Switch to full style
נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט
שרייב א תגובה

טעראר אטאקעס איבער די וועלט

פרייטאג מערץ 24, 2017 2:01 pm

א שוידערליכע אייסיס אינספערירטע אטאקע איז פארגעקומען דעם מיטוואך אין לאנדאן, ווען א רוצח האט מיט זיין קאר און מעסער אומגעברענגט 4 און פארוואונדערט א צוויי צענדליג אנדערע.

די אטאקע איז פארלאפן גלייך פארנט פון די פארליאמענט געביידע ווי עס איז פארהאן א בריק אין די זייט. דער טעראריסט האט צוערשט אריינגעשמיסן אין פיסגייער אויפן בריק אן א רחמנות, איבערטרעטנדיג די מאסן פארזאמעלט דארט. אנקומענדיג נאנט צום פארליאמענט געביידע האט ער זיך ארויסגעלאזט מיט א מעסער צילנדיג אריינצוגיין אינעם געביידע ווען ער איז קאנפראנטירט געווארן דורך א פאליסמאן. עס איז אבער נישט געלונגען פאר דעם אפיציר אים אראפצוהאלטן איידער דער האט אים עטליכע מאל שווער געשטאכן, פאראורזאכנדיג וואונדן פון וועלכע דער אפיציר איז שפעטער געשטארבן פון. דאן האט א צווייטער וועטער געשאסן דעם פרע אדם דריי מאל פון וואס ער איז אויך אומגעקומען.

א מאסיווע היסטעריע האט ארומגענומען דאס גאנצע ארום, אבער פולע האבן זיך שנעל אריענטירט און אנגעהויבן העלפן די פארוואנדערטע. א געוויסער פארליאמענט מיטגליד און חבר פונעם געשטאכענעם אפיציר האט אים פראבירט צו העלפן און געמאכט סי פי אר און ״מאוט-טו-מאוט״ אבער עס איז שוין געווען דערנאך.

היינט און נעכטן האבן די בריטישע פאליציי ארעסטירט עטליכע פארשוינען אריינגעמישט אין די אטאקע און ווי זיי זאגן האבן די חברה פלאנירט נאך פרישע אטאקעס ה״י.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

זונטאג מערץ 26, 2017 2:56 pm

שקויעך לייבעלע

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

דינסטאג מערץ 28, 2017 11:41 pm

שכח פאר דיין באריכט לייבעלע

אינטערסאנט צו אנמערקן אז דער אייסיס באנדע הערט מען עפעס נישט טערארזירען אין א"י
קוקט אויס ווי עפעס האבן זיי מיט די זרעליס

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:28 am

זאגסט א נקודה

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:49 am

איך וואלט נישט געווארן סורפרייזט אז די אייסיס איז א המצאה וויאזוי די זרעליס האבן אריינגעשלעפט די גאנצע וועלט זיי צו העלפן מיט די אישו איבער מוסלעמענער זעלבסטמערדער
יתכן ס'זיי געלונגען

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:54 am

דאס איז שוין ערנסט א משוגנע קאנספעראציע צו זאגן ווייל די אייסיס מיטגלידער זיי אליינס זענען די זעלבע פראבלעם ווי די איבעריגע

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מיטוואך מערץ 29, 2017 12:57 am

נייעס'ל, סא דו זאגסט אז די איזרעיליס האבן געבויעט אייסיס?

וואט אי קאנספירעסי....

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מיטוואך מערץ 29, 2017 11:45 am

היינט האט א קאר פרובירט איבערצופארן מענטשן ביי די קאפיטאל געביידע.
די פאליציי זאגן אז עס קוקט אויס קרימענאל.
און קיינער איז נישט פארוואונדעט געווארן.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

דאנערשטאג מערץ 30, 2017 10:26 pm

יאהאן האט געשריבן:נייעס'ל, סא דו זאגסט אז די איזרעיליס האבן געבויעט אייסיס?

וואט אי קאנספירעסי....


איך זאג גארנישט
נאר אויב מארגן וועט עס ארויסקומען אין פאבליק מיט קראנטע באווייזען אז די זרעליס זענען די וואס שטייען אינטער זיי
וועט מיר אסאך זאכן קלאר ווערן, און איך וועל נישט ווערן שאקירט דערפון.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

פרייטאג אפריל 07, 2017 9:59 am

א פרישע אטאקע מיט א טראק, דאסמאל אין שטאקהאלם, שוועדן. באריכטן פון עטליכע טויטע.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

פרייטאג אפריל 07, 2017 11:59 am

אריינגעפארן אין א דעפארטמענט סטאר
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

זונטאג יוני 04, 2017 11:50 am

א פרישע כוואליע פון טעראר אטאקעס האט זיך נעכטן אראפגעלאזט אויף ענגלאנד, ווען טעראריסטן האבן דורכגעפירט 2 אטאקעס איינע נאך די צווייטע, איבערלאזנדיג אמווייניגסטנס זעקס פאטאליטעטן און מער ווי צוואנציג פארוואונדעטע. אט זענען פונקטן און נאטיצן ארום די טאפלטע טעראר אטאקעס:

די ערשטע אטאקע האט פאסירט אויף דער לאנדאן בריק, וואו א גרופע דריי טעראריסטן אין א ווייסן אויטא האבן אראפגעקלאפט פיסגייער און דערנאך זענען זיי ארויסגעקומען פון אויטא און געשטאכן מענטשן אין אלע דירעקציעס.

די טעראריסטן האבן אנגעהאט אויף זיך קליינע קאנעס וואס האבן אויסגעזען צו זיין אנגעפילט מיט אויפרייס מאטעריאל אלס זעלבסטמארד וועסטלעך. למעשה האבן זיך די קאנעס ארויסגעשטעלט צו זיין סתם ליידיג, ווערנדיג גענוצט דורך די טעראריסטן אלס אן אנשרעק-מעטאד.

די צווייטע אטאקע האט פאסירט ביים ״בארא מארקעט״ סופערמארקעט, וואו א פארשוין מיט א מעסער האט געשטאכן עטליכע אומשולדיגע איינקויפער, פון וועלכע פילע האבן געליטן גאר שווערע וואונדן, איידער דער טעראריסט איז זיך רואיג אנטלאפן.

די בריטישע רעגירונג האט געזאגט אז די פאליציי האבן סוקסעספול אומגעברענגט אלע 3 טעראריסטן וועלכע זענען געווען פארמישט אין דער טעראר אטאקע אויף דער לאנדאן בריק. שרייבנדיג די שורות, ווערט נאך געזוכט דער טעראריסט פון דער בארא מארקעט אטאקע.

פרעזידענט טראמפ האט שארף פארדאמט די טעראר אטאקעס, און טעלעפאנירט פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי, פארשפרעכנדיג הילף. טראמפ האט אויך געזאגט אז די אטאקעס צייגן די וויכטיגקייט פון איינשטעלן זיין טראוועל און פליטים פארבאט.
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מאנטאג יוני 05, 2017 12:04 pm

די אייסיס טעראר גרופע האט נעכטן אין א סטעיטמענט גענומען פאראנטווארטליכקייט פאר די טאפלטע טעראר אטאקעס וואס האבן פאסירט מוצאי שבת אין לאנדאן, ביי דער לאנדאנער בריק און ביים בארא מארקעט, זאגנדיג אז א גרופע פון אירע "זעלנער" זענען געשטאנען אונטער דער אטאקע.
די דעקלעראציע, אז זיי שטייען אונטער דער אטאקע, קומט אין דער זעלבער צייט וואס פאליציי האבן געשטורעמט עטליכע הייזער אין בארקינג געגנט אין איסט לאנדאן און האבן ארעסטירט צוועלעף פארשוינען אין פארבינדונג מיט די טעראר אטאקעס, אבער דערווייל האלט די פאליציי יעדעס ביסל אינפארמאציע אונטער שלאס און ריגל.

מען האט נעכטן אויך געהערט אז דער ציפער אומגעקומענע פון די אטאקעס איז געשטיגן צו 7, אריינגערעכנט א פראנצויזישער בירגער און א קאנאדישער בירגער, און דערווייל זענען נאך פארהאן ארום דרייסיג פארוואונדעטע אין די שפיטעלער לענגאויס לאנדאן, פילע פון זיי אין א קריטישן צושטאנד.
באזונדער זאגן די פאליציי באאמטע, איז צווישן די פארוואונדעטע א יונגער נייער פאליציי אפיציר וועלכער האט בלויז געהאט מיט זיך א שטעקן און פרובירט דערמיט אומשעדליך צו מאכן איינעם פון די טעראריסטן מיט מעסערס אויף דער לאנדאנער בריק, און איז דאן פארוואונדעט געווארן.
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מאנטאג יוני 05, 2017 1:44 pm

וואס האט גאן קאנטראל מיט די מעסער פון די טעראריסטן?!

Re: טעראר אטאקעס איבער די וועלט

מאנטאג יוני 12, 2017 1:56 pm

היינט מאנטאג וועלן אפגעהאלטן ווערן עטליכע צערעמאניעס אפצוצייכענען דעם ערשטן יארטאג פון ווען ס'האט פאסירט די שרעקליכע טעראר אטאקע שיסעריי אין ארלאנדא, פלארידע.
די טעראר אטאקע האט פאסירט ווען דער אמעריקאנער מוסולמענער דזשיהאדיסט, אומאר מאטין, האט געשטורעמט א פארזאמלונגס צענטער און זיך גענומען שיסן מיט מיליטערישע סארט רעוואלווערס אויף די פארזאמלטע, אומברענגענדיג 49 מענטשן – אין אן אטאקע וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס די ערגסטע מאסן שיסעריי אין אמעריקאנער היסטאריע.
מאטין איז אומגעברענגט געווארן אין א שיסעריי אויסטויש מיט די פאליציי, וועלכע האבן געשטורעמט דאס ארט, נאכדעם ווי ער האט אויפ'ן טעלעפאן דערקלערט אז ער טוט עס פאר אייסיס, און די שיסעריי טעראר אטאקע איז ביז יעצט נאך אלץ אונטער אויספארשונג, צוליב וואס אויספארשער גלייבן אז די פאליציי וואלטן געקענט שנעלער רעאגירן, מיט בעסערע טאקטיקן, וואס וואלט פארמיטן אזא הויכע צאל קרבנות.
ד'א
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
שרייב א תגובה