יעצט איז: דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 7:49 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך יום טוב » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 1:46 pm

די פאלגנדע פאקטן באווייזט אז דאס איז ווארשיינליך געווען א 'העיט-קריים' און גארנישט מער:
- דאס שפרינגען פון די פאליציי אזוי שנעל צום קאנקלושן אז דאס איז געווען א רויבעריי.
- א געשולטע רויבעריי/האלד-אפ ווערט געווענליך פלאנירט אויף עמיצן וואס מען טראכט אז ער האט יעצט גרויס געלט מיט זיך. אונטער 'נארמאלע' אומשטענדן וואלט דאס פארקומען אויף א שטיל פלאץ נעבן א באנק, אדער אין א רעזידענשל עריע ווי עס איז נישט פאראן סורוועיליענס, און זיכער נישט ביי א שאפינג צענטער עראונד די קארנער פון ווי דער פארברעכער וואוינט.
עס לאזט זיך גלייבן אז דאס איז געווען א ספאנטעניע'ס אקט פון רציחה אנצושרעקן די אידן וועלכע ריקן זיך אריין אין די עריע. ער וועט דאס קיינמאל נישט מודה זיין ווייל דאס וועט אים ברענגען נאך 20 יאר טורמע. און די וואודבארי פאליציי/שעריפס אפיס זענען גרייט מיטצושפילן מיטן קאווער-אפ.
יום טוב
 
הודעות: 10
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:07 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 2:50 pm

די וואס האבן געגעבן א יד פאר די גויים ארום זיך צו שטארקן דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך יום טוב » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 3:18 pm

איך גיי נישט זאגן אז די לעצטיגע רדיפות איז דירעקט פארבינדן מיט די אנטי-קר"י העצעריי די לעצטע פאר יאר, עס איז אבער א מציאות אז מען הערט היינט פאסירונגען וואס איז נישט געשען אמאל, און מען הערט טעגליך בילבולים אויף קר"י וואס אין פרידנס צייטן וואלט דאס פארדאמט געווארן אלס אנטיסעמיטיש.
די לעצטיגע איבערפעלער און שיסערייען זענען אלע געווען דורך מאנרא וואודבארי גראדואירטע, און אויב זיי הערן זייערע אויפגערייצטע עלטערן און ארומיגע רעדן פון האסידים מיט אזא העץ, ווי גלייך מיר נעמען אוועק זייער לופט און ביסן פון מויל, דאן מה יעשה הבן שלא יחטא.
לעצטנס האט זיך עמיצער אפגערעדט אויפן יונייטעד מאנרא בלאג אז נאכן זיך העצן אינדערהיים פאר א לענגערן זמן קעגן קר"י האט זי אינטערגעהערט ווי אירע טינעידזש קינדער רעדן איבער איבערמאכן דעם האלאוקאסט! פארשטייט זיך אז יונייטעד מאנרא האט גלייך געענטפערט תמוואטע'דיג אז this isn't what we all about , באט יו געט טו די פוינט.
יום טוב
 
הודעות: 10
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:07 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 4:04 pm

מיר שטערט נישט אז ענק זענען מחליט אז עס איז זיכער נישט געווען קיין רויבעריי פראבע, אבער מיט איין תנאי, געדענקט כאטש אז עס איז דא אזא אפציע...


נייעס האט געשריבן:די וואס האבן געגעבן א יד פאר די גויים ארום זיך צו שטארקן דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט

די וואס רייצן זיך מיט די גוים ארום דארפן זיך בארעכענען ווי זיי האלטן אויף די וועלט.
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך יום טוב » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 7:25 pm

איך האלט נישט פון זיך רייצן מיט די גוים. אבער צוזעענדיג ווי די יונייטעד מאנרא טאטעס פאטשן זיך די בייכער אכשר דרא ווי גוט ס'איז זיי געלונגען אויפצופלאמען דעם אווערנעסס פונעם גאנצן ארום קעגן דעם קר"י אימפעקט, און אנערקענענדיג אז דער קרית יואל פראגע האט פאלש און אומנייטיג איבערגענומען די טאג טעגליכע לעבנס-זארגן ביי אומוויסנדע גוים, בין איך שוין מסופק צו זיך רייצן מיט די גוים אדער נישט, וועט נאך עפעס אויסמאכן איין וועג אדער די אנדערע.
בדרך אגב, דאס אז ס'איז געווען א שיסעריי שטעלט זיך נישט אויס צו זיין ביי זיי אזא זארג פאר די וואוילזיין פונעם טאון ווי דאס אז קר"י עקזיסטירט, דאס באווייזט אז ס'נישט קיין נפקא מינא וואס מ'טראכט אדער וועלכע סיטואציע מען נעמט אן, וועלן אלס זיין אזעלכע וועלכע וועלן איבערצייגן די רעשט פונעם טאון אז קרית יואל איז זייער עיקר זארג אין לעבן.
יום טוב
 
הודעות: 10
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:07 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:14 pm

אבער אז שטימען פאר די זעלבע קאנדידאט ווי די אנגערייצטע גוים מאכט שנאת ישראל איז קיין ספק נישט, ריכטיג?
אפשר מאלט איר מיר אראפ א בלו-פרינט וויאזוי דאס ארבעט?

עס מאכט טאקע נישט שנאת ישראל אבער עס געבט זיי שטארקקייט און מוט ביז איינער האט באקומען קוראזש צו שיסן א קרית יואל'ער. בלא בלא בלא
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך נייעס » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 8:56 pm

מיין מיינונג האט געשריבן:אבער אז שטימען פאר די זעלבע קאנדידאט ווי די אנגערייצטע גוים מאכט שנאת ישראל איז קיין ספק נישט, ריכטיג?


געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן, ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,
די שמאלע און קליינקעפיגע מחליטים וואס ציען מסקנות צו געבן א האנט פאר די גויים זאלן מאכן באצייטענס א קאלקולאציע אין וועלכע ריכטונג זיי שפאנען.
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך מיין מיינונג » דאנערשטאג נאוועמבער 26, 2015 9:15 pm

נייעס האט געשריבן:געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן, ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,

איך האב געבעטן א בלו-פרינט האסטו מיר געשאנקען איינס, אבער וויבאלד איך בין נישט קיין ארכיטעקט קען איך איר נישט אויסליינען, מיי בעד...

אנטשולדיגט מיר, אבער אנשטאט זאגן עפעס האט איר גענומען "הויכע ווערטער" און זיי אפגעשריבן אויף א וועג פון א פאראגראף, אבער שטיין שטייט דא גארנישט. אנדערע רופן דאס אן "געמאלן וואסער".

נייעס האט געשריבן:געבן שטימעס און POWER פאר מענטשן וואס העצן און גיסן שנאה אויף אידן מאכט שטארקער די כח פון די גויים אין אלע אספעקטן,
נייעס האט געשריבן:ובתוכם אז זייערע באהעלטענישען טוען זיך אפמאלען
נייעס האט געשריבן:און געוואלדטאטען וואס זענען א סכנה פאר די געזעלשאפט,

ביטע...
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך יום טוב » פרייטאג נאוועמבער 27, 2015 9:45 am

איך האב בלויז גערעדט קלפי יונייטעד מאנרא און זייערע גויאישע פריינד.
דער וואדבערי אסעמבלימאן האט זיך לעצטנס אויסגעדריקט אז ביזן יונייטעד מאנרא אויפקום איז ער געווען א קול קורא במדבר. קיין איין פאליטישאן האט נישט געוואלט נעמען קיין אפענע שטעלונג קעגן קר"י. באקעמפן די קר"י געברויכן איז געווען א ראדיקאלע אונטערנעמונג וואס מ'האט געדארפט האבן קוראזש דערצו. קיינער האט נישט געוואלט זיין אנטי-האסידיק.
מיט יונייטעד מאנרא האט זיך דאס אלעס געטוישט.
די לעגיטימאציע לויטעט אז "איך בין קעגן דיין עקזיסטענץ נישט ווייל איך גלייך דיך נישט, נאר ווייל איך גלייך נישט סיי וואס דו טוסט..."
יום טוב
 
הודעות: 10
הצטרף: פרייטאג נאוועמבער 20, 2015 10:07 am
האט שוין געדאנקט: 1 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 1 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך מיין מיינונג » זונטאג אקטאבער 23, 2016 2:57 am

א בנין פלאקערט אין קרית יואל, אויף 3 פאקש
א קליפ פון די העלישע פלאמען https://mobile.twitter.com/YiddishFeed/ ... 40/video/1

השם ימלא חסרונם
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 743
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: נייעס און קרישקעלעך פון קרית יואל

הודעהדורך נייעס » מיטוואך אקטאבער 26, 2016 2:19 pm

אפשר לייגט איר איבער די קליפ אויף א וועג אז די וואס האבן נישט צוטריט צו טוויטער זאלען עס קענען קוקן
א דאנק אייך
..
שרעקעדיגער נייעס באריכט
האבן די אידן געהאט אינשורענס?
פאר קראנטע/אומצענזורירטע נייעס
טעגליכע נייעס
ניק אוואטאר
נייעס
תושב ה'קרעטשמע
 
הודעות: 408
הצטרף: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 12:41 pm
האט שוין געדאנקט: 94 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 47 מאל

פריערדיגע

צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און איין גאסט

cron