איך האב נאר פשוט דערווייל ניטש געטראפן א פאסיגער ארט ווי דאס צו קענען ברענגען צום אויבערפלאך

איז אזוי. היות איך בין זייער א נייגעריגע מענטש. און אויך אין די זעלבע צייט גלייך איך זייער די רבי סארט נייעס. און איך בין נישט מצומצם צו נאר איין חסידות אדער קרייז זינט די משפחה ווי השי''ת האט אראפגעשטויסן מיין נשמה'לע האט קרובים אין ארום צען אדער מער חסידות'ער. ע''כ האב איך זיך אלץ אינטערעסירט אין די זייטיגע קליינע אינטערעסאנטע נייעס'לעך פון אלע אדמורים (עכ''פ די גרויסע זיכער) די אלע אינטערעסאנטע שטותים די טשעטשעלעך און די מעטשעלעך פון יעדע'ס ארט וואס על פי רוב איז עס נאר אינטערעסאנט פאר די היימישע ווי מען זאגט. אבער איך בין דאך הייימיש אין מער ווי איין ארט. אלזא איז דאס ביי מיר אייביג געווען א נושא.

פארשטייט זיך אליינ'ס אז די בעסטע ארט צו הערן און אויסטוישן אזאנע סארט נייעס'לעך און אנעקדאטן איז אויף אזא סארט פארום די בעסטע ארט ווייל יעדער צווייטער קומט דאך פון א צווייט פלאץ. און אויב יעדער פאקט אויס זיינע ידיעות ווערט עס גאר אינפארמאטיוו.

קלער איך אז דער עולם וואלט געווען אינטערעסאנט אזא סארט אשכול ווי אני הקטן און אזוי אויך אלע אנדערע חברים וועלן קענען טרעפן א פלאץ ווי צו ליינען און באריכטן זיסע און אינטערעסאנטע נייעס'לעך פון אינעווייניג. און אזא בחינה ווי זושא שמעלצער'ס אוצר אויסגאבע ווי יעדע רבי'לע ווערט געדעקט אייניג.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג מאי 14, 2017 3:46 pm

שבת קודש פרשת אחרי-קדושים איז פארגעקומען די ברית אצל נכד כ''ק אדמו''ר מסאטמאר (מהרי''י) ביי בנו הגדול מירושלים שליט''א'ס איידעם וואס איז געהאלפן געווארן נאך עטליכע יאר

ביי די ברית האטזיך אנגעזעהן א גאסט הרב ר' ישראל גאלדבערגער פון ק''י וואס איז נתכבד געוואןר ביותרת הכבוד מער ווי נארמאל. ער איז געזעצן אויף די אויבן אן אוןבאקומען אן עלי' וכו' וכו'

שטעלט זיך ארויס אן אינטערעסאנטע מעשה דא.

פאר א פאר יא רצוריק ווען הרב ר' אהרן בן האדמו''ר שליט''א איז נאכנישט געהאלפן געווארן האט דאן הרב ר' ישראל ג''ב מנדב געווען א מקוה אין קאנעטיקוט לזכותו. מיט ניין חדשים שפעטער איז געווען די שמחה בשעטומ''צ ! ווער עס געק=דענקט איז די רבי דעמאלט'ס געפארן אהין צו די חנוכת הבית .

יעצט ווען עס איז שוין א דורך פון די חתונה פון דער רב'ס איידעם א פא ריא ראון עס האט זיך נישט אנגעזעהן די ישוע אויפן האריזאנט האט די רביצין געבעטן ר' ישראל ער זאל אפשר נאכנמאל מנדב זיין א מקוה

ר' ישראל האט זיך צוגעכאפט און נאך יענעם וואך אנגערופן די הנהלה פון די נייע מקווה אין ק''י און מנדב געווען 150 טויזנט דאלאר פאר א חדר המעיין. דעמאלט'ס איז די הרב ר' חיים הערש - די רב אראפגעקומען כשר'ן די מקווה

עניוועיס יעצט איז געווארן ניין חדשים פון דעמאלט'ס און פאריגע וואך איז געווען די ברית !!!
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » מאנטאג מאי 15, 2017 11:00 pm

פארוואס וויל ר' חיים הערש בלייבן אין אמעריקא
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך בולעטין » דינסטאג מאי 16, 2017 9:48 am

האט עס א שייכות מיט די פירערשאפט פון רי"ב פון ב.פ. וואס האט באקימען די טיטעל משנה למלך ?


סיגוט.jpg
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
בולעטין
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 392
הצטרף: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 11:06 am
האט שוין געדאנקט: 61 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 33 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מאי 16, 2017 11:25 am

נייעס האט געשריבן:פארוואס וויל ר' חיים הערש בלייבן אין אמעריקא

וויאזוי דארף מען פארשטיין די תגובה? איר ווייסט אז ער וויל דא בלייבן? איר האט ראיות דערצו? פארוואס זענט איר זיך נישט מסביר אז איינער וואס ווייסט נישט זאל כאטש פארשטיין פון וואס איר רעדט?

פון בולעטין׳ס ענטפער קוקט אויס אז אייער תמימות׳דיגע שאלה באלאנגט אין פאליטיק פארום (אויב עס באלאנגט בכלל ערגעץ)
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 16, 2017 11:28 am

ער איז שוין זייער לאנג נישט געווען אין ירושלים
שעפעלע האט דא דערמאנט אז ער האט געמאכט די שמחת ברית נכדו אין אמעריקא, האב איך אים אנגעפרעגט פארוואס ער האלט זיך דא אויף.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג מאי 16, 2017 11:30 am

אדמו"ר מסקווירא לרפו"ש האט געהאט א סטראוק רח"ל פארגאנגענע וואך.

זייענדיג זייער שוואך און אויף די ראט פון די דאקטורים האט ער נישט געקענט פאסטן בה"ב כמנהגו מקדם, זענען די באי ביתו אויפגעקומען מיט אן עצה, אז מ'וועט ארלעדיגן א ברית ביים רבין שליט"א אזוי וועט די רבי קענען עסן ביי די סעודת מצוה.

איז אבער יענע טאג נישט קיין ברית געפלאנט אין בית מדרש, זענען די גבאים אריבער צו די קינד-בעט'ארין היים 'אם בישראל' און געזוכט איינער וואס דארף מאכן א ברית אין יענע טעג, זיי האבן געפינען בלויז איין קינד וואס געפאלט שמיני שלו אין דעם טאג, האבן זיי אנגערופן די טאטע פונעם קינד מיטן בקשה אז ער זאל מאכן די ברית ביים סקווערע רבי אז ער זאל קענען זיין ביי די סעודת ברית.

דער אינגערמאן איז א חסיד פון דער ראחמיסטריווקער רבי שליט"א און ער האט געוואלט דוקא מאכן די ברית ביי זיין רבי אין ראחמיסטריווקע ביהמ"ד און נישט אין סקווירא, האט מען אים פארגעשלאגן אויסצוצאלן א חלק פון די אם בישראל קאסטן אז ער זאל קענען באשיין צו מאכן די ברית אין סקווירא, אבער ער האט עס אפגעזאגט, האט מען אים פארגעשלאגן די גאנצע הוצאות אויסצוצאלן האט ער דאס אויך אפגעזאגט זייענדיג דבוק אין זיין רבין שליט"א.

האבן די גבאים לבית סקווירא אנגערופן דער ראחמיסטריווקער רבי און פארציילט איבער די מצב מיטן רבין און וועגן די עצה צו מאכן די ברית ביים רבין אבער דער טאטע וויל עס דוקא מאכן אין ראחמיסטריווקע ביי זיין רבי.

איז דער ראחמיסטריווקער רבי געגאנגען ברוב ענוותנותו און אנגערופן דעם אינגערמאן און באפוילן צו מאכן די ברית און די סעודה ביי די סקווירא רבי. וכך הווה
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 16, 2017 11:33 am

עס איז א מוראדיגע עובדא פון ביידע רביים
מצד סקווירא די הארבקייט פון נישט עסן בה"ב
ראכמיסטריווקא פארן הייסן זיין חסיד גיין צו א צווייטען אדמו"ר.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מאי 16, 2017 11:35 am

נייעס האט געשריבן:ער איז שוין זייער לאנג נישט געווען אין ירושלים
שעפעלע האט דא דערמאנט אז ער האט געמאכט די שמחת ברית נכדו אין אמעריקא, האב איך אים אנגעפרעגט פארוואס ער האלט זיך דא אויף.

ער איז געקומען אויף יום טוב צו זיין טאטע, און זיין טאכטער האט געהאט א קינד אנדערהאלבן וואכן שפעטער, א וואך שפעטער איז געווען די ברית. א וואך שפעטער (צוויי טאג צוריק) האט ער געהאט א דינער פאר זיינע מוסדות אין ירושלים. ער האט געדארפט צוריקגיין אינצווישן?

אגב, איר האט געשריבן ״פארוואס וויל ר' חיים הערש בלייבן אין אמעריקא״ נישט פארוואס ער האלט זיך דא אויף.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 16, 2017 11:41 am

אהא
פון זינטיג נאכט ל"ג בעומר איז נאכנישט געווען א פלייט ?
'וויל' האב איך געשריבן ווייל אזוי רעדן מענטשן אז ער 'וויל' פארבלייבן אין חו"ל
פארוואס ווייסעך נישט.
איך הער אז שבועות פארבלייבט ער אויך אין חו"ל.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מאי 16, 2017 11:44 am

איז פון ל״ג בעומר ביז שבועות זאל ער צוריקפארן? די טיקעטס וועלן באצאלן מטה המאבק אדער מלבוש ישע?

ווען איינער וויל שרייבט מען אז ער וויל, ווען מען וויל וויסן פארוואס איינער איז דא פרעגט מען פארוואס איז ער דא.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דינסטאג מאי 16, 2017 11:53 am

מיין מיינונג האט געשריבן:איז פון ל״ג בעומר ביז שבועות זאל ער צוריקפארן?



ניין , ער קען איבערלאזן זיין קהילה ווילאנג ער וויל
מסתמא צווישן שבועות און סוכות איז אויך שווער צוריק צופארן
און לכ' צווישן סוכות און חנוכה איז אויך נישט אזוי געאייגענט.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך מיין מיינונג » דינסטאג מאי 16, 2017 11:55 am

אזויווי זיין פאטער :P
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך איבערלעבער » מיטוואך מאי 17, 2017 7:01 pm

שעפעלע האט געשריבן:אדמו"ר מסקווירא לרפו"ש האט געהאט א סטראוק רח"ל פארגאנגענע וואך.
.

דער אינגערמאן איז א חסיד פון דער ראחמיסטריווקער רבי שליט"א און ער האט געוואלט דוקא מאכן די ברית ביי זיין רבי אין ראחמיסטריווקע ביהמ"ד און נישט אין סקווירא, האט מען אים פארגעשלאגן אויסצוצאלן א חלק פון די אם בישראל קאסטן אז ער זאל קענען באשיין צו מאכן די ברית אין סקווירא, אבער ער האט עס אפגעזאגט, האט מען אים פארגעשלאגן די גאנצע הוצאות אויסצוצאלן האט ער דאס אויך אפגעזאגט זייענדיג דבוק אין זיין רבין שליט"א.

האבן די גבאים לבית סקווירא אנגערופן דער ראחמיסטריווקער רבי און פארציילט איבער די מצב מיטן רבין און וועגן די עצה צו מאכן די ברית ביים רבין אבער דער טאטע וויל עס דוקא מאכן אין ראחמיסטריווקע ביי זיין רבי.

איז דער ראחמיסטריווקער רבי געגאנגען ברוב ענוותנותו און אנגערופן דעם אינגערמאן און באפוילן צו מאכן די ברית און די סעודה ביי די סקווירא רבי. וכך הווה

האט מען אים למעשה אויסגעצאלט די קאסטן?
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך הייליגע רויעך » דאנערשטאג מאי 18, 2017 1:18 am

נייעס האט געשריבן:
מיין מיינונג האט געשריבן:איז פון ל״ג בעומר ביז שבועות זאל ער צוריקפארן?



ניין , ער קען איבערלאזן זיין קהילה ווילאנג ער וויל
מסתמא צווישן שבועות און סוכות איז אויך שווער צוריק צופארן
און לכ' צווישן סוכות און חנוכה איז אויך נישט אזוי געאייגענט.

שמעתי אז ער בלייבט דא ביז'ן זומער, אויך מיר א רב... ער ווייל נישט צוריק גיין צו זיינע משולחים דארט זיין נערווען איז אויסגעלאפן... כ'פארשטיי איהם גאנץ גוט.
ישומו קטורה באפיך
הייליגע רויעך
 
הודעות: 24
הצטרף: זונטאג יאנואר 29, 2017 12:55 am
האט שוין געדאנקט: 2 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 13 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך קנאי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:18 pm

גראדע איז ר' חיים הערש יעצט געווען אין א"י פאר א וויזיט פון 2 וואכען אבער עס הייסט אז ער פארט קיין ירושלים פאר די הייליגע טעג אין נאכדעם פארט ער צוריק קיין אמעריקע פאר אייביג
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך סקריקין » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:31 pm

פון ויי האסטו דאס געהערט ביי די סקריקין האט מען נישט געהערט דערפון
סקריקין
 
הודעות: 22
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:25 am
האט שוין געדאנקט: 3 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 5 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך קנאי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 12:42 pm

אזוי שמועסט מען און טאקע ווייל איך וויל וויסען מער האב איך געפרעגט אויב איינער ווייסט וואס די אמת איז פארוואס ער קומט נישט צוריק
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:02 pm

עס ליגט אסאך דערינען
@מיין מיינונג ווערט זייער ברוגז ווען מען רעדט פון עס דא אין קרעטשמע.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך קנאי » דאנערשטאג יולי 27, 2017 3:10 pm

איך האב נישט געוויסט אז ווען איינער ווערט ברוגז דארף די גאנצע קרעטשמע גיין אויף לאקדאון
קנאי
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 91
הצטרף: מיטוואך יולי 26, 2017 3:26 am
האט שוין געדאנקט: 22 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: חסידישע אנעקדאטן

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג יולי 27, 2017 5:17 pm

לאקדאון?
מען רעדט נישט דערפון און געגאנען ווייטער.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 2 געסט

cron