יעצט איז: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 11:52 pm


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יאנואר 22, 2017 12:23 pm

פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט!

וואשינגטאן – ס'איז א רעאליטעט. דער ניו יארקער ביליאנער, דאנאלד דזשעי טראמפ, איז דער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. טראמפ, וואס די גאנצע פאליטישע וועלט, אלע עקספערטן און די גאנצע מידיא, האבן געזאגט פעלזנפעסט אז ער וועט קיינמאל נישט ווערן דער אמעריקאנער פרעזידענט, איז איינגעשוואוירן געווארן אלס דער 45'סטער פרעזידענט אין לאנד, פרייטאג 12 אזייגער נאכמיטאג, פארנט פון די אויגן פון דער גאנצער וועלט, וועלכע האט זיך צוגעקוקט מיט וואונדער וויאזוי אמעריקע האט איינגעשוואוירן איר סאמע ערשטן פרעזידענט אין היסטאריע אן קיין שום פריערדיגע פאליטישע אדער פובליק ערפארונג, און מיט נייגער וויאזוי דער נייער פרעזידענט טראמפ וועט פירן דאס לאנד.

טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן מיט גרויס פאמפע און אייפער. די צערעמאניע האט זיך אנגעהויבן ווען טראמפ איז געפארן אינאיינעם מיט באראק אבאמא פונעם ווייסן הויז צו דער קעפיטאל געביידע. צווישן די באטייליגטע אויפ'ן פאדיום האבן זיך אנגעזען אלע פריערדיגע פרעזידענטן (אויסער דער ערשטער בוש, וועלכער האט מיטגעהאלטן די איינשווערונג פון שפיטאל בעט, ליידנדיג פון נומאניע), און ארויסגעשטארט האט די קלינטאן פאמיליע און פרוי קלינטאן, פאר וועמען די מינוטן פון טראמפ'ס איינשווערונג האט אויפגעדעקט דעם וואונד פון איר שאקירנדער פארלוסט, און באראק אבאמא, דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט וואס פרעזידענט טראמפ פארשפרעכט בטל צו מאכן זיינע אויפטוען.

נאך די פארשידענע מיליטערישע געזאנגען און הימנעס, איז טראמפ ערשינען אויפ'ן פאדיום צו הילכיגע אפלאדיסמענטן פון די הונדערטער טויזנטער פארזאמלטע, און ער האט געפאכעט מיט די הענט. עס זענען געהערט געווארן עטליכע קורצע רעדעס, אריינגערעכנט פונעם העכסטן דעמאקראטישן פאליטישאן, סענאטאר טשאק שומער, און דערנאך איז ארויפגעקומען דער הויפט סופרים קאורט ריכטער, דזשאן ראבערטס, אפיציעל איינגעשוואוירן דאנאלד דזשעי טראמפ אלס דער 45'סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן, און דאן האט דאס מיליטער ארויסגעשאסן די סימבאלישע 21-קאנאן סאלוט פאר'ן נייעם פרעזידענט.

טראמפ'ס רעדע, געמיש פון אפטימיזם און פאליטיק

נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן, האט טראמפ געגעבן א רעדע, וואו ער האט אנגעהויבן פאזיטיוו, זיך באדאנקט פאר אבאמא פאר'ן טראנזישאן, אבער זיין רעדע איז געווען פיל קורצער ווי די געווענליכע איינשווערונג-רעדעס דורך פרעזידענטן אין די לעצטערע יארן, און באזונדער - זאגן פאליטישע היסטאריקער - איז עס געווען שטארק פאליטיש-גענויגט, אנשטאט זיך צו קאנצענטרירן בלויז אויף סימבאלישקייט און אין צוזאמברענגען דאס פאלק.

טראמפ האט דערקלערט, אז פאר צו לאנג האבן פאליטישאנס געטאן בלויז וואס ס'איז גוט געווען פאר זיי, זיי האבן איגנארירט דאס פאלק, אבער "דאס ענדיגט זיך היינט! דער טאג יאנואר 20 2017 וועט געדענקט ווערן אלס דער טאג וואס די בירגער פון די פאראייניגטע שטאטן זענען געווארן אירע פירער!", ער האט פארשפראכן אוועקצונעמען די רעגירונג פון די פאליטישאנס און עס געבן פאר'ן קאנטראל פונעם פאלק.

ער האט אין זיינע ווערטער צוגעזאגט צו ארבעטן צוריקצוברענגען דזשאבס קיין אמעריקע, און פון היינט און ווייטער וועט עס זיין "אמעריקע ערשט". אמעריקע איז גרייט צו ארבעטן מיט אנדערע לענדער און קאאפערירן מיט אנדערע לענדער, האט טראמפ באטאנט, אבער אלעס וועט זיין מיט אמעריקע'ס אינטערעסן ביים שפיץ. צום ענדיגן די רעדע האט ער גענוצט זיין קאמפיין סלאגאן, "מיר וועלן מאכן אמעריקע שטארק נאכאמאל, רייך נאכאמאל, שטאלץ נאכאמאל, פארזיכערט נאכאמאל, און יא, גרעיט נאכאמאל".

נייע אדמיניסטראציע שטעלט ארויס אגענדע

ווי נאר טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן, איז דאס אפיציעלע ווייסער הויז וועבזייטל אריבער צום קאנטראל פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, וואס האט ארויסגעשטעלט זייער אגענדע פאר די קומענדיגע 4 יאר. עס איז אנגעצייגט געווארן אז די אגענדע איז זייער לופטיג און לעכערליך, באשטייענדיג בלויז פון 2 און אהאלב טויזנט ווערטער, אין קאנטראסט צו די 25 טויזנט ווערטער וואס אבאמא'ס אגענדע האט געהאט ביים אריינקומען. די טראמפ אדמיניסטראציע האט אבער געזאגט אז זיי וועלן צולייגן נאך זאכן אין די קומענדיגע טעג.

צווישן די זאכן אויף דער אגענדע פון דער נייער אדמיניסטראציע זעט מען, אז באקעמפן אייסיס איז דער סאמע הויפט אישו ווען עס קומט צו אויסערן פאליטיק. עס ווערט נישט דערמאנט קיין איין ווארט איבער א דיעל מיט רוסלאנד, און אויך גארנישט איבער צוריקדרייען דעם נוקלעארן אפמאך מיט איראן. איבער האנדל ווערט אויסגערעכנט די הויפט פריאריטעט ארויסצוציען אמעריקע פונעם "טראנס-פאסיפיק" האנדלס אפמאך, וואס איז שטארק אומפאפולער ביי א מערהייט אמעריקאנער בירגער.

טראמפ'ס ערשטע עקזעקוטיווע פארארדענונג

פון ארויסשטעלן אן אגענדע, איז פרעזידענט טראמפ געגאנגען צו פאקטישע שריט, און האט אונטערגעשריבן זיין סאמע ערשטע עקזעקוטיווע פארארדענונג געציילטע שעה נאך דער איינשווערונג, ביי א צערעמאניע אינעם אוועל אפיס. די עקזעקוטיווע פארארדענונג איז געווען א באפעל פאר אלע פעדעראלע אגענטורן, "צו מינימיזירן די עקאנאמישע נעגאטיווע אפעקטן פון אבאמאקעיר", אבער עס איז געווען זייער א ברייטע און אומספעציפישע פארארדענונג, וואס מען גלייבט נישט אז ס'וועט האבן אן אפעקט.

צוויי אנדערע זאכן האט טראמפ אונטערגעשריבן אין ווייסן הויז אינעם ערשטן טאג, איינס צו באשטעטיגן א "וועיווער" צו ערלויבן דעם רעטייערטן גענעראל דזשעימס מעטיס צו דינען אלס פארטיידיגונגס סעקרעטאר – וואס ער האט געדארפט דערצו האבן די ספעציעלע ערלויבעניש, היות נארמאל לאזט נישט דאס געזעץ א גענעראל וואס איז רעטייערט ווייניגער ווי צען יאר אנצונעמען א ציווילן דזשאב אינעם פענטאגאן, און די אנדערע זאך וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן איז געווען, צו דערקלערן א "טאג פון פאטריאטיזם". נישט קלאר ווען דאס וועט זיין.

ווילדע ראיאטן און פראטעסטן ביי דער איינשווערונג

אין דער צייט וואס די אלע צערעמאניעס און אקטיוויטעטן זענען אנגעגאנגען ארום דער איינשווערונג פונעם נייעם פרעזידענט, האבן אנטי-טראמפ פראטעסטירער זיך אראפגעלאזט אויף די גאסן פון וואשינגטאן די-סי און פראטעסטירט, אבער פילע פון די פראטעסטן זענען שנעל ארויס פון קאנטראל און געווארן גאר ווילד, מיט אגרעסיווע שריט צו בלאקירן טראמפ שטיצער פון קענען דורכגיין די זיכערהייט טשעקפוינטס און מיטהאלטן די איינשווערונג, אז פילע האבן צוליב דעם געדארפט איבערקריכן ווענט פון פראטעסטירער צו קענען גיין צו דער איינשווערונג.

עטליכע קליינע גרופעס אנטי-טראמפ פראטעסטירער, געקליידט אין שווארצן, מיט מאסקירטע געזיכטער און מיט פאכעדיגע שווארצע פענדלעך, האבן גאר אנגעהויבן פלינדערן געשעפטן און קארס לענגאויס די הויפט גאסן פון וואשינגטאן די-סי. מיט האמערס אין די הענט האבן זיי אויסגעשאסן פענסטערס פון רעסטוראנטן און לאקאלע געשעפטן, אריינגערעכנט א "באנק אוו אמעריקע" לאקאל. שפעטער האבן עטליכע אונטערגעצונדן עטליכע לימוזינען. פרייטאג ביינאכט זענען שוין אבער די ראיאטן געווען אין קאנטראל, מיט ארום 230 ארעסטירטע.

מער ווי א מיליאן פראטעסטירן קעגן טראמפ

נעכטן שבת, איין טאג נאך דער איינשווערונג, איז פארגעקומען דער פון-פאראויס-ארגאניזירטער "פרויען מארש", וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א צענטראלער מארש און פראטעסט קעגן דעם נייעם פרעזידענט, דאנאלד טראמפ. דער צענטראלער פראטעסט איז פארגעקומען אין וואשינגטאן די-סי, וואו ארום א האלב מיליאן פראטעסטירער האבן זיך פארזאמלט אויפן "נעשאנעל מאלל", ביים זעלבן ארט וואו טראמפ איז איינגעשוואוירן געווארן24 שעה פריער, און לויט געוויסע קעפיטאל פאליציי באאמטע זענען גאר געווען מער מענטשן ביים פראטעסט ווי ביי דער איינשווערונג.

אויסער דעם האלבן מיליאן פארזאמלטע ביים פראטעסט אין וואשינגטאן די-סי, האבן זיך פארזאמלט הונדערטער טויזנטער אין עטליכע גרויסע אמעריקאנער שטעט, אריינגערעכנט ניו יארק סיטי, שיקאגא, באסטאן, דענווער און נאך, וואו אלעס אינאיינעם זענען געווען נאך ארום א האלב מיליאן מענטשן און אלע האבן פארשריגן דעם נייעם פרעזידענט און זיין אדמיניסטראציע. צווישן די הויכראנגיקע אנגעזעענע אנטיילנעמער ביי די פראטעסטן זענען געווען געוועזענער סעקרעטערי אוו סטעיט דזשאן קערי און ליבעראלע סענאטארשע עליזאבעט ווארען.

אבאמא געזעגנט זיך פון וואשינגטאן

מיט טראמפ אלס פרעזידענט, האט זיך באראק אבאמא געזעגנט פון וואשינגטאן. אינעם אינדערפרי בעפאר טראמפ'ס איינשווערונג, זענען פילע מידיא קאמערעס געווען קאנצענטרירט אויפ'ן אוועל אפיס און מיטגעהאלטן אבאמא'ס סאמע לעצטע שריט אינעם אוועל אפיס אלס פרעזידענט. הארט בעפאר'ן ארויסטרעטן פון דארטן, האט מען געזען ווי ער שרייבט א בריוו און לייגט עס אריין אין איינס פון די שופלאדן אינעם פרעזידענטליכן "רעזאלוט" טישל, וואס איז געווארן א טראדיציע אז דער ארויסגייענדיגער פרעזידענט לאזט איבער א בריוו פאר'ן נייעם פרעזידענט.

אבאמא האט דאן ארויסגעשטיגן פונעם אוועל אפיס און איז געגאנגען צו די שטיגן, וואו ער האט אויפגענומען טראמפ און זיין פאמיליע פאר א פריוואטן טיי-פארברענג. נאכ'ן פארן צו דער קעפיטאל געביידע אינאיינעם מיט טראמפ און זיין אנוועזנד פאר דער איינשווערונג, איז אבאמא אפגעפארן צו דער "ענדרוס עירפארס באזע", וואו ער האט צום לעצטן מאל געגעבן א 5-מינוטיגע געזעגענונגס רעדע, וויצלענדיג זיך אז ער האט שוין צופיל אויסגענוצט די "גודביי עפאכע" מיט רעדעס און צערעמאניעס. ער איז דערנאך אפגעפלויגן קיין פאלם ספרינגס פאר א וואקאציע,
ברוך שעקר אבאמא מארצינו..!

טראמפ ביי די סי-איי-עי; שלאגט זיך מיט מידיא

שטייענדיג אין זיין צווייטן טאג אלס פרעזידענט, האט דאנאלד טראמפ אויסגענוצט די צייט אפצושטאטן א באזוך אין די הויפטקווארטירן פון דער סי-איי-עי אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטור. דער באזוך איז באטראכט געווארן מיט אינטערעסע, קומענדיג נאך א קאמפיין סעזאן ווען טראמפ האט זיך נאכאנאנד ארומגעריסן מיט די שפיאנאזש באאמטע, באצייכענענדיג זיי אלס "נאצי דייטשלאנד" און אין אנפירן א קאמפיין קעגן אים דורכ'ן ארויסרינען באריכטן איבער זיינע פארבינדונגען מיט רוסלאנד.

טראמפ האט אנגעשטעלט א דיפלאמאטישן פנים ביי זיין באזוך אין די סי-איי-עי, זאגנדיג אז ער האט דאס סאמע גרעסטע רעספעקט פאר דער סי-איי-עי, און אז ער וועט געבן ענדלאזע שטיצע פאר דער שפיאנאזש אגענטור. טראמפ האט אויך אויסגענוצט זיין רעדע זיך אויפצוטאן וואספארא מאסיווע איינשווערונג צערעמאניע ער האט געהאט, זאגנדיג אז די מידיא באריכטעט פאלש אז ס'זענען געווען ווייניג מענטשן, ווען ער האט געזען מיט זיינע אויגן כאטש 1 מיליאן מענטשן אדער מער. שפעטער האט טראמפ'ס ווייסער הויז ווארטזאגער שאן ספּייסער ענליך אראפגעריסן די מידיא.

אנעקדאטן ארום איינשווערונג פון דאנאלד טראמפ

* ביי דעם ספעציעלן "קאנגרעס לאנטש" נאך דער איינשווערונג, האט טראמפ באעהרט פרוי קלינטאן און זיך באדאנקט פאר איר אנטיילנעמונג, זאגנדיג אז ס'איז אים א גרויס כבוד וואס זי איז געקומען.

* אויסער די אנטי-טראמפ פראטעסטן אין אמעריקע זענען פארגעקומען פראטעסטן אין פראנקרייך, דייטשלאנד, האלאנד, שפאניע, טשעכיי, קאנאדע, ענגלאנד, יאפאן, פיליפינען, אינדיע, שווייץ און נאך.

* טראמפ קומט אריין מיט בלויז 2 קאבינעט מיטגלידער, דזשעימס מעטיס אלס פארטיידיגונגס סעקרעטאר און דזשאן קעלי אלס האומלענד סעקיוריטי סעקרעטאר – וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן פרייטאג.

* די ליבעראלען האבן געמאכט א סענזאציע, אז די ספעציעלע "איינשווערונג טארט" פון טראמפ איז געווען נאכגעמאכט פון אבאמא'ס איינשווערונג טארט, אנצייגנדיג אז טראמפ קען נישט זיין "אריגינעל"...

* די איינציגסטע לאנד וואו עס זענען נישט פארגעקומען קיין אנטי-טראמפ פראטעסטן איז געווען רוסלאנד. דארטן האבן זיך פארזאמלט טראמפ שטיצער און געפייערט דורכ'ן מיטהאלטן דעם איינשווערונג אינאיינעם.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך איבערלעבער » זונטאג יאנואר 22, 2017 6:28 pm

למעשה, האב איך הנאה אז טראמפ איז געבליבן זיך.
כ'האב אלץ געהאט א פחד, טאמער וועט זיך ארויסשטעלן א טאג נאכן נאמינאציע, אז טראמפ הייבט זיך אן צו פירן נארמאל. הייסט עס, ער איז דער זעלבער פאוני פראוד ווי אלע אנדערע.
יעצט, אז טראמפ איז געבליבן טראמפ, קען מען האפן אז ס'וועט טאקע גיין צו א שינוי (און ממילא אויף בעסערס).
ניק אוואטאר
איבערלעבער
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 286
הצטרף: זונטאג פעברואר 08, 2015 8:04 pm
האט שוין געדאנקט: 128 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 69 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » זונטאג יאנואר 22, 2017 11:59 pm

פרעזידענט דאנעלד טראמפ איינגעשוואוירען אלס 45טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן
דאס אומגלויבליכע האט פאסירט, און ארום 900,000 מענטשן האבן זיך פארזאמלט אין וואשינגטאן דעם פרייטאג צו די איינשווערונג פון דאנעלד דשאן טראמפ אלס דער 45טער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
ער קומט אריין אלס דער ערשטער פרעזידענט אין די היסטאריע אן קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין די רעגירונג קארידארן, בלויז פרעזידענט אייזענהויער איז נישט געווען ערוויילט צו קיין פאזיציע פאר’ן ווערן פרעזידענט, און ער איז געווען א גענעראל.
ארום 12 אזייגער איז דער נייער פרעזידענט געווארן איינגעשוואוירען, און דאן געגעבן א קורצע איינשווערונג רעדע, איינע פון די קורצע אין די לעצטע יארהונדערט, אין וועלכע ער האט גענוצט זייער א שארפע טאן קעגן וואשינגנטאן, און באצייכנט זיין פרעזידענטשאפט ווי א איבערגאנג פון די הערשאפט פון א ענגע גרופע אין וואשינגטאן, צו די הערשאפט פונעם אמעריקאנער פאלק.
ביי די איינשווערונג זענען אנוועזנד געווען אלע פריערדיגע פרעזידענט, אויסער דער ערשטער פרעזידענט בוש וועלכע געפונט זיך אין שפיטאל, און פרעזידענט ביל קלינטאן איז געקומען אין באגלייטונג פון זיין ווייב הילערי, וועלכע איז געלאפן קעגן דאנעלד טראמפ. דער פרעזידענט האט ביי די באל נאכ’ן איינשווערונג איר אויסגעלויבט פאר’ן קומען און איר אפלאדירט.
באלד נאך די איינשווערונג האט דער פרעזידענט זיך אריינגעזעצט אין זיין אוועל אפיס, און האט אונטערגעשריבן א רייע עקזעקיוטיווע באפעלן, דארונטער א דעקרעט וועלכע מאכט פריי די וועג פאר גענעראל מעטיס צו ווערן דער פארטיידיגונגס סעקערטאר, וויבאלד לויט די געזעץ קען א גענעראל וואס איז רעטייערט ווייניגער ווי צען יאר נישט אנצונעמען א ציווילן דזשאב אינעם פענטאגאן, און אזוי אויך א דעקרעט איבער די אפשאפונג פון אבאמאקעיר.

פרייע איבערזעצונג פון די פולע איינשווערונגס רעדע פון פרעזידענט טראמפ

פאלגנד איז א פרייע איבערזעצונג פון די גאנצע רעדע פונעם פרעזידענט עלעקט, א רעדע אין וועלכע ער האט ארויסגעלייגט זיין אגענדע און וויזיע אלס פרעזידענט, און פארגעשטעלט זיין "אמעריקע ערשט" פאליסי, און ארויסגעהויבן נאציאנאליזם און פאטריאטיזם, א רעדע וועלכע איז שטארק אפלאדירט געווארן דורך זיינע שטיצער, פארדאמט געווארן דורך זיינע קריטיקירער, און ארויסגערופן זארג איבער די גענצע וועלט.

"הויפט ריכטער ראבערטס, פרעזידענט קארטער, פרעזידענט קלינטאן, פרעזידענט בוש, פרעזידענט אבאמא, מיינע אמעריקאנער ברודער, און מענטשן איבער די וועלט, א דאנק אייך!
מיר, די אמעריקאנער בירגער, זענען יעצט פאראייניגט אין א נאניאנאלע מיסיע צו איבערבויען אונזער לאנד, און צוריקשטעלן איר צוזאג פאר אלע אירע בירגער.
צוזאמען וועלן מיר באשטימען די צוקונפט פון דאס לאנד, און פון די וועלט, פאר די קומענדיגע יארן.
מיר וועלן אויסשטיין שוועריגקייטן, אבער מיר וועלן זיי קאנפראנטירן, און מיר וועלן פארפולקאמען אונזער מיסיע.
יעדע פיר יאר נעמען מיר זיך צוזאם אויף דעם פלאץ, אויף די טרעפ, צו דורכפירן די פרידליכע איבערגאנג פון מאכט, און איך בין זייער דאנקבאר פאר פרעזידענט אבאמא און זיין ווייב ערשטע פרוי מישעל פאר זייער גוטהארציגע הילף, זייער גרייטקייט דורכאויס דעם איבערגאנג איז געווען אויסערגעווענליך!
די היינטיגע צערעמאניע, אבער, טראגט א באזונדערע באדייט, ווייל היינט טוען מיר נישט בלויז פייערן די מאכט-איבערגאנג פון איין אדמיניסטראציע צו אן אנדערע, אדער פון איין פערזאן צו אן אנדערען, נאר מיר טוען היינט אריבערפירן די מאכט וואס ליגט אין די הענט פון די עליטע אין וואשינגטאן די. סי. צו אייערע הענט, צו אייך די אמעריקאנער פאלק.
פאר צו לאנג, האט א קליינע גרופע אין אונזער היימלאנד’ס הויפטשטאט, געשניטן די פירות פון די רעגירונג, אין די זעלבע צייט וואס דאס פאלק האט געטראגן די לאסט. וואשינגטאן האט געבליהט, אבער די מענטשן איבער דאס לאנד האבן נישט געהאט א חלק אין די רייכטום, פאליטיקאנטן האבן זיך רייך געמאכט, אבער ארבעטס פאזיציעס זענען געווארן אויפגעלעזט און פאבריקן האבן זיך געשלאסן.
די מאכט האט זיך פארטיידיגט, אבער האבן נישט געזארגט פאר די מענטשן פון דאס לאנד, זייער זיג איז נישט געווען די זיג פון אמעריקע, און זייערע טריאומפן זענען נישט געווען אייערע טריאומפן.
אין די זעלבע צייט וואס אין די הויפטשטאט האט מען געפייערט און זיך געפרייט, האבן די פאמיליעס דורכאויס דאס לאנד געהאט גאר ווייניג מיט וואס צו פייערן און זיך פרייען.
דאס אלעס טוישט זיך, אנגעהויבן פון דעם מאמענט, און טאקע יעצט, ווייל דער מאמענט איז אייער מאמענט! דער מאמענט איז אייער מאמענט! עס געהערט צו אייך!
עס באלאנגט צו די אלע וואס זענען פארזאמלט דא, און אלע וואס האלטן עס מיט איבער’ן גאנצן לאנד, עס איז אייער טאג, און עס איז אייער ענקער פייערונג, און די לאנד איז ענקער לאנד, די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע!
די ריכטיגע חילוק איז נישט וועלכע פארטיי קאנטראלירט די רעגירונג, נאר אויב די רעגירונג איז קאנטראלירט דורך דעם פאלק אדער דורך א גרופע פון מענטשן. היינט יאנואר דעם 20סטען 2017 וועט געדענקט ווערן אלס די טאג ווען דער אמעריקאנער פאלק האט צוריקבאקומען קאנטראל אויף די רעגירונג, און די מאמענט ווען די מענער און פרויען פון דאס לאנד וועלן מער נישט זיין פארגעסן.
יעדער איינער הערט זיך איין צו אייך היינט!
איר זענט געקומען ביי די צענדליגע מיליאנען און איר זענט געווארן א טייל פון דעם מעכטיגן באוועגונג וואס די וועלט האט נאכנישט געזען אירס גלייכן, אין די צענטערשטיין פון די באוועגונג איז געווען די אידעע אז א רעגירונג דארף צום אלע ערשט דינען די מענטשן פונעם לאנד.
אמעריקאנער ווילן גוטע שולעס פאר זייערע קינדער, זיכערע געגענטער צו ערציען פאמיליעס, און גוטע דשאבס זיך צו שפייזן, דאס זענען גערעכטע פארלאנגען און דאס איז די רעכט פון יעדע געמיינדע.
אבער צופיל פון אונזערע בירגער לעבן אין אן אנדערע רעאליטעט, א רעאליטעט אין וועלכע מאמעס און קינדער זענען פארכאפט אין ארימקייט אין די גרויסע שטעט, פארדשאוועטע פאבריקן ליגן פארלאזט לענגאויס אמעריקע ווי מצבות, א ערציאונג סיסטעם וועלכע שלינגט איין אסטראנאמישע סומעס אבער לאזט איבער אונזער יונגט אן קיין וויסנשאפט, און שטעט זענען אינפעסטירט מיט ווילדע גרופעס און באנדעס וועלכע האבן שוין צוגענומען צופיל לעבנס, און אוועקגעראבעוועט די צוקונפט פון אזויפיל.
דער אמעריקאנער מגיפה ענדיגט זיך, און עס ענדיגט זיך יעצט!
מיר זענען איין פאלק, און זייער ווייטאג איז אונזער ווייטאג, זייערע טרוימען זענען אונזערע טרוימען, זייער ערפאלג איז אונזער ערפאלג. מיר האבן איין הארץ, איין היימלאנד, און איין גלארייכע גורל.
די איינשווערונג וואס וואס איך האב היינט גענומען איז א שבועה פון געטריישאפט פאר אלע אמעריקאנער!
פאר צענדליגע יארן האבן מיר רייך געמאכט אויסלענדישע אינדוסטריעס אויפ’ן חשבון פון די אמעריקאנער בירגער, מיר האבן סובסידירט די ארמייען פון אנדערע לענדער אין די זעלבע צייט וואס אונזער מיליטער ווערט צוברעקלט, מיר האבן באשיצט די גרעניצן פון אנדערע לענדער אבער מיר האבן זיך אנטזאגט צו באשיצן אונזער אייגענע גרעניץ. מיר האבן פארשווענדעט טריליאנען צו העלפן אנדערע לענדער אין די זעלבע צייט וואס אונזער אייגענע אינדוסטריע און פאבריקן ווערן צופאלן און צוברעקלט.
מיר האבן רייך געמאכט אנדערע לענדער אין זי זעלבע צייט וואס די רייכטהום, שטארקייט, און זיכערהייט פון אונזער אייגענע לאנד איז פארשווינדען געווארן פונעם האריזאנט.
איינע נאך די אנדערע האבן זיך פאבריקן אפגעשלאסן און פארלאזט אונזערע ברעגעס, נישט נעמנדיג אין באטראכט די מיליאנען אמעריקאנער וואס בלייבן ארבייטסלאז.
די רייכטהום און פארמעגן פון די אמעריקאנער מיטל קלאס איז געווארן אויסגעריסן, און פארטיילט איבער די גאנצע וועלט.
אבער דאס איז אלעס א פארגאנגענהייט, און אצינד קוקן מיר צו די צוקונפט, און נאר צו די צוקונפט. מיר זענען זיך דא צוזאמענגעקומען צו ארויסגעבן א באשלוס, א באשלוס וועלכע זאל געהערט ווערן אין יעדע שטאט, אין יעדע הויפטשטאט איבער די וועלט, און אין יעדע צענטער פון מאכט.
פון היינט און ווייטער טוט א נייע וויזיע רעגירן אונזער לאנד!
פון דעם מאמענט און ווייטער איז עס אמעריקע ערשט!
יעדע באשלוס איבער האנדל, איבער שטייערן, איבער אימיגראציע, איבער אויסערן פאליטיק, יעדע באשלוס וועט געמאכט ווערן פאר די אינטערעס פון אמעריקאנער פאמיליעס, פון דעם אמעריקאנער ארבייטער. מיר וועלן באשיצן אונזערע גרעניצן פון די שאדנס וואס אנדערע לענדער מאכן אונז, דורך פארפלייצן אונזערע גרעניצן מיט פראדוקטן וועלכע ווערן פראדוצירט אויף די קאסטן פון מיליאנען ארבייטסלאזע אמעריקאנער. זיי באגנב’נען אונזערע פאבריקן, און רואינירן אונזער אינדוסטרי. גרעניץ באשיצונג וועט פירן צו שטארקייט און רייכקייט.
איך וועל קעמפן פאר אייך מיט יעדן אטעם, און איך וועל אייך קיינמאל, קיינמאל נישט אנטוישן.
אמעריקע וועט אנהייבן געווינען, און געווינען ווי קיינמאל בעפאר.
מיר וועלן צוריקברענגען אונזערע ארבייטספלעצער, אונזערע גרעניצן, און צוריקבאקומען אונזער רייכטהום און אונזערע טרוימען.
מיר וועלן איבערבויען אונזערע שאסייען, אונזערע בריקן, עירפארטס, טונעלן, און מיר וועלן בויען באן שינעס דורכאויס דעם וואונדערבארע לאנד.
מיר וועלן אראפנעמען אונזערע בירגער פון פראגראמען, און זיי צורקשטעלן צו די ארבעט, און צורקבויען אונזער לאנד מיר אמעריקאנער הענט, און אמעריקאנער ארבייט.
מיר וועלן נאכפאלגן צוויי איינפאכע פרינציפן, קויפט אמעריקאנער פראדוקטן, און נעמט אויף אמעריקאנער ארבייטער.
מיר וועלן זוכן פריינטשאפט און גוטע ווילן פון לענדער איבער די וועלט, אבער מיר טוען עס מיט די פארשטאנד אז עס איז די רעכט פון יעדע לאנד צו לייגן זייער אייגענע נאציאנאלע איטערעס ערשט.
מיר זוכן נישט צו ארויפצווינגן אונזער לעבנסשטייגער אויף קיינעם, נאר ענדערש עס לאזן שיינען אלס א פראכטפולע ביישפילע פאר אנדערע צו נאכפאלגן.
מיר וועלן פארשטערקערן אלטע בונדן, און שאפן פרישע. און פאראייניגן די ציוויליזירטע וועלט קעגן ראדיקאלע איסלאמישע טעראר, און מיר וועלן עס גענצליך אויסרייסן און אויסווארצלן.
די גרונדשטיין פון אונזער פאליטיק וועט זיין א אויסשליסליכע געטריישאפט צו די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, און דורך אונזער געטריישאפט פאר אונזער אייגן לאנד וועלן מיר אנדעקן א געטריישאפט צו אונזערע פריינט.
ווען מען עפנט דאס הארץ צו פאטריאטזים איז נישטא קיין פלאץ פאר דיסקרימינאציע, ווי דער פסוק זאגט אונז “הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד”
מיר מוזן זאגן אפן וואס ליגט אונז אויפ’ן הארץ, מיר מעגן דעבאטירן אונזער מיינונגס פארשידנהייט, אבער איבער אלעם מוזן מיר אנהאלטן ברודערשאפט און סאלידאריטעט.
ווען אמעריקע איז פאראייניגט קען גארנישט אין די וועלט אונז אפשטעלן!
מיר דארפן נישט מורא האבן, מיר זענען באשיצט און מיר וועלן אייביג זיין באשיצט!
מיר זענען באשיצט דורך די קוראזשפולע מענער און פרויען אין אונזער מיליטער און פאליציי אגענטורן, און, נאך מער, מיר זענען באשיצט דורך גא-ט.
און דאס וויכטיגסטע, מיר מוזן טראכטן און טרוימען פאר נאך מער.
אין אמעריקע טוען מיר פארשטיין אז א פאלק קען נאר בליען ווילאנג זי דארשט פאר נאך מער.
מיר וועלן מער נישט אקצעפטירן פאליטיקאנטן וועלכע קענען בלויז רעדן אבער נעמען נישט קיין שריט, מיר קענען מער נישט אננעמען די וואס טוען בלויז זיך אפרעדן אבער טוען גארנישט צו פאררעכטן די פראבלעמען.
די צייט פון הוילע גערעדעכץ איז אריבער, יעצט איז א צייט פון שריט.
לאזט אייך נישט פארפירן פון די וואס זאגן אייך אז מיר קענען דאס נישט אויספירן, קיין שום פראבלעם איז נישט גרעסער ווי דאס הארץ, און קאמפס-גייסט פון דער אמעריקאנער פאלק.
מיר וועלן נישט דורכפאלן אין אונזער מיסיע, און אונזער לאנד וועט געניסן נאכאמאל בליהען.
מיר שטייען ביי די געבורט פון א נייע מילעניע (יאר-טויזנט), גרייט צו לעזן די מיסטעריע פון די העכערע ספערן, צו באפרייען די וועלט פון קראנקהייט, און צו פלאנצן די ערפינדונגן, ענערגיע, און טעכנאלאגיע פון די צוקונפט.
א באנייעטע נאציאנאלע שטאלץ וועט אנפולן אונזער גייסט, הייבן אונזער וויזיע, און היילן אונזער צוטיילונג.
עס איז צייט צו געדענקן א איינפאכע אמת וואס אונזערע סאלדאטן האבן קיינמאל נישט פארגעסן, אז נישט קיין חילוק אויב דו ביזט שווארץ, ברוין, אדער ווייס. אין אונז אלע פליסט די זעלבע רויטע בלוט, בלוט פון פאטריאטיזם, מיר געניסן אלע פון די זעלבע גלארייכע פרייהייטן, און מיר אלע סאלוטירן דעם זעלבן אמעריקאנער פאן.
נישט קיין חילוק אויב א קינד ווערט געבוירן אין א פארשטאט אין דעטרויט, אדער אין די פעלדער פון נעבראסקע, קוקן זיי ארויף אויף דעם זעלבן הימל ביינאכט, און זייערע הערצער טרוימען די זעלבע חלומות, און זיי לעבן מיט די זעלבע אטעם וואס זיי באקומען פונעם גרויסן באשעפער.
דעריבער זאג איך צו אלע אמעריקאנער, אין יעדע שטאט, ווייט און נאנט, קליין און גרויס, פון בארג צו בארג, און פון ים צו ים, הערט מיך גוט אויס: איר וועט מער נישט איגנארירט ווערן!
אייער שטימע איז געהערט געווארן, און אייער האפענונגן און טרוימען איז דאס וואס וועט אנטשיידן די צוקונפט. אייער גוטסקייט, קוראזש, און ליבשאפט איז דאס וואס וועט אונז פירן אויף דעם לאנגן וועג.
צוזאמען, וועלן מיר מאכן אמעריקע נאכאמאל גרויס!
מיר וועלן מאכן אמעריקע נאכאמאל רייך!
מיר וועלן מאכן אמעריקע נאכאמאל שטאלץ!
מיר וועלן מאכן אמעריקע נאכאמאל זיכער!
און יא, מיר וועלן מאכט אמעריקע מאכטפול (גרעיט) נאכאמאל!
א דאנק אייך! זאל גא-ט אייך בענטשן, און זאל גא-ט בענטשן די פאראייניגטע שטאטן!"



ערשטע ווייסע הויז פרעסע קאנפערענץ געצילט צו אטאקירן די מידיע מיט פאלשע אטאקעס
אויב האט מען געמיינט, אדער געהאפט, אז פרעזידענט טראמפ וועט זיין אנדערש ווי דער קאנדידאט דאנעלד טראמפ, איז געקומען די ערשטע פרעסע קאנעפערענץ און געצייגט, אז עס בלייבט ביים אלטן, פרעזידענט טראמפ איז נאך אלס אבסעסיוו פארנומען מיט וויאזוי ער ווערט געדעקט אין די מידיע, און פירט קליינליכע חשבונות מיט די פרעסע.
דאס ערשטע מאל וואס דער פרישער ווייסע הויז פרעסע סעקערטאר איז ארויסגעקומען געבן א פרעסע בריפינג, האט ער אויסגענוצט דעם פאדיום צו אטאקירן די אנוועזנדע דשורנאליסטן, אויף - נישט מער און נישט ווייניגער - פאר’ן שרייבן אז ביי די איינשווערונג פון פרעזידנעט אבמא איז געווען א גרעסערע עולם, און זיי באשולדיגט אין ליגנט זאגן, ווען אין פאקט איז לויט יעדע באשטעטיגטע קוואל געווען ארום האלב פון די מאסן ביי די יעצטיגע איינשווערונג קעגן די מאסן וועלכע זענען געווען ביי די איינשווערונגען פון פרעזידעט אבאמא.
די פאליציי אין וואשינגטאן האט געשאצט די יעצטיגע איינשווערונג ביי ארום 900,000 מענטשן, און די מאסן ביי די איינשווערונג פון פרעזידענט אבאמא ביי ארום 1.8 מיליאן מענטשן. אבער די פאקט האט נישט געשטערט דעם נייעם פרעסע סעקערטאר פון דערקלערן “עס איז געווען די גרעסטע איינשווערונג אין אמעריקאנער היסטאריע, פינטל!
ער האט געזאגט אז די בילדער זענען פארפירעריש וויבאלד ביי די יעצטיגע איינשווערונג איז די ערד געווען באשיצט מיט א ווייסע מאטריאל, און ביי די אבאמא איינשווערונג איז געווען גרינע גראז, וואס האט געמאכט די בילדער אויסקוקן בעסער, א טרוקענע ליגנט, ביי די צווייטע איינשווערונג פון פרעזידענט אבאמא איז שוין געווען די זעלבע ערד באשיצונג.
פרעזידענט טראמפ האט אויך געמאכט ענליכע באשולדיגונגען א טאג נאכ’ן איינשווערונג ביי א אויפטריט פאר די סי-איי-עי, ער האט באשולדיגט די מידיע פאר’ן ארויסלייגן בילדער ווי מען זעהט ווייניג מענטשן.

מיליאנען פראטעסטירער מארשירן איבער גאנץ אמעריקע א טאג נאכ’ן איינשווערונג
איבער א מיליאן מענטשן האבן מארשירט אין פארשידענע שטעט איבער אמעריקע צו פראטעסטירן די פרעזידענטשאפט פון דאנעלד טראמפ, און עטליכע הונדערט טויזנט האבן מארשירט אין וואשינגטאן די. סי. א טאג נאך די איינשווערונג. עס איז נישטא קיין אפיציעל ציפער פון די באטייליגטע אין וואשינגטאן אבער מען גלייבט אז עס געווען בערך די זעלבע צאל מענטשן ווי ביי די איינשווערונג, און לויט די ארגאניזירער איז עס געווען גרעסער. און זיי באצייכענען עס אלס די גרעסטע פראטעסט אין אמעריקאנער היסטאריע.
די פראטעסטן האבן געצויגן פיל גרעסערע מאסן ווי געראכטן, און בלויז אין באסטאן צום ביישפיל האבן די ארגאניזירער אנגעגרייט פאר ארום 25,000 אבער אין פאקט זענען אנגעקומען איבער 125,000 לויט די אפיציעלע שאצונג, אזוי אויך האבן איבער הונדערט טויזנט מארשירט אין ניו יארק, און צענדליגע טוינזטער איבער אלע שטעט אין אמעריקע.
אויך אין אויסלאנד זענען פארגעקומען “סאלידאריטעט מארשן” אריינגערעכנט אין קאנאדע, דייטשלאנד, ענגלאנד און מדינת ישראל.
פרעזידענט טראמפ האט זיך אויסגעדריקט אויף טוויטער אז “עס איז נארוואס געווען וואלן, פארוואס האבן זיי נישט געשטימט? און פארוואס רעספעקטירן זיי נישט די אויסגאנג פון די וואלן” אבער קריטיקירער ווייזן אן אז טראמפ זעלבסט האט אין 2012 נאכדעם וואס אבאמא האט געווינען ווידערערוויילונג גערופן פאר פראטעסטן אין וואשינגטאן.

בריטישע פרעמיערין וועט זיין ערטשע אויסלענדישע פירער אויף א אפיציעלע וויזיט ביי פרעזידענט טראמפ
די בריטישע פרעמיערין טערעזע מעי איז די ערשטע אויסלענדישע פירער צו אפשטאטן א אפיציעלע וויזיט אין וואשינגטאן, זי וועט אנקומען קיין וואשינגטאן דעם פרייטאג. זי האט געזאגט פאר די בריטישע מידיע אז זי גרייט זיך צו איבערשמועסן מיט’ן פרעזידענט די צוקונפט פון האנדלס אפמאכן צווישן די צוויי לענדער, און אזוי אויך רעדן צו אים איבער די וויכטיגקייט פון די נאט”א אליאנץ, א מיליטערישע קערפערשאפט וועלכע טראמפ האט אוועקגעמאכט עטליכע מאל, און האט אויך אנגעדייטעט אין זיין איינשווערונגס רעדע אז עס איז נישט אין אמעריקעס אינטערעסע צו טראגן די לאסט פון באשיצן אייראפעישע לענדער.
די בריטישע אמבאסאדע אין וואשינגטאן האט צוגלייגט אז מעי גרייט זיך אויך צו איבערשמועסן מיט’ן פרעזידענט די געפאר וועלכע רוסלאנד שטעלט פאר אייראפע און פאר די גאנצע וועלט מיט איר מיליטערישע אגרעסיע.
אבער לויט די בריטישע אויסערן מיניסטעריום איז די העכסטע פריאריטעט אויף די אגענדע צו פארשטערקערן די האנדלס קאאפעראציע צווישן די צוויי לענדער, א זאך וועלכע איז ספעציעל וויכטיג פאר בריטאניע אין ליכט פון די “ברעקזיט” פראצעדור, און די פאקט אז זי רייסט זיך אפ פונעם אייראפעישן האנדלס בלאק, און דארף יעצט פארמירן אייגענע עקאנאמישע באציאונגען מיט לענדער איבער די וועלט.
עס איז אנגעוויזן געווארן אז די פרעמיערין האט עטליכע מאל קריטיקירט טראמפ דורכאויס דעם קאמפיין, אבער זינט זיין געווינס האבן זיי אנגעווארימט די באציאונגען און האבן שוין עטליכע מאל גערעדט אויפ’ן טעלעפאן.

טראמפ אדמיניסטראציע גרייט זיך צו אריבערפירן אמבאסאדע קיין ירושלים
קוועלער אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע האבן באשטעטיגט פאר די מידיע אז עס איז ערווארטעט אזוי שנעל ווי מארגן א אפיציעלע מעלדונג פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער דאס אריבערפירן די אמעריקאנער אמבאסאדע פון תל אביב קיין ירושלים, א שריט וועלכע ער האט צוגעזאגט צו טוהן דורכאויס דעם קאמפיין, און איז ערווארטעט צו אנשטרעגן די באציאונגען צווישן אמעריקע און די אראבישע לענדער, און אנהייצן די געמיטער אינערהאלב מדינת ישראל.
פרעזידענט טראמפ האט היינט אפגעהאלטן א טעלעפאנישע געשפרעך מיט פרעמיער מיניסטער נתניהו, און לויט די אפיציעלע סטעיטמענט האבן זיי דיסקוטירט דעם קאנפליקט צווישן מדינת ישראל און די פאלעסטינער, דער איראנער נוקלעארער אפמאך, און די סיטואציע אין סיריע.
אין די זעלבע צייט האט די מדינת ישראל קאבינעט היינט געגעבן א גרינע ליכט פאר פרישע האוזינג פראיעקטן אין די אקופירטע געביטן אין מזרח ירושלים, און באשטעטיגט א פראיעקט פון 566 הייזער, וועלכע איז געווען איינגעפרוירן אין די לעצטע יארן צוליב דרוק פון די אבאמא אדמיניסטראציע, און אזוי אויך קומען פאר געשפרעכן איבער גענצליך אנעקסירן די אקופירטע געביטן, אין ליכט פון די גרינע ליכט וואס זיי האבן פון די טראמפ אדמיניסטראציע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » מאנטאג יאנואר 23, 2017 11:20 am

מר יאהאן איך מיז דיר זאגן די האסט א העליכע שריפט!!
keep it up
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יאנואר 23, 2017 12:43 pm

שעפעלע, טו בי אנעסט, דאס איז א קאפי-פעיסט (ק/פ בלע"ז) פון "פיינע נייעס" טעגליכע אימעיל און "דער איד" טעגליכע אימעיל, נישט מיין קרעדיט...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יאנואר 23, 2017 1:08 pm

וועלט רעאגירט צום רעאליטעט פון פרעזידענט דאנאלד טראמפ

מאסקווע – אין די טעג הערט מען פארשידענע רעאקציעס פון איבער דער גארער וועלט צו דעם רעאליטעט, אז אין אמעריקע איז דא א נייער פרעזידענט, דאנאלד טראמפ, און א מערהייט פון די רעאקציעס זענען זארג און אנגעצויגנקייט, אומזיכערקייט און פארזיכטיגקייט. אין ענגלאנד האט פרעמיער מיניסטארשע טעריסא מעי געזאגט, אז זי וועט זיך טרעפן מיט טראמפ'ן די וואך פרייטאג און זי וועט אים דערביי קלאר זאגן, ער זאל זיך נישט נארן, נאר פארשטיין די וויכטיגקייט וואס די מערב וועלט'ס נאטא מיליטערישע אליאנץ טראגט פאר דער רואיגקייט פון די אייראפעאישע לענדער.

אויך האט מען געהערט פון רוסלאנד סקעפטישע רייד. די רוסישע רעגירונג האט אין אן אפיציעלן סטעיטמענט גראטולירט טראמפ'ן פאר זיין איינשווערונג, אבער פונעם רוסישן פרעמיער מיניסטער, דעמיטרי מעדוועדעוו, האט מען געהערט א ווארענונג, אז רוסישע בירגער זאלן זיך נישט איינרעדן אז די עקאנאמישע סאנקציעס וואס אמעריקע האט ארויפגעשטעלט אויף זיי וועלן אראפגענומען ווערן גאר שנעל אונטער טראמפ, נאר ס'וועט נאך דויערן זייער א לאנגע צייט. בכלל האלטן אנאליסטן אז רוסלאנד איז אנטוישט איבער טראמפ'ס ערשטע 3 טעג אין ווייסן הויז, ווייל ער האט נאך נישט גענומען קיין שום שריט זיי צו אדרעסירן.

ווייסע הויז "אלטערנאטיווע פאקטן" איבער איינשווערונג

וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן ווייטער אנגעהאלטן זייער קאמף מיט דער מידיא, איבער די באריכטן אז ס'זענען געווען גאר ווייניג מענטשן אנוועזנד ביי טראמפ'ס איינשווערונג. דער ווייסער הויז שטאב הויפט, רעינס פּריבוס, האט געזאגט אז די טראמפ אדמיניסטראציע וועט יעדן איינציגן טאג זיך שלאגן מיט די מידיא "מיט ציין און נעגל," צו פארזיכערן אז די מידיא באריכטעט אקוראט איבער דער אדמיניסטראציע. איבער דעם וואס דער ווייסער הויז ווארטזאגער, שאן ספּייסער, האט שבת פאלש געזאגט אז טראמפ'ס איינשווערונג איז מיטגעהאלטן געווארן דורך די מערסטע מענטשן אין היסטאריע, האט טראמפ'ס נאענטע ראטגעבערין, קעליען קאנוועי, געזאגט אז "ספייסער האט פשוט צוגעשטעלט אלטערנאטיווע פאקטן" איבער דער איינשווערונג. קאנוועי איז שטארק אראפגעריסן געווארן, ווייל מען האט אנגעצייגט אז "אלטערנאטיווע פאקטן" איז פשוט אן אנדערער אויסדרוק פאר "ליגנט". בלייבן בלייבט אז לויט די בילדער און אפיציעלע פאליציי שאצונגען זענען געווען ארום 200 טויזנט ביי טראמפ'ס איינשווערונג, א פיצינקע פראצענט פון די 1.8 מיליאן ביי אבאמא'ס ערשטע איינשווערונג, און ווייניגער ווי די 500 טויזנט ביי די שבת'דיגע אנטי-טראמפ פראטעסטן.

טראמפ וועט נישט ארויסגעבן טעקס ריטוירנס
וואשינגטאן – אקטיוויסטן האבן ארגאניזירט די סאמע ערשטע פעטיציע אויפ'ן ווייסן הויז וועבזייטל אונטער פרעזידענט טראמפ, רופנדיג די טראמפ אדמיניסטראציע ארויסצוגעבן זיינע טעקס ריטוירנס, וואס ער האט זיך אין לויף פונעם קאמפיין אנטזאגט ארויסצוגעבן. שרייבנדיג די שורות זונטאג נאכמיטאג האט שוין די פעטיציע געהאט העכער 200 טויזנט אונטערשריפטן, און דאס ווייסע הויז האט באלד רעאגירט קאטעגאריש, אז טראמפ וועט נישט ארויסגעבן זיינע טעקס ריטוירנס און מען זאל פארגעסן דערפון. די וויקיליעקס ארגאניזאציע, וועלכע האט אומדירעקט געהאלפן טראמפ געווינען דורכ'ן ארויסגעבן פארשעמנדע אימעילס ארום דעם קלינטאן קאמפיין אין לויף פונעם קאמפיין סעזאן, האט גאר נעגאטיוו רעאגירט צו דער טראמפ אדמיניסטראציע'ס דעקלעראציע, זאגנדיג אז דאס צוריקהאלטן די טעקס ריטוירנס איז ערגער ווי דאס וואס פרוי קלינטאן האט געטאן, און וויקיליעקס האט ארויסגעגעבן אן אפיעל, אז ווער ס'באווייזן צו לייגן א האנט אויף טראמפ'ס שטייער דאקומענטן זאל עס זיי איבערגעבן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מאנטאג יאנואר 23, 2017 8:42 pm

נייעס אין קורצן
נעכטן ביי די איינשווערונג פון די ווייסע הויז שטאב מיטגלידער האט פרעזידענט טראמפ געפלאטערט מיט א בריוו וועלכע פרעזידענט אבאמא האט אים איבערגעלאזט אויפ'ן טיש פונעם אוועל אפיס, ער האט געזאגט אז די בריוו איז אים זייער חשוב, און אז ער וועט עס האלטן טייער, און אזוי אויך אז ער וועט נישט מיטטיילן די אינהאלט מיט די פרעסע.
-
טשעלסי קלינטאן, די טאכטער פון פרעזידענט ביל און הילערי קלינטאן איז ארויסגעקומען מיט א שארפע פארדאמונג אויף דעם וואס פילע אנטי-טראמפ אקטיוויסטן טרייבן שפאס פון בעראן טראמפ, דער 10 יעריגער זון פון פרעזידענט טראמפ, נאכדעם וואס ער איז געווען דורכאויס די צערעמאניעס אין די אויג פונעם קאמערע האבן פילע אויף סאציאלע מידיע געטריבן שפאס פון אים, מיסיס קלינטאן האט געזאגט אז זי געדענקט ווען זי איז געווען א קינד אינעם ווייסן הויז, און אזעלכע קאמענטארן זענען רשעות'דיג און האט נישט קיין פלאץ אין די פאליטשיע דעבאטע.
-
דער פרעסע סעקערטאר שאן ספייסער האט געזאגט אז דער פרעזידענט גרייט זיך אין די קומענדיגע וואכן צו נאמינירן א פרישע סופרים קאורט ריכטער צו ערזעצן דעם פלאץ פונעם קאנסערווארטיווער ריכטער סקאליע, ער זאגט אז דער פרעזידענט האלט ביים באשליסן צווישן עטליכע קאנדידאטן, און ווי נאר ער וועט האבן א באשלוס וועט ער עס צושיקן צום סענאט פאר באשטעטיגונג.
-
די סי-איי-עי קוקט אריין אין עטליכע געשפרעכן וועלכע מייקל פלין האט געהאט מיט אויטאריטעטן אין רוסלאנד דורכאויס דעם קאמפיין, פלין וועלכער איז נאמינירט צו זיין א נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער פאר'ן פרעזידענט זאגט אז ער האט בלויז איבערגערעדט צו הערן פון די רוסן איבער זייער פרעספעקטיוו צו קענען אויסארבעטן פאליסי פאר די אריינקומענדע אדמיניסטראציע.
-
א דעמאקראטישע וואטשדאג גרופע האט היינט אריינגעגעבן א לאוסוט אין געריכט קעגן פרעזידענט טראמפ, אז זיינע קעגנזייטיגע ביזנעס אינטערעסן זענען אין קעגנזאץ צו די קאנסטיטוציע. די קלאגע טוט זיך קאנצעטרירן אויף די טראמפ האטעל אין וואשינגטאן, און לויט די אנקלאגע איז פארבאטן לויט די קאנסטיטוציע פאר'ן פרעזידענט צו פארדינען געלט פון אויסלענדישע דיפלאמאטן וועלכע שטייען אין אינעם האטעל. די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן אין א פעדעראלע געריכט אין ניו יארק.
-
ווי עס זעהט אויס איז א ברודער קריג פארמיטן געווארן אין די קושנער משפחה, נאכדעם וואס יהושע קושנער, דער ברודער פון דשערעד קושנער, דער איידעם און ראטגעבער פונעם פרעזידענט, איז פאטאגראפירט געווארן אנטייל נעמען אין די פראטעסטן קעגן פרעזידענט טראמפ. אבער היינט האט ער פארענפטליכעט א בילד ווי ער באזוכט זיין ברודער אין ווייסן הויז, און געזאגט אז ער איז געווען ביי די פראטעסט בלויז אלס ביישויער.

פרעזידענט טראמפ זאגט צו מאסיווע שטייער שניטן און רעגולאציע שניטן
היינט איז די אפיציעלע ערשטע "ארבעטס טאג" פאר פרעזידענט טראמפ אין ווייסן הויז, און ער האט אנגעהויבן דעם טאג מיט א זיצונג אין ווייסן הויז, אין וועלכע עס זענען אנוועזנד געווען פארשטייער פון פארשידענע גרויסע פירמעס און אינדוסטריעס איבער אמעריקע, און האט זיי געבעטן צו אפשטעלן דאס אריבערשיקן פראדוקציע צו אנדערע לענדער.

טראמפ האט גענוצט די "מייער און שטעקן" סטראטעגיע און האט זיי צוגעזאגט מאסיווע שטייער שניטן, און אזוי אויך צו עלימינירן ארום 75% פון אלע פעדעראלע רעגולאציעס, אבער אין די זעלבע צייט ארויפלייגן א הויכע שטייער אויף פראדוקטן וועלכע ווערן פראדוצירט דורך אמעריקאנער פירמעס אין אויסלאנד.

ביי די זיצונג זענען אנוועזנד געווען די פירער פון א רייע גרויסע פירמעס, אריינגערעכנט פארד, יו.עס. סטיל. דעל קאמפיוטערס, לאקהיד מארטין, די.או.דאבעליו. כעמיקאלן. אנדער ארמאור, און טעסלא. טראמפ האט געזאגט אז ער וויל טוישן "פרייע האנדל" צו "יושר'דיגע האנדל" און מאכן זיכער אז אמעריקע איז נישט אלעמאל די זייט וואס איז מוותר ווען עס קומט צו אינטערנאציאנאלע האנדלס אפמאכן.

פרעזידענט טראמפ אנולירט מאסיווע טי-פי-פי האנדלס אפמאך
טראמפ האט היינט אונטערגעשריבן א עקזעקיוטיווע דעקרעט אין וועלכע ער האט פארפולט א קאמפיין צוזאג צו אנולירן די "טראנס פאסיפיק פארטנערשיפ" באקאנט אלס טי-פי-פי. א האנדלס אפמאך וועלכע האט געזאלט זיין די גרעסטע וואס אמעריקע האט נאר אמאל אונטערגעשריבן, און האט גענאסן פון ברייטע שטיצע אין ביידע פארטייען, אבער טראמפ האט דורכאויס זיין קאמפיין צוגעזאגט עס צו אנולירן וויבאלד לויט אים טוט עס בענעפעטירן די אנדערע לענדער אויפ'ן חשבון פון אמעריקע און וועט קאסטן אמעריקאנער דשאבס.

די אפמאך נעמט אריין 11 לענדער, אויסטראליע, קאנאדע, יאפאן, טשילע, מאלאזיע, וויעטנאם, ברונאי, סינגאפור, פערו, מעקסיקא, ניו זילאנד. וואס צואזאמען מאכן זיי אויס ארום 40% פון די וועלטס עקאנאמיע, אין ארום א דריטל פון די וועלטס האנדל. די "פרייע האנדלס אפמאך" האט געזאלט נידערן אדער עלימינירן פולע אומוויכטיגע שטייערן. עס איז א גאר קאמפליצירטע האנדלס אפמאך וועלכע האט גענומען טויזנטער עקספערטן און שעה'ן צו אנטוויקלן.

דער פרעזידענט האט היינט מיט דעם עקזעקיוטיווע דעקרעט אנולירט דעם אפמאך, און איז געגאנגען דערמיט קעגן די רעפובליקאנער וועלכע האבן שטארק געשטופט דעם אפמאך, דער פרעזידענט האט געזאגט אז ער זוכט צו אנטוויקלן א נייע אפמאך וועלכע זאל געבן די אויבערהאנט פאר אמעריקע.

ווייסע הויז פרעסע סעקערטאר: מיר זוכן נישט צו זאגן ליגענט

נאכדעם וואס ער האט געהאט א מאדנע אנהייב אין זיין נייע פאזיציע אלס פרעסע סעקערטאר ווען ער האט ביי זיין ערשטע ערשיינונג אלס פרעסע סעקערטאר אויסגענוצט דעם פאדיום צו געבן א שארפע אטאקע קעגן די מידיע, האט ער היינט ביי זיין פרעסע קאנפערענץ געזוכט צו פאררעכטן דעם איינדרוק, און האט געגעבן א לאנגע פרעסע קאנפערענץ און אדרעסירט א רייע פראגן.

ער האט טיילווייז זיך פארענטפערט אויף זיין סטעיטמענט אין וועלכע ער האט געזאגט אז עס איז געווען ביי די איינשווערונג גרעסערע מאסן ווי ביי די איינשווערונג פון פרעזידענט אבאמא, זאגנדיג אז ער האט זיך פארלאזט אויף די ציפערן פון א פריוואטע פירמע, און צוגעלייגט "לאמיר מאכן קלאר, איך וועל קיינמאל זוכן אייך צו פארפירן אדער זאגן ליגנט"

אויף די פראגע ווי עס שטייט די פראצעדור פון אריבערפירן די מדינת ישראל אמבאסאדע קיין ירושלים האט ער געענטפערט אז די פראצעדור האלט נאך אין די ערשטע שטאפלן פון סטראטעגישע פלאנירונג, און מען באטראכט נאך די פארשידענע מעגליכקייטן.

ער האט געענטפערט פראגן איבער די עקזעקיוטיווע דעקרעטן וועלכע דער פרעזידענט האט היינט אונטערגעשריבן, איינס צו זיך ארויסציען פון די טי-פי-פי האנדלס אפמאך, און דאס צווייטע א דעקרעט וועלכע פארבאט אמעריקאנער הילף פאר אויסלענדישע ארגאניזאציעס וועלכע פירן דורך פראצעדורן צו ענדיגן דאס לעבן פון אומגעבוירענע קינדער, און נאך איינס וועלכע לייגט ארויף א "פריז" אויף די געהעלטער פון אלע פעדעראלע ארבייטער. ער האט אויך געזאגט אז דער פרעזידענט איז ערווארטעט צו אונטערשרייבן נאך עטליכע עקזעקיוטיווע דעקרעטן דורכאויס די וואך.

סענאט רעפובליקאנער שטעלן פאר אבאמקעיר ערזאץ
סענאטאר ביל קאסידי פון לואיזיאנע, און סענאטאר סוזען קאלינס פון מעין האבן געמאלדן אז זיי האבן גרייט א העלט קעיר פלאן וועלכע וועט ערזעצן אבאמאקעיר, און לויט זיי וועט עס געבן מער מאכט פאר די שטאטן, און געבן צוגענגליכע העלט קעיר פאר נאך מיליאנען אמעריקאנער וועלכע האבן נאכנישט קיין אינשורענס. און די צענטערפונקט פון די געזעץ איז אז אויב א געוויסע שטאט וויל האלטן אבאמאקעיר קען זי עס האלטן און די פעדעראלע רעגירונג וועט זיך נישט אריינמישן.

די זעלבע ביל איז שוין פארגעשלאגן געווארן דורך די זעלבע צוויי סענאטארן אין 2015, און א ענליכע ביל ליגט אין קאנגרעס, אבער עס איז נישט קלאר אויב די ביל וועט געניסן פון די שטיצע פון די רעפובליקאנער פירערשאפט. קאלינס האט אין די פארגאנגענהייט געקעמפט צו לאזן טיילן פון אבאמאקעיר אין פלאץ, און די ביל טוט האלטן געוויסע חלקים פונעם געזעץ, עס בלייבט איבער צו זעהן וויאזוי די רעפאבליקאנער פירער אין קאנגרעס און אין סענאט וועלן רעאגירן צו דעם פארשלאג.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג יאנואר 24, 2017 12:07 pm

טראמפ איז נעכטן געזיצן מיט ב״ב פין ריזיגע קאמפעניס
ביסט נישט ערלויבט צו זעהן די בייגעלייגטע פייל פון דעם הודעה.
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יאנואר 24, 2017 1:21 pm

טראמפ אדמיניסטראציע האט איר ערשטן פולן טאג אין ווייסן הויז

וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע האט נעכטן פרובירט צו פאררעכטן איר מהלך, נאכ'ן ליידן 2 טעג פון מידיא קאטאסטראפעס אום שבת און זונטאג, ווען זי איז געווען פארנומען מיט'ן זיך ארומרייסן מיט זשורנאליסטן איבער וויפיל מענטשן עס האבן אנטיילגענומען ביי דער טראמפ איינשווערונג צערעמאניע אום פרייטאג. א באריכט נעכטן אינדערפרי האט גאר געצייגט אז עטליכע הויכראנגיקע טראמפ אדמיניסטראציע באאמטע האבן געסטראשעט מיט רעזיגנאציע אין פאל טראמפ גיט נישט אויף זיין אבסעסיע פון זיך שלאגן מיט דער מידיא איבער די איינשווערונג ציפערן, און די אדמיניסטראציע פירער האבן איינגעזען אז זיי מוזן נעמען א נייעם צוגאנג.

דעם נעכטיגן טאג האט שוין טראמפ אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס, אפהאלטנדיג א זיצונג מיט הויכראנגיקע פירער פון אמעריקאנער ביזנעסער, וואו ער האט פארשפראכן שטייער-שניטן און א רעדוקציע אין רעגולאציעס פאר ביזנעסער וועלכע וועלן האלטן זייערע פאבריקן אין אמעריקע און צושטעלן אמעריקאנער דזשאבס. טראמפ האט דאן אונטערגעשריבן א סעריע עקזעקוטיווע פארארדענונגען, איינהאלטנדיג קאמפיין פארשפרעכונגען ארויסצוציען אמעריקע פון דעם "טראנס פאסיפיק פארטנערשיפ" האנדלס אפמאך,איינצופרירן פעדעראלע-ארבעטער געהעלטער און אויך נישט לאזן פעדעראלע אגענטורן אויפנעמען דערווייל מער ארבעטער.

טראמפ'ס פרעסע סעקרעטאר, שאן ספּייסער, איז אויך ארויסגעקומען נעכטן געבן זיין אפיציעל פולע ערשטע פרעסע קאנפערענץ, וואו ער האט נאכגעלאזט פון דער שארפער קריטיק קעגן דער מידיא, און אנשטאט האט ער געמאכט עטליכע וויכטיגע סטעיטמענטס און מעלדונגען איבער טראמפ אדמיניסטראציע'ס שטעלונגען אויף פארשידענע אישוס, אריינגערעכנט דאס וואס אמעריקע איז גרייט דורכצופירן געמיינזאמע באמבארדירונגען אויף אייסיס אינאיינעם מיט רוסלאנד. ספייסער האט אויך געמאלדן אז מער ווי אכציג פירער פון איבער דער וועלט האבן שוין גערעדט טעלעפאניש צו טראמפ.

טראמפ קאבינעט ווערט צוביסלעך אנגעפילט
וואשינגטאן – שטייענדיג נעכטן אינעם אפיציעלן פולן ערשטן טאג פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, האט מען געהערט אז דער קאבינעט ווערט צוביסלעך מער און מער אנגעפילט. שרייבנדיג די שורות מאנטאג נאכמיטאג, גרייט מען זיך אינעם סענאט אפצוהאלטן די אפשטימונגען צו באשטעטיגן רעקס טילערסאן אלס סעקרעטערי אוו סטעיט און מייק פאמפעיא אלס סי-איי-עי דירעקטאר. אויב טילערסאן ווערט טאקע באשטעטיגט, וועט דאס זיין א שטארקער זיג פאר טראמפ, וויבאלד ס'זענען געווען א סעריע רעפובליקאנער וועלכע האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן צו שטיצן טילערסאן צוליב זיין היסטאריע פון פארבינדונגען אין רוסלאנד. למעשה האט מען אבער נעכטן געהערט פון סענאטאר דזשאן מעקעין, סענאטאר לינדזי גרעהעם און סענאטאר מארקא רוביא – אלע 3 רעפובליקאנער וואס זענען אריגינעל געווען קעגן טילערסאן – אז זיי וועלן יא שטימען פאר טילערסאן.

טראמפ געקלאגט אין געריכט דורך עטיקס גרופע

וואשינגטאן – פרעזידענט דאנאלד טראמפ איז נעכטן אנגעקלאגט געווארן אין געריכט איבער דעם וואס ער האט אקצעפטירט אויסלענדישע פעימענטס פאר זיינע ביזנעסער און פירמעס. די לאוסוט אנקלאגע קעגן דעם פרעזידענט איז אריינגעגעבן געווארן אין מאנהעטן פעדעראלער געריכט דורך די "סיטיזענס פאר ריספאנסיביליטי און עטיקס" וועלכע איז סטאנציאנירט אין וואשינגטאן די-סי. די אנקלאגע באשולדיגט טראמפ'ן אין פארלעצן דעם "אויסלענדישע געלטער" פארבאט, וואס ליגט אריינגעשריבן אין די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, דורך דעם וואס ער האט ארויסגעגעבן ליעסעס פאר אויסלענדישע רעגירונגען אפצודינגען טיילן פון טראמפ טאוער, זיינע אנדערע האטעלן און אנדערע ביזנעס דיעלס. די נייעס איבער'ן לאוסוט איז געקומען אין דער זעלבער צייט וואס מ'האט געהערט א באריכט פון "סי-ען-ען" אז אלעס אינאיינעם האט טראמפ אפגעטרעטן פון אזויפיל ווי 400 קאמפאניס און ביזנעסער נאכ'ן ווערן איינגעשוואוירן.

אראפ מיט דער שפאנישער שפראך

וואשינגטאן – כאטש די טראמפ אדמיניסטראציע האט אפגעווייכט איר שארפער רעטאריק אז מ'וועט זיך באלד נעמען צו בויען די וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא, זעט אבער פארט אויס ווי טראמפ זוכט אנצוהאלטן זיינע פאליסיס וואס באליידיגן מעקסיקא, און אין דער זעלבער צייט מעקסיקאנער, שפאנישע, לאטיין-אמעריקאנער און אנדערע מינאריטעטן וועלכע רעדן די שפאנישע שפראך. עס איז אנגעצייגט געווארן אז אין דער צייט וואס אונטער אבאמא האט דאס ווייסע הויז וועבזייטל געהאט אלע מאטעריאלן און אינפארמאציע אויף דער שפאנישער שפראך, איז אלעס פארמעקט געווארן ווי נאר די טראמפ אדמיניסטראציע האט עס איבערגענומען, און אצינד איז אלעס בלויז אויף דער ענגלישער שפראך. טראמפ איז באקאנט מיט זיין פאליסי אז אין אמעריקע זאל מען רעדן בלויז ענגליש, קריטיקירנדיג דזשעב בוש ביי א געלעגנהייט אין יאר 15' פאר'ן רעדן צופיל שפאניש – וואס בוש האט דאס אפט געטאן צו געפעלן פאר דער שפאנישער געמיינדע.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » דינסטאג יאנואר 24, 2017 9:22 pm

Kerry o'grady זי איז א secret service אגענט זי האט היינט געלאזט פאלן ווערטער
!!!I wouldn't take a bullet for trump
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יאנואר 24, 2017 9:43 pm

איך וואלט גע'פייערט אזא באטריגער'טע נאך פאר זי גיבט איר נעקסטע אטעם!
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יאנואר 24, 2017 9:45 pm

דאנעלד טראמפ סטראשעט די מעיאר פון טשיקאגא!

ער האט נארוואס ארויסגעשיקט די מעסידש If Chicago doesn't fix the horrible "carnage" going on, 228 shootings in 2017 with 42 killings (up 24% from 2016), I will send in the Feds
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » דינסטאג יאנואר 24, 2017 10:03 pm

נייעס אין קורצן
די ראטגעבערין פאר'ן פרעזידענט, קעליאן קאנוועי, וועלכע האט אויך געדינט אלס קאמפיין מענעדשער און ווארטזאגער, וועט באקומען סיקרעט סערוויס שוץ, נאכדעם וואס זי באקומט פילע דראאונגען אויף איר לעבן, קאנוועי איז די מערסט אויסגעשפראכענע פארטיידיגער פון טראמפ, און א גאר געלונגענע ווארטזאגערין, וואס ברענגט דערצו אז די עקסטרעמע לינקע האבן איר גענומען פאר א ציל.

---

אפיציעלע באאמטע אין די פעדעראלע רעגירונג זאגן אז פרעזידענט אבאמא האט אין זיינע לעצטע שעה'ן זיכער געמאכט אז עס גייט אריבער א הילפס פעקל פון $221 מיליאן דאלער פאר די פאלעסטינער אויטאריטעט, א סומע וועלכע איז בלאקירט געווארן דורך די רעפובליקאנער אין קאנגרעס. און דער ארויסגייעדנער פרעזידענט האט אין זיינע לעצטע שטונדען געארבעט אינאיינעם מיט'ן סעקערטערי אף סטעיט דשאן קערי צו באפרייען די סומע, אן קיין באשטעטיגונג פון קאנגרעס.

---

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט אז ער וועט מעלדן זיין באשלוס איבער א פרישע סופרים געריכט ריכטער דעם קומענדיגער וואך, דער ריכטער וועט ערזעצן דעם שטוהל פונעם קאנסערוואטיווער ריכטער סקאליע. טראמפ האט שוין דורכאויס דעם קאמפיין ארויסגעגעבן א ליסטע פון מעגליכע קאנדידאטן פאר דעם פאזיציע, און לויט באריכטן האט ער עס אויך אנגעטראגן פאר'ן טעקסאס סענאטאר טעד קרוז, וועלכער האט אים אפגעזאגט. לויט באריכטן טוט דער פרעזידענט קוקן אויף 3 קאנדידאטן, און האלט ביים פאסן א באשלוס די וואך.

---

ספיקער פאול רייען האט געמאלדן אז ער האט געלאדענט דעם פרעזידענט צו אויפטרעטן מיט א רעדע פאר א פאראייניגטע סעסיע פון קאנגרעס און סענאט וועלכע וועט פארקומען קומענדיגע פעברואר 28, דער ספיקער האט געזאגט אז דאס איז א געלעגנהייט פאר'ן פאלק און פאר די פארשטייער צו הערן דירעקט פונעם פרעזידענט איבער זיין וויזיע פאר'ן לאנד און וויאזוי ער קען ארבייטן אינאיינעם מיט קאנגרעס דאס צו אויספירן.

---

די זי-אי-או, א עקסטרעם רעכטע אידישע ארגאניזאציע, וועלכע האבן עפנטליך געשטיצט טראמפ דורכאויס דעם קאמפיין, וועט זיין די ערשטע אידישע ארגאניזאציע צו באקומען א אוידיענץ ביים ניי-ערוועלטער פרעזידענט, לויט פרעסע באריכטן, דאס איז א שטיקל קלאפ פאר די גרויסע און מאכטפולע אידישע ארגאניזאציעס ווי עיפע"ק און דאס גלייכן.

---

א קאמישע אינצידענט האט זיך פאסירט ווען דער פרעזידענט האט פארעפנטליכט א איינגעראמטער בילד וואס ער האט באקומען צום ווייסן הויז, די בילד איז א מאסיווע גרויסע בילד פון די מאסן ביי די איינשווערוג, אבער ווי עס זעט אויס האט דער פאטאגראפירער, וועלכער האט געשאנקען דעם בילד פאר'ן פרעזידענט, נישט צוגעלייגט צופיל קאפ, און אויף די אונטערשטע חלק פונעם בילד שטייט דער דאטום פונעם איינשווערונג אלס יאנואר 21, א טאג שפעטער פון די פאקטישע איינשווערונג, עס בלייבט איבער צו זעהן אויב די בילד וועט בלייבן הענגן אינעם ווייסן הויז.

---

אין א שריט וואס ווערט געזען ווי א פראסט אין פנים פאר מיליאנען ספאניש-רעדנדע אמעריקאנער האט דאס ווייסע הויז נעכטן אפיציעל אראפגענומען פון איר וועבזייטל די ספאנישע ווערסיע, ביז יעצט איז דאס גאנצע וועבזייטל געווען אין ענגליש און אין ספאניש. טראמפ האט אין די פארגאנגענהייט עטליכע מאל אויסגעדריקט זיין קעגנערשאפט צו די אנערקענונג פון ספאניש אלס א אפיציעלע שפראך, און דורכאויס די רעפובליקאנער פריימעריס האט ער קריטיקירט דשעב בוש דערפאר.

פרעזידענט טראמפ געט א גרינעם ליכט פאר צוויי פייפליין פראיעקטן

נאכדעם וואס פרעזידענט אבאמא האט אין די לעצטע וואכן פון זיין פרעזידענטשאפט אפגעשטעלט די דעקאטע פייפליין, א פראיעקט וועלכע האלט שוין אין די לעצטע שטאפלן, און עס דארף נאך פארענדיגט ווערן ארום 1000 פוס פון א 1,172 מייל לאנגע רער-ליניע וועלכע וועט טראגן גאז פון אויל רעזערווארן אין נארט דעקאטע ביז קיין אילינוי, און לויפט אונטער דעם טייך אהעא.
די רער-ליניע איז אויסגעשטאנען א מאסיווע ווידערשטאנד פון געוויסע אינדיאנער שבטים, וועלכע זענען געווען אויפגעברויזט צוליב דעם וואס די ליניע לויפט דורך אונטער זייער לאנד, און טוט – לויט זיי – פארשוועכן ערטער וועלכע זענען הייליג פאר זיי, א קאמפ צו וועלכע אסאך ליבעראלן האבן זיך העפטיג צוגעשטעלט צוליב ענוויירמענטאלע צוועקן. און האבן אפגעהאלטן א געווינס ווען פרעזידענט אבאמא האט פארארדנט די מיליטערישע קאנסטרוציע איינהייט צו אפשטעלן די ארבעט.
אצינד האט טראמפ געגעבן די גרינע ליכט צו ווייטער גיין מיט די פראיעקט, און אזוי אויך מיט די קיסטאון פייפליין וועלכע ברענגט גאז פון קאנאדע, און איז אויך געווארן אפגעשטעלט דורך פרעזידענט אבאמא צוליב ענוויירמענטאלע פראבלעמען. דער פרעזידענט האט אין די זעלבע עקזעקיוטיווע ארדער אויך באפוילן צו צואיילן די עוויירמענטאלע אינספעקציעס פאר פארשידענע פראיעקטן.

דשעימס קאומי וועט בלייבן אויף זיין פאזיציע אלס עף-בי-איי דירעקטאר

די טראמפ אדמיניסטראציע האט באשטעטיגט אז דער עף-בי-איי דירעקטאר דשעימס קאומי וועלכער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא וועט בלייבן אויף זיין פאזיציע. ער איז נאמינירט געווארן דורך פרעזידענט אבאמא מיט 4 יאר צוריק, אויף א 10 יעריגע טערמין, אבער פילע האבן שפעקולירט אז ער וועט ערזעצט ווערן וויבאלד ער האט באהאנדלט דעם אימעיל קאנטראווערסיע אויף א שלימזל'דיגע וועג. און ער געפונט זיך יעצט אונטער א איבערזיכט פונעם יוסטיץ דעפארטמענט.
אבער קאומי האט היינט געזאגט אז ער איז פארבעטן געווארן דורך פרעזידענט טראמפ צו פארבלייבן אויף זיין פאזיציע. ביי א פרישטאג וועלכע דער פרעזידענט האט היינט אפגעהאלטן אין ווייסן הויז פאר די געזעץ אינפארסירונגס אגענטורן האט דער פרעזידענט זיך געוויצלט אז דשעימס קאומי איז מער פאפולער ווי אים אליין, און האט ארויסגעוויזן ספעציעלע פריינטשאפט צו אים. נאך אלעם איז ער דאך, לויט די דעמאקראטן, אים שולדיג זיין געווינס.

פרעזידענט טראמפ צו קאנגרעס פירער: איך האבן פארלוירן די פאפולערע וואוט צוליב אומלעגאלע אימיגראנטן

פרעזידענט טראמפ האט אין א געשפרעך מיט קאנגרעס פירער פון ביידע פארטייען געזאגט אז ער האט פארלוירן די פאפולערע שטימען צוליב "2-5 מיליאן אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען ערלויבט געווארן צו שטימען" דער פרעזידענט קען נאכנישט אראפשלונגען די פאקט אז ער האט נישט געווינען די פאפולערע שטימען, און האט שוין עטליכע מאל אנגעדייטעט אז עס צוליב וויילער-שווינדל און אומלעגאלע אימיגראנטן, א טענה וועלכע ווערט אפגעווארפן דורך אלע אומפארטייאישע עקספערטן וועלכע זאגן אז אפילו אויב עס קומט פאר אזעלכע זאכן איז עס אין די טויזענטער אבער נישט אין די מיליאנען.
די מינאריטעט פירערין אין קאנגרעס נענסי פעלאוסי האט דערויף רעאגירט "מר. פרעזידענט איך וויל איר זאלט וויסן אז וואס איר זאגט איז נישט אונטערגשטיצט דורך די פאקטן" דער פרעזידענט האט דאן געטוישט די טעמע, נאך די זיצונג האט דער דעמאקראטישער פירער פון סענאט טשאק שומער געזאגט אז ער איז באזארגט פון דעם פרעזידענט "לויזע באציאונג מיט פאקטן" מען קען נישט פירן א לאנד אויב מען טוישט אויס אילוזיעס מיט פאקטן, האט שומער געזאגט.

סענאט האלט היינט אפ אפשטימונגען איבער א רייע טראמפ קאבינעט נאמינאציעס

היינט דיסטאג איז די צווייטע טאג וואס קאנגרעס און סענאט זענען אין סעסיע זינט די איינשווערונג, און פילע פון די קאמיטעען וועלן אפהאלטן פארהערן און אפשטימונגען איבער די נאמינאציעס פון פרעזידענט טראמפ פאר זיין קאבינעט, יעדער קאנדידאט דארף ערשיינען פאר די רעלעוואנטע קאמיטע פאר א פארהער, און נאכדעם וואס די קאמיטע טוט אים באשטעטיגן האלט די גאנצע סענאט אפ א אפשטימונג צו באשטעטיגן דעם באטרעפנדן קאנדידאט.
ביז יעצט האט שוין סענאט ענדגילטיג באשטעטיגט די נאמינאציע פון 3 קאבינעט מיטגלידער, גענעראל דשעימס מעטיס אלס פארטיידיגונג סעקערטאר, דשאן קעלי אלס היימלאנד זיכערהייט סעקערטאר, און דער סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעא. היינט וועלן אראפקומען אין סענאט פאר פארהערן די פאלגנדע קאנדידאטן: בען קארסן דער ווארשיינליכער האוזינג סעקערטאר, אלעין טשעא די ווארשיינליכע טראנספארטאציע סעקערטערין, ווילבור ראס דער ווארשיינליכער קאמערץ סעקערטאר. ניקי העילי די יו. ען. אמבאסאדארקע, די אלע וועלן שוין ווארשיינליך היינט באקומען א אפשטימונג אויפ'ן סענאט פלאר, און זייער נאמינאציע וועט ענדגליטיג פארזיגלט ווערן.
אין די זעלבע צייט טוען די דעמאקראטן אין סענאט אפהאלטן די נאמינאציע פון רעקס טילערסאן אלס סעקערטערי אף סטעיט, און פון דשעף סעשאנס אלס אטוירני דשענעראל. אויף טילערסאן זאגן זיי אז זיי זענען באזארגט צוליב דעם וואס ער האט געזאגט ביי די פארהערן אז ער וועט זיך נישט קימערן מיט די מענשטן רעכט רעקארד פון אנדערע לענדער, און דשעף סעשאנס צוליב אנגעבליכע ראסיזם קלאגעס אין זיינע יאר אלס אטוירני דשענעראל אין אלאבאמא. אזוי אויך ווערט דערווייל אפגעשטופט די אפשטימונג פון דער העלט סעקערטאר, ערציאונגס סעקרעטערין, און ענערגיע סעקערטאר.

מייק פאמפעא איינגעשוואוירן אלס סי-איי-עי דירעקטאר

דער געוועזענער קאנגרעסמאן פון קענזעס מייק פאמפעא איז היינט געווארן איינגעשוואוירן אלס דער נייער דירעקטאר פון די סי-אי-עי, נאכדעם וואס ער איז נעכטן באשטעטיגט געווארן אין סענאט, מיט א מערהייט פון 66 צו 32, און מיט דעם געווארן דער דריטער קאבינעט מעמבער צו ווערן באשטעטיגט דורך סענאט. עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן האבן אים געשטיצט נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז ער וועט נישט פאלגן דעם פרעזידענט אויב ער ווערט געהייסן צו נוצן אומלעגאלע פייניגונגס מעטאדן.
די ערשטע מיסיע וואס ער וועט האבן איז צו צוריקבויען די געמיינזאמע רעספעקט און צוטרוי צווישן די סי-איי-עי און דעם פרעזידענט, נאכדעם וואס אין די לעצטע חדשים האט טראמפ עפנטליך קריטיקירט און געטריבן שפאס פון די אגענטור, נאכדעם וואס די אגענטור איז ארויסגעקומען מיט אפשאצונג אז רוסלאנד האט געארבעט פאר די ערוועלונג פון טראמפ אלס פרעזידענט.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » דינסטאג יאנואר 24, 2017 11:36 pm

פארוואס האט ער געסטראשעט דעם מעיאר פון טשיגאגא וואס האט טראמפ קעגן אים
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:30 am

טשיקאגא האט פון די גרעסטע מארד ראטע איבערן לאנד! אבער דער (אידישער) מעיאר דארט Rahm Emanuel איז שרעקליך קעגן "גאן קאנטראל"...
טראמפ וויל דווקא גאן קאנטראל און האלט אז מענטשן ווערן געהרגעט וועגן די לויזע גאן קאנטראל דארט, זיי שלאגן זיך כסדר איבער די טעמע.
פארראכטן געווארן צום לעצט דורך יאהאן אום מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:32 am, עס איז איין מאל פארראכטן געווארן.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:32 am

פארוואס ברענט עס דוקא יעצט ביים אריינקימען אין אמט
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:34 am

דער אמוניעל האט אים כסדר אראפגעריסן...

טראמפ האט אסאך גערעדט ביי די קאמפיין אז ער גייט זיך נעמען איבער גאן קאנטראל און יעצט איז ער מקיים פסק...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך נייעס » מיטוואך יאנואר 25, 2017 8:55 am

דער יר"ה ברויך אביסל קאנטראלירען זיין גאן...
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 407
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 93 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:13 pm

א שנעלע אויספארשוינג דורך די געשולטע קרעטשמע דיטעקטיווס טרעפט נישט קיין באווייזן אז דער יר"ה (ר"ת: יודש, ריזיג, הומאנגוס) באזיסט א גאן, ס'איז נאך א "פעיק נוז" באריכט...
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:14 pm

טראמפ וועט נעמען באלדיגע שריט איבער אומלעגאלער אימיגראציע

וואשינגטאן - קאנגרעסיאנאלע באאמטע האבן נעכטן געזאגט אז עס איז דערווארט אז טראמפ וועט נעמען באלדיגע שריט איבער אומלעגאלע אימיגראציע, וואס איז געווען איינס פון זיינע גרעסטע קאמפיין אישוס.

לויט די באריכטן, וואס איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן דורכן ווייסן הויז, וועט טראמפ באזוכן היינט מיטוואך אין דער פעדעראלער האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט, און ער וועט דארטן אפהאלטן א ספעציעלע צערעמאניע, וואו ער וועט אונטערשרייבן א סעריע עקזעקוטיווע פארארדענונגען, הויפטזעכטליך דאס איינצוימען די פליטים אימיגראציע פון פארשידענע לענדער, און אויך צוימונגען אויף מענטשן פון ספעציפישע לענדער וועלכע געפינען זיך אין אמעריקע מיט וויזעס, אריינגערעכנט איראק, איראן, סאמאליע, ליביע, תימן און סיריע.

ספעציפיש האט מען נעכטן נאכט געהערט אז די עקזעקוטיווע פארארדענונגען וועט אנטהאלטן דאס לאזן אין גאנג די אפעראציע פון בויען א מאסיווע גרעניץ וואנט צווישן אמעריקע און מעקסיקא - וואס איז געווען דער סאמע צענטער פונקט פון טראמפ׳ס אימיגראציע פאליסי פארשלאגן, און ער האט אפילו געהאט געזאגט אז ער וועט צווינגען מעקסיקא צו באצאלן פאר דער וואנט. מעקסיקא האט שוין קלארגעשטעלט אין די לעצטע טעג עטליכע מאל אז זיי וועלן אויף קיין פאל נישט באצאלן פאר דער וואנט, מעקסיקא האט נעכטן באזונדער געסטראשעט, אז זיי וועלן גאר זיין די וועלכע ציען זיך ארויס פונעם עקאנאמישן נאפטא אפמאך מיט אמעריקע, אויב ס'וועט זיי נישט געפעלן וויאזוי טראמפ טוישט ארום דעם אפמאך.

פארנומענער טאג ארום טראמפ אדמיניסטראציע

אין אנדערע נייעס ארום דער נייער טראמפ אדמיניסטראציע, האט טראמפ נעכטן אונטערגעשריבן אן עקזעקוטיווע פארארדענונג צו באשטעטיגן דאס פאראויסרוקן די קיסטאון פייפליין צווישן אמעריקע און קאנאדע, וואס אבאמא האט געהאט אפגעשטעלט פאר ענווייראמענטאלע אורזאכן.

ענליך האט טראמפ באשטעטיגט דאס פאראויסרוקן די נארט דעקאטע עקסעס פייפליין, אויף וועלכע עס קומען שוין פאר לאנגע וואכן מאסיווע פראטעסטן.

טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער וועט קומענדיגע וואך אפיציעל מעלדן וועמען ער נעמט פאר׳ן ליידיגן סופרים קאורט זיץ, און מען האט געהערט אז ער האט א קורצע ליסטע פון 3 קאנדידאטן.

באזונדער האט קאנגרעס ספיקער פאול רייען געמאלדן אז ער האט געלאדנט פרעזידענט טראמפ צו געבן א רעדע פאר דעם קאנגרעס און סענאט אינאיינעם אום ענדע פעברואר.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:43 pm

טראמפ באנייעט "אומלעגאלע וויילער" אטאקע
וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט באנייעט דאס וואס ער האט אין לויף פונעם קאמפיין געשריגן אז מיליאנען אומלעגאלע אימיגראנטן געבן אפ שטימען אין נאציאנאלע פרעזידענט וואלן. טראמפ האט דאס געזאגט בעפאר די וואלן ווייל ער האט, לויט אנאליסטן, געוואלט האבן א פערפעקטן אויסרייד פארוואס ער וועט פארלירן. האט מען געמיינט אז נאכ'ן געווינען וועט ער זיך אפלאזן פון דער רעטאריק אז מיליאנען אומלעגאלע שטימען, שטעלט זיך אבער ארויס אז ער גיט עס נישט אויף, אפילו יעצט ווען ער איז שוין אין ווייסן הויז. ווען טראמפ האט זיך געטראפן מאנטאג נאכט מיט קאנגרעסיאנאלע פירער פון ביידע פארטייען, האט ער ווידעראמאל באהויפטעט אז ס'זענען געווען צווישן 3 ביז 5 מיליאן אומלעגאלע וויילער. טראמפ'ס פרעסע סעקרעטאר, שאן ספּייסער, האט נעכטן פארטיידיגט טראמפ'ס ציפערן, טראץ וואס ער האט נישט געקענט קלאר זאגן פון וואו ער נעמט עס.

טראמפ וועט אנהאלטן אמטירנדן עף-בי-איי דירעקטאר

וואשינגטאן - דאס ווייסע הויז האט געמאלדן אז פרעזידענט טראמפ האט געבעטן דעם אמטירנדן עף-בי-איי דירעקטאר, דזשעימס קאומי, צו פארבלייבן אויף זיין פאזיציע און ער זוכט נישט עמיצן אים צו ערזעצן. קאומי איז געקומען אונטער אטאקע דורך די רעפובליקאנער און טראמפ פאראיאר אום יולי, ווען ער האט געמאלדן אז די עף-בי-איי רעקאמענדירט נישט קיין קרימינאלע אנקלאגעס קעגן פרוי קלינטאן איבער אירע אימעיל מיסברויכן. געציילטע טעג בעפאר די פרעזידענטליכע וואלן אין נאוועמבער איז אבער קאומי פארוואנדלט געווארן אין א רעפובליקאנער העלד, ווען ער האט צוריקגעעפנט די אויספארשונג קעגן פרוי קלינטאן, וואס פילע באשולדיגן אז דאס האט געהאט א נעגאטיווע אפעקט און געברענגט קלינטאן צו פארלירן די וואלן. ליבעראלן באטראכטן די סיטואציע ווי טראמפ צאלט צוריק פאר קאומי די טובה דורכ׳ן אים לאזן פארבלייבן עף-בי-איי דירעקטאר.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:44 pm

פרעזידענט טראמפ׳ס נאענטע ראטגעבערין, קעליען קאנוועי, האט געמאלדן אז זי האט באקומען סיקרעט סערוויס שוץ, וואס קומט, לויט ווי זי זאגט, צוליב'ן ערהאלטן טויט סטראשונקעס וויבאלד די מידיא מאלט איר אראפ אין א נעגאטיוון ליכט פאר׳ן פובליק.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 12:46 pm

טראמפ האט יעצט געזאגט פאר ABC אז ער פלאנט אנצוהייבן די קאנסטראקשן אויך די מעקסיקא גרעניץ וואנט "עז סאאן עז פאסיבעל" אין די קומענדיגע חדשים.
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך שעפעלע » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:05 pm

ווער גייט עס צאלן ?
ניק אוואטאר
שעפעלע
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 192
הצטרף: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 12:44 am
האט שוין געדאנקט: 28 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 40 מאל

Re: פרעזידענט טראמפ! דער 45'סטער פרעזידענט פון אמעריקע. פאקט

הודעהדורך יאהאן » מיטוואך יאנואר 25, 2017 1:11 pm

דו מחוצף! אזא קשיא צו פרעגן??? זיכער מעקסיקא!
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל

נעקסטע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 2 געסט

cron