יעצט איז: דינסטאג אוגוסט 22, 2017 7:01 am


Welcome to דער קרעטשמע גאסט! רעגיסטריר  Or performs the  אריינסיינען

מעלדונג:

מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טשאפא

נייעס פון די אידישע און אלגעמיינע וועלט

מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טשאפא

הודעהדורך טהור עיניים » פרייטאג יולי 31, 2015 3:12 am

מיט עטליכע וואכן צוריק איז די וועלט אויף געווען מיט די נייעס אז דער מערסט געזוכטער פאברעכער און שוידערליכער מערדער גוזמאן, אדער ווי ער ווערט גערופן אין מעקסיקא מיט זיין צונאמען "על טשאפא", איז אנטלאפן פון תפיסה ווי ער איז געהאלטן געווארן פאר בערך א יאר.

על טשאפא איז איין מאל געכאפט געווארן און געזעצן אין תפיסה פאר א קורצע וויילע אבער ער איז אנטלאפן פון דארט. עס האט געדויערט פערצן יאר ביז מען האט אים ווידער געכאפט און איינגע'מושב'ט. אבער אצינד איז ער ווידער אנטלאפן און עס איז פשוט אנגענומען ביי יעדעם איינעם אז דאס אנטלויפן איז הויל קארופציע און ער איז לכאורה צוגעהאלפן געווארן צו דעם דורך אן א שיעור אינווייניגסטע חברה און מכלומרשטע געזעץ אינפארסירונג אגענטן וועלכע זענען אלע אויף זיין פעיראל און זיי באקומען פיל מער פון אים ווי פון די רעגירונג.

אמעריקא האט געשוימט פאר כעס ווייל זיי האבן שוין לאנג געפאדערט זיין אויסליפערונג אבער מעקיסקא האט עס נישט געוואלט נאכגעבן מיט פארשידענע נארישע תירוצים.

אצינד האט מעקסיקא געמאלדן אז אמעריקא איז ענדליך נאכגעקומען אלע זייערע פארשריפטן און אויסגעפילט די פאפירן אזוי ווי מען באדארף און אצינד טוען זיי באשטעטיגן דעם אויסליפערונג פארלאנג און ווי נאר מען וועט אים כאפן וועט מען אים ארויסליפערן קיין אמעריקא.

מען טוט ערווארטן אז ערגעץ אין די קומענדיגע צוואציג, פינף און צוואנציג יאר וועט ער געכאפט ווערן און מעגליך אויסגעליפערט ווערן קיין אמעריקא איידער ער וועט מצליח זיין נאכאמאל צו אנטלויפן מיט די הילף פון די רעגירונג...
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טש

הודעהדורך מיין מיינונג » פרייטאג יולי 31, 2015 3:45 pm

און אמעריקע כאפט נישט אז מען סאקט זיי אויס ווען מען וויל און וויפיל מען קען?
דאס איז מיין מיינונג, און מיין מיינונג איז קיין מיינונג!
ניק אוואטאר
מיין מיינונג
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 742
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 6:16 pm
האט שוין געדאנקט: 210 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 131 מאל

Re: מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טש

הודעהדורך טהור עיניים » זונטאג אוגוסט 02, 2015 3:14 am

וואס זיי כאפן און וואס נישט ווייס איך נישט, אבער איך מיין אז עפעס א גוטע זאך קומט ארויס פון דעם צרודערטן טראמפ, אז די זאכן ווערן כאטש אויפגעברענגט און ארום גערעדט.
טהור עיניים
חבר ה'קרעטשמע
 
הודעות: 166
הצטרף: זונטאג אוגוסט 24, 2014 4:26 am
האט שוין געדאנקט: 25 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 71 מאל

Re: מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טש

הודעהדורך בארדיטשעווער בדחן » זונטאג אקטאבער 18, 2015 9:35 pm

גוזמאן איז נעכטן פארווינדעט געווארן ביי א שיסעריי אויסטויש אין זיין באהעלטעניש ארט, די מעקסיקאנער אינסטאנצען זאגן אז אין די לעצטער מינוט האט ער זיך ארויסגעדרייט פון זייערע הענט
בארדיטשעווער בדחן
אחראי
 
הודעות: 394
הצטרף: מיטוואך יולי 02, 2014 9:59 am
האט שוין געדאנקט: 140 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 61 מאל

Re: מעקסיקא נעמט אן אמעריקא'ס אויסליפערונג פארלאנג פאר על טש

הודעהדורך יאהאן » דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 1:51 pm

ער איז אין אמעריקע, מער פונקטליך, אין די היימישע ניו יארק סיטי! יא, ער איז איצט אין א טורמע אין ניו יארק סיטי.
אויב זעהט איר איהם ביי אייער קארנער שיקט אים א גריס פון יאהאן..
די לייק קנעפל איז אויבן ביי די לינקע זייט... יא יא, נאך אביסל ארויפציר... יאפ! דאס איז עס! נו גיב א דריק...
ניק אוואטאר
יאהאן
עמוד ה'קרעטשמע
 
הודעות: 1102
הצטרף: מאנטאג יוני 06, 2016 7:53 pm
האט שוין געדאנקט: 82 מאל
איז שוין געווארן באדאנקט: 203 מאל


צוריק צו עולם ומלואו

ווער איז דא?

באנוצער אין דעם פארום: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצער און 2 געסט

cron