יעצט איז: דאנערשטאג סעפטעמבער 21, 2017 8:57 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך לייבעלע לאוב » פרייטאג מערץ 24, 2017 11:11 am

עס איז שוין באלד אכט יאר וואס איז אמעריקע איז פארנומען מיט אבאמאקעיר, די היסטארישע געזעץ וועלכע האט באדייטענד טראנספארמירט די אמעריקאנע העלטקעיר סיסטעם. זינט איר אדורכפיר איז די געזעץ געווארן אן אינטערליגענדע טייל פון אלעס פאליטיק. פילצאליגע דעבאטעס אין שטיצע און אין קעגנערשאפט פון דעם געזעץ זענען שוין אין די צייט שוין אויסגעליפטערט געווארן איבער די פיל צאליגע קאמיוניקאציע מעדיאמס, פירנדיג צו די איבערגאנג פון צענדליגע פאליטישע בענקלעך פון איין פארטיי צו די אנדערע, צעאמפערנדיג פראקציעס אינערהאלב פארטייען און באשטייערנדיג צו די אויפשטייג פון צענדליגע נייע אויסניצענדע פאליטישע ארגעניזאציעס.

די רעכטע פליגל אין לאנד ריהט שוין נישט זינט יענעם טרויעריגן טאג ווען דער פארפיינטעטע שוואכלינג כוסעין אבאמא האט בייזווייליג מאסיוו געהעכערט די שטייערן פונעם אמעריקאנעם פאלק, זיי געהעכערט די פרימיומס, און פארלעצט זייער רעליגיעזע אנשויאונגען. זיי פארפירן שוין זינט דאן אז די געזעץ דארף אינגאנצן צוריקגעדרייעט ווערן, בחרב ובחנית, און אויף דעם האבן זיי געבויעט זייער גאנצע פאליטיק די לעצטע אכט יאר. ווער עס איז נישט געגאנען אין שפאן האט גלייךגעכאפט אין בויבעריק אריין, ווערנדיג אפגעסטאמעלט ווי ׳עסטעבלישמענט׳ און ׳פאררעטער׳ דורך די צעשפילטע טאק שאו האוסטס און צעיושעטע טי פארטיי מאסן. די געזץ האט צוגעשטעלט די ריכטיגע נעסטינג פלאץ פאר די פאליטישע קאריערע׳ס פון אזעלכע פאלעטישאנס ווי טעד קרוז און ראנד פאול, ביידע שארף אויסגעשפראכן אין זייער אפאזיצע צום געזעץ.

למעשה, אכט יאר פראנאויס און די רעפובליקאנער האבן זיך צוריקגעקערט פון זייערע מאסיווע 09 פארלוסטן, זיך דערשלאגן צום ווייסן הויז און פארכאפט קאנטראל פון ביידע לעגיסלאטיווע ארבייטער. יעצט איז די צייט פאר זיי צו צייגן פארן פאלק וואס זיי קענען און ווי זיי וועלן שטעלן א פראכטפולע העלטקעיר ביל וואס וועט, פארשטייצעך, צוריקדרייען אבאמאקעיר און איינמאל פאר אלעמאל איינפירן א ״פרי מארקעט סיסטעם״ - די טרוים פון די רעכטע לאגער - און איינמאל פאר אלעמאל אויפווייזן פאר יעדן אז עס איז זייער זייט וואס טויגט.

אזוי וואלט איר געטראכט. איך מיין, נאך אלעמען דרייען שוין די חברה א קאפ פארן לאנד די לעצטע 67 טויזענט שעה אז מען דארף ״ריפיעלן״ די געזעץ און אז זיי וועלן עס ריפיעלן זאלן זיי נאר זיין אין די מאיאריטעט. אבער, ווען עס קומט למעשה איז קיינער נישט צום געפינען און צו די יעצטיגע מינוט טוט זיך העפטיגע ראנגלערייען איבער א פארגעשלאגענע רעפובליקאנע העלטקעיר ביל און ווי עס קוקט אויס האט הויז ספיקער רייען קוים א שמאלע מערהייט אדורכצופירן די געזעץ, שוין נאכן עס אפשטיפן פון נעכטן דאנערשטאג ווען עס האט צו ערשט געדארפט אויפגעברענגט ווערן פאר אן אפשטימונג.

פרעזידענט טראמפ אליין האט איבער די וואך געשיקט צעמישטע סיגנאלן איבערן וואך ווען קודם איז ער געווען גרייט צו פארהאנדלען און נאכדעם נישט. אנהייב וואך האט ער געזאגט אז ער איז 100 פראצענט אונטערן ביל, אבער יעצט ווייסן באריכטן צו זאגן אז ער פלאנירט צו ווארפן די שולד פון אלעס ארום דעם ביל אויף פאול רייען און זיך גיין ווייטער מיט טעקס רעפארם. סטיפען בענאן, דער אויסגעשפראכענער ברייטבארט עקסעקיוטיוו אויפן פרעזידענט׳ס קאבינעט פראבירט אויך צו ראטעווען זיין פנים און פון איין זייט סטראשעט ער הויז קאנסערוואטיוון מיטן אלעם בייזן אז זיי זאלן שטיצן די געזעץ ווען פון די אנדערע זייט מאכט ער זיכער אז די ניו יארק טיימס זאל באריכטן אז פערזענליך גלייכט ער נישט דעם ביל.

פון די ווייניג אויפריכטיגע פאליטיקאנטן איז יוטא סענאטאר מייק לי גאר שארף קעגן דעם ביל, פארפירענדיג אז אויסער נישט צוריקדרייען אבאמאקעיר - וועלכע איז אן עוולה מצד די רעפובליקאנער ווייל זיי דרייען שוין יעדן א קאפ פאר יארן אז דאס וועלן זיי טון - טוט די ביל בלויז העכערן קאסטן און פרימיאומס ווי נאר. ער זאגט אז די טראמפ-רייען ביל האט קיינע שאנסן אין סענאט און די אויסגעשפראכענע חברה ווי ראנד פאול, טעד קרוז און טאם קאטאן האבן זיך שוין מיטגעשלאסן מיט אים.

אויף היינט פרייטאג איז ערווארטעט אן אפשטימונג אויפן ביל און דערווייל פראבירט דער ספיקער זיכער צו מאכן אז ער האט די שטימען פאר עס. עס גייט אים זיכער נישט גרינג און די ווייסע הויז רעכנט זיך לכתחילה אז די ביל וועט אדורכפאלן און פלאנירט אפצולאזן דאס גאנצע אבאמאקער ריפיעל פאר די יעצטיגע צייט. דאס וועט זיין גאר היסטאריש און שטארק היפאקריטיש און קען זיך שלעכט אפרופן אויף די רעפובליקאנער.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 23 מאל

הודעהדורך לייבעלע לאוב » פרייטאג מערץ 24, 2017 12:47 pm

ברעקינג: ספיקער רייען איז יעצט ביים ווייסן הויז און לויט פולע קוועלער בעהט ער זיך ביים פרעזידענט אז ער זאל מסכים זיין נישט אויפצוברענגען די ביל בכלל.

לויט די קוועלער זענען אסאך קאנגרעסלייט אויסער די ״פרידאם קאוקעס״ אויכעט אפגעקילט געווארן פון די ביל די לעצטע שעה און רייען האט ווייט פון גענוג שטימען אדורכצופירן די ביל. רייען אליין וויל נישט אויפברענגען דעם ביל אויב עס פאלט דורך שטארק.

איין רעפארטער זאגט פון א קוואל אז דער בודזשעט דירעקטאר האט געזאגט פאר רייען אז דער פרעזידענט קערט נישט איער די אויסגאנג פון די וואוט און ער וויל אן אפשטימונג אזוי צו אזוי.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 23 מאל

הודעהדורך לייבעלע לאוב » פרייטאג מערץ 24, 2017 4:49 pm

דאס איז עס. די ביל איז אראפ פון טיש. ספיקער רייען זאגט אז אבאמאקעיר איז די געזעץ פונעם לאנד פארן פארויסזעהנדע צוקונפט.

דאס איז אן אומבאשרייבליכן פלאפ פאר די רעפובליקאנער אלץ א פארטיי.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 23 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יהודי » זונטאג מערץ 26, 2017 2:42 pm

.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך לייבעלע לאוב » דינסטאג מערץ 28, 2017 5:50 am

קאנגרעסמאן מאו ברוק פון אלאבאמא האט אריינגעטראגן א ביל וואס איז גאר קורץ און טוט גאר צום פוינט ארויסשרייבן אז אבאמאקעיר איז צוריקגעדרייט. הגם די שאנסן אזא ביל זאל אפי גענומען ווערן ערנסט זענען קליינע, האט דער קאנגרעסמאן פשוט געוואלט ארויסברענגען א פוינט אז די רעפובליראנע פירער וואלטן ווען געדארפט אריבער פירן אזא ביל לויט זייערע פארשפרעכונגען די לעצטע זיבן יאר.

דער פרעזידענט האט געטוויט אז ער איז גרייט צו ארבעטן מיט די דעמאקראטן און אז זיי וועלן קומען גאר שנעל ווייל די סיסטעם צעפאלט.
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 23 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יהודי » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:00 pm

עפעס טוט זיך פרישע נייעס ארום העילט קעיר
איינער מיט מער באריכטן?
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג מערץ 28, 2017 9:23 pm

לייבעלע האט אלעס שיין באריכטעט, וואס פעלט?

-

א טוויט פונעם קאמאנדיר אין טשיעף:
The Democrats will make a deal with me on healthcare as soon as ObamaCare folds - not long. Do not worry, we are in very good shape!
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יהודי » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:34 am

House Republican leaders and the White House have restarted negotiations on legislation to repeal the ACA
https://t.co/CqLulBxXPL
Credit: @Americaspolitics
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:41 am

גוטע נייעס!

קארנגרעסמאן סטיוו סקאליסע האט טאקע היינט געזאגט:
"I think we're closer today to repealing Obamacare than we've ever been before, and are surely even closer than we were Friday"
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יהודי » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:53 am

וואס איז עס אזוי גוט?
עס איז גוט פאר טראמפס אגענדע אבער נישט פאר מיין טאש
ניק אוואטאר
יהודי
 
הודעות: 42
הצטרף: מאנטאג פעברואר 20, 2017 11:22 am
האט שוין געדאנקט: 14 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 9 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך נייעס » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:55 am

דיין טאש האט אסאך שאדן געליטן פון אבאמאקעיר
וועלמיר זען וואס טראמפ טויג בעסער.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך מערץ 29, 2017 12:59 am

יהודי, דיין טאש פארדינט פון הויכע פרימיומס ואס ווערן נאך העכער?

דיין טאש פארדינט אז צוויי דריטל אמעריקאנער האבן נאר צווישן צוויי און זיראו טשויסעס?

דיין טאש פארדינט אז עס קאסט א 116 פראצענט העכער אין אריזאנע אין 2017?

היינו דאמרה קלינטאן "עס איז די משוגע'נסטע זאך אין די וועלט".
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1122
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 83 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 205 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך מערץ 29, 2017 11:13 pm

*דאמר
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך לייבעלע לאוב » מיטוואך מאי 17, 2017 2:52 am

די רעפובליקאנער אין סענאט ארבעטן אויף א העלט קעיר ביל, און דער הויפט צוזאמשטעלער פונעם ביל איז סענאטאר קרוז פון טעקסעס.

די חברה פארציילן אז זינט די וואלן איז ער געווארן אן אנדער מענטש און איז שוין נישט דער אויסגעשפראכענע ניין-זאגער פון עטליכע יאר צוריק.

א רעפארטער האט טאקע פאריגע וואך אויפגעכאפט ווי א סענאטאר פרעגט אים אינדערפרי, ״וואס מאכסטו?״ אויף וואס קרוז האט שמייכעלדיג געענטפערט, ״איך לעב אין די סירקוס..״
לייבעלע לאוב
 
הודעות: 17
הצטרף: מיטוואך מערץ 22, 2017 8:45 am
האט שוין געדאנקט: 0 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 23 מאל

Re: אלעס ארום העלטקעיר אין אמעריקע

הודעהדורך שעפעלע » מיטוואך מאי 17, 2017 12:06 pm

מיין פילינג זאגט אז דעס וועט עס דורך גיין
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron