יעצט איז: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 9:47 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך מיין מיינונג » מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:52 pm

דעמאלטס פארוואס האט ער עס אריינגעלייגט אינעם בודזשעט בכח גדול וביד חזקה?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:00 pm

ער 'טענה'ט אז ער גייט צווינגען מעקסיקא צו עס רי'אומבורסן (אויסצאלן) און מעקסיקא גייט עס טון, "ביליוו מי"..

בכח גדול? המממ...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:29 pm

פרעזידענט טראמפ נעמט ערשטע שריט פאר די אויפבוי פונעם גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא

פרעזידענט טראמפ האט היינט ביי זיין באזוך אין די דעפארטמענט פון היימלאנד זיכערהייט אפיציעל אנאנסירט די אויפבוי פון א גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, און דערמיט דעליווערט אויף איינע פון זיינע צענטראלע קאמפיין צוזאגן, ער האט דערביי אונטערגעשריבן אויף צוויי עקזעקיוטיווע ארדערס וועלכע וועלן צואיילן דאס אויפבוי פונעם וואנט.

דער עקזעקיוטיווע ארדער וועט פארלאנגען פון די היימלאנד זיכערהייט דעפארטמנט זיך צו באלדיג נעמען צום אויפבוי פונעם וואנט, און אזוי אויך צו פאררעכטן דארט ווי די עקזיסטירנדע צוימען זענען נישט גענוג, די זעלבע ארדער וועט אויך פארלאנגן צו צולייגן נאך 5000 גרעניץ וועכטער.

א אינטרעסאנטע פונקט אינעם ארדער איז אז די דעפארטמענט זאל פארעפנטליכן אלע הילפ'ס פראגראמען וואס אמעריקע געט פאר מעקסיקא צו העלפן באשיצן די גרעניץ, און עס איז ווארשיינליך אז דער פרעזידענט וועט פארארדענען אז די געלטער זאלן ווערן צוגענומען, און גענוצט פאר די אויפבוי פונעם וואנט.

א באזונדערע עקזעקיוטיווע ארדער וועלכע דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן טוט אויפלעזן וואס עס רופט זיך "סענקטשוערי סיטיס" וואס באדייט אין אנדערע ווערטער "ערי מקלט" וואס דארט איז דא א פאליסי אז די לאקאלע אויטאריטעטן טוען נישט נאכגיין קיין אומלעגאלע אימיגראנטן, און זיי קענען ארבייטן און לעבן פריי, און אויך צולייגן פילפאכיג מער אימיגראציע אגענטן צו אינפארסירן אימיגראציע געזעצן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:29 pm

טראמפ נעמט שריט צו פארבאטן מוסלעמענער פון אריינקומען קיין אמעריקע

דורכאויס דעם קאמפיין האט טראמפ צוגעזאגט צו ארויפלייגן א "טאטאלע און קאמפלעטע אפשלוס פאר מוסלעמענער פון אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן" און ער האט עטליכע מאל געדרייט אהער און אהין איבער די דעטאלן וויאזוי ער פלאנט צו אינפארסירן אזא פאליסי וועלכע איז ווארשיינליך אין קעגנזאץ מיט די קאנסטיטוציע.

היינט האט דער פרעזידענט אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיווע דאקומענטן איבער אימיגראציע, און צווישן אנדערע ארויפגלייגט א פארבאט צו געבן וויזעס פאר פליטים וועלכע קומען פון איינע פון די פאלגנדע זעקס לענדער: איראק, ליביע, סיריע, סומאליע, סודאן, און תימן. אלע פון זיי לענדער וועלכע ווערן געפלאגט פון קריג און טעראריזם, און מיליאנען פליטים זוכן צו אויסוואנדערען פון דארט.

די עקזעקיוטיווע ארדער שטעלט אפ א פעדעראלע פלאן צו ארייננעמען טויזנטער סירישע פליטים, אבער מאכט אן אויסנאם פאר אזעלכע וועלכע זוכן אזיל רעכט צוליב דעם וואס זיי ווערן געפלאגט צוליב רעליגיע, דאס איז געצילט צו לאזן אפן די טיר פאר קריסטליכע פליטים וועלכע ווערן פארטריבן פון די מוסלעמענער לענדער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:29 pm

הויכראנגיקע מעקסיקאנער דעלעגאציע שטאט אפ א באזוך אין ווייסן הויז

א רייע הויכראנגיקע מיניסטארן פון מעקסיקא זענען אראפגעקומען היינט אינעם ווייסן הויז פאר א זיצונג מיט פרעזידענט טראמפ, אין א פרואוו צו אויסגלייכן די אנגעצויגענע באציאונג צווישן אמעריקע און מעקסיקא און אויך צו אנגרייטן די באזוך פונעם מעקסיקאנער פרעזידענט וואס וועט פארקומען יאנואר 31.

צווישן די אנוועזנדע ביי די דעלעגאציע האבן זיך געציילט דער מעקסיקאנער אויסערן מיניסטער, דער עקאנאמיע מיניסטער, און נאך. זיי האבן אפגעהאלטן א זיצונג מיט די הויכראנגיקע ראטגעבער אינעם ווייסן הויז, אריינגערעכנט דער שטאב הויפט ריינס פריבוס, דער ראטגעבער סטיוו בענאן, און דשערעד קושנער, און אזוי אויך דער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין.

די ווארטזאגער פאר די מעקסיקאנער דעלעגאציע האט געזאגט אז זיי זענען געקומען זוכן א וועג צו ערקלערן פאר'ן פרעזידענט אז ער קען נישט מאכן קיין איינזייטיגע באשלוסן ווען עס קומט צו מעקסיקא, און ער וועט זיך מוזן רעכענען מיט די געברויכן פון מעקיסקא ווען עס קומט צו עקאנאמישע באציאונגען, און אזוי אויך ווען עס קומט צו גרעניץ זיכערהייט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:30 pm

ווייסע הויז קוקט איבער מעגליכקייט פון צוריק עפענען "שווארצע טורמעס" פון די סי-איי-עי

פרעזידענט טראמפ איז געשטאנען מיט עטליכע טעג צוריק אין די הויפטקווארטיר פון די סי-איי-עי און געזאגט "איך וויל איר זאלט וויסן אז איך שטיי הונדערט פראצענט אונטער אייך, נישט הונדערט פראצענט, נאר טויזנט פראצענט, איך וועל איך אזוי שטארק שטיצן אז איר וועט זיך בעטן פרעזידענט ביטע שטיצט אונז נישט אזויפיל" און ווי עס קוקט אויס איז דאס נישט ווייט פון די רעאליטעט.

אויפ'ן פארלאנג פונעם פרעזידענט האט דער ווייסער הויז געבעטן פון די סי-איי-עי צו אריינקוקן אין די מעגליכקייט פון עפענען צוריק די טורמעס וואס די סי-איי-עי פלעגט אפערירן אין אויסלענדישע טעריטאריע, אין אזעלכע פלעצער וועלכע זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער אמעריקאנער געזעץ, און ביז יאר 2009 זענען זיי גענוצט געווארן צו אויספארשן טעראריסטן און פארברעכער מיט פארשידענע פייניגונג מעטאדן.

דאס קומט נאכדעם וואס טראמפ האט עפנטליך געשטיצט דאס צוריקברענגען די פייניגונג מעטאדן וועלכע זענען אפגעשטעלט געווארן אונטער פרעזידענט אבאמא און זענען באטראכט אלס אומלעגאל, און האט אויך געברענגט פארשידענע קאמפליקאציעס מיט אנדערע לענדער וואס מען האט אפערירט אזעלכע טורמעס אונטער זייער נאז, אן זייער וויסן.

דאס ווייסער הויז האט אויך גרייט א דרעפט פאר אן עקזעקטיווע באפעל וועלכע וועט צוריקשטעלט דעם גואטאמאלע בעי טורמע אין פולן שוואונג, נאכדעם וואס זינט 2009 אונטער פרעזידענט אבאמא האט מען נישט אריינגעברענגט דארט קיין נייע ארעסטאנטן, און די מערהייט זענען שוין געווארן אויסגעליפערט צו אנדערע לענדער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:30 pm

דאנעלד טראמפ פארשפרעכט מאסיווע אויספאשונג אויף וויילער פעלשעריי

פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אויף טוויטער אז ער פלאנט צו פארארדענען א מאסיווע אויספארשונג צו אריינקוקן אין – וואס ער באצייכנט – ברייט פארשפרייטע וויילער שווינדל, דאס קומט נאכדעם וואס ער האט געזאגט פאר די פירער פון קאנגרעס אז ער האט פארלוירן די וואלן צוליב מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכער האבן געוועלט אומלעגאל.

פארשידענע דעמאקראטישע פאליטיקאנטן, און אזוי אויך געוויסע רעפובליקאנער, האבן פארדאמט דעם פרעזידענט פאר'ן זאגן א זאך וועלכע איז קעגן די פאקטן און סטאטיסטיקס וועלכע זענען אנגענומען דורך אומפארטייאישע עקספערטן, און דער פרעזידענט, וועלכער איז געווארן באליידיגט פון די קריטיק, וועט נוצן זיין פעדעראלע מאכט צו גרונטליך אויספארשן, און ער האפט צו איבערצייגן די ווארהייט פון זיין טענה.

די נאציאנאלע אסאסיאציע פון סעקערטעריס אף סטעיט, וואס נעמט אריין די מערהייט פון די סעקערטעריס פון יעדע סטעיט איבער'ן לאנד, וועלכע זענען פאראנטווארטליך אויף די וואלן, האט ארויסגעגעבן א סטעיטמענט אין וועלכע זיי שרייבן "מיר ווייסן נישט פון סיי וועלכע באווייזן וועלכע טוען אונטערשטיצן די טענה פון פרעזידענט טראמפ, אבער מיר זענען גרייט צו ארבעטן מיט די אדמינסטראציע צו פארשטיין פארוואס דער פרעזידענט האט ארויסגעשטעלט אזא פארלוידמונג"

עס איז נישט קלאר אויב דער פרעזידענט האט בכלל די מאכט צו פארארדענען אזא אויספארשונג, און עס איז נישט קלאר אויב דער פרעזידענט האט טאקע אין פלאן צו נוצן זיין איינפלוס אויף די יוסטיץ דעפארטעמנט צו עפענען אזא אויספארשונג, עס איז מעגליך אז דאס איז בלויז טוויטער רעטאריק און טוט נישט אנדייטן קיין ספעציפישע פלענער.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:31 pm

גרינפיס אקטיוויסטן באריקאדירן זיך אויפ'ן שפיץ פון א קרעין

א דראמא שפילט זיך אפ אין וואשינגטאן, ווען עטליכע גרינפיס אקטיוויסן האבן זיך ארויפגעכאפט צום שפיץ פון א קרעין וועלכע שטייט עטליכע גאס אוועק פון ווייסן הויז, און האט א אויסקוק צום ווייסן הויז, און האבן ארויסגעשטעלט א ריזיגע ליילעך פון 70 ביי 35 פוס, מיט די אויפשריפט "ווידערשטאנד" צו אויסדרוקן פראטעסט קעגן דאנעלד טראמפ און זיינע פאליסיס וועלכע טוט – לויט זיי – שעדיגן די עווייראמענט. די פאליציי האט אפגעשפארט די גאס און זיי ארומגערינגלט, און פרובירט זיי צו אראפבאקומען פון דארט.

דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט נעכטן באשטעטיגט צוויי מאסיווע פייפליין פראיעקטן וועלכע זענען געווארן אפגעהאלטן צוליב פראטעסטן פון ענווייראמנטאלע גרופעס. גרינפיס איז באקאנט צו זיין דאס מערסטע ראדיקאל צווישן די קלימאט אקטיוויסטן, און זיי טוען טיילמאל נעמען גאר אגרעסיווע שריט וועלכע גרעניצן זיך מיט געוואלדטאטן.
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:32 pm

טראמפ אדמיניסטראציע טרעט צוריק פון צוזאג צו אריבערפירן אמבאסאדע קיין ירושלים

אין די צייט וואס פרעזידענט טראמפ טוט אונטערשרייבן פארשידענע דעקרעטן צו ערפולן קאמפיין צוזאגן, קוקט אויס אז פון איין קאמפיין צוזאג טוט ער שטייטליך צוריקטרעטן, און דאס איז דער צוזאג צו אריבערפירן דעם אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים. פארשידענע סיגנאלן צייגן אז די טראמפ אדמיניסטראציע זוכט א וועג ארויס פון דעם סאמאטוכע.

טראץ וואס ער האט נאמינירט א עקסטרעם-רעכטער איד פאר אמבאסאדער, דער ניו יארקער אדוואקאט דוד פריעדמאן, וועלכער איז א הייסע שטיצער פון די זידלונגען און א אויסגעשפראכענער שטיצער פון די רעכט גענויגטע ליכוד רעגירונג, און ווי עס שיינט וועט ער וואוינען אין ירושלים, קוקט אבער אויס אז דער הויפטקווארטיר פון די אמבאסאדע וועט בלייבן אין תל אביב.

די פאלעסטינער אויטאריטעט האט געזאגט אז זיי האבן באקומען א מעסעדש פון די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי וועלן נישט טון אזא שריט "איינזייטיג". דאס קומט נאכדעם וואס זיי האבן געלייגט מאסיווע פרעשור דורך רוסלאנד און דורך עגיפטן, וועלכע האבן געווארנט די טראמפ אדמיניסטראציע איבער די שווערע קאנסעקווענצן וואס אזא שריט קען האבן.

לויט געוויסע קוועלער אין די סטעיט דעפארטמענט קען זיין אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט מאכן עפעס א פשרה און אריבערפירן טיילווייזע פונקציעס פון די אמבאסאדע קיין ירושלים און די הויפטקווארטיר וועט בלייבן תל אביב, די אמעריקאנער רעגירונג באזיצט א גרויסע באדן אין ירושלים פאר דעם צוועק פון בויען א אמבאסאדע, אבער עס איז נאכנישט אנטוויקלט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 9:36 pm

סטאק מארקעט גרייכט היסטארישע ציפער היינט

די "דאו דשאונס" אינדוסטריעל עווערעדש האט היינט אינדערפרי זיך געעפנט מיט א היסטארישע ציפער וועלכע האט געבראכן אלע רעקארדס אין איר היסטאריע, גרייכנדיג איבער 20,000 פונקטן, אין ליכט פון א שטארקע ענטוזיאזם אין די אינדוסטריעלע וועלט אין ליכט פון די פאליסיס פונעם נייעם פרעזידענט וועלכע רוקט זיך פאראויס מיט אן אגענדע וועלכע איז זייער בייהילפיג פאר די גרויסע פירמעס, און פאר די אינדוסטריעלע סעקטאר.

די דאו דשאונס ההאט זיך געעפנט ביי 20,028 און איז ארויפגעשפרונגען מיט 160 פונקטן פון א טאג בעפאר, די עיקר פארדינסטן איז געקומען פאר באואינג, גאלדמאן און סאקס, און איי-בי-עם. לויט אנאליסטן איז די שפרונג געקומען נאכדעם וואס אינוועסטירער זענען מער פארזיכערט אז די אינפרוסטרוקטור פלאן פונעם פרעזידענט וועט זיין גוט פאר די מארקעט און די גרויסע פירמעס, און זענען ביי די מיינונג אז עס איז ערווארטעט צו שטייגן נאך פול מער.

זינט די וואלן האט שוין די דאו דשאונס געשטיגן א סך הכל פון איבער 1600 פונקטן, און איז היינט אנגעקומען צו די העכסטע פונקט. אזוי אויך האבן אנדערע אינדעקס געזעהן היינט רעקארדס, די עס-ענד-פי האט געגרייכט צו 2293, מיט 13 פונקטן ארויף. און די נאסדאק האט געגרייכט 5639, מיט 39 פונקטן ארויף.

דאס איז דאס העכסטע שפרינג פאר די סטאק מארקעט נאך א ווייל סעזאן אין אמעריקעס "היסטאריע"!
C3CAM-lXUAM0qD6.jpg
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:16 pm

נעכטן נאכט האט מען געהערט באריכטן אז די מעקסיקא פרעזידענט גייט אפשר קענסלן די באזוך צי פרזידענט טראמפ, וואס דארף פאר קומען נעקסטע וואך
איוף דעם האט טראמפ האט היינט צופרי געזאגט, אז אויב די פרעזדענט פין מעקסיקא וויל נישט באצאלן פאר די וואנט זאל אפשר טאקע געקענסלט ווערן,
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:45 pm

וכך הוה ער האט עס נאכדעם געקענסלט
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:46 pm

פרעזידענט טראמפ: שוין בויען די וואנט!

וואשינגטאן. - פרעזידענט טראמפ האט איבערגעצייגט די וועלט אז ער האלט ווארט, און שוין אין דער ערשטער וואך אין אמט האט ער ארויסגעגעבן א באפעל אנצוהייבן בויען די וואנט פאר מעקסיקא. זיינע באאמטע האבן אבער פארט אנערקענט אז מעקסיקא האלט נאכנישט ביים צאלן פאר דער וואנט, וועט דאס דעריבער פינאנצירט ווערן קודם דורך די אמעריקאנער שטייערצאלער, אבער מעקסיקא וועט דאס מוזן באצאלן, סוף כל סוף, מיט גוטנס אדער מיט בייזן.

דער מעקסיקאנער פרעזידענט, הענריקא פענע ניעטא, האט אויסגעדרוקט גרויס אויפברויז אויף דער אנטוויקלונג און געמאלדן אז ער טראכט איבער דעם פלאן פון קומען באזוכן דעם נייעם פרעזידענט טראמפ אינעם ווייסן הויז.

מען האט שוין יעצט ביי דער גרעניץ א געמיש פון צוימען, ווענט, און אנדערע פיזישע און עלעקטראנישע שטערונגען, אבער טראמפ האט קלאר געמאכט, אז דאס מאל רעדט מען פון א שיינער גרויסער וואנט, עס זאל מאכן קלאר פאר יעדן אז אמעריקע איז אפגעטיילט פון מעקסיקא. פרעזידענט טראמפ זאגט אז דאס וועט ארויסהאלטן פון אמעריקע אלערליי שעדליכע לייט, פארברעכער און דראג שמוגלער.

אויך וועט דער פרעזידענט אפשטעלן דעם איינפיר ביי די אימיגראציע אינסטאנצן פון "כאפ און באפריי", אין וועלכע ארעסטירטע אימיגראנטן ווערן גלייך באפרייט און באקומען בלויז א צעטל צו קומען אין געריכט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:46 pm

געהיימע סי-איי-עי טורמעס צוריק אויפגעשטעלט

וואשינגטאן. - די טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע האבן איבערגעגעבן אז פרעזידענט טראמפ פלאנירט צו באנייען די געהיימע טורמעס וואס די סי-איי-עי האט אויפגעהאלטן אין פוילן און אין רומעניע, כדי צו קענען דארטן האלטן פארכאפט ספעציעלע טעראריסטן וועלכע דארפן דורכגיין באזונדערע באהאנדלונגען זיי צו מאכן רעדעוודיג און צו פארבעסערן זייער זכרון. די אזויגערופענע "שווארצע ערטער," וואס זענען אויפגעשטעלט געווארן דורכ'ן געוועזענעם פרעזידענט בוש נאך די סעפט. 11 אטאקעס, האט מען גענוצט ביז זיי זענען באקאנט געווארן און דאן האט מען זיי געמוזט אפשפארן. טראמפ זאגט אויך אז ער האלט פון נוצן די וואטערבאורדינג פייניגונגען, ווייל דאס פייניגן ארעסטאנטן העלפט ארויסבאקומען וויכטיגע אינפארמאציע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:47 pm


טראמפ וויל אויספארשונג איבער וואלן שווינדל


וואשינגטאן. - פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געזאגט אז ער האט איינגעפעדימט א מאסיווע אויספארשונג איבער וויילער שווינדל, נאכ'ן טענה'ן מערערע מאל אז מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן און אנדערע האבן אומלעגאל געשטימט ביי די פארגאנגענע פרעזידענט וואלן. דאך האט זיין אדמיניסטראציע קלאר געמאכט אז די אויספארשונג איז איבער די שווינדלערייען אין אלגעמיין, און נישט ספעציפיש איבער די פארגאנגענע פרעזידענט וואלן. פארשידענע רעפובליקאנער האבן גלייך אפגעווארפן די אויספארשונג, און פארשידענע סטעיט באאמטע האבן געזאגט אז ס'איז בכלל נישט מעגליך אז שווינדלערייען זאלן פארקומען אויף אזא מאסיוון פארנעם ווי טראמפ לייגט עס אראפ.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 2:13 pm

שעפעלע האט געשריבן:נעכטן נאכט האט מען געהערט באריכטן אז די מעקסיקא פרעזידענט גייט אפשר קענסלן די באזוך צי פרזידענט טראמפ, וואס דארף פאר קומען נעקסטע וואך
איוף דעם האט טראמפ האט היינט צופרי געזאגט, אז אויב די פרעזדענט פין מעקסיקא וויל נישט באצאלן פאר די וואנט זאל אפשר טאקע געקענסלט ווערן,

viewtopic.php?p=8925#p8925
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 10:44 pm

קאבינעט
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:46 pm

אמעריקע און מעקסיקא אויפ'ן שוועל פון עקאנאמישע קריג

ריזיגע מאסן פראטעסטן אין מעקסיקא רופן אויף די בירגער צו פולשטענדיג באיאקאטירן פראדוקטן וועלכע ווערן געמאכט אין אמעריקע, און אזוי אויך א מאסיווע קאמפיין אויף סאציאלע מידיע רופט די מעקסיקאנער בירגער נישט צו קויפן קיין שום פראדוקט וועלכע איז געמאכט אין די פאראייניגטע שטאטן. און אזוי אויך לאקאלע נעצן וועלכע זענען טייל פון אמעריקאנער נעץ געשעפטן, ווי מעקדאנעלדס און סטארבאקס א.ד.ג.

דאס קומט א טאג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט פארגעשטעלט פאר אמעריקע זיין פלאן צו ארויפלייגן א גרעניץ שטייער פון 20 פראצענט אויף פראדוקטן וועלכע ווערן געמאכט אין מעקסיקא, און אזוי ארום וועלן די מעקסיקאנער פירמעס צאלן פאר די קאסטן פון די וואנט, און דערמיט זוכט ער צו ערפולן א קאמפיין צוזאג אז מעקסיקא וועט צאלן פאר דעם וואנט.

עקספערטן זאגן אז אין צוגאב צו די אויפלעזונג פון נאפט"א, און דאן די 20 פערצענט שטייער, אויב עס גייט אריין אין קראפט, קען פירן צו א פולשטענדיגע האנדלס קריג צווישן אמעריקע און מעקסיקא, וואס וועט שאדן מאכן פאר די באפעלקערונג אין ביידע לענדער. מעקסיקא איז אמעריקעס דריט גרעסטע עקספארט מארקעט, און עס קען ברענגען שאדן פאר אמעריקע, און אויפשטייג אין פראדוקטן וועלכע ווערן אימפארטירט פון מעקסיקא.

אבער הויפטזעכליך וועט אזא שריט ברענגען אומגעהויערע שאדן פאר מעקסיקא, וועלכע איז שטארק אנגעוויזן אויף די אמעריקאנער מארקעט, ווי עס זעהן זיך אן פון די דראסטישע נידערוג פון די מעקסיקאנער פעסא בלויז אין די לעצטע 24 שעה, און עס איז מעגליך אז מעקסיקא וועט זיך נאך ברעכן און קומען צו א פשרה איבער צאלן פאר'ן וואנט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:46 pm

פרעזידענט טראמפ וועט היינט אויפנעמען די ערשטע אויסלענדישע פירער אלס פרעזידענט

היינט וועט אנקומען צום ווייסן הויז די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע טערעזע מעי, און וועט זיין די ערשטע אויסלענדישע פירער זיך צו טרעפן מיט'ן פרעזידענט זינט זיין איינשווערונג, די באזוך איז גאר וויכטיג פאר בריטאניע אין ליכט פון די ברעקזיט פראצעדור, און זיי זענען יעצט מער אנגעוויזן אויף שטערקערע און ברייטערע עקאנאמישע באציאונגען מיט אמעריקע.

די באזוך איז אויך וויכטיגע צוליב דעם וואס בריטאניע איז אמעריקע'ס סטראטעגישע פריינט אין אייראפע, און די פרעמיער מיניסטאר איז ערווארטעט צו אויפברענגען די וויכטיגקייט פון נאט"א פאר פרעזידענט טראמפ וועלכע איז אין די פארגאנגענהייט געווען סקעפטיש איבער די קערפערשאפט, אנגעבליך צוליב די הויכע עקאנאמישע קאסטן, און ווארשיינליך צוליב דעם וואס ער זוכט בעסערע באציאונגען מיט רוסלאנד.

אין בעפארברייטונג מיט איר באזוך האט די פרעמיער מיניסטארשע אויפגעטרעטן פאר א קאנפרענץ פון רעפובליקאנער געזעץ געבער וועלכע זענען זיך צוזאמענגעקומען אין פילאדעלפיע, אין וועלכע זי האט ארויסגלייגט אירע פאליסיס און איר וויזע איבער די אליאנץ צווישן אמעריקע און ענגלאנד, זי האט צווישן אנדערע אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ און זיין צוגאנג איבער אויסער פאליסי, אבער גלייכצייטיג אריינגעווארפן גאר איידעלע קריטיק.

זי האט קאנגראטולירט די רעפובליקאנער אויף זייער זיג דעם נאוועמבער, און געזאגט אז צוליב דעם וועט אמעריקע זיין שטערקער, און אז "א שטארקע אמעריקע איז גוט פאר די וועלט" און אזוי אויך שטארק אויסגעלויבט פרעזידענט טראמפ פערזענליך פאר'ן באזיגן אלע פאראויסשאצונגען, און באווייזן דאס אומגלויבליכע.

זי האט געזאגט אז זי שטיצט די שטעלונג פון פרעזידענט טראמפ אז מען דארף זיך נישט אריינמישן אין אינערליכע אנלעגנהייטן פון לענדער איבער די וועלט, "פעלט זיך אבער אויס צו שטיין פעסט ווען עס ווערט געטון אומרעכט" און דערביי אנגעדייטעט איבער רוסלאנד, זאגנדיג "מיר זוכן א גוטע באציאונג מיט רוסלאנד, אבער עס מוז קומען פון א פאזיציע פון שטארקייט, און מיר דארפן זיין קלאר אז די אינוואזיע אויף קריימיע איז אומלעגאל" א שטעלונג וועלכע פרעזידענט טראמפ האט קיינמאל נישט קלאר געשטעלט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:47 pm

פרעזידענט טראמפ וועט אפהאלטן טעלעפאן געשפרעכן מיט פוטין דעם שבת

פרעזידענט טראמפ איז ערווארטעט צו אפהאלטן א לענגערע געשפרעך מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, און לויט קוועלער אינעם ווייסן הויז וועט דיסקוטירט ווערן די סאנקציעס וועלכע אמעריקע האט ארויפגלייגט אויף רוסלאנד נאכ'ן אינוואדירן קריימיע, סאנקציעס וועלכע זענען געווארן ארויפגעשטעלט אויך דורך אייראפעישע לענדער און האט שטארק פארקריפלט די רוסישע עקאנאמיע.

פרעזידענט טראמפ האט אנגעדייטעט אז ער איז גרייט צו אראפנעמען די סאנקציעס, און האט געזאגט אז דאס קען ווערן אויסגעארבעט אונטער א אפמאך צו פארמינערן די צאל נוקלעארע שפיצן וועלכע רוסלאנד פארמאגט, די אינטערנאציאנאלע געמיינדע איז זייער אומצופרידן איבער דעם, וויבאלד עס טוט געבן א גרינע ליכט פאר רוסלאנד אגרעסיעס קעגן אירע שכנים, און פרעזידענט אבאמא האט אין זיין לעצטן פרעסע קאנפרערענץ עפנטליך אפעלירט צו פרעזידענט טראמפ ער זאל דאס נישט טוהן.

עס איז אויך ערווארטעט אז די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע וועלכע געפונט זיך היינט אויף א באזוך ביים פרעזידענט, אז זי זאל אינטערווענירן ביים פרעזידענט פאר א שטייפערע ליניע קעגן רוסלאנד, און אים ערקלערן די שטארקע געפאר וועלכע רוסלאנד שטעלט פאר די סטאביליטעט פון אייראפע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » פרייטאג יאנואר 27, 2017 12:48 pm

מיאמי וועט ענדיגן איר "סענקטוערי סיטי פאליסי" אין ליכט פון פרעזידענטליכע דעקרעט

דער מיאמי-דעיד קאונטי מעיאר האט געזאגט אז זיין קאונטי וועט ענדיגן די פאליסי פון "סענקטוערי סיטי" און וועט ארעסטירן אומלעגאלע אימיגראנטן, דאס קומט נאכדעם וואס דער פרעזידענט האט אונטערגעשריבן א דעקרעט וועלכע טוט צוריקהאלטן פעדעראלע פאנדן פון לאקאלע מוניציפאליטעטן וועלכע שטעלן זיך נישט צו צו די פעדעראלע רעגולאציעס.

דער מעיאר זאגט אז ביז יעצט האבן זיי נישט פארהאלטן אימיגראנטן צוליב די הויכע קאסט, און די פעדעראלע רעגירונג האט נישט געצאלט די הויכע סכום וואס עס קאסט זיי צו האלטן אין טורמע, עס ווערט געשאצט ביי ארום 52,000$ אין דורכשניט פאר יעדע אימיגראנט, אבער אין ליכט פון א ריזיקע צו פארלירן 355 מיליאן דאלער אין פעדעראלע פאנדינג האט דער מעיאר געפאסט א באשלוס זיך צו צושטעלן צו פעדעראלע רעגולאציעס.

פרעזידענט טראמפ האט אויסגעלויבט דעם מעיאר אויף טוויטער, אבער עס איז אנגעוויזן געווארן אז מיאמי האט נישט פארהאלטן אימיגראנטן בלויז צוליב עקאנאמישע אינטערעסן, אבער ווען עס קומט צו אזעלכע שטעט ווי ניו יארק און לאס אנדשעלעס, דארט איז דא א פאליטישע אפאזיציע צו טראמפ'ס אימיגראציע פאליסיס, און עס בלייבט איבער צו זעהן אויב ניו יארק וועט טאקע פארלירן ארום 700 מיליאן דאלער אין פעדעראלע געלטער אזוי ווי דער עקזעקיוטיווע ארדער פארלאנגט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:45 pm

טראמפ האט אינטער געשריבן א "עקזעקיוטיוו ארדער" וואס פארבאט אויף צייטווייליג מענטשן פון געוויסע לענדער וואס האבן א היסטאריע פון האבן מוסלימענער טעראריסטן אריינצוקומען אין אמעריקא.

איראן שווערט נקמה קעגן פרעזידענט טראמפ׳ס פארבאט אויף אירע בירגער פון קענען רייזן קיין אמעריקע. לויט באריכטן קלערט איראן פון טאן די זעלבע זאך ווי טראמפ, דורכ׳ן נישט ערלויבן קיין שום אמעריקאנער בירגער צו קומען קיין איראן. דאס וועט שטארק שטערן די פילע אמעריקאנער יומען רייטס גרופעס וועלכע ארבעטן ארויסצוהעלפן ארימע און באקריוודעטע אין איראן.

הונדערטער האבן זיך פארזאמלט היינט אין קענעדי לופטפעלד אין ניו יארק צו פראטעסטירן נאכדעם וואס א גרויסע צאל איראקער בירגער און בירגער פון אנדערע מוסולמענער לענדער זענען שוין ארעסטירט געווארן זינט פרייטאג נאכמיטאג ווען טראמפ האט אונטערגעשריבן אן עקזעקיוטיווע ארדער צו פארבאטן אימיגראציע פון 7 לענדער וואו א מאיאריטעט בירגער זענען מוסולמענער.

בילד

די יעלע קעב יוניען אין ניו יארק האט געמאלדן אז זייערע דרייווער טוען אלס פראטעסט מאכן א טאטאלע סטרייק פאר אלע טריפס פונעם קענעדי לופטפעלד, אנקומענדע פאסעדזשירן גיבן איבער אז עס טאקע נישטא קיינע טעקסיס.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 9:48 pm

ברעיקינג! אין א שטארקע קלאפ פאר פרעזידענט טראמפ, האט א פעדעראלער ריכטער ארויפגעלייגט א ״סטעי״ אויף טראמפ׳ס עקזעקיוטיוו ארדער איבער אימיגראציע און דעם ריכטער׳ס אורטייל באדייט אז מענטשן מיט לעגאלע וויזאס וועלן קענען ווייטער אריינקומען אפילו פון די 7 לענדער וואס טראמפ האט פארבאטן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מוצ"ש יאנואר 28, 2017 10:10 pm

די זיבן לענדער וואס טראמפ האט פארבאטן פליטים פון אריינקומען אין אמעריקע זענען

איראק,
סיריע,
איראן,
תימן,
ליביע,
סאמאליע,
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » זונטאג יאנואר 29, 2017 11:04 am

wow טראמפ האט נישט נארמאלע שטארקייט
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

פריערדיגענעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 2 געסט

cron